א גוטן טאג, ס׳טוצעך?..
עטליכע טאג צוריק האט פראדזשעקט וועריטאז
(א ארגעניזאציע וואס רעקרוטירט גרויסע פיגורן אין גאווערמענט אדער אנדערע וויכטיגע אינסטיטוציעס, צו רעקארדירן זייער גארבידזש באהאלטערהייט און דערנאך עס ארויסגעבן פאר די גאס) ארויסגעלייגט א ווידיאו פון CNN'ס טעקניקל דיירעקטאר, וואו מ'הערט איהם רעדן ווי א באבע. ער האט איהם ארויסגענומען אויף א לאנטש, און דארט האט ער איהם דערציילט איבער זאכן און אגענדעס וואס די נעטווארק האט און שטופט. בעצם הערט מען נישט דארט קיין גרויסע חידושים, ס'איז אלעס דברים פשוטים פאר מענטשן מיט שכל. אבער מ'הערט איהם עס מודה זיין ברחל בתך הקטנה. אבער אזוי.. אפן און גראב.
בכלליות דערציילט ער דארט אז זיי זענען דא פאר פראפאגאנדע, זייערע ענקערס ברענגען נאר ארויף מענטשן וואס וועלן זאגן זאכן וואס וועט שטערקער מאכן זייער פוינט, פרעגן די שאלות אויף א אופן אריינצולייגן די ווערטער וואס זיי ווילן הערן.. אין יענעמס מויל. זייער קאוויד זייגערל וואס האט געוויזן די טויט ראטע האבן זיי געלייגט נאר ווייל דאס הייבט די נעטווארקס רעיטינגס, ווייל עס דערשרעקט מענטשן. זיי זענען די וועלכע האבן ארויסגעזעהן טראמפ פון אפיס און אריינגעברענגט ביידען. קליימעט טשעינזש גייט זיין CNN'ס נעקסטע קאוויד. (ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער זייגערל וואס האט געקלאפט אויף זייער בענער פון פאריאר מערץ נאן סטאפ 24/7.. איז נעלם געווארן ווינאר ביידען האט געווינען).
ס'איז א שאד צו ציטירן ווארט ביי ווארט.. הערט עס אליינס.
https://1drv.ms/v/s!AltxUozgI9-jgWMNBakajzXSLai2* * *
אין אנדערע נייעס פון פעיק נוז האט פרעזידענט ביידען געמאלדן מיט גרויס פרייד די גוטע נייעס אז ער גייט ביז דעם ענדע יאר אהיימברענגן אלע פארבליבענע אמעריקאנע טרופן פון אפגאניסטאן. ס'איז אינטערסאנט צו געדענקן אז טראמפ האט אויך געהאט אזא פלאן, ער האט עס אפילו געמאלדן, אבער צוריקגעצויגן.
איז לאמיר געבן א מיש צוריק דעם זכרון צו נישט לאנג צוריק, און פארגלייכן די דעקונג און קעפלעך אויף די גענוי זעלבע נייעס, בימים בהם ובזמן הזה. וואס פאליטישע עקספערטן און גרויסע פיגורן האבן געהאט צו זאגן דעמאלטס, און וואס זיי זאגן היינט.
ליינט מיט הנאה:
ווי שוין ארויסגעברענגט אסאך מאל, איז די ערשטע און סאמע וויכטיגסטע זאך פאר א דיקטאטור.. צו האבן די מידיע אויף זיין זייט, מיט גוטן אדער מיט בייזן. פוטין ווערט זייער שיין געדעקט אין רוסלאנד, קים יאנג אן איז א צדיק הדור אין צפון קאריע.. וכו' וכו' וואו דיקטאטורן זענען ביי די מאכט. ח"ו צו זאגן אז פרעזידענט ביידען איז א דיקטאטור, אבער צו זאגן אז אין אמעריקא איז דא פרי און פער פרעס.. איז די גרעסטע ליגנט אין די וועלט. און אויב וועט א ריפאבליקאנער פרעזידענט ארויפלייגן א שלאס אויף די ווייט הויז פרעסע צימער, וועל די אמעריקאנע פאונדינג פאטערס מאכן א רקידה אין זייער קבר.
יוי כ'בין הינגעריג.. באהאמ"ה בורא מיני מזוזות...
ביי.