בעסער אזוי האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:Programming האט געשריבן:איינמאל עס קומט אראפ צו דעמאקראט ווס. רעפובליקאנער איז ניוסאם א זיכערער געווינער אין קאליפארניע
זיי נישט אזוי זיכער. די ביזנעס אייגנטומער און עלטערן פון קינדער זענען אזוי אנגעווייטאגט אויף די פארמאכטע שולעס און ביזנעסער אז זיי זענען שוין גרייט אויפצוגעבן קלימאט טויש פאר א נארמאלע לעבנסשטייגער...
איך האב אויך אזוי געהאלטן (געהאפט..) פאר די וואלן, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראמפ האט טאקע באקומען היסטארישע נאמבערס אבער ביידען האט באקומען נאכמער היסטארישע נאמבערס.. דאס מיינט אז די פוינט איז אמת אבער נאכאלץ האבן מענטשן מורא פאר קאוויד און זיי וועלן ענדרעש גיין מיט די קאנדידאט וואס איז מער פרא קאוויד
נישט קיין ראיה.
ביידען איז נישט געווען פרעזידענט פארדעם, און ער האט קלאר געזאגט אז ער גייט נישט פארשפארן דאס לאנד (ער גייט נאר פארשפארן די וויירוס, וואטעווער דעט מיענס...).
משא"כ דער דיקטאטאר פון קאליפארניע וואס די חברה דארט האבן שוין צאמגעליטן פון אים בפועל ממש. ער גייט נישט באקומען זייערע שטימען אזוי שנעל.