Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מעידיקעד פאר אלל.
עפארדעבל האוזינג.
גאן קאנטראל.
קאלידזש פאר אלל.
ועוד..

קענסט דן זיין צו עס איז גוט פאר אמעריקע אדער נישט, אבער מיליאנע בירגער האלטן אז יא.

די נקודה איז די דעמאקראטישע פארטי שטעלט זיך זייער ארויס אלס פראבלעם סאלווערס, בשעת וואס די רעפאבליקאנער פלאטפארמע איז געווען די לעצטע צוויי יאר, נישט מעידיקעד פאר אלל, נישט גאן קאנטראל, יא טראמפ צו נישט טראמפ.

נישט אז איך האלט אז די דעמאקראטישע פלאטפארמע איז גערעכט, און אז עס סאלווט די פראבלעם, אבער עס איז קלאר אז זיי שטעלן זיך מער ארויס מיט פלענער.

פארשטייט זיך קענסט אויך טרעפען איינצעלע זאכן ביי די רעפאבליקאנער ווי אימעגראציע.

ר' זעקל האט געשריבן:בעפאר מען צורייסט מיר, וויל איך נאר מוסר מודעה זיין אז איך האב די אשכול נישט געעפענט, א צווייטער האט עס געעפענט אין געשריבען א תגובה אויף וואס איך האב געענטפערט, נאר דא האט זיך אפגעטוהן א שטיקל מעקעראציע ממילא איז מיין תגובה געפאלן אויפן ערשטען ארט, אין עס קומט נישט אריין אזוי קלאר.
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום זונטאג מאי 09, 2021 2:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

1 - בלעק לייווס מעטער

2 - צוויי מאל אימפיטשען די קאמפאוינענט

3 - צוטיילען דאס לאנד

4 - נעמען א פרוי אלץ ווייס פרעזידענט

5 - הייבן טעקס

6 - זעכער מאכן אז קיינער זאל נישט מער גלייבן אין די וואויטס

7 - אפשטעלן קיסטאוין פייפליין

8 - עפענען די גרעניץ

9 - אפשטעלן די וואנט

10 - אראפנעמען סאנקציעס פון איראן

11 - פיעספאל פראטעסט

12 - דיקטאטורשאפט אינטערן שלייער פון קראנע

13 - אפשפארן סקולס

14 - אינטערברענגען די אקענאמיע

15 - ראשע קאלוזען

16 - אבארציע

17 - די ר''ת וואס פאסט נישט צו דערמאנען (וואס זיי פירן זיך צו רעדן דערפון ביי יעדע דרשה)

אזאלכע שיינע אקאמפלישמענטס , טאקע לטובת די בירגער
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איך בין זיכער אז ווען די רעפאבליקען פארטי קומט ווען ארויס מיט א שטארקע פלאטפארמע פאר 2020 מיט זייער פלענער פארן לאנד, און זיי וואלטן געווען ביזי דאס שטיפען עכ'פ אזוי שטארק ווי דאס אז ביידען קאלעכט (וואס קען זיין אז עס איז אמת) וואלט טראמפ יעצט געווען פרעזידענט.

זיי וואלטען געקענט ארויסקומען מיט א אייזען שטארקע פלאטפארמע ווי
סטאפען ענדלאזע מלחמות.
מיטעל מזרח שלום אפמאכן.
טעקס קאטס.
קאטען רעגאלאציעס.
העלט קעיר פלאן.
פריזען רעפארם.
צוריק ברענגען דזשאבס קיין אמעריקע.
זיך שטעלן קעגען טשיינע.
ועוד ועוד.

וואס רוב פון די זאכען האט אויפגעטוהן פאר עס און ער האט אפילו גערעדט דערפון ביי די קאמפיין, אבער נישט געשטיפט אומאויפהערליך פאר עס,נאר ענדערש געווען ביזי מיט שטותים און הבלים.

משא'כ די רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט האבן יא מער געשטיפט די אגענדע און זיי האבן געהאט אסאך שטארקערע סוקסעס.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הרב פאסט טרעגער, ווי געזאגט די רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט זענען יא מער געשטאנען סיי אויף זייער מעסעדזש און סיי אראפצורייסען די שלעכטע זאכן פון די דעמאקראטען וואס די האסט אויסגערעכנט, און זיי האבן געהאט מער סוקסעס, אבער אויף די טאפ טיקעט האט זיי טראמפ געהאלפן מיט זיינע שטותים, אז זיי האבן געקענט שטיין בעסער אויף זייער מעסעדזש, בשעת ער איז געווען ביזי מיט נערישקייטען און טיפשות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ר' זעקל האט געשריבן:מעידיקעד פאר אלל.
עפארדעבל האוזינג.
גאן קאנטראל.
קאלידזש פאר אלל.
ועוד..

קענסט דן זיין צו עס איז גוט פאר אמעריקע אדער נישט, אבער מיליאנע בירגער האלטן אז יא.

די נקודה איז די דעמאקראטישע פארטי שטעלט זיך זייער ארויס אלס פראבלעם סאלווערס, בשעת וואס די רעפאבליקאנער פלאטפארמע איז געווען די לעצטע צוויי יאר, נישט מעידיקעד פאר אלל, נישט גאן קאנטראל, יא טראמפ צו נישט טראמפ.

נישט אז איך האלט אז די דעמאקראטישע פלאטפארמע איז גערעכט, און אז עס סאלווט די פראבלעם, אבער עס איז קלאר אז זיי שטעלן זיך מער ארויס מיט פלענער.

פארשטייט זיך קענסט אויך טרעפען איינצעלע זאכן ביי די רעפאבליקאנער ווי אימעגראציע.

אה ענדליך איינער וואס פארשטייט מיר...

אין 2016 איז די טראמפ קאמפיין פלאטפארמע געווען:

1. איליגעל אימיגרעישאן קאנטראל
2. בויען א וואנט
3. לאוערן פרעסקריבשאן ענד דראג פרייסעס
4. דעפיטן אייסיס
5. ארויסגיין פון לענדער וואו מיר באלאנגען נישט
6. פארלאנגען פון אנדערע לענדער צו באצאלן פאר די סערוויסעס וואס אמעריקע געבט.
7. שפארן גאווערמענט ספענדינג
8. קלענער מאכן און צוזאמשטעלן גאווערמענט אגענטורן
9. לייגן טאריפס אויף טשיינע
10. איבערארבעטן נאפט"א
11. ארויסגיין פון פאריז קליימעט אקאורד
12. ריפיעלן אבאמא קעיר
13. מאסיוו אראפנעמען רעגולאציעס פון ביזנעסער
14. נידערן טעקסעס
15. באשיצן די אויל אינדוסטריע
16. אינפראסטרוקטור

א פעסטע פלאטפארמע פון נישט בלויז "נישט" פאליסיס. די רעפובליקאנער בהמות האבן אבער נישט פארשטאנען וואו זייער חסרון ליגט, און זענען נאר געווען ביזי צו פייטן טראמפ.

אין 2020 האט מען אבער נישט געהערט קיין ווארט פון קיין איינע פון די זאכן. אנשטאט איז מען געווען ביזי מיט טראמפ'ס שטותים. דאס האט זיי אוועקגעלייגט און דאס וועט זיי אוועקלייגן אין די פיוטשער, זיי קענען האבן טראמפ וויפיל זיי ווילן.

ווידער די דעמאקראטן, כאטש כלפי טראמפ האבן זיי טאקע געהאט א גרויסע "נישט" פלאטפארמע". דאך האבן זיי געהאט אפאר הויפט "יא" פאליסי אישוס, וואס רעדט שטארק צו וויילער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די דעמאקראטישע פלאטפארמע איז נישט ממש וואס זעקל זאגט, יענץ איז מער די בערני פלאטפארמע.

די ביידן פלאטפארמע איז מער ווייניגער: מסדר זיין גאנץ אמעריקע, גלייכבארעכטיגט אלע סארטן ראסעס און איירעדענישן, מיט בני חיי ומזוני, מטה כסא שולחן ומנורה. אבער נישט אלעס דורך עס דירעקט צאלן.

און ניין מיינע פריינט, סמאל מארקעט קאפיטאליזם קען דאס נישט באזיגן היינטיגע צייטן אן: ביידן קאלעכט, די דעמאקראטן מאכן חרוב אמעריקע, און יותר מכולם, פשוט פארקויפן דעם ליגענט וואס דער אשכול פארקויפט. דהיינו איינרעדן פאר דעם אייגענעם ציבור וואס דער אנדערער איז יא אדער נישט.

מיט אפענע קארטן געווינט היינט ביג גאווערמענט ספענדינג ריזיג קעגן עכטע סמאל מארקעט קאפיטאליזם.

אויב אבער וואלטן די רעפאבליקאנער געהאט אנדערע השגות עד היכן סמאל גאווערמענט מגיע, און זיך געשטעלט ערגעץ אינמיטן, קענען זיי ווען האבן א פאזיציע מער פאפולער ווי דעם היינטיגן דעמאקראטישן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איי געס האסט פארגעסען אז טראמפ האט געווינען אין 2016 מיט די פלעטפארם וואס פעיק שרייבט, טאקע נישט שטארק געווינען אבער געווינען.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

ר' זעקל און ר' פעיק,

נניח מען האט טאקע נישט געבאכעט די אישו'ס אזוי שטארק ווי אין 2016, כאטש מען האט אסאך מער גערעדט פון פאליסי ווי די דעמאקראטן,
אבער פארגעס נישט טראמפ האט ארויסגעשלעפט 15 מיליאן מער וויילער אין 2020 ווא אין 2016 די מערסטע אין היסטאריע פון א אינקאמבענט פרעזידענט,
ער האט ארויסגעברענגט א גרעסערע פראצענט שווארצע ווי אין 2016
די גאנצע פארלוסט איז געווען א נישטיגע פאר טויזענט שטומען אין אפאר שטאטען,
ווען עס איז ווען נישט דא די קראוינע וואלט ער זיכער געווינען מיט א לענדסלייד, סיי מטעם קראוינע האט אים צוגענימען אסאך אנטוזיאזעם און סיי ווייל די מעיל אין בעלעטס זענען געווען די דיסיידער וואויטס און ווען נישט די היתר צו ברעכן יעדע געזעץ וועגן קראוינע וואלט דאס נישט געווען,
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ווי עס שיינט, האט איר שוין פארגעסן אז עס איז געווען אסאך צייט וואס מען האט נישט געקענט קאמפיינען געהעריג, און ווי אויך האט געפעלט איין דעבאטע, סא עס איז נישט געווען געהעריג ווי צו לאזן ליפטערן פאזיטיווע מעסידזשעס.
מיט די איבערגעבליבענע מיטלען האט מען געקענט נאר נוצן די נעגעטיווע חלק ווייל דאס קלעבט גרינגער.

אויסער דעם, ווי פונקטליך האט איר געוואלט לאזן הערן די פאזיטיווע מעסידזשעס פון די רעפאבליקאנע פלאטפארמע? איך קען האבן א טשעק פון מיליאן דאלער וואס איך וויל דיר שיקן היינט, אבער אז דער פאסט ארבייט נישט היינט, וועט עס נישט אנקומען צו דיר. די גאנצע מידיע איז געווען טאטעלי קאוויד קאוויד קאוויד, און ס'איבריגע צו האקן אויף טראמפ. סא ווער פונקטליך האט געדארפט דעליווערן די רעפאבליקאנע פלאטפארמע צו די וויילער?
די זעלבע זאך זאג איך פאר 2024, אויב טראמפ וועט נישט האבן קיין אייגענע טי ווי סטעישען און סאציאלע מידיע, איז א שאד יעדע פעני צו אינוועסטן אין די קאמפיין. זערא טשענס ער וועט געווינען. און די זעלבע מיט דעסאנטיס אדער סיי ווער עס קלערט צו זיין די נאמיני. די מידיע שעמט זיך שוין אפילו נישט מיט זייער בייעס. און אזוי אויך מיט די ביג טעק.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די מעסידזש אז ביידען קאלעכט האט ער יא געהאט ווי צי פארקויפען איא, ער האט געמאכט ראליס רעכטע אין לינקס, געווען ביזי ווי גוט ער איז געווען די לעצטע פיר יאר, און ווי קאלעכדיג ביידען איז, איך בין געשטאנען און געווארט ווען גייט ער שוין אנהייבען שרייען אין די נעקסטע פיר יאר גיימער אונז ארויס גיין פון אפגאניסטאן, גיימער אונז שניידען נאך טעקסעס, אויפקומען מיט א גוטע אינפערסטרוקטער פלאן, העלט קעיר פלאן, ענדיגען די וואנט, צוריקברענגען נאך דזשאבס קיין אמעריקע, סקול טשויס, און נאך און נאך, איך זאג נישט אז ער האט ממש קיינמאל נישט גערעדט דערפון, אבער כמעט גארנישט.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

די קעפל איז געהעריג פעיק ניוז, די דעמעקראטן האבן נישט קיין פלאטפארם, און עס איז זיכער נישט לטובת אמעריקע.

די דעמעקראטן האבן אן אוטקאם וואס זיי ווילען, און יעדע פאליסי\פלאטפארם ווערט געבויט לויט וואס ס'איז בעסער אויף די מינוט פאר די אוטקאם, און אויף וואס עס מאכט זיי גרינגער אנציקומען צו די אוטקאם.

די אוטקאם וואס זיי ווילען איז פשוט, פאוער, רויע פאוער איבער אלעס, פיטנעל.

יעדע נושא אז מען קוקט אונטער דעם וועט מען זעהן וויאזוי דאס איז בעסער פאר זייער ענד געים פון זיין אין פאוער, היינו טעמא דקאוויד לאקדאון, היינו טעמא דאפען בארדערס, היינו טעמא דגלויבעל ווארמינג, היינו טעמא דקאורט פעקינג, היינו טעמא פון יעדע זאך, איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין יעדע זאך עקסטער.

ווען זיי קענען וואלטן זיי ווען איגאנצן מבטל געווען עלעקשינס, זיי האלטן אז זיי דארפן זיין אין פאוער ווייל זיי ווייסן און פארשטייען בעסער ווי עניבאדי וואס איז גענוג אפגעפליקט צו האלטן אנדערש, אהן זיך דארפן מסבר'ן אדער קאמפיינען, די גאנצע עלעקשין איז ביי זיי אין בעסטן פאל א אלטע אפגעפרעגטע איידיע.

ס'איז דא אסאך אנשטענדיגע דעמעקראטן פונעם אלטן חדר וואס זענען נישט אזוי, אבער די פאר לעפט און די היינטיגע אדמיניסטראציע זענען יא פון די נייע חדר ווי אויבן געשריבן.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פאסט טרעגער האט געשריבן:ר' זעקל און ר' פעיק,

נניח מען האט טאקע נישט געבאכעט די אישו'ס אזוי שטארק ווי אין 2016, כאטש מען האט אסאך מער גערעדט פון פאליסי ווי די דעמאקראטן,
אבער פארגעס נישט טראמפ האט ארויסגעשלעפט 15 מיליאן מער וויילער אין 2020 ווא אין 2016 די מערסטע אין היסטאריע פון א אינקאמבענט פרעזידענט,
ער האט ארויסגעברענגט א גרעסערע פראצענט שווארצע ווי אין 2016
די גאנצע פארלוסט איז געווען א נישטיגע פאר טויזענט שטומען אין אפאר שטאטען,
ווען עס איז ווען נישט דא די קראוינע וואלט ער זיכער געווינען מיט א לענדסלייד, סיי מטעם קראוינע האט אים צוגענימען אסאך אנטוזיאזעם און סיי ווייל די מעיל אין בעלעטס זענען געווען די דיסיידער וואויטס און ווען נישט די היתר צו ברעכן יעדע געזעץ וועגן קראוינע וואלט דאס נישט געווען,

מען האט אפשר מער גערעדט פון פאלעסיס וואס ער האט אויפגעטוהן די לעצטע פיר יאר, אבער כמעט גארנישט וואס מען גייט טוהן די נעקסטע פיר יאר, וואס איז די וויכטיגסטע וואס מען דארף רעדן ביי אן עלעקשען, קענסט נאכדעם צו ענדיגען אז טראסטס מיר אז איך קען דאס באווייזען ווייל זעסט דאך אז איך האב שוין אויפגעטוהן דאס אין דאס, אבער זיין ביזי וואס מען האט שוין אין גארנישט רעדן וואס מען גייט איז געווען א ביג מיסטעק.

יעצט לגבי דאס וואס ער האט באקומען מיט פיפצען מיליאן וואוטס מער ווי אין 2016, וואס איז עס ווערט ווען לכבוד דיר איז די אנדערע פארטי ארויסגעקומען מיט נאכמער ווי פיפצען מיליאן וואוטס מער ווי פיר יאר פארדעם.

אין לגבי אז ער האט פארלוירען מיט נישטיגע פאר טויזענט וואוטס, אין 2016 האט ער געווינען מיט נישטיגע פאר טויזענט וואוטס, דעי נישטיגע פאר טויזענט וואוטס אויף דעם שלאגט מען זיך אייביג, אין 16 האט ער געהאט א גוטע מעסידזש האט ער זיי געווינען אין 20 האט ער נישט געהאט האט ער זיי פארלוירען.

עס קען זיין אז אן קאראנא וואלט ער געווינען, אפילו אן א מעסידזש, ער האט נאך אלעם גוט דעליווערט אין זיינע פיר יאר, אבער למעשה איז געווען א קאראנא וואס האט אים אביסעל שוואך געמאכט, האט אויסגעפעלט נאך שטערקער א גוטע מעסידזש וואס וואלט אים געמאכט געווינען ריעלעקשאן,

גוט שבת.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

בעפאר מ'צורייסט מיר דא, לאמיר געדענקען אז זיי האלטן אז אמעריקע איז שלעכט במקורה, נאך עד היום, לעט דעט סינק אין.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

בעפאר מען צורייסט מיר, וויל איך נאר מוסר מודעה זיין אז איך האב די אשכול נישט געעפענט, א צווייטער האט עס געעפענט אין געשריבען א תגובה אויף וואס איך האב געענטפערט, נאר דא האט זיך אפגעטוהן א שטיקל מעקעראציע ממילא איז מיין תגובה געפאלן אויפן ערשטען ארט, אין עס קומט נישט אריין אזוי קלאר.
עפעס אנדערש האט געשריבן:אזוי ווי איך האב געהאט געבעטן אז מען זאל מיר אראפלייגען די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד, און נישט באקומען קיין ענטפער, האב איך גע'עפנט אן אשכול ווי דארט איז אויסגערעכנט אלעס.
פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

יעצט @פון אמעריקע איך עגרי מיט דיר אז רוב פון די דעמאקראטישע פאליסיס זענען א חורבן פאר אמעריקע, וואס איך טריי ארויסצוברענגען איז אז בעת ביידען איז געלאפען אויף א פלאטפארמע פון פלענער פאר אמעריקע, איז טראמפ געלאפען אויף די פארקערטע דירעקשענס, אראפרייסען ביידען אלס א אלטע פארקאלעכטער נער, און ווי גוט ער איז געווען די לעצטע פיר יאר, אין מיט דעם האט ער פארלוירען א וויכטיגע גרופע וויילער וואס באלאנגט נישט צו שטארק אין קיין איין פארטי, זיי האבן איבערגעלאזט קלינטען ווייל טראמפ איז געקומען מיט א פלאן, אין זיי האבן איבערגעלאזט טראמפ ווייל ביידען איז געקומען מיט א פלאן, עס מאכט נישט צופיל אויס ווי געזונט די פלענער זענען פאר אמעריקע.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

ס'איז א טעות צו זאגן אז נאציאנאלע פאליטיק איז וועגן פארטייען, ווייל פארטייען זענען בסך הכל ענטיטיס אויף פאפיר.

נאציאנאלע פאליטיק איז געווענליך אדער וועגן יסודות'דיגע אידעאלן וואס איז נוגע ווען ס'קומט צו דעבאטירן גאר אסאך געזעצן אדער וועגן פרטיות'דיגע געזעצן, און אין אמעריקע וואו מען דארף געווענליך כמעט האלב פון די וויילער צו געווינען נאציאנאל איז דערווייל נישט דא קיין פלאץ פאר א פארטיי אויף איין סעפעציפישע פאליסי, און ס'איז טאקע נישט דא.

אלזא, די דעבאטע קען זיין איבער די פאזעטיווע/נעגאטיווע עפעקט פון פאליסיס, אבער מ'דארף זיין וואך איבער די אידעאלן וואס שטופן איטליכער זייט צו האבן די פאליסיס וואס זיי האבן, און דעסקוסיעס וועגן די אידעאלן זעלבסט קען געבן א ברייטערע בליק פאר'ן מענטש וואס ער האלט באמת פאר בעסער און ריכטיגער.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

ר' זעקל האט געשריבן:בעפאר מען צורייסט מיר, וויל איך נאר מוסר מודעה זיין אז איך האב די אשכול נישט געעפענט, א צווייטער האט עס געעפענט אין געשריבען א תגובה אויף וואס איך האב געענטפערט, נאר דא האט זיך אפגעטוהן א שטיקל מעקעראציע ממילא איז מיין תגובה געפאלן אויפן ערשטען ארט, אין עס קומט נישט אריין אזוי קלאר.
עפעס אנדערש האט געשריבן:אזוי ווי איך האב געהאט געבעטן אז מען זאל מיר אראפלייגען די פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד, און נישט באקומען קיין ענטפער, האב איך גע'עפנט אן אשכול ווי דארט איז אויסגערעכנט אלעס.
פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

יעצט @פון אמעריקע איך עגרי מיט דיר אז רוב פון די דעמאקראטישע פאליסיס זענען א חורבן פאר אמעריקע, וואס איך טריי ארויסצוברענגען איז אז בעת ביידען איז געלאפען אויף א פלאטפארמע פון פלענער פאר אמעריקע, איז טראמפ געלאפען אויף די פארקערטע דירעקשענס, אראפרייסען ביידען אלס א אלטע פארקאלעכטער נער, און ווי גוט ער איז געווען די לעצטע פיר יאר, אין מיט דעם האט ער פארלוירען א וויכטיגע גרופע וויילער וואס באלאנגט נישט צו שטארק אין קיין איין פארטי, זיי האבן איבערגעלאזט קלינטען ווייל טראמפ איז געקומען מיט א פלאן, אין זיי האבן איבערגעלאזט טראמפ ווייל ביידען איז געקומען מיט א פלאן, עס מאכט נישט צופיל אויס ווי געזונט די פלענער זענען פאר אמעריקע.

הונדערט פראצענט גערעכט, איך האלט שוין לאנג אז טראמפ'ס גרעסטע שונא איז זיין אייגענע מויל, הן יא זאגן זאכן וואס ער דארף נישט, הן נישט זאגן זאכן וואס ער דארף יא, ראש לימבא פלעגט דאס שרייען בשעת'ן קאמפיין אז טראמפ אין זיינע רעליס לייגט נישט גענוג פאוקעס אויף זאכען וואס ער האט אויפגעטוהן און זיינע פלענער אויף די נעקסטע פיר יאר.

אגב, טראמפ'ס דרשות ווי ער האט זיך יא געהאלטן צום סקריפט זענען אויסערגעווענליך גוט, א שטייגער די דרשה ביים אפצייכענען 75 יאר פון די דעי, אדער זיינע סטעיט אף די יוניען אדרעסעס, פראבלעם איז די דרשות זיינע זענען די עקסעפשאן, רוב זיינע דרשות און רימארקס איז ער יא פארפארן פון סקריפט, און זייער אסאך מאל האט ער זיך אליין אריינגעשטיפט די פיס און מויל.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאסט טרעגער האט געשריבן:ר' זעקל און ר' פעיק,

נניח מען האט טאקע נישט געבאכעט די אישו'ס אזוי שטארק ווי אין 2016, כאטש מען האט אסאך מער גערעדט פון פאליסי ווי די דעמאקראטן,
אבער פארגעס נישט טראמפ האט ארויסגעשלעפט 15 מיליאן מער וויילער אין 2020 ווא אין 2016 די מערסטע אין היסטאריע פון א אינקאמבענט פרעזידענט,
ער האט ארויסגעברענגט א גרעסערע פראצענט שווארצע ווי אין 2016
די גאנצע פארלוסט איז געווען א נישטיגע פאר טויזענט שטומען אין אפאר שטאטען,
ווען עס איז ווען נישט דא די קראוינע וואלט ער זיכער געווינען מיט א לענדסלייד, סיי מטעם קראוינע האט אים צוגענימען אסאך אנטוזיאזעם און סיי ווייל די מעיל אין בעלעטס זענען געווען די דיסיידער וואויטס און ווען נישט די היתר צו ברעכן יעדע געזעץ וועגן קראוינע וואלט דאס נישט געווען,

*11 מיליאן.

[פרעזידענט ביידן האט ארויסגעברענגט 15 מיליאן מער ווי סעקרעטערי קלינטאן - אדער אין אנדערע ווערטער: טראמפ האט ארויסגעברענגט קעגן זיך 15 מיליאן מער אין 2020 ווי אין 2016 - אין די העכסטע טוירנאוט עלעקשן אין 120 יאר. און לאו דוקא וועגן קאוויד מיט מעיל אין בעלאטס, ווייל אין 2018 האט טראמפ אויך ארויסגעברענגט דעם גרעסטן עולם קעגן זיך אין איבער 100 יאר, נאר אין 2020 האט ער זיין אייגענעם עולם אויך ארויסגעברענגט אויף כמעט אזא פארנעם. אין 2018 איז אויך געווען אומגעהויערע טוירנאוט אויך אויף די רעכטע זייט, אבער פארט שוואכער ווי די לינקע זייט, משא"כ 2020.]
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש מאי 08, 2021 11:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פון אמעריקע האט געשריבן:בעפאר מ'צורייסט מיר דא, לאמיר געדענקען אז זיי האלטן אז אמעריקע איז שלעכט במקורה, נאך עד היום, לעט דעט סינק אין.

ווער איז די זײ?

פרעזידענט ביידן האלט נישט אזוי, ער האלט סך הכל אז מקום הניחו להתגדר בו.

-------

פארוואס האט מען דא געמעקט די ערשטע תגובה?

מיט וואס איז יענץ געווען קעגן די תקנות?

מען מעג שוין נישט שרייבן קיין אומ'אמת'ן דא בנוגע אלגעמיינע פאליטיק?

(מיין ערשטע תגובה דא מאכט יעצט אויך ווייניגער סענס ווען מען זעהט שוין נישט צו וואס עס באציט זיך.)
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

צל עובר האט געשריבן:

די פאר לעפט.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וועלכע האבן פארלוירן די צוויי לעצטע דעמאקראטישע פריימעריס, ממילא מאכן זיי נישט די פלאטפארמע..
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

און אויך פון וועלכע לאגער ביידען האט גענומען זיין וויצע.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גראדע די פאר לעפט פון וואס דו רעדסט האסט קאמאלע העריס.

זי איז די מערסטע געווארן געשטיצט ביי ביידן דורך דעם עסטאבלישמענט פיגור דזשעימס קלייבארן.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

זי איז גענוג פאר לעפט צוזאמצושטעלן געלט פאר בעיל פאר בלמ פארברעכער, יא, זי האלט אז אמעריקע איז דורכגעפוילט און שלעכט עד היום.

זי האט טאקע גארנישט אנגעצויגן אין די פריימעריס, אבער זי איז סייווי אין די וו"ה ווייל ביידען האט איר גענומען, אדער ווייל ביידען איז נישט מחולק מיט איר וויזיע פון אמעריקע, אדער ווייל ער זעהט איין אז זי איז נענטער צו די פיוטשער פונעם דעמעקראטישע פארטיי ווי ער איז, און ער שטעלט זיך צו.

עי או סי האט לעצטענס געזאגט אז זי האט מורא געהאט אז ביידען'ס אדמיניסטראציע וועט זיין צו קאנסערוועטיוו פאר איר, אבער זי פריידט זיך זייער אז די אדמיניסטראציע איז נאר מער פראגרעסיוו ווי זי האט געהאפט.

ביידען'ס אדמיניסטראציע גאווערנט בכלל נישט ווי די אלטע עסטעבלישמענט דעמעקראטישע פארטיי.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

צל עובר האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פארוואס האט מען דא געמעקט די ערשטע תגובה?

מיט וואס איז יענץ געווען קעגן די תקנות?

מען מעג שוין נישט שרייבן קיין אומ'אמת'ן דא בנוגע אלגעמיינע פאליטיק?

(מיין ערשטע תגובה דא מאכט יעצט אויך ווייניגער סענס ווען מען זעהט שוין נישט צו וואס עס באציט זיך.)

איך ווייס, מיין תגובה מאכט אויך נישט קיין סענס,

עס מאכט אויסזעהן ווי איך בין געקומען טראלן אין א פארטייאישע אשכול.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
פון אמעריקע האט געשריבן:
פארוואס האט מען דא געמעקט די ערשטע תגובה?

מיט וואס איז יענץ געווען קעגן די תקנות?

מען מעג שוין נישט שרייבן קיין אומ'אמת'ן דא בנוגע אלגעמיינע פאליטיק?

(מיין ערשטע תגובה דא מאכט יעצט אויך ווייניגער סענס ווען מען זעהט שוין נישט צו וואס עס באציט זיך.)

איך ווייס, מיין תגובה מאכט אויך נישט קיין סענס,

עס מאכט אויסזעהן ווי איך בין געקומען טראלן אין א פארטייאישע אשכול.

ווען איך האב געעפנט די אשכול, האב איך געלייגט די ערשטע קאממענט ווי פאלגענד:
פלאטפארמע פון די דעמאקראטישע פארטיי לטובת די לאנד
...................................................................................................... און שוין!

ווי צו זאגן אז עס איז באמת נישטא קיין פלאטפארמע לטובת די לאנד
זעט אויס די אחראים דא זענען קרובים צו דזשעק דארסי.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”