פרעזידענט ביידען דורכפעלער

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:ווייל אויל איז א גלאבאלע קאמאדיטי

נעם ווייץ פאר א משל, אמעריקע איז פון די גרעסטע עקספארטירער, אבער וויבאלד רוסלאנד/אוקראינע זענען אויך, גייט ארויף די פרייז אפילו דא.

אלעס ווענדט זיך צו וואו די שארטעדזש איז און וואו די סופליי איז. איך קען נישט די ווייץ אינדוסטריע, אבער ווען מען רעדט פון א פראדוקט וואס ווערט אימפארטירט קיין אמעריקע פון אנדערע לענדער, דארף מען דאס נעמען אין באטראכט. ווייל לאמיר זאגן אז א גרויסער טייל אמעריקאנער קויפן אימפארטירטע ווייץ אדער מעל, און רוב אמעריקאנער פראדוצירטע ווייץ ווערן עקספארטירט צו לענדער, וואו עס שאפט זיך א גרעסערע שארטעדזש ווי אין אמעריקע, וועט זיך די פרייז דערפון הייבן אויטאמאטיש גלאבאל. און אז גלאבאלע ווייץ פרייזן הייבן זיך, דאן וועלן אמעריקאנער צאלן טייערער אויך פאר אימפארטירטע ווייץ. פשט איז אז דארט ווי דער שארטעדזש הייבט זיך אן, דארט הייבט זיך אן די אינפלאציע, און עס צעשפרייט זיך. אויב אבער די אמעריקאנער מארקעט וואלט געווען פארפלייצט מיט אמעריקאנער ווייץ, דאן וואלט נישט געווען קיין סיבה צו הויכע פרייזן אין אמעריקע, ווייל אפילו אין אנדערע לענדער איז דא שארטעדזש, דאך וויבאלד אמעריקאנער קויפן נישט פון יענע לענדער, זענען זיי מסודר מיט די שפע פון אמעריקאנער ווייץ.

וכן הוא ביי אויל. אויב איז די סיבה פאר די הויכע פרייזן, וויבאלד אין אנדערע לענדער שאפט זיך א שארטעדזש, דאן אויב אמעריקאנער קויפן אימפארטירטע אויל, וועלן זיי שפירן די הויכע פרייזן אפילו אויף די אויל פראדוצירט אין אמעריקע, וויבאלד די דימענד פאר אמעריקאנער אויל וועט אויך וואקסן. וואס פאסירט אבער אויב אמעריקע פארפלייצט איר אייגענע מארקעט מיט אייגענע אויל, איז דאך די גענוג סופליי צו ביעטן די דימענד. דאן וועלן אמעריקאנער קענען אויפהערן קויפן אימפארטירטע אויל, און קענען געניסן פון די אייגענע ביליגע אויל.

כ'מיין אז איך רעד צום זאך..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס וואלט ווען געקענט זיין אמת.

אבער למעשה האבן אמעריקאנער געקויפט אימפארטירטע אויל אויך ווען מען איז געווען אינדעפענדענט.

און כדאי די וועלט'ס דימענד זאל נישט ארויפטרייבן אמעריקאנער פרייזן, דורך קאמפיטן מיט דעם אמעריקאנעם קאסטומער פאר די אמעריקאנער סופליי, אזוי ווי יעצט ביי ווייץ וואס איך מיין אז מען איפארטירט מער ווייניגער גארנישט, וואלט מען געדארפט בענען/שטארק קאנטראלירן עקספארטס.

קען מען בענען צו עקספארטירן אמעריקאנער אויל? לכאורה קען מען, און עס וואלט לכאורה פיין געהאלפן אפילו יעצט ווען אמעריקע מאכט נאר כמעט גענוג אייגענע אויל, אבער עס וואלט געווען זייער שווער דאס צו טון פאר די אמעריקאנער אליאירטע יעצט ווען מען זײ צו בויקאטירן רוסלאנד. (איך האלט טאקע אז אויף אויל זאל מען זײ בעטן אז זיי זאלן "נישט" בויקאטירן רוסלאנד, פארפאלן, עס מאכט אן צופיל צרות, און קען דרעינען די גאנצע שטיצע פון דעם פאלק פאר די מלחמה.)
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ביידען שטעלט זיך מארגן אויף און זאגט ״מ׳גייט גראבן נאך אייגענע אויל. מ׳גייט ארויסגעבן נאך פערמיטן״. אפילו ער זאגט שטילערהייט אז ס׳גייט נישט זיין בעפאר ענדע יאר 2023, אדער אפילו ער מאכט א פיג מיט זיין האנט און האלט עס אין די בעק.. ער זאגט נאר. אויל פאלט מיט א דאללער אין א אויגן בליק.

און פארדעם קומט זיך אים פעטש.
רשעות קאלטע סעלצער
עמרם
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם »

צל עובר האט געשריבן:עס וואלט ווען געקענט זיין אמת.

אבער למעשה האבן אמעריקאנער געקויפט אימפארטירטע אויל אויך ווען מען איז געווען אינדעפענדענט.

און כדאי די וועלט'ס דימענד זאל נישט ארויפטרייבן אמעריקאנער פרייזן, דורך קאמפיטן מיט דעם אמעריקאנעם קאסטומער פאר די אמעריקאנער סופליי, אזוי ווי יעצט ביי ווייץ וואס איך מיין אז מען איפארטירט מער ווייניגער גארנישט, וואלט מען געדארפט בענען/שטארק קאנטראלירן עקספארטס.

קען מען בענען צו עקספארטירן אמעריקאנער אויל? לכאורה קען מען, און עס וואלט לכאורה פיין געהאלפן אפילו יעצט ווען אמעריקע מאכט נאר כמעט גענוג אייגענע אויל, אבער עס וואלט געווען זייער שווער דאס צו טון פאר די אמעריקאנער אליאירטע יעצט ווען מען זײ צו בויקאטירן רוסלאנד. (איך האלט טאקע אז אויף אויל זאל מען זײ בעטן אז זיי זאלן "נישט" בויקאטירן רוסלאנד, פארפאלן, עס מאכט אן צופיל צרות, און קען דרעינען די גאנצע שטיצע פון דעם פאלק פאר די מלחמה.)

סא באמת וואלטן עווריזש אמעריקאנער געצאלט 2.00 א גאלאן ביים פאמפ, אבער וויבאלד אמעריקע וויל אז אייראפע זאל נישט קויפן אויל פון רוסלאנד מוז לכבוד דעם יעדע אמעריקאנער צאלן א טעקס פון 4 דאלער פער גאלען פאר מלחמה הוצאות
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נישט 2.00, מסתמא מער אין די געגנט פון 3.60.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ביידען שטעלט זיך מארגן אויף און זאגט ״מ׳גייט גראבן נאך אייגענע אויל. מ׳גייט ארויסגעבן נאך פערמיטן״. אפילו ער זאגט שטילערהייט אז ס׳גייט נישט זיין בעפאר ענדע יאר 2023, אדער אפילו ער מאכט א פיג מיט זיין האנט און האלט עס אין די בעק.. ער זאגט נאר. אויל פאלט מיט א דאללער אין א אויגן בליק.

און פארדעם קומט זיך אים פעטש.

מער מסתבר איז אז עס וועט האבן א קלענערע אפעקט ווי דאס ארויסגעבן א מיליאן פעסער טעגליך פון דעם רעזערוו, און דו וועסט האבן נאך א דורכפאל פאר אמעריקע זיך צו פרייען מיט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:

ארויסנעמען פונעם רעזערוו מאכט די אויל פרייזן טאנצן האָראַ. ס׳גייט אראפ א ביסל, אבער צוריק ארויף צוויי מאל…

סיריעסלי. ארויסנעמען פון רעזערוו מאכט אויל טייער. נישט ביליג.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אהא, בפועל ארויסגעבן א מיליאן, מאכט גארנישט אויס, אבער פארשפרעכן פלענער פאר 2023 וועט תיכף ומיד אראפרוקן די פרייזן טראץ וואס דער מאנגל איז עכט און נישט קיין שפעקולאציע?
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:אהא, בפועל ארויסגעבן א מיליאן, מאכט גארנישט אויס, אבער פארשפרעכן פלענער פאר 2023 וועט תיכף ומיד אראפרוקן די פרייזן טראץ וואס דער מאנגל איז עכט און נישט קיין שפעקולאציע?

אזוי ארבעט די אינדאסטרי. ס׳איז פאני? ס׳איז טאקע.

די סטאק מארקעט ארבעט אויך אזוי. מ׳זאגט אהער.. טראסקעט אהין. מ׳זאגט אהין… טראסקעט אהער. אלעס אין די זעלבע 10 מינוט.

נישט קיין שום שפעקאלאציע. אזוי ארבעט עס.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דו ווייסט אז דו קענסט אפילו נישט קויפן קיין פעסל אויל פאר שפעקולאציע, אן א ספעשל לייסענס און א פלאץ ווי עס צו לייגן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:עס וואלט ווען געקענט זיין אמת.

אבער למעשה האבן אמעריקאנער געקויפט אימפארטירטע אויל אויך ווען מען איז געווען אינדעפענדענט.

און כדאי די וועלט'ס דימענד זאל נישט ארויפטרייבן אמעריקאנער פרייזן, דורך קאמפיטן מיט דעם אמעריקאנעם קאסטומער פאר די אמעריקאנער סופליי, אזוי ווי יעצט ביי ווייץ וואס איך מיין אז מען איפארטירט מער ווייניגער גארנישט, וואלט מען געדארפט בענען/שטארק קאנטראלירן עקספארטס.

קען מען בענען צו עקספארטירן אמעריקאנער אויל? לכאורה קען מען, און עס וואלט לכאורה פיין געהאלפן אפילו יעצט ווען אמעריקע מאכט נאר כמעט גענוג אייגענע אויל, אבער עס וואלט געווען זייער שווער דאס צו טון פאר די אמעריקאנער אליאירטע יעצט ווען מען זײ צו בויקאטירן רוסלאנד. (איך האלט טאקע אז אויף אויל זאל מען זײ בעטן אז זיי זאלן "נישט" בויקאטירן רוסלאנד, פארפאלן, עס מאכט אן צופיל צרות, און קען דרעינען די גאנצע שטיצע פון דעם פאלק פאר די מלחמה.)

מען דארף מאכן א קאמפיין צו קויפן אמעריקאנע אויל, ארויפשרויפן די פראדוקציע. ווען פרייזן זענען נידריג, וועלן מענטשן נישט סוויטשן פון אימפארטירטע אויל צו אמעריקאנער. אבער אין דער צייט פון קריזיס, מיט די ריכטיגע מיטלען, קען מען שיפטן די מארקעט אהער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:דו ווייסט אז דו קענסט אפילו נישט קויפן קיין פעסל אויל פאר שפעקולאציע, אן א ספעשל לייסענס און א פלאץ ווי עס צו לייגן?

דו ווייסט אז דו קענסט נישט קויפן סטאקס נאר אויב האסטו אן אקאונט, וואס מ׳קען נאר עפענען מיט א וואליד ID?

כ׳ווייס נישט וואס דו ווילסט זאגן, אבער יא. אזוי ארבעט עס. אויף לאנג טערמין. די יעצטיגע פרייזן איז ע״ד די אויל וואס מ׳קויפט יעצט, עס גייט אבער געבוירן ווערן הערשט נאך זוממער. וואס ווילסטו ארויסברענגען?

אוואדי איז כהיום דא נאך פארשידענע זאכן וואס שפילט א גרויסע ראלע אין די פרייזן, די ספייק האט זיך אבער נישט אנגעהויבן ביים רוסישן אינוואזיע. און אויך האט עס אנגעהויבן ארויפגיין שוין לאנג נאך וואס טראמפ האט צוריקגעקלעימט רוב רובם דזשאבס וואס זענען פארלוירן געווארן דורכאויס קאוויד. עס איז קלאר די טאון וואס די אדמיניסטראציע געבט אויף די אישו. ווי טעד קרוז זאגט, אן דעי וואן האט ער געקענסלט דעם קיסטאון פייפליין.

ס׳איז דיר שווער אפשר שווער צו פארשטעלן, ס׳איז אבער אזוי. אויב טוישט ביידען זיין טאון אויף די נושא, ער בעקט אפ א פיצי. ער ברויך נאר זאגן. און עס כאפט א קאצקע.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעצט פארקויפט מען אויל קאנטראקטן פאר יוני יולי און אויגוסט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז שפעקולאנטן קענען נישט ארויפטרייבן דעם פרייז, און עס איז טייער, ווייל עס איז דא א מאנגל. (פון כשר'ע מקורות..)

טוישן טאן זאל האבן מער אפעקט אויף יולי קאנטראקטן ווי עקטשועל רעליעסן אלע טאג א מיליאן פעסער, 42 מיליאן גאלאן, איז לפי עניית דעתי נאנסענס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אמעריקא עקספארטירט ארום 8.63 מיליאן פעסער אויל א טאג
און אימפארטירט 8.47 מיליאן פעסער אויל א טאג

איך בין א עם הארץ, איך זעה מען אימפארטירט און עקספארטירט די זעלבע סכום, פארוואס עס נישט לאזן דא און עס וועט שפארן טראנספארטאציע קאסטן?

אמעריקא פראדוצירט און פארנוצט כמעט 12 מיליאן פעסער אויל א טאג
אבער אריבער האלב פון די אויל וואס אמעריקע פראדוצירט שיקט מען קיין אויסלאנד ווייל זיי זענען גרייט צו צאלן מער דערפאר...
בשעת אמעריקא אימפארטירט ביילייפיג די זעלבע סכום פון קאנאדע און מעקסיקא וואס געבן עס פאר ביליגער ווי די אויסלענדישע צאלן פאר די אמעריקאנער פירמעס...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כהיום, וואס איז ביליגער אימפארטירטע אויל פארקויפט אין אמעריקע, אדער אמעריקאנער אויל פארקויפט אין אמעריקע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביידע קאסטן שטייצעך פונקט די זעלבע ביים פאמפ..

וועסט טעקסאס אינטערמידיעט איז געווענליך עטוואס ביליגער ווי די גלאבאלע פרייזן אין לאנדאן. איך מיין אז ווייל עס איז עטוואס שוואכערע קוואַליטעט.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אמעריקא עקספארטירט ארום 8.63 מיליאן פעסער אויל א טאג
און אימפארטירט 8.47 מיליאן פעסער אויל א טאג

איך בין א עם הארץ, איך זעה מען אימפארטירט און עקספארטירט די זעלבע סכום, פארוואס עס נישט לאזן דא און עס וועט שפארן טראנספארטאציע קאסטן?

אמעריקא פראדוצירט און פארנוצט כמעט 12 מיליאן פעסער אויל א טאג
אבער אריבער האלב פון די אויל וואס אמעריקע פראדוצירט שיקט מען קיין אויסלאנד ווייל זיי זענען גרייט צו צאלן מער דערפאר...
בשעת אמעריקא אימפארטירט ביילייפיג די זעלבע סכום פון קאנאדע און מעקסיקא וואס געבן עס פאר ביליגער ווי די אויסלענדישע צאלן פאר די אמעריקאנער פירמעס...

פארוואס קויפן נישט די אויסלענדישע גלייך פון קאנאדא און מעקסיקא פאר ביליגער?..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הײמישער זײגער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אמעריקא עקספארטירט ארום 8.63 מיליאן פעסער אויל א טאג
און אימפארטירט 8.47 מיליאן פעסער אויל א טאג

איך בין א עם הארץ, איך זעה מען אימפארטירט און עקספארטירט די זעלבע סכום, פארוואס עס נישט לאזן דא און עס וועט שפארן טראנספארטאציע קאסטן?

אמעריקא פראדוצירט און פארנוצט כמעט 12 מיליאן פעסער אויל א טאג
אבער אריבער האלב פון די אויל וואס אמעריקע פראדוצירט שיקט מען קיין אויסלאנד ווייל זיי זענען גרייט צו צאלן מער דערפאר...
בשעת אמעריקא אימפארטירט ביילייפיג די זעלבע סכום פון קאנאדע און מעקסיקא וואס געבן עס פאר ביליגער ווי די אויסלענדישע צאלן פאר די אמעריקאנער פירמעס...

פארוואס קויפן נישט די אויסלענדישע גלייך פון קאנאדא און מעקסיקא פאר ביליגער?..

גראדע א גוטע קשיא

איך קען מיר נישט אויס מיט די אינסיידס פון די פירמעס און די קאנטראקטן, אבער מסתם לוינט עס אזוי פאר זיי, צי ווייל שיפינג פון אמעריקא קומט זיי אויס ביליגער, אדער באקומט מען פון אמעריקא גרעסערע קוואנטיטעטן פון איינצלנע פירמעס, אדער כדומה

אבער דאונט ווארי, די רגע ס'וועט זיך לוינען פאר זיי צו נעמען דירעקט פון דארט און די אמעריקאנער אויל זאל דא בלייבן וועלן זיי עס טון
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ביידען שטעלט זיך מארגן אויף און זאגט ״מ׳גייט גראבן נאך אייגענע אויל. מ׳גייט ארויסגעבן נאך פערמיטן״. אפילו ער זאגט שטילערהייט אז ס׳גייט נישט זיין בעפאר ענדע יאר 2023, אדער אפילו ער מאכט א פיג מיט זיין האנט און האלט עס אין די בעק.. ער זאגט נאר. אויל פאלט מיט א דאללער אין א אויגן בליק.

און פארדעם קומט זיך אים פעטש.

טוירקס זאגט אז אויב ביידען זאל טון אזא זאך איז בערך אזויווי טראמפ זאל זאגן אז מ'סטאפט צו בויען די וואנט און מ'געט די ציגל פאר די בלמ פראטעסטירער צו ווארפן אויף די פאליציי
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דער רוסישער זיכערהייט קאנסול פארזצער באגריסט ביידען'ס שריט נישט צו שיקן קיין אוקראינא פארגעשריטענע ראקעט סיסטעמס : מעדוועדעוו זאגט אז די באשלוס וואס ביידען האט געמאכט איז א פארשטענדליכע און ריכטיגע באשלוס. זיינע ווערטער זענען געקומען נאכדעם וואס ביידען האט געזאגט אז ער איז נישט גרייט צו שיקן אזעלכע סיסטעמס קיין אוקראינא, טראץ באריכטן די לעצטע פאר טעג אז אמעריקא גייט עס שיקן.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/62877
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

צל עובר האט געשריבן:
בוש איז אלעמאל געווען אזוי, מען פלעגט עס רופן א בושיזם, ביי אונז האט מען ווייניג גערעדט פון דעם, ווייל מיר זענען דאך געווען פלאמעדיגע בוש שטיצער.

ביז טראמפ האט געזאגט אז מען זאל אויפהערן שטיצן בוש..
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

Screenshot_20220531-104339_Chrome.jpg
Screenshot_20220531-104339_Chrome.jpg (193.24 KiB) געזען 383 מאל
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

אפאר לעצטיגע אנקעטעס
Screenshot_20220531-204944~2.png
Screenshot_20220531-204944~2.png (57.87 KiB) געזען 338 מאל
Screenshot_20220531-204930~2.png
Screenshot_20220531-204930~2.png (56.1 KiB) געזען 338 מאל
Screenshot_20220531-204916~2.png
Screenshot_20220531-204916~2.png (54.1 KiB) געזען 338 מאל
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

Screenshot_20220531-204857~2.png
Screenshot_20220531-204857~2.png (55.63 KiB) געזען 339 מאל
MAKE AMERICA ORANGE AGAIN
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פרעזידענט ביידען דורכפעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מאנכע שפעקולירן אז די נידריגע פראצענט וואס אפראוון יא דעם פרעזידענט'ס דזשאב זענען גאר די רעפובליקאנער וואס זענען שטארק צופרידן פון זיין אויפפירונג...
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”