אין
דיע אשכול האב מען דאכצעך אויסגעשמועסט צוויי טעמים פארוואס מען זאל מינאמאל באשטראפן\אינגאנצען באפרייען, דערעק שאווין.
ס'געווען וואס האבן געשריגן אז די קלאגעס זענען פשוט נישט אמת, שאווין איז נישט באגאנגען קיין גרויסע אומרעכט, און ער האט גארנישט מיט פלויד'ס מארד. דאס איז לענ"ד ווראנג, קומט פון בלינד'קייט, און פון זיין נאאיוו.
אבער ס'אויך געווען א צווייטע טעם, עפעס וואס פרעגט עכט אפ די גאנצע יוסטיץ סיסטעם אזויווי ס'איז היינט, און האט צו טוען וויאזוי מ'קוקט אן "תפיסה".
מ'קען אנקוקן תפיסה אלס "עונש", א שטראף פארן באגייען אן אומרעכט, דאס פרעגט אבער אפ די גאנצע געדאנק פון לייגן אין טורמע. פארוואס אין די וועלט באשטראפסטו אים? דו שפילסט זיך מיט מענטשן כאילו זיי זענען געפיללאזע שפילצייגן?? דו גייסט רואינירן א מענטש'ס לעבן, אים לייגן די נעקסטע 10-80 יאר אין א צעל, אים אוועקנעמען פון זיין משפחה, חברים, פארוואס?? ווייל דו ווילסט אים באשטראפן פאר א פארברעך וואס ער איז באגאנגען? נישט שייך א גרעסערע אומרעכט וואו דאס!! ממילא דו הייסט אים צאלן געלט פאר די וויקטים אדער זיין משפחה, ארבעטן פאר די פובליק, דאס איז נארמאל, אבער סתם לייגן אין טורמע וואס דו פארדינסט גארנישט דערפון??
וואס פארענטפערט יא די געדאנק פון תפיסה (הגם אפילו לויט דעם, דארף מען נאך
אסאך מתקן זיין די וועג וויאזוי עס ארבעט), איז אז ס'איז דא צו האלטן די קאמיוניטיס 'פארזיכערט', האלטן שעדליכע מענטשן אוועק פון די גאס, פארברעכער וואס זענען עלול צו אנזייען שאדן אויף געלט אדער מענטשן, טוט מען זיי ארעסטירען. אבער לויט דעם דארף מען באפרייען האלב פון די צעלן באזיצער'ס..
און דא קומט אריין שאווין, ער איז קיין "סכנה" פאר די גאס, מ'דארף אים טאקע אוועקנעמען זיין מונדירן, וויבאלד ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צו הענדלען, און פונקט ווי די מערדער דארפסטו אוועקנעמען פון די גאס, דארפסטו דער ווילדע אפיציר אוועקנעמען פון די פאליציי. אבער דעציט!!!
אפשר אפשר, אויך געבן א מינימאלע שטראף וואס זאל צוריקהאלטן אנדערע אפיצירן פון זיך אויפפירען בארבאריש.
די צווייטע געדאנק רעדט יא צו מיר, ס'איז א וואליד פוינט, און צוליב דעם, מיינעך איז מיין אפציע, ערגעץ צווישען די ערשטע און די צווייטע.
און דאס איז
נישט אלס מיין פערזענליכע מיינונג אויף שאווין, כ'האלט נאכאלס ער איז א גרויליגע פארשוין, א חיה אויף צוויי, א נאטשאלניק ווי @טישטעך רופט עס..
ס'האט מער צוטוען וויאזוי מ'קוקט אן די טורמע, ווייל קיין סכנה פאר די מענטשהייט איז ער (לכאורה) נישט די סעקונדע מ'נעמט אוועק זיינע מונדירן, און באשטראפן מיט תפיסה קומט נישט אריין.