שאווין'ס שטראף

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אין וועלכע קאטאגאריע גייט די פאליציי אפיציר שאווין'ס אקט אריין?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג אפריל 26, 2021 3:14 pm

צווייטע דעגרי מערדער
35
21%
דריטע דעגרי
15
9%
ערשטע דעגרי מענסלאטער
12
7%
צווייטע דעגרי
11
6%
בכלל נישט קיין מערדער קלאגעס
54
32%
מ'זאל אים אינגאנצן ריינוואשן
43
25%
 
סך הכל שטימען: 170

אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

די שאלה דא איז בכלל נישט צו עס קומט אים מיתה צו נישט, קיינער האלט נישט אז פלויד איז געווען מחיוב מיתה, די שאלה איז וועגן שאווין דא צו ער איז מחיוב מיתה, טריי צו פאוקעסין א מינוט, איך ווייס ס'שווער, אבער פראביר.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

טישטוך האט געשריבן:עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

שעים א"ן יא"ו!!
לעצט פארראכטן דורך נפשי חמדה אום מיטוואך אפריל 21, 2021 12:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

נפשי חמדה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

פעך!!

שעים א"ן יא"ו!!


הי איז נאט פאליקעל קארעקט, פלעגט זיין א מעלה אמאל דא!
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

פעך!!

שעים א"ן יא"ו!!


הי איז נאט פאליקעל קארעקט, פלעגט זיין א מעלה אמאל דא!


לויט וויאזוי ער רעדט סואנד ווי ער איז דווקא יא פון די פאליקעל קארעקטניס מחנה.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך וויל נאר פארשטיין פארוואס די וואס ווילן ארויסברענגען דעם פאליציאנטס פארברעך, מוזן בו בזמן אראפמאלן דעם שווארצן פארברעכערישן פארשוין מיט אזאנע שיינע פארבן...
'א געטרייע טאטע' איז ער געווען?! א מיאוסע שאנדפולע פארברעכער איז ער געווען!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6533
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך וויל נאר פארשטיין פארוואס די וואס ווילן ארויסברענגען דעם פאליציאנטס פארברעך, מוזן בו בזמן אראפמאלן דעם שווארצן פארברעכערישן פארשוין מיט אזאנע שיינע פארבן...
'א געטרייע טאטע' איז ער געווען?! א מיאוסע שאנדפולע פארברעכער איז ער געווען!


דו פארשטייסט טאקע נישט?

ווער עס דארף געמאלן ווערן אלס נאטשאלניק און ווער איז א געטרייע טאטע וואס האט געמאכטגוטע באנאנע מיט מייאנעס?
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6533
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:גיט געזאגט טישטוך.

ביי קאראנא האט מען און די היימישע קרייזן געשריגן אז די דאקטורים שפיטעלער און נורסעס זענען די ערגסטע רוצחים, די ווארט רוצח האט זיך ארויסגעגליטשט אונטער די ארבעל, און אויב איינער האט מסביר געווען די צד און פאניק פון די שפיטעלער האט מען אים באשייגעטצט.

דא ווי מען זעהט קלאר רציחה מיט נאקעטע פליישיגע אויגן, דער ווערט צעדריקט צום טויט פאר גאנצע ניין מינוט, מיט געבינדענע הענט, אה! ער איז אנדערע ראסע, יעצט טרעפט מען כלערליי דיפענס אויף פאליציי מאן.

אלס א מינארעטי,ווילען אונז אז אנדערע זאלען פארשטיין און זיין סענסעטיוו צו אונזערע דיפרענט געברויכען און לייוו סטייל, אבער אונז הייבן נישט אן, און וויל מיר ניטאמאל פארשטיין שווערע געפילען פון אנדערע מענארעטיס.


ייש"כ פארן צושטעלן מיינע קרובים וואס זענען גע'הרג'ט געווארן אין שפיטאל צו די פארברעכער וואס איז גע'הרג'ט געווארן דארך די פאליציי מאן איך האב הנאה אז עס זענען נאך דא מענטשן דא אויף אייוועלט וואס ווייסן יא וועמענס בלוט איז רויטער!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

פעך!!

שעים א"ן יא"ו!!


הי איז נאט פאליקעל קארעקט, פלעגט זיין א מעלה אמאל דא!

מיר אידן זענען קיין פאליטישאנס. מיר אידן האבן א תורה וואס פארלאנגט פון אונז כבוד הזולת. מיר אידן האבן א תורה וואס פארלאנגט 'נישט' פון אונז צו זיין פארגעשריטן און געלערנט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@טישטעך
די קינדערישע שפראך האט נישט קיין פלאץ דא
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

טישטוך האט געשריבן:״איך קען נישט אטעמען!״ האט ער ארויסגעצווינגען א געשריי פון זיינע פארשטאפטע לונגען ליגנדיג אויף דער ערד מיט קאפ פארווארפן צו די זייט ״זאג מיינע קינדער אז איך האב זיי ליב! מאמע זיי הרג׳ענען מיר!״ האט ער ארויסגעקוועטשט פון זיין דערשטיקן האלז. אבער דער גרויזאמער נאטשאלניק קימערט זיך נישט.

אין די זייט שטייען מענטשן וועלכע שרייען צו די דזשאנדארן ״דער מענטש קען נישט אטעמען! ער שלאגט זיך נישט מיט אייך!״ א פארבייגייענדע פרוי וואס איז צופעליג א פאראמעדיק איז מעורר אז דער מענטש גייט אט אט שטארבן אויב קריגט ער נישט קיין הילף. אבער איר אנבאט צו העלפן ווערט העפטיג צוריקגעוויזן דורך איינער פון די דזשאנדארן וועלכער לאזט איר נישט אראפקומען פון טראטואר.

ער ווארפט זיך מיטן קערפער, ער שפייט ווייסע שליים, זיינע אויגן הייבן אן שווינדלען, ער קען שוין נישט קוקן גראד. דער קני פונעם נאטשאלניק איז אויף זיין האלז און דרוקט אראפ אזוי אז ער קען נישט אטעמען. זיינע אויגן נעמען זיך קוילערן, ער הערט אויף ארויסנעמען און אריינברענגען לופט, ער גייט אויס ווי א ליכט אונטער די פוס פון דעם בארבארישן נאטשאלניק.

דזשארזש פלויד, א געטרייער טאטע צו קינדער, א מאן צו א פרוי, א זון פון עלטערן, האט אזוי פארענדיגט זיין לעבן אונטער די קני פון דעם נאטשאלניק שאווין.

א פארבייגייער וועלכער האט רעקארדירט די סיטואציע האט פארשפרייט דעם ווידעא וועלכע האט צוגעברענגט אן אויפוואכונג איבער אמעריקע אז עס קומט פאר ספעציעלע געפערליכע פאליציי ברוטאליטעט איבער די שווארצע געמיינדע, און אזוי אויך האבן דאס די עקסטרעמע גרופעס גענוצט אויף צום אונטערהייצן שווערע ראיאטן.

קען זיין אז עס האט אייך געבאדערט די פראטעסטן, אבער דזשארזש פלויד איז אומגעקומען אין רעזולטאט פון ראסיזם און פאליציי ברוטאליטעט. שאווין איז א מערדער וועלכער דארף געריכטעט ווערן בכל חומר הדין.

איך בין ערשטוינט געווארן ווען איך האב געזען די רעזולטאטן פון די וואלן, עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

מיט טייל עגרי איך, און מיט טייל טאטעלי נישט.

פון דיין שפראך קוקט ממש אויס ווי ער איז געווען אן אינעסענט פערזאן, ממש א געטרייע טאטע צו קינדער..

ער האט עס גוט מסביר געווען:
פון אמעריקע האט געשריבן:מ'קען האלטן אז שאווין איז א רוצח אן מאכן פלויד פאר א צדיק הדור.


פלויד איז קיין צדיק געווען, ווען מ'פירט אים געהעריג אריין, וואלט ער ווען באקומען א פעטן עונש...
ער איז נאר נישט געווען מחויב מיתה..

און אז דו שרייבסט יא די די לעצטע פאראגראף, וואלט איך ווען ארויסגענומען די לשונות "פרימיטיוו" און "ראסיסטיש", און ענדערש אריינגעלייגט "נאאיוו".
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

פעך!!

שעים א"ן יא"ו!!


הי איז נאט פאליקעל קארעקט, פלעגט זיין א מעלה אמאל דא!

;l;p-

אבער מיר דארפן נישט גייען אין טראמפ'ס דרכים.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
נחמדים
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 7:56 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמדים »

א פעטן עונש פאר א פאלשע באנקנאט?
אוועטאר
Chr
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 12:55 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chr »

טישטוך האט געשריבן:
איך בין ערשטוינט געווארן ווען איך האב געזען די רעזולטאטן פון די וואלן, עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...

צי זאגן אז שאווין איז שילדיג נאר וויבאלד פלאויד איז געווען א שווארצער דאס מיינט א ראסיסט
Trump supporter
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

שוין הט מען למעשה יא איינגעזעצט א מענטש וואס איז אינעסענט ארויסגעגאנגען טון זיין ארבעט פאר די אמעריקאנע פאלק

שוין וואס קען מען טאן ?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שליו ודגים האט געשריבן:עפילאג .... איך האב בכלל נישט געזוכט צו מאכן א לאנגס און א ברייטס דא איך ווייס אז מיין מיינונג איז דיפרענט און פאני בעיני הניקס אבער דאס זעי איך

ווען איינער טוט א פארברעכן דארף דער ברעכער זיך מכניע זיין פאר די פאליציי האלטסט אז די פאליס איז נישט גערעכט פארפיר נישט האלד יור הארסעס גיי אריין אינעם פאליציי אויטא און רעד צום זשאזש

אין די רגע דו שטעלסט א ווידערשטאנד איז פון יעצט און ווייטער הכל תלוי על צווארו (און נאכאמאל צו מדגיש זיין לכתחלה ליגט אויף די פאליציי פירער טרענירן פאליציי אז אזוינס זאל נישט פאסירן אבער...)

הגע בעמצך דעס אז א פארברעכער זאל צוווילדעוועט און גיין אוט אויף קאנטראל דעס דארף איך פארשטיין און רחמנותן אבער דער פאליציי מאן ער דארף זיך האלטן רואיג איבער רואיג און אפשאצן פונקטליך די סוטיאציע וואס קען אים פירן צום טייוול און אים טאר איך נישט פארשטיין און מיטטיילן זיין מצב נאר אים מוז איך יעצט דן זיין אז נישט מער און נישט ווייניגער ער האט יעצו בזדון געוואלט הרגענען איינעם

איך האלט נישט אזוי איך קוק אן די פאליציי ווי א וויקטים פון פארברעכער סארי

אייער מיינונג איז מער סיילענט מעדזשאריטי דא ווי דיפרענט, קוקט די אנקעטע אויבן פון דעם בלאט, רוב האלטן די לעצטע צוויי אפציעס אז נישט קיין מערדער קלאגעס אדער גארנישט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

טישטוך, איים סארי, איך פלעג אלץ הנאה האבן פון דיינע תגובות אבער דיין פריעדיגע שורות זענען ג-ר-ו-י-ל-י-ג!! איך בין מוחה.

קען זיין אז די נאטשאלניק איז א מערדער. אויב יא, קומט אים מיתה. דער שווארצער איז אויך געווען א נידריגע קרימינאל, קען זיין יעצט ספעציפיש איז ער געווען אומשולדיג אבער א חיה רעה איז ער געווען. ס׳גייט מיר נישט אריין אין קאפ די רחמנות געפילן וואס געוויסע האבן צו אים. פעך. ״א געטרייע טאטע״ ״א העלדישע קעגנער צו פאליציי ברוטאליטעט״ סיריעסלי????
אני הוא הנער, נער המדבר
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

איך כאפ בכלל נישט וואס די גאנצע סאמאטוכע איז דא.

מען טענה'ט זיך אויב עס איז זיך געקומען טויט שטראף פאר הרב דשארדש פלויד זי"ע ( ע = עליהם) וכו'.

די פאקט איז, לויט די מעדיקעל עקזעמינאר האט דער אויבנדערמאנטער געהאט דריי דאזעס זעלבסמארד סממנים. די טענה אז "ער איז געהארגעט געווארן" איז נישט מער ווי א פשוטע, פרעכע, לויגנט.

וואס יא, מר. שאווין וואלט נישט געברויכט זיצן אויף אים די לעצטע 4 מינוט און עס איז פשטות נישט געקומען פון גרויס צדקות.

הכלל, קען זיין אז שאווין פארדינט זיך א שטיקל שטראף פאר וויאזוי ער איז זיך באגאנגען, אבער פלויד'ס טויט קומט דא בכלל נישט אריין.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בניהו האט געשריבן:טישטוך, איים סארי, איך פלעג אלץ הנאה האבן פון דיינע תגובות אבער דיין פריעדיגע שורות זענען ג-ר-ו-י-ל-י-ג!! איך בין מוחה.

קען זיין אז די נאטשאלניק איז א מערדער. אויב יא, קומט אים מיתה. דער שווארצער איז אויך געווען א נידריגע קרימינאל, קען זיין יעצט ספעציפיש איז ער געווען אומשולדיג אבער א חיה רעה איז ער געווען. ס׳גייט מיר נישט אריין אין קאפ די רחמנות געפילן וואס געוויסע האבן צו אים. פעך. ״א געטרייע טאטע״ ״א העלדישע קעגנער צו פאליציי ברוטאליטעט״ סיריעסלי????

איך גיי ענטפערן אפעלירנדיג צו דיר אבער מיינען מיין איך יעדן...

דזשארזש פלויד איז געווען א טעטיגער קרימינאל, מען האט מרנן געווען נאך אים נישט קיין שיינע זאכן און ער איז אויך געווען צוגעבינדן צו דראגס וואס דאס קען ווארשיינליך זיין די סיבה וואס האט אים געברענגט צו זיין א קרימינאל.

א קרימינאל און נארקאטיקער קען אויך האבן א פאמיליע צו ליבן און קען אויך האבן מענטשן וועלכע ליבן אים און זארגן פאר זיין וואוילזיין. דאס איז נאטשאלניק שאווין האט זיך ארויפגעזעצט אויף דזשארזש׳ב האלז און אים דערשטיקט צום טויט, כאטש וואס מען קען דעבאטירן צו ער איז געווען ראסיסטיש מאטיווירט (וואס לענ״ד זעענדיג דעם ווידעא קען מען נישט אנדערש ערקלערן די גרויליגע בארבאריזם) איז דאס אן אומרעכט צו דזשארזש פלויד און זיין פאמיליע און אזוי אויך צו די אלגעמיינע שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע.

קיין העלד איז פלויד טאקע נישט, אבער א קרבן צו פאליציי ברוטאליטעט איז ער יא.

וואס עס האט מיר געבאדערט דא איז אז דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט און דעריבער זעט מען אז רוב עולם דא האלט אז מען דארף ריינוואשן דעם מערדער שאווין.

רבונו של עולם! דער שאווין האט געהארגעט א מענטש מיט זיינע צען פינגער! און וואס האלט דער עולם? ריינוואשן... פארוואס? אויסדרוקליך צוליב דעם וואס די אמעריקאנער אידן האבן ווייזט אויס פארגעסן אז זיי זענען אויך אויף די ליסטע פון די מינאריטעטן וועמען די ווייסע סופרעמעסיסטן האפן צו אויסראטן איין טאג (אויב וועלן זיי האבן נאך אזא אויבער חכם ווי טראמפ אויפן בענקל).

קלערט אריין טאמער וואלט פלויד געווען א ווייסער מאן פון די דרום שטאטן, וואלט איר נישט געהאט מער מיטלייד מיט אים? עס איז זיכער אז יא. און דאס איז דער פראבלעם דא.

ראסיזם
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

טישטוך האט געשריבן:
וואס עס האט מיר געבאדערט דא איז אז דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט און דעריבער זעט מען אז רוב עולם דא האלט אז מען דארף ריינוואשן דעם מערדער שאווין.



בקיצור, די האלסט אז די איינציגסטע סיבה פאר היימישע מענטשן צו האלטן אנדערש ווי דיר איז ווייל "דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט".

דאכצעך האסט נאר געגראבן דעם גריב טיפער.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פון אמעריקע האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
וואס עס האט מיר געבאדערט דא איז אז דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט און דעריבער זעט מען אז רוב עולם דא האלט אז מען דארף ריינוואשן דעם מערדער שאווין.



בקיצור, די האלסט אז די איינציגסטע סיבה פאר היימישע מענטשן צו האלטן אנדערש ווי דיר איז ווייל "דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט".

דאכצעך האסט נאר געגראבן דעם גריב טיפער.

נישטא דא קיין גרוב...

הוא הדין לגבי וואקסינען קאנספיראציעס
הוא הדין לגבי פלויד - שאווין
הוא הדין לגבי קאראנע רעגולאציעס אויבער חכמה (אנהייב)
הוא הדין לגבי ׳דער קראך פונעם פיקל׳ פאפולעריטעט
הוא הדין לגבי בלינדע טראמפיזם

ועוד ועוד...

דער עולם האט פארגעסן וואו די פלעצער זענען און מען זיצט נישט ריכטיג...
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

טישטוך האט געשריבן:נישטא דא קיין גרוב...

הוא הדין לגבי וואקסינען קאנספיראציעס
הוא הדין לגבי פלויד - שאווין
הוא הדין לגבי קאראנע רעגולאציעס אויבער חכמה (אנהייב)
הוא הדין לגבי ׳דער קראך פונעם פיקל׳ פאפולעריטעט
הוא הדין לגבי בלינדע טראמפיזם

ועוד ועוד...

דער עולם האט פארגעסן וואו די פלעצער זענען און מען זיצט נישט ריכטיג...

אויב דאס מאכט אייך גוט פילן - כל הכבוד.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אה טראמפ איז וואס דריקט!!! זאג אזוי. יעצט שטומט עס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

מטעמים האט געשריבן:אה טראמפ איז וואס דריקט!!! זאג אזוי. יעצט שטומט עס.

נעע... אלעס דריקט.

עס טוצעך א כלליות'דיגע דריקעניש..
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

טישטוך האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:טישטוך, איים סארי, איך פלעג אלץ הנאה האבן פון דיינע תגובות אבער דיין פריעדיגע שורות זענען ג-ר-ו-י-ל-י-ג!! איך בין מוחה.

קען זיין אז די נאטשאלניק איז א מערדער. אויב יא, קומט אים מיתה. דער שווארצער איז אויך געווען א נידריגע קרימינאל, קען זיין יעצט ספעציפיש איז ער געווען אומשולדיג אבער א חיה רעה איז ער געווען. ס׳גייט מיר נישט אריין אין קאפ די רחמנות געפילן וואס געוויסע האבן צו אים. פעך. ״א געטרייע טאטע״ ״א העלדישע קעגנער צו פאליציי ברוטאליטעט״ סיריעסלי????

איך גיי ענטפערן אפעלירנדיג צו דיר אבער מיינען מיין איך יעדן...

דזשארזש פלויד איז געווען א טעטיגער קרימינאל, מען האט מרנן געווען נאך אים נישט קיין שיינע זאכן און ער איז אויך געווען צוגעבינדן צו דראגס וואס דאס קען ווארשיינליך זיין די סיבה וואס האט אים געברענגט צו זיין א קרימינאל.

א קרימינאל און נארקאטיקער קען אויך האבן א פאמיליע צו ליבן און קען אויך האבן מענטשן וועלכע ליבן אים און זארגן פאר זיין וואוילזיין. דאס איז נאטשאלניק שאווין האט זיך ארויפגעזעצט אויף דזשארזש׳ב האלז און אים דערשטיקט צום טויט, כאטש וואס מען קען דעבאטירן צו ער איז געווען ראסיסטיש מאטיווירט (וואס לענ״ד זעענדיג דעם ווידעא קען מען נישט אנדערש ערקלערן די גרויליגע בארבאריזם) איז דאס אן אומרעכט צו דזשארזש פלויד און זיין פאמיליע און אזוי אויך צו די אלגעמיינע שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע.

קיין העלד איז פלויד טאקע נישט, אבער א קרבן צו פאליציי ברוטאליטעט איז ער יא.

וואס עס האט מיר געבאדערט דא איז אז דער עולם איז בלינד און נאאיוו און בעאיינפלוסט פון פרימיטיווע ראסיזם און שלעכטיגקייט און דעריבער זעט מען אז רוב עולם דא האלט אז מען דארף ריינוואשן דעם מערדער שאווין.

רבונו של עולם! דער שאווין האט געהארגעט א מענטש מיט זיינע צען פינגער! און וואס האלט דער עולם? ריינוואשן... פארוואס? אויסדרוקליך צוליב דעם וואס די אמעריקאנער אידן האבן ווייזט אויס פארגעסן אז זיי זענען אויך אויף די ליסטע פון די מינאריטעטן וועמען די ווייסע סופרעמעסיסטן האפן צו אויסראטן איין טאג (אויב וועלן זיי האבן נאך אזא אויבער חכם ווי טראמפ אויפן בענקל).

קלערט אריין טאמער וואלט פלויד געווען א ווייסער מאן פון די דרום שטאטן, וואלט איר נישט געהאט מער מיטלייד מיט אים? עס איז זיכער אז יא. און דאס איז דער פראבלעם דא.

ראסיזם

היות דו האסט האסט מיך דווקא גע׳קוואוט וועל איך ענטפערן.

אויב וואלט מען גערעדט פון א דראג אדיקט וואס האט אמאל זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ ביסטו אפשר גערעכט. אבער פלויד, אלץ איינער מיט א קרימינאלע רעקארד, און איינער וואס האט געמאכט א באוואפנטע האלד-אפ אויף א צווייטן איז פונקט אזוי עלול אויף רציחה ווי דער פאליציאנט. ער קען האבן פאמיליע ביז איבערמארגן. ער איז א נידריגע קרימינאל וואס איז געווען עלול צו הרגענען א צווייטן פאר געלט (און, אגב, איך זעה דאס נישט אנדערש ווי איינער וואס הרג׳ט צוליב ראסיזם). דו ביסט מלמד זכות אז זיין קרימינאלע עבר איז פשוט א ״רעזולטאט״ פון זיין דראג אדיקשאן? אפשר איז עס גאר א ״חלק״ פון זיינע קרימינאלע אקטיוויטעטן? אויב שוין יא לומדות׳ן אים צו פארטיידיגן, אפשר קומסטו אויף מיט עפעס א לומדות צו דן זיין לזכות דיינע ברודער אויף אייוועלט אז עפעס אנדערש ווי ראסיזם דרוקט זיי?

איך וויל נישט אריינגיין אין ארגיומענטס איבער די טעקניקאליטיס פון די פלויאד רציחה ווייל עס אינטערעסירט מיר קיין ברעקל. אבער אזויפיל יא, א נארמאלע שווארצע בירגער וואס האט א דזשאב, מיט פאמיליע ליידט נישט על פי רוב פון קיין שום סיסטעמאטישע ראסיזם. דאס איז א נארישע און לופטיגע נאראטיוו וואס איז געבוירן (א שאד אז אויף דעם קעמפן נישט די ליבעראלן פאר אבארשן...) געווארן צו שטיפן א פאליטישע אגענדע. די אלע וואס ליידן אויף אזוי-גערופענע סיסטעמאטישע ראסיזם זענען די חיות בצורת אדם, כ׳פלויאד וחבריו. און זיי ליידן טאקע נאר צוליב זייערע אייגענע מעשים טובים און אימעדזש וואס זיי אליינס האבן געברענגט אויף זיך.

דער עולם איז נישט בלינד צו פרימיטיווע ראסיזם. דער עולם האלט פשוט נישט ביים האבן סימפאטיע מיט חיות בצורת אדם וואס בארעכטיגן אלעס וואס זייער חיה׳שע אינסטיקט באגערט אינטערן פאן פון ״יוסטיץ פאר מינאריטעטן״. אונז פייטן נישט פאר די יושר פון מענטשן וואס שלאגן זיך מיטן יושר.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: שאווין'ס שטראף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

טישטוך האט געשריבן:״איך קען נישט אטעמען!״ האט ער ארויסגעצווינגען א געשריי פון זיינע פארשטאפטע לונגען ליגנדיג אויף דער ערד מיט קאפ פארווארפן צו די זייט ״זאג מיינע קינדער אז איך האב זיי ליב! מאמע זיי הרג׳ענען מיר!״ האט ער ארויסגעקוועטשט פון זיין דערשטיקן האלז. אבער דער גרויזאמער נאטשאלניק קימערט זיך נישט.

אין די זייט שטייען מענטשן וועלכע שרייען צו די דזשאנדארן ״דער מענטש קען נישט אטעמען! ער שלאגט זיך נישט מיט אייך!״ א פארבייגייענדע פרוי וואס איז צופעליג א פאראמעדיק איז מעורר אז דער מענטש גייט אט אט שטארבן אויב קריגט ער נישט קיין הילף. אבער איר אנבאט צו העלפן ווערט העפטיג צוריקגעוויזן דורך איינער פון די דזשאנדארן וועלכער לאזט איר נישט אראפקומען פון טראטואר.

ער ווארפט זיך מיטן קערפער, ער שפייט ווייסע שליים, זיינע אויגן הייבן אן שווינדלען, ער קען שוין נישט קוקן גראד. דער קני פונעם נאטשאלניק איז אויף זיין האלז און דרוקט אראפ אזוי אז ער קען נישט אטעמען. זיינע אויגן נעמען זיך קוילערן, ער הערט אויף ארויסנעמען און אריינברענגען לופט, ער גייט אויס ווי א ליכט אונטער די פוס פון דעם בארבארישן נאטשאלניק.

דזשארזש פלויד, א געטרייער טאטע צו קינדער, א מאן צו א פרוי, א זון פון עלטערן, האט אזוי פארענדיגט זיין לעבן אונטער די קני פון דעם נאטשאלניק שאווין.

א פארבייגייער וועלכער האט רעקארדירט די סיטואציע האט פארשפרייט דעם ווידעא וועלכע האט צוגעברענגט אן אויפוואכונג איבער אמעריקע אז עס קומט פאר ספעציעלע געפערליכע פאליציי ברוטאליטעט איבער די שווארצע געמיינדע, און אזוי אויך האבן דאס די עקסטרעמע גרופעס גענוצט אויף צום אונטערהייצן שווערע ראיאטן.

קען זיין אז עס האט אייך געבאדערט די פראטעסטן, אבער דזשארזש פלויד איז אומגעקומען אין רעזולטאט פון ראסיזם און פאליציי ברוטאליטעט. שאווין איז א מערדער וועלכער דארף געריכטעט ווערן בכל חומר הדין.

איך בין ערשטוינט געווארן ווען איך האב געזען די רעזולטאטן פון די וואלן, עס שטערט מיר זייער צו זען אז מייסטנס אייוועלטער זענען אומגעלערנטע פרימיטיווע ראסיסטן וועלכע האבן דירעקט ליב צו לעבן אין איגנאראנץ. סאַרי פּיפּל...


און יארע 2019 ביסטי גערעכט אבער און 2020 איז געבוירן א פרשע דערהער וואס רופט זיך פרידליך מען קען טיהן אלעס און די וועלט און עס איז פארשטענדליך וויבאלד עס ווערט גערופן פרידליך
און דא איז די זעלבע מעשה מיט דעם גרויזאמער נאטשאלניק ער האט אים פשוט פרידליך דערהארגעט
מה כל הרעש
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”