עובדיה האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:ווייטער מאסקעס, איז נישט קיין סוד אז פאוטשי האט יעמאלט געמיינט אז מאסקעס לוינט נישט, ער האט דאך דאס געזאגט אויך אין פאבליק!!!
דאכט זיך מיר אז ער האט שפעטער מסביר געווען, אז ער האט דאס נאר געזאגט ווייל ס'איז נישט געווען גענוג, און ער האט נישט געוואלט ס'זאל ווערן א מאנגעל.
אה, יענץ קען טאקע זיין איז בעצם א ליגענט, אויב איז טאקע דא אימעילס ווי ער האלט אז מאסקעס העלפן גארנישט.
סוי עפעס איז שוין מעגליך דא, הגם עס איז נישט "זאגן אנדערש ברבים ווי אין אימעיל אין די זעלבע צייט," ווי אויך איז ווי פארשטענדליך בעיקר נוגע אויב ער וואלט געזאגט אנדערש ברבים ווי ביחודית בנוגע "הוראות ביי המעשה אשר יעשון", אבער פארט, עפעס א סתירה איז עס מעגליך.
איך וואלט געהאט חשק צו זעהן פונקטליך וואס ער האט שפעטער געזאגט פארוואס ער האט אנהויב נישט געהייסן גיין מיט מאסקעס, אויב ער האט טאקע געזאגט די "נישט דא גענוג סברה", און פארשטייט זיך ברויך מען זעהן אויב איז טאקע דא אן אימעיל ווי ער האלט אז עס העלפט גארנישט.