דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

היינט נאכט אום זיבן אזייגער גייט פארקימען די ערשטע דעמעקראטישע דעבאטע, פאר ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט, ווער עס זאל זיין דער דעמעקראטישע נאמעני, פאר די אלגעמיינע וואלן וואס גייט פארקימען און נעוועמבאר.

דער דעבאטע גייט ווערן געפירט דורך NY1 פון סעפעקטורם ניוז, עס גייט פארקימען ווערטאל (virtually), מיט די באטייליגונג פון די אכט שטערקסטע קאנדידאטן, און די דעבאטע גייט זיך ציען פאר צוויי שעה ביז ניין אזייגער.

דער הויפט אויף וואס מען קיקט ארויס איז אויף די צוויי שטערקסטע קאנדידאטן, יענג מיט עדעמס, נאך וואס א לעצטיגע פאול האט געוויזן יענג ביי 21% און עדעמס ביי 17%, נאך פאלגענדיג סטרינגער מיט פרוי ווילי ביידע ביי 10%.

די קאנדידאטן זענען ערווארטעט צו ווערן געפרעגט א רייע מיט פראגעס, מיט די מערסטע געוויכט אויף קריים און גאן וויילענס, און די צריקבוי פון די סיטי נאך די קעראנע וויירעס וואס האט אימגעברענגט איבער דרייסיג טויזנט סיטי איינוינער.

א ליסטע פון די קאנדידאטן וואס זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגען היינט נאכט ביי די דעבאטע,
ענדראו יענג, עריק עדעמס, סקאט סטרינגער, פרוי ווילעי, רעי מעגווייער, דאנעבען, מארעלעס, גארסירע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

מ'וועט עס קענען ערגעץ מיטהאלטן אויפן טעלעפאון?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

און פיפצן מניט ארים הייבט זיך אן די דעבאטע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

זיסע פיש האט געשריבן:און פיפצן מניט ארים הייבט זיך אן די דעבאטע.

עני אפדעיטס?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:און פיפצן מניט ארים הייבט זיך אן די דעבאטע.

עני אפדעיטס?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איך האב נישט אויסגעהערט אגאנצן צייט, אבער פון וואס איך האב יא אויסגעהערט קען איך געבען א שטיקל אפדעיט.

ברוך השם אז אינז זענען בכלל נישט ארויף געקימען אויפן טיש, און אזוי אויך נישט די אנגייענדיגע קאנפליקט און מדינת ישראל, זעט אויס אז די ניו יארק’ער ליבעראלן האבן וויכטיגערע זאכן אויף וואס צו דאבאטירן.

די ערשטע זאך אויף וואס מען האט ארים גערעדט איז געווען פארברעכנס און גאן ווייעלינס, און וואס עס איז גלייך ארויס געקימען די חיליק צווישן די מאדערעט קאנדידאטן, און די מער ליבעראלע קאנדידאטן, און די צייט וואס יענג איז ארויס געקימען שארף אקעגען די דיפאנד די פאליס באוועגאונג, זענען די צוויי מערסטע ראדיקאלע קאנדידאטן פרוי וויילי און פרוי מארעלעס קלאר ארויס געקימען און שטיצע דערפאר.

אנדערע קאנדידאטן ווי עדעמס און מעגווייער זענען אויך ארויס געקימען מער און שטיצע פון די פאליס, אבער קיינער פון זיי האט עס נישט קלאר פארדאמט אזוי ווי יענג.

אויף די פראגע צו זיי וואלטן אריין געשיקט מער פאליציי און די סאבוועי נאך וואס די MTA האט שוין אפאר מאל פארלאנגט אז זיי ברויכן מער פאליציי, האבן אלע קאנדידאטן געזאגט יא אויסער פרוי וויילי פרוי מארעלעס און סקאט סטרינגער.

פרוי וויילי איז אריין געקימען די מערסטע ראדיקאל, אויף אזוי ווייט, אז ווען די מאדערעטער האט איר געפרעגט וועגן די שיסעריי אויף א פאליס וואס איז פארגעקימען די וואך, האט זי געזאגט אז זי פארשטייט נישט פארוואס מען רעדט נאר פון די פאלעציאנט, וואס אינדערצייט וואס די פאלעציאנט געפינט זיך און א גוטע מצב, האט א מאמע פארלוירן איר קינד, נאך וואס די פאליציי האט אימגעברענגט די שיסער...

אפשר וועל איך שפעטער שרייבן נאך.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

איין זאך קען איך זאגן אז אויב פרוי וויילי אדער פרוי מארעלעס זענען די קימענדיגע מעיאר, זענען מיר אויף געהאקטע צרות, מיר וועלן זיך בענקען צו די גאלדענע יארן פון דעבלאזיא.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שכח זיסע פאר די באריכט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

;l;p- שכוח זיסע פיש, שיינע באריכט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

זיסע@ שכוח
ווער איז אריינגעקומען שטערקער. יענג אדער עדעמס?

איינער ווייסט וואס די נייעס זאגט אויף דעם?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פאסט טרעגער האט געשריבן:;l;p- שכוח זיסע פיש, שיינע באריכט
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

פאראויס האט געשריבן:זיסע@ שכוח
ווער איז אריינגעקומען שטערקער. יענג אדער עדעמס?

איינער ווייסט וואס די נייעס זאגט אויף דעם?

איך וואלט געזאגט יענג, נישט אז עדעמס איז געווען שלעכט, אבער יענג איז אריין געקימען זייער קלאר, און אויך ווען מען האט עם אטאקירט האט ער זיך נישט פארלוירן און קיינמאל צריק אטאקירט.

די נ’’י טיימס און זייער אנאליז האט אראפ געלייגט יענג אלס די בעסטע אריין געקימען פון די מאדערעט און וויילי די בעסטע פון די מער ליבעראלע.

דא האסטו וואס זיי האבן צוזאגן אויף יענג.

Yang acted, and was attacked, like a front-runner.
Mr. Yang, who was considered among the leaders if not the top candidate in polls, was treated by the other candidates as a front-runner, repeatedly fielding attacks from other candidates.

Scott M. Stringer, the city’s comptroller, targeted Mr. Yang’s lack of governmental experience, saying the city cannot afford a “mayor on training wheels.” Eric Adams said that Mr. Yang’s taking credit for Democrats winning the runoffs for the U.S. Senate race in Georgia was “disrespectful and appalling.”

And it was clear Mr. Yang did not feel like he needed to go on the offensive, as he largely abstained from any attacks, sticking to his agenda and talking points.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

זיסע פיש האט געשריבן:

נישט צריק אטאקירן איז א מעלה ביי זיי ?
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

ווענציך ווי אזוי די פירסט זיך אויף, אויב די ווערסט נישט פארלוירן און די קימסט ווייטער אריין קלאר, איז עס מער אזוי ווי אז די לאזט זיך נישט אראפ צו זייערע דאקטיקן ווייל די ביסט שטערקער פון זיי, און זיי טיען עס נאר צו סקארן פוינטס.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעמעקראטישע פריימערי דעבאטע, נ’’י סיטי מעיאר פארמעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

אלס א משל, ביי איין פאל האט מעגווייער אטאקירט יענג אויף אז ביי איינע פון זיינע אויפטיענגן האט יענג געזאגט אז דאס וועט נישט ארבעטן פאר שווארצע, יענג האט געענטפערט דעראויף אז עס האט יא געארבעט פאר זיי, אויף וואס מעגוויער האט עם געפרעגט צו ער וואלט געוואלט איבערבעטן די שווארצע אויף די סטעיטמינט, אויף וואס יענג האט גענטפערט אז כאטש וואס ער וויל עס נישט לייקענען ווייל ער גלייבט נישט אז מעגווייער האט אליינס אויף געמאכט די מעשה, אבער ער געדענקט נישט זאגן אמאל אזא סטעיטמינט איז פילט ער נישט אז ער דארף זיך איבערבעטן דעראויף.
וידגו לרב בקרב הארץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”