פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלעכע איז די מערסטע אמת?

די רעפובליקאנער פאליסיס זענען מער אויסגעהאלטען ע״פ תורה
14
16%
די רעפובליקאנער פאליסיס זענען בעסער אויסגעשטעלט פאר אידן
14
16%
די רעפובליקאנער פאליסיס זענען בעסער פאר אמעריקע
36
41%
קיין איינס פון די אויבן דערמאנטע, איך בין נישט קיין רעפובליקאנער
24
27%
 
סך הכל שטימען: 88

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ס׳איז נישט קיין סוד, אז רוב רובם פון היימישע אידן זענען רעפובליקאנער, מיין שאלה איז, פארוואס? מער ספעציפיש, פארוואס ביסטו א רעפובליקאנער? וואס ציעט דיר צו זיין א רעפובליקען? וועלעכע פאליסי(ס) פון די רעפובליקאנער האט דיר געצויגען צו זיין א רעפובליקאנער? האט דאס מיט זיין א איד? אדער פשוט דיין שכל וויאזוי מען דארף פירן א לאנד?

איך וויל נישט מען זאל מיינען אז איך קום דא אטאקירען, איך קום ח״ו נישט אטאקירען, איך האלט אז עס איז דא לעגטימע סיבות פארוואס צו זיין א רעפובליקען, איך וויל פשוט פארשטיין פאר וועלעכע סיבה מען איז רעפובליקען? אני כשלעצמי וואלט געשטימט פאר רעפובליקאנער וויבאלד זיי זענען פאר פרייהייט פון רעלעגיע, דאס איז די זאך וואס ציעט מיר צו די רעפובליקאנער פארטיי.

איך וואלט באמת געמאכט אן אנקעטע פאר יעדער סיבה באזונדער, אבער הזמן יכלה והם לא יכלו, וועל איך מאכן די אנקעטע בלויז פון קאטעגאריעס פון סיבות.
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

1 2 און 3
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

וועלעכע איז דיר די וויכטיגסטע? וואס ציעט דיר די מערסטע צו די רעפובליקאנער זייט?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"על פי תורה" מיינסטו מסתמא אויפ'ן חלק וואס ס'עפעקטירט אונז. ס'קימערט מיר גאנץ ווייניג צי דער גוי גלייבט אין יאשקע אדער ער גלייבט אין קיינעם נישט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בבקשה האט געשריבן:
נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

וועלעכע איז דיר די וויכטיגסטע? וואס ציעט דיר די מערסטע צו די רעפובליקאנער זייט?

גא"מ צו @נחמדים

סאיז הא בהא תליה, אמעריקע איז געבויט אויף רעליגיעזע גרינדן

אן קיין אמונה בשם מטעם די רעגירונג איז נישטא גארנישט

רציחה ווערט מותר, מיין געלט און פארמעגנס זענען הפקר, יושר פאלט צוזאם ווייל כיוון שנפל היסוד נסתר הבנין, דער מענטש ווערט פונקט ווי א בהמה ווייל ער האט מער נישט קיין שום יתרון,

ואחרי ככלות הכל איז נישטא מער קיין ציוויליזאציע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

בבקשה האט געשריבן:
נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

וועלעכע איז דיר די וויכטיגסטע? וואס ציעט דיר די מערסטע צו די רעפובליקאנער זייט?

שווער צו אויסוועהלן
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נחמדים האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

וועלעכע איז דיר די וויכטיגסטע? וואס ציעט דיר די מערסטע צו די רעפובליקאנער זייט?

שווער צו אויסוועהלן

נישט שייך לענ"ד
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

ווייל ס'לייגט זיך מיר אויפן שכל!
הן ווייל איך בין איד
הן ווייל איך לערן תורה
און להבדיל ווייל איך וואוין אין אמעריקא

און איך בין נישט קיין רעפובליקאנער, ווייל כ'גלייך מוצא'ס...

(סאו אלע פיר זענען ריכטיג...)
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

2 און 3 זענען די זעלבע זאך, אױב איז עפעס גוט פאר אמעריקע, װעלכע אמעריקע מײנסטו? אידן?, איז דאך 2, אױב גוים, איז פשוט אז די רעפובליקאנער זענען נענטער צו מענטשהײט - (אביסל) נארמאלע געזעלשאפט, און אײנמאל ס׳איז בעסער פאר די מענטשהײט איז עס אױטאמאטיש בעסער פאר אידן, און די זעלבע פארקערט, סאו װאס װאוט איך?
כ׳בין אביסל נוטה צו 3 װײל כ׳גלײך נישט אױסצומישן אידישקײט מיט פאליטיק, סײ װיאזױ ס׳װעט גײן גלײב איך און האף איך אז ס׳װעט זײן גוט פאר אידן, מ׳רעדט דא מער לױט אונזער פלײשיגע אױגן איא? דאן שטים איך 3,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:2 און 3 זענען די זעלבע זאך, אױב איז עפעס גוט פאר אמעריקע, װעלכע אמעריקע מײנסטו? אידן?, איז דאך 2, אױב גוים, איז פשוט אז די רעפובליקאנער זענען נענטער צו מענטשהײט - (אביסל) נארמאלע געזעלשאפט, און אײנמאל ס׳איז בעסער פאר די מענטשהײט איז עס אױטאמאטיש בעסער פאר אידן, און די זעלבע פארקערט, סאו װאס װאוט איך?
כ׳בין אביסל נוטה צו 3 װײל כ׳גלײך נישט אױסצומישן אידישקײט מיט פאליטיק, סײ װיאזױ ס׳װעט גײן גלײב איך און האף איך אז ס׳װעט זײן גוט פאר אידן, מ׳רעדט דא מער לױט אונזער פלײשיגע אױגן איא? דאן שטים איך 3,


אידן האבן ספעציעלע געברויכן, אנדערש ווי די גוי.

אידן דארפ׳ן פרייהייט פון רעלעגיע, א גוי, דארף נישט. אידן האבן בדרך כלל קינדער געבענטשע משפחות, גוים נישט. וכהנה וכהנה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אלע דריי סיבות. אזוי ווי עס איז דא נאר איין מעגליכקייט, האב איך געשטימט פאר'ן דריטן אפציע, וויבאלד אין דעם איז שוין נכלל די אנדערע צוויי אויך, ודו"ק.


דיסקלעימער: איך בין נישט רעגיסטרירט אין קיין שום פארטיי. אבער אויב וואלט מיך רעגיסטרירט, וואלט עס ווי עס קוקט יעצט אויס רעגיסטרירט אלס רעפובליקאנער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

למעשה חוץ איך, האט קיינער נישט געשריבן איין ספעציפישע פאליסי, אדער ספעציפישע פאליסיס פארוואס זיי זענען בעיקר נוטה צו די רעפובליקאנער, און פארוואס יענער פאליסי טוהט זיי אפיקטירען. סתם שרייבן אז די רעפובליקאנער זענען בעסער פאר די אידן, אדער בעסער פאר די לאנד, איז נישט אינטרעסאנט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דיין אנקעטע פארלאנגט נישט א ספעציפישער פאליסי.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מאנטאג מאי 03, 2021 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעיק ניוז האט געשריבן:אלע דריי סיבות. אזוי ווי עס איז דא נאר איין מעגליכקייט, האב איך געשטימט פאר'ן דריטן אפציע, וויבאלד אין דעם איז שוין נכלל די אנדערע צוויי אויך, ודו"ק.


דיסקלעימער: איך בין נישט רעגיסטרירט אין קיין שום פארטיי. אבער אויב וואלט מיך רעגיסטרירט, וואלט עס ווי עס קוקט יעצט אויס רעגיסטרירט אלס רעפובליקאנער.


אדרבא, קענסט צייגן איין (אדער מער) פאליסי(ס) וואס די רעפובליקאנער שטיצן וואס דאס ווייזט אז ס׳איז בעסער פאר אלע דריי?

איך מיין נישט דוקא דיר, איך מיין אלע, נאר די ביזט די לעצטע דא.

האקט
פעיק ניוז האט געשריבן:דיין אנקעטע פארלאנגט א ספעציפישער פאליסי.


ניין, די אנקעטע פארלאנגט נישט, אבער אויף א תגובה וואלט עס יא געווען אינטרעסאנט.
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

מסתמא האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

וועלעכע איז דיר די וויכטיגסטע? וואס ציעט דיר די מערסטע צו די רעפובליקאנער זייט?

גא"מ צו @נחמדים

סאיז הא בהא תליה, אמעריקע איז געבויט אויף רעליגיעזע גרינדן

אן קיין אמונה בשם מטעם די רעגירונג איז נישטא גארנישט

רציחה ווערט מותר, מיין געלט און פארמעגנס זענען הפקר, יושר פאלט צוזאם ווייל כיוון שנפל היסוד נסתר הבנין, דער מענטש ווערט פונקט ווי א בהמה ווייל ער האט מער נישט קיין שום יתרון,

ואחרי ככלות הכל איז נישטא מער קיין ציוויליזאציע


פרייהייט פון רעליגיע איז א דעמאקראטישע וועליו.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

בבקשה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אלע דריי סיבות. אזוי ווי עס איז דא נאר איין מעגליכקייט, האב איך געשטימט פאר'ן דריטן אפציע, וויבאלד אין דעם איז שוין נכלל די אנדערע צוויי אויך, ודו"ק.


דיסקלעימער: איך בין נישט רעגיסטרירט אין קיין שום פארטיי. אבער אויב וואלט מיך רעגיסטרירט, וואלט עס ווי עס קוקט יעצט אויס רעגיסטרירט אלס רעפובליקאנער.


אדרבא, קענסט צייגן איין (אדער מער) פאליסי(ס) וואס די רעפובליקאנער שטיצן וואס דאס ווייזט אז ס׳איז בעסער פאר אלע דריי?

איך מיין נישט דוקא דיר, איך מיין אלע, נאר די ביזט די לעצטע דא.

האקט
פעיק ניוז האט געשריבן:דיין אנקעטע פארלאנגט א ספעציפישער פאליסי.


ניין, די אנקעטע פארלאנגט נישט, אבער אויף א תגובה וואלט עס יא געווען אינטרעסאנט.

(בעיקר טראמפ, אבער יעצט איז עס האפנטליך געװארן א אלגעמײנע רעפ. פאליסי), "פעיר (נישט "פרי") טרעיד"
און יעצט רעדט מען בכלל דערפון עפעס צו טוהן דערװעגן, און װער האט דאס צוריק ארױפגעברענגט אױפ׳ן אױבערפלאך? נו װער? (דער ראסיסט װאס איז קעגן מינאריטעטן) טראמפ, אױף אזױ װײט אז אפי׳ בײדען (װאס האט געשטיצט נאפטא און אנדערע חרבונות שאפענדע טרעיד פאליסיס בעיקר פאר מינאריטעטן) קען זיך שױן נישט פארהױלן דערפון,
לעצט פארראכטן דורך טעארעטישע פאקטן אום מאנטאג מאי 03, 2021 1:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:ֿ
(בעיקר טראמפ, אבער יעצט איז עס האפנטליך געװארן א אלגעמײנע רעפ. פאליסי), "פעיר (נישט "פרי") טרעיד"


דאן וואלט דיין ענטפער אויף די אנקעטע געדארפט זיין 3, וויבאלד די האלטסט אז די פאליסי איז גוט פאר אמעריקע בכלל, נישט דוקא פאר די אידן.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

מיין פראבלעים מיט די דעמאס/ ליבעראלן זענען די שנאה וואס זיי האבן צו רעליגיע, און די אגענדע וואס זיי האבן צו געבן אזוי גערופענע רעכטן פאר די אנטי-פאמיליע ווירדן גרופעס.

לפענ״ד זענען זיי די גרעסטע היפאקריטן, די וואס פארופען זיך אז זיי נעמען זיך מכלומרשט אהן פאר אלע באקירוועדע און די מינאראטעיטן, וועלן גערן צונעמען די רעכטן פון למשל פרומע אידען אדער להבדיל באא״ה אנדערע רעליגיעס (אויסער אפשר די ראדיקאלע מוסעלמענער :grin:)

אויב זיי די גרועים שבאימות זאלן ווען ח״ו איינפירן אין אמעריקע וואס זייער וויזיע איז, וואלט דא געווען נאך ערגער ווי עס האט אויסגעזעהן אין מצרים.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

בבקשה האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:ֿ
(בעיקר טראמפ, אבער יעצט איז עס האפנטליך געװארן א אלגעמײנע רעפ. פאליסי), "פעיר (נישט "פרי") טרעיד"


דאן וואלט דיין ענטפער אויף די אנקעטע געדארפט זיין 3, וויבאלד די האלטסט אז די פאליסי איז גוט פאר אמעריקע בכלל, נישט דוקא פאר די אידן.

יא גערעכט, כ׳האב אינצװישן שױן געשטימט 3
אגב די פאליסי מיט׳ן אװעקשיקן מאניופעקטשרינג דזשאבס איבערן ים, האט פונקט אזױ אפעקטירט אידן, אײנער געדענקט נאך װען א פיזיש שװער ארבעטנדע דזשאב איז געװען װאס רוב אינגעלײט האבן פארמאגט? הײנט איז (כמעט) נאר פארהאן קאמפיוטער - אפיס דזשאבס, און פאר דער אינגערמאן (ס׳דא אסאך פון זײ) װאס איז קױם אײנגעזיצן אלס בחור בײ די שיעורים דארף יעצט זיצן בײ די קלאץ װי איך טײפ יעצט, בשעת ס׳אסאך געזונטער פאר די צו ארבעטן שװער פיזיש, (חוץ װאס ס׳האט ארױסגעפירט אסאך פון ביזנעס, אבער זײ קענען זיך מסדר זײן מיט א אנדערע ביזנעס, דער ארבעטער דינן נישט) סאו יא, ס׳גוט צו פרובירן דאס ״כאטש אביסל״ דאס צוריקצודרײען סײ פאר אמעריקע, און אינאײנװעגס אױך פאר אסאך אידן,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

עס פעלט א טשויס.

אלע 3.
אבער פארשטייט זיך די עיקר פאר יודן צו קענען לעבן ע"פ תורה.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן: אמעריקע איז געבויט אויף רעליגיעזע גרינדן

פרייהייט פון רעליגיע איז א דעמאקראטישע וועליו.

Freedom from religion

משא"כ

Freedom of religion
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
נחמדים האט געשריבן:1 2 און 3

וועלעכע איז דיר די וויכטיגסטע? וואס ציעט דיר די מערסטע צו די רעפובליקאנער זייט?

גא"מ צו @נחמדים

סאיז הא בהא תליה, אמעריקע איז געבויט אויף רעליגיעזע גרינדן

אן קיין אמונה בשם מטעם די רעגירונג איז נישטא גארנישט

רציחה ווערט מותר, מיין געלט און פארמעגנס זענען הפקר, יושר פאלט צוזאם ווייל כיוון שנפל היסוד נסתר הבנין, דער מענטש ווערט פונקט ווי א בהמה ווייל ער האט מער נישט קיין שום יתרון,

ואחרי ככלות הכל איז נישטא מער קיין ציוויליזאציע


פרייהייט פון רעליגיע איז א דעמאקראטישע וועליו.

דהיינו?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אויב ווילסטו דערטאפן וועלכע פון די רעפאבליקאנע פאליסיס דער עולם האלט פון, מאכט א באזונדערע אנקעטע מיט א ליסטע פון מערערע רעפאבליקאנע פאליסיס, און אן אפציע צו וועלן רענקד טשויסעס, (אויב עס איז דא אזא אפציע דא).

איך בין בעצם א רעגיסטרירטע דעמאקראט, ווייל איך האב ליב צו זיין אין די וויננינג פארטי, און דערווייל זעט נישט אויס ווי די רעפאבליקען פארטי איז דא צו געווינען. זיי האבן ענדערש ליב צו וויינען. Whining instead of winning. עס איז געקומען איין טראמפ וואס האט זיי געגעבן די געלעגנהייט איינמאל פאר אלעמאל צו מסדר זיין די פארטיי, האבן זיי אים נאר געשטאכן אין ריקן, און גארנישט געטון צו אדווענסן די פארטיי, ממילא האב איך מיט די רעפאבליקען פארטיי גארנישט.
קען איך אויסוועלן אלע פיר.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב ווילסטו דערטאפן וועלכע פון די רעפאבליקאנע פאליסיס דער עולם האלט פון, מאכט א באזונדערע אנקעטע מיט א ליסטע פון מערערע רעפאבליקאנע פאליסיס, און אן אפציע צו וועלן רענקד טשויסעס, (אויב עס איז דא אזא אפציע דא).

איך בין בעצם א רעגיסטרירטע דעמאקראט, ווייל איך האב ליב צו זיין אין די וויננינג פארטי, און דערווייל זעט נישט אויס ווי די רעפאבליקען פארטי איז דא צו געווינען. זיי האבן ענדערש ליב צו וויינען. Whining instead of winning. עס איז געקומען איין טראמפ וואס האט זיי געגעבן די געלעגנהייט איינמאל פאר אלעמאל צו מסדר זיין די פארטיי, האבן זיי אים נאר געשטאכן אין ריקן, און גארנישט געטון צו אדווענסן די פארטיי, ממילא האב איך מיט די רעפאבליקען פארטיי גארנישט.
קען איך אויסוועלן אלע פיר.


אינטרעסאנט וואס די זאגסט בנוגע טראמפ.

ווען טראמפ זאל נישט וויינען וועגן די אנקעטעס, און ווען טראמפ זאל נישט וויינען וועגן די אבסענטיס, וואלט ער ווארשיינליך געווינען, מילא קלער איך אז טראמפ איז דער וואס געקליבן וויינען אנשטאט געווינען.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: פארוואס ביסטו א רעפובליקען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

בבקשה האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב ווילסטו דערטאפן וועלכע פון די רעפאבליקאנע פאליסיס דער עולם האלט פון, מאכט א באזונדערע אנקעטע מיט א ליסטע פון מערערע רעפאבליקאנע פאליסיס, און אן אפציע צו וועלן רענקד טשויסעס, (אויב עס איז דא אזא אפציע דא).

איך בין בעצם א רעגיסטרירטע דעמאקראט, ווייל איך האב ליב צו זיין אין די וויננינג פארטי, און דערווייל זעט נישט אויס ווי די רעפאבליקען פארטי איז דא צו געווינען. זיי האבן ענדערש ליב צו וויינען. Whining instead of winning. עס איז געקומען איין טראמפ וואס האט זיי געגעבן די געלעגנהייט איינמאל פאר אלעמאל צו מסדר זיין די פארטיי, האבן זיי אים נאר געשטאכן אין ריקן, און גארנישט געטון צו אדווענסן די פארטיי, ממילא האב איך מיט די רעפאבליקען פארטיי גארנישט.
קען איך אויסוועלן אלע פיר.


אינטרעסאנט וואס די זאגסט בנוגע טראמפ.

ווען טראמפ זאל נישט וויינען וועגן די אנקעטעס, און ווען טראמפ זאל נישט וויינען וועגן די אבסענטיס, וואלט ער ווארשיינליך געווינען, מילא קלער איך אז טראמפ איז דער וואס געקליבן וויינען אנשטאט געווינען.

לא הבנתי
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”