וואס טוט זיך האט געשריבן:עפעס אנדערש האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אור האט געשריבן:פארצייטיש האט געשריבן:טאכטער.
געדענק איך ווי די טאטע טשעיני האט געהייסן די מערסט רעכטע ווייס פרעזידענט מעגליך...
צייטן טוישן זיך
איר האט א שטיקל מיסטעיק..
צייטן האבן זיך טאקע געטוישט, אבער נישט לגבי ווי רעכט טשעיני איז..
פשוט היינט מאכט שוין נישט רעכט אדער לינק אויס אין די רעפובליקאנער פארטיי, היינט ווענדט זיך אלעס ווי פראו אדער אנטי טראמפ מ'איז...
כ'וייס נישט וואס מעקארטי וויל, אבער רוב פון די רעפובליקאנער וואטערס, און א גרויס חלק פון זייערע קנאקערס אין וואשינגטאן, ווילן קלאר יא וויטער פאקאוסען איבער "טראמפ", נישט נאר זיינע פאליסיס, ווילן ער זאל רעדן ביי אלע פארזאמלונגען, אינדארסירען די קאנדידאטען, ער זאל זיין די ווארטזאגער פון די פארטיי.
און אויב דאס גייט זיין די רעפערענדום ביי די פריימעריס, גייט די טראמפ זייט (לכאורה) שטארק געואונען, וואס גייט אבער לכבוד דעם זיין ביי די זשענערעל...
די כלל איז, ווי מער טראמפיסטיש די פריימערי רעזולטאטען גייען זיין, אלץ מער אנטי טראמפיסטיש גייעט די זשענערעל עלעקשאן רעזולטאטן זיין...
גערעכט און נישט גערעכט.
ביזט גערעכט אז עס האט נישט צופיל צו טון ווי רעכט מען איז, אבער ביזט נישט גערעכט מיט די טערם פרא אדער אנטי טראמפ.
די אלע וואס שטיצען טראמפ,
זענען נישטא פאר די פערזענדליכקייט טראמפ, אודאי וועלן זיי מיטגיין מיט די פערזענדליכקייט טראמפ אויכעט, אבער בעיקר זענען זיי פאר דאס וואס טראמפ שטעלט פאר.
די רעפאבליקאנער זענען אלעמאל געווען באוויסט ווי די איידעלע באזעסענע אדעללייט, וואס פארשמירן זיך נישט פאר פאליטיק, האבן זייער פרינציפעלד פאליסיס, און זיך נישט אוועק גערוקט דערפון, אפילו עס האט זיי געקאסט געווינסען איינס נאך די אנדערע. און די דעמאקראטן האבן געריטן אויף דעם און געמאכט א לעבן. אודאי אזוי. פארוואזשע נישט?. א פרי רייד? עני טיים! און דאס האט אויפגערעגט א גרויסע טייל רעפאבליקאנער, וואס האבן זיך דערזען אין א שוואכיטשקע פארטיי וואס קניהט פאר יעדע קאפריז פון די דעמאקראטן, און ווען טראמפ איז אפיר געקומען און אנגעהויבן צו שרייען די אמת אין פרצוף, האבן זיך די מערהייט רעפאבליקאנער געקלאמערט ארום אים, פילנדיג אז ענדליך איז דא איינער וואס גייט אריינלייגען ביינער אין די רעפאבליקאנע פארטיי. און דאס האט ער טאקע געטון סוקסעספול.
פארשטייט זיך אז אסאך פון די אלט געזעסענע רעפאבליקאנע וואס זענען נישט אינטערעסירט זיך צו נעמען ארבעטן אויף די עלטער, זענען אלע ארויס קעגן די מאדנע אנשיקעניש וואס האט זיך באזעצט אין "זייער" פארטיי, און זיי האבן אונטערגעשטעלט פיסלעך, אים נישט געשטיצט, אלעס אבי אים ארויסצוזען פון זייער פארטיי. זיי וועלן פארלירן? סאו, נישט די ערשטע מאל וואס זיי פארלירן.
און אודאי אזוי די דעמאקראטן מיט זייער קאמיוניקאציע דירעקטערס, אזוי גערופענע מעין סטרים מידיע, האבן אויך גענומען די מיסיע צו פטור ווערן פון דעם אומגערופענע אנשיקעניש. אבער צו זייער דורכפאל, אפילו נאכ'ן נוצען אלע פארשעמונגען און שפעט ווערטער אויף טראמפ'ן, איז ער דאך אנגעקומען 2016 אינ'ם ווייסן הויז, על אפם ועל חמתם, און געוויזען אז זיי האבן טאקע געהאט וואס מורא צו האבן. וכו' ואכמ"ל.
סא בעסיקלי, דער טערם טראמפ פארטרעט א מערהייט פון נארמאלע רעפאבליקאנע מענטשען וואס ווילן אז זייער פארטיי זאל זיין א געהעריגע עסטאבלישט פארטיי, וואס איז דא צו געווינען און אויפטון פאר די באפעלקערונג. אין קורצען: טראמפ=מענטשען, אנטי-טראמפ=עליטע.
ממילא, אודאי אזוי אז די מערהייט רעפאבליקאנע וואס זענען שוין מיד פון די געפאלישטע אלט געזעסענע רעפאבליקאנע טשיקען פאליטישענס, וועלן שטיצען די וואס שטעלן זיך צו צו די טראמפ אגענדע, וואס ווי געזאגט איז דאס זייער אייגענע אגענדע.
און איך זעה נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר די דזשענעראל עלעקשענס. אויב איז דער יעניגער איינער וואס קען איבערצייגען אז ער איז דא פאר די מענטשן, און רעכנט זיך נישט וואס דער אדער יענער וועט זאגן, אזוי ווי טראמפ האט געטון בשעתו, פארוואס זאל ער נישט קענען געווינען? [פארשטייט זיך אויסער אויב עס וועט אפירקומען מעיל-אין בעללאטס, וואס די מעדזשיק קען מען דערווייל נישט קאנטראלירן].
און פארשטייט זיך אז די דעמאקראטן און די מידיע וועלן פרובירן כסדר צו מאכן צימעס פון יעדע זאך וואס טוט זיך אין די רעפאבליקען פארטיי. ליז טשעיני? הא א געבראטענס. קוק נאר ווער האט איר אויסגעלויבט. פעלאסי און די איבריגע. ווייל פאר זיי איז זייער וויכטיג אז אלעס זאל צוריקגיין צום אלטען. צו וואס האבן א קאמפעטישען?
ווארט נאר ווארט אויף די מידטערם'ס, ווי די קעפלעך אין די צייטונגען וועלן שרייען איבער די "כאאס" און "קלעשעס" אין די רעפאבליקען פארטיי. איך קען שוין יעצט דרוקן די קעפלעך, ווייל עס גייט סייווי נישט ווערן אמת, וויבאלד עס שטייט אין די צייטונגען. און ווי געזאגט האבן זיי א מיסיע, און זיי וועלן טון אלעס דאס צו עררייכען.
זייער א שיינע תגובה, אבער איך דיסעגרי מיט א רוב חלק דערפון (ספעציעל מיט די געצייכנטע ווערטער).
קודם דיין בליק אויף די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז ווראנג לפענ"ד, געווען א פעסטע פארטיי, קאנטראל אין ביידע הייזער, יא אוודאי האבן זיי געהאט געפאלישטע פאליטישענס אזוי ווי יעדע פארטיי האט, אבער "שוואכלינגען" קומט נישט אריין.
איר זאלט מיר אנשטולדיגן, אבער פאול רייען אדער מעקאנעל האבן פיין געפייט פאר די רעפובליקאנער אגענדע, געשאוטדאון די גאווערמענט, נישט ארויפגעברענגט די גארלענד'ס נאמינאציע פאר א וואט, און כ'קען דיך ברענגען נאך הונדערטער משלים.
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט מיר זאגן דא מיט די קאנטראל אויף ביידע הייזער? האבן זיי געטון עפעס פונדאמענטאל דארעך דעם?
ווען די דעמאקראטן האבן ביידע הייזער, אזוי ווי די רעפאבליקאנער האבן געהאט, וועלן זיי טון זאכן וואס וועלן העלפן די פארטיי פונדעמענטאל. למשל זיי וואלטן דורכגעפירט בירגערשאפט פאר אלע אימיגראנטן, ווייל דאס איז א פונדאמענטאלע אויפטוה, אז וויבאלד רוב אימיגראנטן שטימען דעמאקראט, וועלן זיי פארדינען. יעצט האבן זיי ביידע הייזער, ווילן זיי דורכפירן עלעקשען רעפארמען וואס וועט זיי ווייטער העלפן פונדאמענטאל, אז א רעפאבליקאנער זאל שוין קיינמאל קיין פרעזידענטשאפט נישט קענען געווינען. ב"ה אז זיי האבן נישט קיין ברייטע מערהייט, איז נישט ערווארטעט אז זיי זאלן זיין סוקסעספול. ווי זענען געווען די "נישט שוואכלינגען" רעפאבליקאנער ווען זיי האבן געהאט ביידע הייזער? לדוגמא, פארוואס האבן זיי נישט איינגעפירט אז אלע סטעיטס מוזן פארלאנגען וואויטער איי די'ס צו שטימען? עס איז פשוט קאממאן סענס. (אריינצוקומען אין געוויסע בנינים דארף מען האבן איי די'ס, און צו שטימען נישט?), און דאס וואלט אפגעהאלטן 2020 פון געשען, וואלט עס אפילו נישט אנגעקומען צו א יאנוער 6. און דאס וואלט געווען א פונדעמאנטאלע אויפטוה. ווי זענען זיי געווען מיט שטיצען צו בויען די וואנט? אויב די וואנט וואלט געווען פארטיג יעצט, וואלט נישט געווען די יעצטיגע איבערפלוס פון פאטענציאלע דעמאקראטן וויילער. זיי זענען נעבעך געווען זייער ביזי צו אויספארשען א דעמאקראטען איינגעפלאנצטע קאלוזשען האויקס, ווי זייער שוואכקייט האט זיך ווייטער ארויסגעוויזן, פאלנדיג צו די דעמאקראטס טאלקינג פוינטס. און אויב עס איז נישט גענוג געווען, האבן זיי (דער שטארקע פאול רייען) פארהאלטן דעווין נונעס פון זיין פאזיציע, דער איינער וואס וואלט געקענט מאכן אן ענדע צו די גאנצע ראשע קאלוזשען סומאטוכע בעוד מועד, און אזוי ווייטער געפאלן צו די דעמאקראטען געבויטע טרעפ. איז דאס די פרינציפ וואס דו רעדסט פון?.
די אלע אנדערע זאכן מיינט עכט גארנישט לטובת די פארטיי. היינט איז עס אזוי, מארגען קומט א צווייטער און מאכט עס אנדערש. פארשטייט זיך אז עס איז דא געוויסע זאכן דא און דארטען וואס זיי האבן טאקע געטון גוט, אזעלכע מחוצפים זענען זיי נישט געווען צו פארלאנגען צו שטימען פאר זיי, אן דעליווערן גארנישט. אבער מיין מעין פוינט איז אז זיי זענען שוואכלינגען מיט פונדעמאנטאלע אויפטוהונגען בכלל און שוואכלינגען פון דעפענדען זייער פארטיי בפרט.
און איך האלט אויך נישט אז זיי זענען געגאנגען צו טראמפ ווייל זיי זענען געווען "פעד אפ פון די רעפובליקאנער פארטיי", חוץ פון דעם וואס א גרויס חלק פון טראמפ'ס באזע זענען קיין רעפובליקאנער קיינמאל געווען, זיי זענען אריינגעקומען אין פאליטיק צוליב טראמפ, אבער אפילו דיע וואס זענען יא געווען רעפובליקאנער, זענען געגאנגען צו אים פשוט ווייל זיי האבן 'אים' ליב געהאט, גארנישט צו טוען מיט די רעפובליקאנער, טראמפ איז פשוט אן עכט ציענדע מענטשן, ער ציעט מענטשן צו זיך מיט זיין דעמאגאגיע.
און די "אלטגעזעצענע פאליטעשענס" ווי דו רופסט עס, האלטן פשוט נישט ביים זיך מיטשלעפן מיט זיין רעטאריק און דעמאגאגיע.
דו ביזט בארעכטיגט צו האלטן וויאזוי דו ווילסט. אבער איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס עפעס זאלן מענטשן אים ליב האבן? האבן זיי אים געקענט פון ערגעץ? נאר זיי האבן ליב געהאט זיין סטייל רעדן, זיך נישט שרעקן פאר קיינעם, זאגן וואס ער האלט עס דארף געזאגט ווערן, אפילו קיינער האט נישט געהאט די העזה דאס צו טון פארדעם. און דאס האט געוויזן שטארקייט, וואס די אמעריקאנער וואס זענען שוין מיד פון לופטיגע פאליטישענס האבן געגליכן.
און די גרויס חלק פון די פארטיי וואס האבן נישט ליב געהאט טראמפ, האבן א רוב פון זיי פארלאזט דאס פארטיי, איז נישטא ווער זאל וואטן פאר און אריינוועלן דיע "אלטגעזעצענע פאלעטישענס"..
ווי זענען זיי געגאנגען?
פארוואס סגייט שאדן ביים זשענעראל? פשוט ווייל א רוב פון דאס לאנד זענען נאכנישט געפאלן צו טראמפ'ס פוסטע רעטאריק
אזוי? דעמאלס וויאזוי האט ער צובאקומען נאך צען מיליאן שטימען? און פארוואס האבן די דעמאקראטס געדארפט מורא האבן אז ער וועט געווינען, אז זיי האבן געדארפט אנדרייען די מעיל-אין בעללאט טאקטיק, אז מען זאל קענען "טרעפן" באקסעס מיט ביידען בעללאטס?
(און זשאסט צו פראוון דאס פוינט, טראמפ און זיין וויזיע האט נאכקיינמאל באקומען א מערהייט פון דאס לאנד), סאו אויב ס'וועט לויפן זשארדען און געטץ סטייל חברה, וואס העלן קאמפיינען אלס טראמפ און זיינע 'נאכפאלגערס', העלן זיי לכאורה פארלירן.
פארשטטייטזיך אז אלעס ווענדט זיך אויך וויזוי די דעמס העלן פירען זייערע קאמפיינס..
----------
כ'וויל ארויסברענגען א נקודה,
דו שרייבסט א גאנצע צייט די "ווינינג זייט", און דו ברענגסט זייער גוט ארויס אז דו קוקסט עס אן "געווינען ווס. פארלירן", דארפסט אבער פארשטיין אז ס'איז (ב"ה) דא מענטשן וואס קוקן עס אן נארמאלקייט ווס. אומנארמאלקייט, זייערע פרינציפן ווס. פרינציפן'לאז, ביי זיי איז נישט 'געווינען' דאס וויכטיגסטע.
אט אזוי. דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די מהלך המחשבה פון די אלטע רעפאבליקאנער, וואס וועלן שנעלער אטאקירן איינעם פון זייער אייגענע פארטיי, פאר זאכן וואס די מידיע האט דעסיידעט אז מען דארף פארשרייען, ווי איידער ארויסקומען מיט די זעלבע שטארקייט פאר ערגערע זאכן וואס קומט פאר אין די אנדערע פארטיי.
און טאקע פונקט דאס איז וואס איך האב ארויסגעברענגט. פון דעם איז דער המון עם מיד. גענוג מיט די כלומר'שטע פרינציפן, וואס ברענגט אונז נישט אין ערגעץ.