כ'עפן די אשכול װאס װעט זײן געװידמעט אלעס ארום די גרױסע אפשטימונג דעם װאך װי ס׳װעט אױסגעקלארט װערן הױעך הױעך אז טראמפ האט נאך גאר שטארקע שטיצע אינערהאלב די רעפובליקאנער - על אפם וחמתם פון זײנע פײנט - װאס זענען געװען זיכער נאך יאנואר 6, אז דאסמאל איז עס ״טאקע״ א עכטע בער, און טראמפ גײט װאו די שװארצע פעפער װאקסט, אבער עטליכע חדשים שפעטער, די שטױב האט זיך געזעצט, און אדרבה נישט נאר װאס ער איז נישט א פינטל שװאכער, נאר זײן גרעסטע קריטיקירער נאך די ראיאטן קאנגרעספרױ ״ליז טשעיניי״ - אן אפשטאמיגע פון א אדעללײטישע ״עליטע״ רעפובליקאנע פאמיליע איז ערװארטעט צו פליען פון איר פירענדע פאזיציע אינערהאלב די רעפובליקאנע קאוקוס,
פון די קאנגרעסס נײעס אשכול:
ר' זעקל האט געשריבן:קאנגרעס מינאריטעט פירער האט באשטימט אן אפשטימונג אויף צוויי טעג ארום אוועק צו נעמען די פארזיצערשאפט פון טשעיני
די באשטעטיגונג קומט נאך וואכן וואס טשעיני אמפערט זיך ארום מיט די געוועזענע פעריזעדנט דאנעלד טראמפ, שאפענדיג אן אויפברויז אינערהאלב די ריפובליקאנער פארטיי וועלכע באשולדיגט איר אויף צוטיילן די פארטיי. טשעיני, וועלכע איז געווען איינס פון 10 ריפובליקאנער צו שטימען צו אימפיטשן טראמפ, אנטזאגט זיך אפצוטרעטן פון איר קריטיק, זאגענדיג, אז זיך נישט ארויס שטעלן אקעגן טראמפ קען פירן צו מער געוואלדטאטן אזויווי מען האט געזען ביי די קעפיטאל אומריען.
קול מבשר