איינס האט געשריבן:און אז איך שרייב שוין
הערנדיג אביסל די וועדת חקירה שטעל זיך ארויס
1) יעקב הלר האט געשיקט סדרנים אונטן פון שביל ר דוב, לפי וואס ער זאגט איז דאס געווען א חלק פון שיקן סדרנים אויף אסאך פוינטס כדי זיי זאלן דארט זיין.
2) לפי הנראה האבן זיי באקומען א הוראה צו אפשטעלן דעם ארויפגאנג אז מזאל מער נישט ארויף קומען (הלר טענהט אז ער האט נישט געגעבן קיין שום הוראות נאר זיין תפקיד איז נאר אז אויב עפעס געשעהט ווי לדוגמא איינער קריכט ארויף אדער כדומה האט ער מענטשן פארשפרייט אויפן שטח וואס ער קען זיי קאנטעקטן צו מסדר זיין)
אפגעזעהן ווער סהאט געגעבן די הוראה, זעהט אויס אז דאס איז געווען א אחריותדיגע שריט נאך וואס אויבן איז געווען געפאקט און מהאט שוין ממש נישט געקענט אטעמען - כפי עדות פון הונדערטער וואס זענען געווען אויבן
3) איינמאל דער רבי האט געענדיגט צינדן און דער עולם איז מער נישט אינטערסירט ארויף צו גיין האט מען אוועק גענומען די געיט.
איך האב נישט געזעהן קיין ווידאו וויפל אזייגער, אבער הערש מיכל הלר זאגט אין זיין עדות ״איך ווייס נישט פון קיין שום געיט, איך האב געזעהן די ווידאו פון 12:27 איז נישטא קיין שום געיט״
4) 12:45 זעהט מען אויפן ווידאו אז דער דורכגאנג איז ברייט אפן און דער עולם קומט אראפ, מזעהט אויך עטליכע גייען ארויף
5) 12:50 ליגן שוין ביידע בערג אויפן ערד.
למעשה אבער שטעלט זיך ארויס אז די פראבלעם פון מירון איז אין איין ווארט: נישטא וועם צו באשולדיגן.
דאס אז סאיז נישטא איינער וואס איז מוסמך אלס ״מנהל האירוע״ איז גורם אז קיינער האט נישט העכט אחריות וואס דארף געטון ווערן און נישטא דער וואס זאל זיין דער ענגדילטיגער אינפארסער
הלר איז נאר א אויספירער וואס נעמט די הוראות פון די פאליציי און פירט אויס, די פאליציי זענען אחראי אז וואס די מהנדסים זאגן זאלן ווערן אויסגעפירט (דהיינו אויב מדארף פארעכטן, זיכער מאכן אז סגייט נישט אריין צו פיל מענטשן וכו׳). מקומות הקדושים דארף נאר צושטעלן די געלט און די מהנדסים זענען נאר צוקוקערס וואס דארפן געבן הוראות אבער דארפן נישט אויספירן.
ווען מפרעגט אבער פאר הלר לדוגמא פארוואס איז געווען צו סאך מענטשן, ענטפערט ער: וואס האט דאס מיט מיר? די פאליציי איז דארט געווען אויב זיי זעעהן אז סאיז דא צו סאך זאלן זיי מיר קומען זאגן איך בין נישט דער וואס דארף האבן די אחריות איבער דעם. די פאליציי זאגט אז דער מהנדס איז דארט, און דער מהנדס זאגט אז די פאליציי איז דארט וחוזר חלילה. מקומות הדקוישם שווינגער דרעי וכו׳.
אונטערשטע שורה קומט דארט ארויס אז סאיז נישטא העכט דער מענטש וואס איז אחראי איבער אלעם , נאר סאיז 3 גרופעס (פאליציי, מקומות הקדושים, און וועדת החמשה) וואס יעדער איז בעלעבאס און נישט באלעבאס.
די שאלה וואס קומט ארויף איז פארוואס איז נישטא א מנהל אירוע, ווי סזעהט אויס פון זייער ענטפערס איז דאס ריינע פאליטיק. די נושא איז ארויף געקומען יאר יערליך און למעשה סטאק געווארן ביי די פאלטישע פייטס.
סאו די פראבלעם אז סאיז נישטא וועם צו באשולדיגן דאס ברענגט אז מזאל נישט קיינעם קענען דירעקט באשולדיגן פאר פארנעכלעיסינג.
פארשטייט זיך זיי האלטן נאך אינמיטן און די חקירות איז דק דק הדק היטב סאיז אוועיליבל פארן פאבליק און יעדער קען דאס איבערקוקן)
שרייבסט מיט א מורא'דיגע קלארקייט, קענסט נאר ביטע ברענגן א קליפ פון דע 5 מינוט צווישן דיין נומער 4 און 5?