א פרייליכען פורים, זיי ווייסן יא וואס ריפאבליקאנער זאגן נישט, און זיי ווייסן נישט וואס ביידען זאגט יא!
וואוטער פראוד איז א גרויסע פראבלעם, יא, און אז ריפאבליקאנער זענען נישט גרייט צו צאלן די פרייז וואס דעמעקראטן האבן באשטימט אויף צו איינגיין אויף איידיס, מאכט עס זיי נישט היפעקריטס.
איידיס איז א גרויסע חלק פראבלעם, און ערלי וואוטינג איז אויך א פראבלעם.
ריפאבליקאנער פארשטייען די חשיבות פון גיין וואוטען, און עס איז זיי גענוג וויכטיג צו מאכן זיכער אנצוקומען אין שטים בודקע אויף עלעקשין דעי, פארשטייט זיך עס מאכט זיך אלע מיני מצבים, פארדעם איז דא עבסענטי און ערלי וואוטינג, אבער עס איז נאך אלס א עלעקשין דעי, נישט עלעקשין וויק אדער עלעקשין מאונט.
די דעמעקראטן'ס מהלך דא איז צו מאכן עלעקשינס ווערדלאז, די תירוץ וואס זיי ניצען איז "מאכען גרינג צו וואוטען", איך פארשטיי נישט פארוואס איינער וואס וואוטען איז אים נישט גענוג וויכטיג צו גיין נעמען די מינדערסטע מיה אויף צו גיין וואוטען, קומט זיך אפי' זיין וואוט זאל אויסמאכן, נעמט נישט קיין גרויס חכמה צו פארשטיין וואס די דעמעקראטן ווילן דא טהון אין די לאנגראן.
די ריפאבליקאנער ווילן אז יעדער וואס קערט עכט זאל קענען וואוטען, דאס אז דעמעקראטן קענען נישט וואוטען אויף עלעקשין דעי און ריפאבליקאנער ווילען דאס אויסניצען, איז טאטעל נאנסענס.