די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

zugurnish האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:מיליטער זאגט אין א טוויט אז טוויטער האט זיי בלאקירט צו טוויטן איבער אנקומענדיגע ראקעטן קיין באר שבע
20210514_144401.jpg


מן הסתם צוליב שבת...

עס איז דאך פיקוח נפש

איך שיהי' אויב עס איז טאקע אזוי איז א הימל געשריי

מילא שיסן דעם מיסל, קען מען אפשר דעבאטירן אויב עס איז דוחה שבת, אבער דער טוויט?

אפיציעל האלט דאך די מדינה שבת, ניין?

----------

הרב_שלום האט געשריבן:נישט געזעהן אין די פריעדיגע בלעטער
וואס פונקטלעך איז די מחלוקה איבער שייח ג'ראח

ביטע מסביר זיין אין יודיש און נישט שיקען צו בלאגס וואס איז געשריבען אין ענגליש אדער עברית

זעה די תגובה פון @פאליסיידס, און אויף די קומענדיגע פאר בלעטער איז אויך דא אביסל.

עס איז אויך דא פון @פאליסיידס אויף דעם נעקסטן פעידש א לאנגע ק/פ אויף ענגליש.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

צל עובר האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:מיליטער זאגט אין א טוויט אז טוויטער האט זיי בלאקירט צו טוויטן איבער אנקומענדיגע ראקעטן קיין באר שבע
20210514_144401.jpg


מן הסתם צוליב שבת...

עס איז דאך פיקוח נפש

איך שיהי' אויב עס איז טאקע אזוי איז א הימל געשריי

מילא שיסן דעם מיסל, קען מען אפשר דעבאטירן אויב עס איז דוחה שבת, אבער דער טוויט?

אפיציעל האלט דאך די מדינה שבת, ניין?


גא"מ
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לעבאנעזער צייטונג פון פרייטאג.

וואס מיינט די 48? באבוב 48? אדער מ"ח לעומר?...

דאכט זיך אז זיי גייען ארויף אויף די איזראעלי אראבער וואס זיי רופן די 48 אראבער, ע"ש שנת תש"ח - 1948.
אטעטשמענטס
IMG_20210514_152229.jpg
IMG_20210514_152229.jpg (112.36 KiB) געזען 960 מאל
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

אוודאי שטארבן ציווילע אין עזה, אבער סא מיעוט שבמיעוט, מפרובירט די מערסטע וואס מען קען צו וואטשן

וויפיל ציווילע זענען געשטארבן אין יאפאן ביי די אטאם באמבע? מען האט עס געמוזט טון

לויט געוויסע שאצונגען זענען געהרגט געווארן איבער פערציג טויזענט ציווילע אין די אפגאניסטאנע קריג!
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

מסתמא האט געשריבן:סיכום פון שמעון ראלניצקיס אנאליז:

די מדינה דערקלערט זיג קעגן כאמאס אבער
ס'איז א נעבעכדיגער זיג.
1 די וויכטיגסטע כאמאס פירערס זענען למעשה נישט אומגעקומען טראץ אלע באמיאונגען פונעם מיליטער.
2 און רוב פון די כאמאס ראקעטן זענען נישט פארניכטעט געווארן.

איין זאך וואס קען העלפן די אידן אין ארץ ישראל: תפילה

א טראפ טיפער

:roll: :roll: :roll:

אזאנע נארישקייטן צו רעדן

איך ווייס נאר נישט פון וועלכע אגענדע סקומט, צו פון לינק אדער פון שיטה הק'

מען דארף נישט פארדרייען קיין פאקטן וועגן אגענדעס, סניטאמאל ווערט דאס צו פארענטפערן

די כללים פון זיג דא ביי די סארט עזה מלחמות איז נישט די זעלבע ווי ביי א מלחמה צווישן אמעריקע און איראק, מען דארף אינגאנצן אנדערש מעסטן וואס מיינט דא א זיג
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך האב נישט געהערט זיין אנאליז, אבער וואס דא שטייט איז ריכטיג.

די מדינת ישראל מיליטער האט היינט געזאגט אז וואס זיי האבן געצילט נעכטן נאכט איז נישט געלונגען. די ריכטיגע הויפטן האבן זיי נאכנישט געכאפט. אפגערעדט אז רוב ראקעטן האבן זיי נישט פארניכטעט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאגת ארי »

גערעכט אין די פאקטן, אבער פארדעם האב איך געשריבן אז אין די נושא פון זיג איז נישט דאס די מעסטל

פארניכטן חאמאס גענצליך איז נישט די זאך אויפן טיש דא, עזה איז נישט צום שלינגען נישט צום שפייען, די נושא איז אז חאמאס זאל איבערטראכטן הונדערט און צען מאל פארן נאכאמאל אנהייבן, און דאס איז דא יעצט גאר שטארק געלונגען, זיי האבן געצילט אלעס וואס קען אפשרעקן חאמאס פון טשעפענען די מדינה נאכאמאל, חאמאס איז נאך קיינמאל נישט געפאלן אזוי צו די פיס פון מד''י
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:מען ווערט שוין אימיונד אין תל אביב איז שוין נישט קיין חידוש
געדענק איך ווען תל אביב האט געזאלט זיין א רויטע ליניע וואס וואלט פלאך געמאכט עזה

האלט נישט עזה אינמיטן פלאך ווערן?

-------

עזה האט נאך קיינמאל אזוי געכאפט.

איך גלייב אז אונטער טראמפ וואלט טראמפ גערופן ביבי פרייוועט און געבעטן טו מיר א טובה און לאז זיי אפ. ברבים וואלט ער געזאגט האק שטיקער.

ביידן וואגט זיך נישט צו בעטן...

ס'זעט מיר אויס אז ביידען וויל זיך ווי ווייניגער אריינמישן און געפעכטן ארום דער וועלט (ארויסציען די אמעריקאנע מיליטער פון אפגאניסטאן וכדומה). אפשר וועט ער זאגן צי די מדינה נאך די יעצטיגע מלחמה "הער זיך איין איך האב דיר געלאזט טון וואס דו ווילסט אין עזה, יעצט שווייג דו בשעת איך שפיל דיפלאמאט מיט די איראנער איבער דער נוקלעאר פרשה"
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

Jhon האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:סיכום פון שמעון ראלניצקיס אנאליז:

די מדינה דערקלערט זיג קעגן כאמאס אבער
ס'איז א נעבעכדיגער זיג.
1 די וויכטיגסטע כאמאס פירערס זענען למעשה נישט אומגעקומען טראץ אלע באמיאונגען פונעם מיליטער.
2 און רוב פון די כאמאס ראקעטן זענען נישט פארניכטעט געווארן.

איין זאך וואס קען העלפן די אידן אין ארץ ישראל: תפילה

א טראפ טיפער

יא נאך א אזא נעבעכדיגער זיג וועט שוין חאמאס נישט אזוי שנעל אנהייבן צו שיסן ראקעטן... עפ”י דרך הטבע פארשטייט זיך


וואס הייסט ? תוך כדי דיבור, שיסן זיי.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

די רעכטע טענה'ן אז די פאליציי איגנארירט די אראבער וואס ראיאטירן, און קומען נאר אן ווען אידן ראיאטירן קעגן אראבער.

אויף דעם קליפ זעהט מען אבער ווי די פאליציי טוט גארנישט, און העלפט כמעט ארויס, ציונים וואס ווארפן שטיינער.
https://www.dropbox.com/s/41tjh1tb9kx6l ... 8.mp4?dl=0
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

צל עובר האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:מיליטער זאגט אין א טוויט אז טוויטער האט זיי בלאקירט צו טוויטן איבער אנקומענדיגע ראקעטן קיין באר שבע
20210514_144401.jpg


מן הסתם צוליב שבת...

עס איז דאך פיקוח נפש

איך שיהי' אויב עס איז טאקע אזוי איז א הימל געשריי

מילא שיסן דעם מיסל, קען מען אפשר דעבאטירן אויב עס איז דוחה שבת, אבער דער טוויט?

אפיציעל האלט דאך די מדינה שבת, ניין?

----------

הרב_שלום האט געשריבן:נישט געזעהן אין די פריעדיגע בלעטער
וואס פונקטלעך איז די מחלוקה איבער שייח ג'ראח

ביטע מסביר זיין אין יודיש און נישט שיקען צו בלאגס וואס איז געשריבען אין ענגליש אדער עברית

זעה די תגובה פון @פאליסיידס, און אויף די קומענדיגע פאר בלעטער איז אויך דא אביסל.

עס איז אויך דא פון @פאליסיידס אויף דעם נעקסטן פעידש א לאנגע ק/פ אויף ענגליש.

וואס איך האב געמיינט אפשר איז די טוויט צו אנזאגן איינער צו זאך באשיצען און ער וועט לויפען שנעל.
הגם עס איז דא אזעקה.
וויסען אז עס קומט קאן זיין נוגע
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אהבת ישראל האט געשריבן:
שאגת ארי האט געשריבן:
וואל טאג האט געשריבן:איז דא עפעס אן הסבר, פארוואס לויט די חוקי המדינה זענען ישראלים בארעכטיגט צו זייערע הייזער פון 70 יאר צוריק, און אראבערס נישט?

פון וואו ווייסטו אזוי אז דו פרעגסט?

ווייסט וויפיל גאנצע מתנחל'ישע שטעט מען האט שוין צאמגעווארפן נאר ווייל סגעשטאנען אויף שטחים וואס אראבער האט געהאט מיט אסאך יארן פארדעם (עמונה נישט לאנג צוריק)
יעדע פלאץ אין די מערב ברעג וואס מקומט מיט קלארע צעטלעך און באווייזן אז סבאלאנגט פאר איינעם, גייט עס צוריק אדער פארהאנדעלט מען

אויסער אין מד''י וויבאלד דארט איז געווארן א נייע לאנד מיט א נייע ממשלה, האט מען געפענט א פרישע בלאט

די מציאות איז אויך אז סאיז כמעט נישטא קיין הייזער וואס סהאט באלאנגט פאר אראבער און זיי האבן אפגעפוצט

מ'קען אויך טענה'ן צו די אראבער וואס זענען אנטלאפן, וואס ביסטו אנטלאפן? קוק נאר אויף אלע איזראעלי אראבער וואס זענען נישט אנטלאפן (רעכן אויך אלע דרוזן און בעדואינער) מ'האט זיי נישט צוגענומען די הייזער, זיי זענען אלע בירגער מיט פיינע רפואה אינשורענס, עדיוקאציע, וכו' און זיי האבן מקיים געווען פרי ורבו אז די קינדער מיט די אייניקלעך רעדן שוין געשליפענע העברעאיש. איז דאך א ראי' אז די אראבער האבן נישט געדארפט אנטלויפן. נו, אז דו ביסט יא אנטלאפן איז דאך משמע אז די האסט עס איבער געלאזט אויף הפקר (מ'האט שוין חזקה אויך...)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

עוד הם מדברים האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אז מען באטראכט די מצב פון אלע זייטן, זעהט מען נישט און די מדינת ישראל מיליטער דא א גרויעסע קנאקדיגע מעכטיגע מילטער מער פון א געווענדליכע לאנד, און מעגליך גאר א שוואכקייט פון די איזרעלישע כוחות. דא ליגט היפש אויפגעבלאזענע לופט, און איבער געטריבענע פראפאגאנדע, מעכטיג! שטויענד, מען האט אראפגעקניידעלט א הויעך שטאקעדיגע געביידע צי שטויב. מען האט באמבעדירט טויזענט צילען און א טאג.

איין מינטקעלע.
וואס איז דען עזה? די גרויעסע פיינט, א גרויעסע פארקאנאקטע פארהאקטע, פאריגלטע, פארשלאסענע, געטא-תפיסה, פארמאכט אין יוצא ואין בא,

איין זייט איז זי צום פינסענס פון מדינת ישראל, די אזויגעריפענע מעכטיגסטע פארגעשריטנסטע מילטער און מיטל מזרח, די צווייטע זייט צום בארטענס פון ים הגדול אויך קאנטרעלירט דורך די מדינה, און א קליין שפיץ צי מצרים, וואס איז איר גרעניץ איז אויך הערמאטיש פארקנאקט.
עזה פארמאגט נישט קיין ערענסטע, וואסער כוחת, נול לופט כוחת, ניטאמאל א אייגענע לופטפעלד פאר א קליינטשיק איין מאטער ערעפלאן אדער העליקאפטער, נאדא טאנקען, א קליין בעבי קאמפערט צי עני עווערדש לאנד אויף כדר העולם.

וואס יא, אונטער די נאז פון די קעניג פון טעכנעלאגיע, מעכטיגע פארגעשריטענסטע מילטער, וואס דארף גאר זיין א סעמפעל פאר אנדערע, האבען זיי די כאמאס און זייער פארקניידעלטע תפיסה, אינטער די איזרעלישע ראדאר איינגעזאמלט א זאפאס פון בחורישע ראקעטן פריזביס, וואס אפשר און די צווייטע וועלט קריג איז עס געווען א ערענסטע מילטער געצייג, היינט מיט די GPS טעכנעלאגיע איז עס היבש צירוק געבליבען. אבער אזויפיל טוט עס חא, עס שטעלט אפ די נערמאלע הלוך ילך ביי מיליאנען,

און וואס ענטפערט אפ די מעכטיגע מילטער, מען קניידעלט אינפערסטראקטער, צישאסען בילדינגס, וועלכע נערמאלע מעסיג אוועק געשטעלטע מילטער קען דען נישט ציווארפען געביידענס, נאכדערצי און א שטיק לאנד הערמאטיש פארמאכט אונטער דיינע לאפעס, וואס איז די חכמה, וואס איז שטוינעד דא, ווייט נישט קיין איווען פייט, ציברעכען געביידענס קען יעדער שמויגער, די טעסט דא ווי אזוי האבען זיי ביי דיר בעיקיארד איינגעזאמלט אזא אפילו צירקגעשטאנע געווער וואס אזויפיל טוט עס אן אז טראגט אראפ דיין גאנצע באפעלקרונג און בונקער.
זיי זענען איינגעשפארט דארט שויו יארען, און די פירערשאפט דרייט זיך ווייטער פראנק און פריי.

מעכטיג, קוק די קליפ, אראפ מיט א געביידע, וואס איז די פיקחות, וויאזוי האבען זיי אזויפיל וואפען, אינדיע פאקיסטאן קען דען נישט ציווארפען געביידעס
זיי האבען געפעלד די ריעל טעסט,
עין בעל הגאולה די זעלבע בנוגע די זעקס טאג מלחמה, די אזוי געריפענע ניסים אנגעבלאזענע פראפעגאנדע.


צוויי טאג אינגאנצן אין מלחמה און דאס איז דיין מסקנא? אהא.

אמעריקע איז אריין קיין אפגאניסטאן אין 2001 צו בייקומען אל קאידא און די טאליבאן, און ארויס זענען זיי ווען?? מיט א נצחון אדער אן??



אפגאניסטאן איז יענע עק וועלט, עס איז זייער אימפרעסיוו צי פירן א קריג מיט אלע קלאפ געצייג יענע עק וועלט, ווייט פון דיין היימלאנד קאנפערט זאן

אבער דא רעד מען ביי דיר און בעקיארד, די קאנטעלירסט זייער גרעניצען, ביי דיר און תפיסה, שוין יארען, און זיי קענען נאכאלץ אראפשטיפן דיין גאנצע באפעקרונג און בונקער,
א מיסע דורכפאל דאס. וואס קענסטו ציברעכען געביידעס?
keep your words tasteful, you may have to eat them later
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

ממש אזוי האט געשריבן:
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:אז מען באטראכט די מצב פון אלע זייטן, זעהט מען נישט און די מדינת ישראל מיליטער דא א גרויעסע קנאקדיגע מעכטיגע מילטער מער פון א געווענדליכע לאנד, און מעגליך גאר א שוואכקייט פון די איזרעלישע כוחות. דא ליגט היפש אויפגעבלאזענע לופט, און איבער געטריבענע פראפאגאנדע, מעכטיג! שטויענד, מען האט אראפגעקניידעלט א הויעך שטאקעדיגע געביידע צי שטויב. מען האט באמבעדירט טויזענט צילען און א טאג.

איין מינטקעלע.
וואס איז דען עזה? די גרויעסע פיינט, א גרויעסע פארקאנאקטע פארהאקטע, פאריגלטע, פארשלאסענע, געטא-תפיסה, פארמאכט אין יוצא ואין בא,

איין זייט איז זי צום פינסענס פון מדינת ישראל, די אזויגעריפענע מעכטיגסטע פארגעשריטנסטע מילטער און מיטל מזרח, די צווייטע זייט צום בארטענס פון ים הגדול אויך קאנטרעלירט דורך די מדינה, און א קליין שפיץ צי מצרים, וואס איז איר גרעניץ איז אויך הערמאטיש פארקנאקט.
עזה פארמאגט נישט קיין ערענסטע, וואסער כוחת, נול לופט כוחת, ניטאמאל א אייגענע לופטפעלד פאר א קליינטשיק איין מאטער ערעפלאן אדער העליקאפטער, נאדא טאנקען, א קליין בעבי קאמפערט צי עני עווערדש לאנד אויף כדר העולם.

וואס יא, אונטער די נאז פון די קעניג פון טעכנעלאגיע, מעכטיגע פארגעשריטענסטע מילטער, וואס דארף גאר זיין א סעמפעל פאר אנדערע, האבען זיי די כאמאס און זייער פארקניידעלטע תפיסה, אינטער די איזרעלישע ראדאר איינגעזאמלט א זאפאס פון בחורישע ראקעטן פריזביס, וואס אפשר און די צווייטע וועלט קריג איז עס געווען א ערענסטע מילטער געצייג, היינט מיט די GPS טעכנעלאגיע איז עס היבש צירוק געבליבען. אבער אזויפיל טוט עס חא, עס שטעלט אפ די נערמאלע הלוך ילך ביי מיליאנען,

און וואס ענטפערט אפ די מעכטיגע מילטער, מען קניידעלט אינפערסטראקטער, צישאסען בילדינגס, וועלכע נערמאלע מעסיג אוועק געשטעלטע מילטער קען דען נישט ציווארפען געביידענס, נאכדערצי און א שטיק לאנד הערמאטיש פארמאכט אונטער דיינע לאפעס, וואס איז די חכמה, וואס איז שטוינעד דא, ווייט נישט קיין איווען פייט, ציברעכען געביידענס קען יעדער שמויגער, די טעסט דא ווי אזוי האבען זיי ביי דיר בעיקיארד איינגעזאמלט אזא אפילו צירקגעשטאנע געווער וואס אזויפיל טוט עס אן אז טראגט אראפ דיין גאנצע באפעלקרונג און בונקער.
זיי זענען איינגעשפארט דארט שויו יארען, און די פירערשאפט דרייט זיך ווייטער פראנק און פריי.

מעכטיג, קוק די קליפ, אראפ מיט א געביידע, וואס איז די פיקחות, וויאזוי האבען זיי אזויפיל וואפען, אינדיע פאקיסטאן קען דען נישט ציווארפען געביידעס
זיי האבען געפעלד די ריעל טעסט,
עין בעל הגאולה די זעלבע בנוגע די זעקס טאג מלחמה, די אזוי געריפענע ניסים אנגעבלאזענע פראפעגאנדע.


מען שלאגט זיך דען איבער א פארמעסט? מען שלאגט זיך איבער לעבן און טויט. ווי קומט אריין וועלכע פון די צוויי זייטן איז שטערקער? איינער אטאקירט מיט דאס מערסטע וואס זיי קענען קומט דער צווייטער און טוט וואס זיי קענען - היבש ביסל מער ווי די אנדערע זייט.

למאי נפק״מ צי עס הייסט אן איווען פייט?

נישט קלאר.


איך רעד פון די פראפגאנדע וואס מען הערט, ווי מעכטיג זיי זענען.
לויט די פאקטן זענען די מילטער גארנישט אזוי גלאנציג, גארנישט ספעציעל.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
דיפלאמאטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2021 3:35 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפלאמאטיש »

אוממעגליך זיך צו שלאגן מיט טעראר באנדעס באהאלטן צווישן ציווילע.
די שטערקסטע מיליטער אין די וועלט וואס האט נישט לאנג פארדעם געווינען די צווייטע וועלט מלחמה איז אנטלאפן בבושת פנים פון וויעטנאם מיט פופציג טויזנט טויטע.
די זעלבע זאך איז געווען אין איראק/אפגאניסטאן
און די זעלבע זאך מיט די מעכטיגע בער רוסלאנד אין אפגאניסטאן און אין טשעטשניע
אין איה״נ ווער זאגט מרעדט פון א אויסטערליש שטארקע מיליטער? מרעדט רעלאטיוו אין די מיטל מזרח.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

zugurnish האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:מיליטער זאגט אין א טוויט אז טוויטער האט זיי בלאקירט צו טוויטן איבער אנקומענדיגע ראקעטן קיין באר שבע
20210514_144401.jpg


מן הסתם צוליב שבת...

עס איז דאך פיקוח נפש

איך שיהי' אויב עס איז טאקע אזוי איז א הימל געשריי

מילא שיסן דעם מיסל, קען מען אפשר דעבאטירן אויב עס איז דוחה שבת, אבער דער טוויט?

אפיציעל האלט דאך די מדינה שבת, ניין?

----------

הרב_שלום האט געשריבן:נישט געזעהן אין די פריעדיגע בלעטער
וואס פונקטלעך איז די מחלוקה איבער שייח ג'ראח

ביטע מסביר זיין אין יודיש און נישט שיקען צו בלאגס וואס איז געשריבען אין ענגליש אדער עברית

זעה די תגובה פון @פאליסיידס, און אויף די קומענדיגע פאר בלעטער איז אויך דא אביסל.

עס איז אויך דא פון @פאליסיידס אויף דעם נעקסטן פעידש א לאנגע ק/פ אויף ענגליש.

וואס איך האב געמיינט אפשר איז די טוויט צו אנזאגן איינער צו זאך באשיצען און ער וועט לויפען שנעל.
הגם עס איז דא אזעקה.
וויסען אז עס קומט קאן זיין נוגע

אה, דאן זענט איר אינגאנצן גערעכט.

איך בעהט אייך איבער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@די קאץ האט א נקודה, ווי איך וואלט שטארק עגריעט איז ווען מען זעהט ווי אידן ווערן ליידער פארלוירן פאר זייערע "מעכטיגע" נצחונות, איז גוט צו געדענקען אז דאס וואס זיי טוען מיט כאמאס, איז גאנץ א קנאפע קונץ, און יעדע רעגולער לאנד קאן דאס. (באמת זענען די ציונים אסאך שטערקער ווי דעם, ועין ערך זייערע באמבארדירונגען כסדר אין סיריע, אבער דאס האלט מען דאך ברוך השם נישט אזוי שטארק מיט בעובי הקורה..)

איך וואלט אבער יא געזאגט - נישט פאטריאטיש, אדער להבדיל תורה'דיג גערעדט, מיר וואלט גראדע ווען געשמעקט ווען די נאראטיוו וואלט געווען א פארלוסט פאר די ציונים, אן שטייצעך עס זאל קאסטן איין איד מער - אז יעצט זענען די ציונים מער ווייניגער די געווינער, אנדערש ווי די פריערדיגע מאלן וואס זײ זענען לכאורה געווען די פארלירער.

והא ראי' אז עס איז די ערשטע מאל איך געדענק וואס זײ ווילן ניטאמאל קיין פייער אפשטעל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואס גענוי זיי טוען מיט כאמאס ווייסטו נישט, ווייל די ריכטיגע נצחונות געבן זיי נישט ארויס. די בנינים איז נישט זייער ניצחון, ס'איז גוט פאר די בילדער...

ריכטיגע נצחונות מיינט סייבער אטאקעס, צילן טעראריסטן, כאפן טונעלן, צואווארפן בנינים וואו זיי האלטן אוצרות מיט געלט, צושטערן קאמוניקאציע, וכו'.

דאס ביסל וואס מיר זעען איז צעווארפן בנינים, אבער יעדער פארשטייט אז אונטער די עצים ואבנים זענען דא גאר סענסיטיווע סחורה וואס אפי' כאמאס וויל נישט ארויסגעבן וואס דארט איז געווען.

דאס אליין אז כאמאס בעט אזוי שטארק פאר א פייער אפשטעל, מער ווי סיי ווען אין היסטאריע, איז די גרעסטע באווייז אז די ישראלים רייסן שטיקער און האקן קעפ.

ווען גייט מען באמת וויסן אויב זיי האבן עפעס אויפגעטון? נאך די פייער אפשטעל...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

די סוקסעס פון די אטאקעס זעלבס איז א דעבאטע פאר זיך.
וואס איז אבער ווען עס איז אויפן חשבון פון פרישע מיליאנען 'אינערליכע' שונאים וואס זיי קענען אנזייען פיל מער כאאס אין לאנד ווי דרויסנדיגע?
און דאס צוריקצודרייען וועט נעמען יאארן.

קוקנדיג אויפן גרויסן בילד זעה איך א טאטאלער דורכפאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

למעשה רעגענען ראקעטן איבער אשדוד ממש דעם גאנצן טאג ה"י, דאס איז שוין מיט די אלע באמבאדירונגען
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

צל עובר האט געשריבן:@די קאץ האט א נקודה, ווי איך וואלט שטארק עגריעט איז ווען מען זעהט ווי אידן ווערן ליידער פארלוירן פאר זייערע "מעכטיגע" נצחונות, איז גוט צו געדענקען אז דאס וואס זיי טוען מיט כאמאס, איז גאנץ א קנאפע קונץ, און יעדע רעגולער לאנד קאן דאס. (באמת זענען די ציונים אסאך שטערקער ווי דעם, ועין ערך זייערע באמבארדירונגען כסדר אין סיריע, אבער דאס האלט מען דאך ברוך השם נישט אזוי שטארק מיט בעובי הקורה..)

איך וואלט אבער יא געזאגט - נישט פאטריאטיש, אדער להבדיל תורה'דיג גערעדט, מיר וואלט גראדע ווען געשמעקט ווען די נאראטיוו וואלט געווען א פארלוסט פאר די ציונים, אן שטייצעך עס זאל קאסטן איין איד מער - אז יעצט זענען די ציונים מער ווייניגער די געווינער, אנדערש ווי די פריערדיגע מאלן וואס זײ זענען לכאורה געווען די פארלירער.

והא ראי' אז עס איז די ערשטע מאל איך געדענק וואס זײ ווילן ניטאמאל קיין פייער אפשטעל.


פאריגע מאל האט געהייסען די מדינה האט פארלוירען, די סיבה איז געווען וויבאלד זיי זענען אריין באטס אן די גראנד, וואס ברענגט שווערע שאדענס פאר זיי, און האבען שנעל געדארפט פארלאזען, די זעלבע איז געווען און לבנון מיט חיזבאלע. ווי זיי האבען געהויבען פיס מיט בישות.
יעצט, פון איין זייט האבען זיי די מיסעל דיפענס סיסטעם, וואס ברענגט קנאפע שאדענס, מעינלי די אונאיינגענעמיכקייט פון לויפען כסדר און בונקער.
פון די אנדערע זייט פירען די מדינה די אטעקעס נאר פון זייער קאנפערט סעיף סייט לופט אטאקעס.
זיי האבען נישט וטאס צי פארלירען.
כאמאס האט דא זיך מיעוס פארנארישט, מיט פאלשע האפעונג אז די מדינה וועט אינטערנעמען א גראנד אפאראציע, ווי זיי האבען דארט די אויבערהאנט, און די ישראלים וועלען יאגען מיט חרפות.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@די קאץ האט א נקודה, ווי איך וואלט שטארק עגריעט איז ווען מען זעהט ווי אידן ווערן ליידער פארלוירן פאר זייערע "מעכטיגע" נצחונות, איז גוט צו געדענקען אז דאס וואס זיי טוען מיט כאמאס, איז גאנץ א קנאפע קונץ, און יעדע רעגולער לאנד קאן דאס. (באמת זענען די ציונים אסאך שטערקער ווי דעם, ועין ערך זייערע באמבארדירונגען כסדר אין סיריע, אבער דאס האלט מען דאך ברוך השם נישט אזוי שטארק מיט בעובי הקורה..)

איך וואלט אבער יא געזאגט - נישט פאטריאטיש, אדער להבדיל תורה'דיג גערעדט, מיר וואלט גראדע ווען געשמעקט ווען די נאראטיוו וואלט געווען א פארלוסט פאר די ציונים, אן שטייצעך עס זאל קאסטן איין איד מער - אז יעצט זענען די ציונים מער ווייניגער די געווינער, אנדערש ווי די פריערדיגע מאלן וואס זײ זענען לכאורה געווען די פארלירער.

והא ראי' אז עס איז די ערשטע מאל איך געדענק וואס זײ ווילן ניטאמאל קיין פייער אפשטעל.


פאריגע מאל האט געהייסען די מדינה האט פארלוירען, די סיבה איז געווען וויבאלד זיי זענען אריין באטס אן די גראנד, וואס ברענגט שווערע שאדענס פאר זיי, און האבען שנעל געדארפט פארלאזען, די זעלבע איז געווען און לבנון מיט חיזבאלע. ווי זיי האבען געהויבען פיס מיט בישות.
יעצט, פון איין זייט האבען זיי די מיסעל דיפענס סיסטעם, וואס ברענגט קנאפע שאדענס, מעינלי די אונאיינגענעמיכקייט פון לויפען כסדר און בונקער.
פון די אנדערע זייט פירען די מדינה די אטעקעס נאר פון זייער קאנפערט סעיף סייט לופט אטאקעס.
זיי האבען נישט וטאס צי פארלירען.
כאמאס האט דא זיך מיעוס פארנארישט, מיט פאלשע האפעונג אז די מדינה וועט אינטערנעמען א גראנד אפאראציע, ווי זיי האבען דארט די אויבערהאנט, און די ישראלים וועלען יאגען מיט חרפות.

מצד שני האט דא כאמאס ארויסגעשטעלט נייע מיסילס וועלכע קענען צילן ממש אין גאנץ ארץ ישראל און נייע סועסייד-דראון טעכנעלאגיע און אזוי אויכעט מיסילס וועלכע די אייראן דאום כאפט שווערער
דאס איז חוץ א מעשה וואס זייער זאפאס פון וואפנס ממש ליידיגן זיך נישט אויס..

כבין נאכנישט איבערצייגט אז כאמאס איז דא אזא דורכפאל (הלאוי זאלן זיי דורכפאלן)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ציגאנער האט געשריבן:די סוקסעס פון די אטאקעס זעלבס איז א דעבאטע פאר זיך.
וואס איז אבער ווען עס איז אויפן חשבון פון פרישע מיליאנען 'אינערליכע' שונאים וואס זיי קענען אנזייען פיל מער כאאס אין לאנד ווי דרויסנדיגע?
און דאס צוריקצודרייען וועט נעמען יאארן.

קוקנדיג אויפן גרויסן בילד זעה איך א טאטאלער דורכפאל.


אזא מצב איז נאכנישט פארגעקומען זייט די הקמת המדינה אז שכנים זאלן ווערן שונאים פאר שכנים עד כדי רציחה, אזא געווינס איז נעבעך א ביטערע סכנה פאר אונזערע ברודער אין ארה’’ק עס איז א פחד צו טראכטן וואס דאס קען ברענגן.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

היכי תמצא האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:מען ווערט שוין אימיונד אין תל אביב איז שוין נישט קיין חידוש
געדענק איך ווען תל אביב האט געזאלט זיין א רויטע ליניע וואס וואלט פלאך געמאכט עזה

האלט נישט עזה אינמיטן פלאך ווערן?

-------

עזה האט נאך קיינמאל אזוי געכאפט.

איך גלייב אז אונטער טראמפ וואלט טראמפ גערופן ביבי פרייוועט און געבעטן טו מיר א טובה און לאז זיי אפ. ברבים וואלט ער געזאגט האק שטיקער.

ביידן וואגט זיך נישט צו בעטן...

ס'זעט מיר אויס אז ביידען וויל זיך ווי ווייניגער אריינמישן און געפעכטן ארום דער וועלט (ארויסציען די אמעריקאנע מיליטער פון אפגאניסטאן וכדומה). אפשר וועט ער זאגן צי די מדינה נאך די יעצטיגע מלחמה "הער זיך איין איך האב דיר געלאזט טון וואס דו ווילסט אין עזה, יעצט שווייג דו בשעת איך שפיל דיפלאמאט מיט די איראנער איבער דער נוקלעאר פרשה"


גראדע גאנץ א זאכליכע הסבר אויף ביידען'ס סטעיטמענטס בנוגע די פרשה, דאס ערשטע וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די מצב המלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך פארכט אז ביידן שטארקע פרא ציוניסטישע שטעלונג קען אים היפש אפקאסטן פאליטיש.

וועל מיר זעהן.

יתכן אז מען וועט עס דארפן אריינלייגן אין ביידן דורכפאל אשכול.

דאס איז פון א שטארקן ביידן שטיצער:
Opposing a Ceasefire is nonsensical and will cost thousands of lives. A really disappointing decision by the US


נאכדעם לייגט ער צו:
Serious question to people who oppose a ceasefire: what is the end game without it? Are we just going to accept that escalating attacks are inevitable? All it will do is create martyrs and make things even worse.

Now is the time for world leaders to encourage and enforce peace



דאס קומט נאך וואס ביידן האט היינט גערעדט מיט דעם ראש הכופרים, אבער ער האט געלייגט גאנץ קנאפ דרוק אויף אים וועגן א פייער אפשטעל, און געגעבן חיזוק.

NEW: Netanyahu delivers an 11pm speech and indicates Israel will continue strikes in Gaza.

"This operation will continue until we reach our targets," he says.

He thanks Biden for his support and does not appear to be feeling pressure to head for a ceasefire.



און דאס איז וואס קארטעז שרייבט איבער דעם וואס די מדינה האט באמבארדירט דעם בנין פון עי פי אין עזה:
This is happening with the support of the United States.

I don’t care how any spokesperson tries to spin this. The US vetoed the UN call for ceasefire.

If the Biden admin can’t stand up to an ally, who can it stand up to?

How can they credibly claim to stand for human rights?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”