צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:פון צווישן דיינע שורות איז שטארק מערקבאר אז דו האסט קיינמאל געהערט וואס רבי אביגדור מיללער זצ"ל האט געהאט צו זאגן אויף די ליבעראלע פארדארבענע פארטיי, (איך וויל דא נאר דערמאנען אז רבי אביגדור זצ"ל איז אויפגעוואקסן אין אמעריקע און געקענט די אמעריקאנע פאליטיק דורך און דורך, און געלערנט האט ער אין אייראפע אין ליטווישע ישיבות און געווען אן ערליכער איד אזויווי דו זאגסט ערליך לשם ערליך.)
דאס וואס אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן נישט פארשטאנען ווי עס קומט אריין דא אן "ערליכע" גערעדעכטס ווען מען רעדט פון א פארטיי וואס נעמט זיך אן פאר די באקריוודעטע, האט רבי אביגדור שוין געשריגן פאר צענדליגער יארן צוריק!! איך מיין אז פאר דו רעדסט ווייטער אין דעם נושא הער זיך אביסל אדער אסאך צו צו וואס רבי אביגדור זצ"ל האט געהאט צו זאגן אויף זיי און נאכדעם קען מען ווייטער ממשיך זיין די דעבאטע.

מיר האבן געהאט עלטערן און רבי'ס וואס האבן נישט פארשטאנען, און 'מטעמים' גייט בדרכם, יהי' מי שיהי' אף הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל.

ווען אן ערליכער איד הערט נאר וואספארא האר אויפשטעלנדע אוממאראלישע און רציחה'דיגע געזעצן די ליבעראלן פירן דורך, קען ער נישט טראכטן קיין מינוט אז די חברה מעגן פירן א לאנד, אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן נישט געוואוסט וואס די שפלים ומכוערים פרעדיגן א גאנצן טאג (דעמאלטס האבן זיי נאכנישט מצליח געווען אדורך צופירן זייערע שמוציגע און מסוכנ'דיגע געזעצן) און דערפאר האבן זיי צוגעשטימט אז מען זאל שטימען פאר זיי. אוי רבינו הקדוש! מי יגלה עפר מעיניך און דו זאלסט זעהן וואס דא טוט זיך אפ אויף אונזער נידריגן וועלטל און מען פאררופט זיך נאך אויף דיין הייליגן נאמען.
די בת היענה'אישקייט איז דאך מרפסין איגרא.

לב מלכים ושרים ביד ה' ווערט נישט געזאגט ביי א פרעזידענט? (קען זיין א חילול השם איז עס יא,אולי)
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

די אוהחה"ק שרייבט אנפאנג פרשת מקץ אז לב מלכים ושרים גייט נישט אן ביי די יועצים פון די קעניג, און זיי קענען טוישען וואס די קעניג זאל טאן, אפילו נישט ווי די אייבערשטער וויל כביכול, כידוע שיטת האוהחה"ק בענין בעלי בחירה.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

פנימחדשות האט געשריבן:די אוהחה"ק שרייבט אנפאנג פרשת מקץ אז לב מלכים ושרים גייט נישט אן ביי די יועצים פון די קעניג, און זיי קענען טוישען וואס די קעניג זאל טאן, אפילו נישט ווי די אייבערשטער וויל כביכול, כידוע שיטת האוהחה"ק בענין בעלי בחירה.
פונקטליכער געזאגט דער אויבערשטער וויל אז די זאך זאל זיין ווי דער בעל בחירה וועט אויסוועלן.
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

נשמת השכל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:זייער פשוט. ער האט נישט די צייט נאכצוגיין יעדע שטיקעלע וואס ער באקומט צי ס'איז קראנט. אויב די קאנסעפט איז אמת און ער האט נאך א שטיקעלע וואס שטימט דערמיט און מאכט סענס געט ער עס א ווארף אריין און שוין

מ'קען מיינען אז מ'דארף עפעס א לייסענס צו איינזעהן די סכנה וואס די ליבעראלן ברענגען אן אויף די מענטשהייט

קלאר.

וואס הייסט "די קאנסעפט איז אמת"? די קאנסעפט איז דאך פונקט פארקערט?

אבאמא'ס גאנצע פוינט דארט איז אראפצורייסן דאס וואס דו האסט געברענגגט אז ער שטיצט!

און נאכאמאל, מ'דארף נישט "נאכגיין יעדע שטיקעלע" צו פארשטיין אז אזא זאך האט אבאמא נישט געזאגט, ווייל איינער וואס האט נאר אפילו עפעס אן השגה אין די ענינים ווייסט אז אבאמא וואלט קיינמאל נישט געזאגט דאס אדער ענליכס, ווייל דאס וואס ער פארקויפט איז דירעקט פארקערט פון דעם.

אלנפאלס, ס'איז בכלל נישט וויכטיג צו האבן אן השגה אין די ענינים, ענדערש זאל מען זיצן אין לערנען און טאקע נישט וויסן. אבער שרייבן אן די מינדעסטע השגה און נאכדערצו זיך פארשטעלן אז מ'איז א "טיפע פארשטייער" אין די ענינים, מאכט נאר טראכטן צו ס'איז נישט אמת וואס מ'טענה'ט אין די לינקע קרייזן אז די רעכטע געמיינדע באשטייט היינט בעיקר פון מענטשן וואס זענען דירעקט נישט קיין פארשטייער, און אז דערפאר זענען זיי רעכט.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:דאס וואס אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן נישט פארשטאנען ווי עס קומט אריין דא אן "ערליכע" גערעדעכטס ווען מען רעדט פון א פארטיי וואס נעמט זיך אן פאר די באקריוודעטע, האט רבי אביגדור שוין געשריגן פאר צענדליגער יארן צוריק!! איך מיין אז פאר דו רעדסט ווייטער אין דעם נושא הער זיך אביסל אדער אסאך צו צו וואס רבי אביגדור זצ"ל האט געהאט צו זאגן אויף זיי און נאכדעם קען מען ווייטער ממשיך זיין די דעבאטע.

מיר האבן געהאט עלטערן און רבי'ס וואס האבן נישט פארשטאנען, און 'מטעמים' גייט בדרכם, יהי' מי שיהי' אף הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל.

אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן נישט געוואוסט וואס די שפלים ומכוערים פרעדיגן א גאנצן טאג

ווען איר זאגט אז זאכן האבן זיך געטוישט, מילא, דערווייל האט איר טענות אויף יענעם ווייל 'אונזערע רבי'ס האבן נישט אזוי גוט פארשטאנען' ווי רבי אביגדור מיללער.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פון וועלעכע רבי'ס רעדט מען דא?
לפנות בוקר
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך ווייס אויך נישט, עפעס רבי'ס וואס האבן קיינמאל נישט פארשטאנען ווי הג"ר אביגדור מיללער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בלינצע האט געשריבן:
שפרינגען האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:דער עיקר חברים מיינע איר זאלט נישט מיינען אז מיר האלטן אז איר זענט אזוי אנגעפיקעוועט נאר איר בויעט אייערע קאמאן סענס בעיסד אויף פעיק נויז מידיע'ס פראפעגאנדע

מיר זענען גאנץ ווייניג אינטערעסירט וואס איר האלט אויף אונז, מיר זענען זייער רואיג ווען אייערע מוחות האלטן אז מיר זענען פראגראמירט דורך די מידיע, און פון אונזער זייט איז ממש א שאד געווען אייער אנשטרענגונג צו טייפן דער לאנגער תגובה דריי אזייגער פארטאגס

פון צווישן די שורות ליינט זיך דאס פארקערטע פונעם געשריבענעם.

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אידישע געדאנקען האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:זייער פשוט. ער האט נישט די צייט נאכצוגיין יעדע שטיקעלע וואס ער באקומט צי ס'איז קראנט. אויב די קאנסעפט איז אמת און ער האט נאך א שטיקעלע וואס שטימט דערמיט און מאכט סענס געט ער עס א ווארף אריין און שוין

מ'קען מיינען אז מ'דארף עפעס א לייסענס צו איינזעהן די סכנה וואס די ליבעראלן ברענגען אן אויף די מענטשהייט

קלאר.

וואס הייסט "די קאנסעפט איז אמת"? די קאנסעפט איז דאך פונקט פארקערט?

אבאמא'ס גאנצע פוינט דארט איז אראפצורייסן דאס וואס דו האסט געברענגגט אז ער שטיצט!

און נאכאמאל, מ'דארף נישט "נאכגיין יעדע שטיקעלע" צו פארשטיין אז אזא זאך האט אבאמא נישט געזאגט, ווייל איינער וואס האט נאר אפילו עפעס אן השגה אין די ענינים ווייסט אז אבאמא וואלט קיינמאל נישט געזאגט דאס אדער ענליכס, ווייל דאס וואס ער פארקויפט איז דירעקט פארקערט פון דעם.

אלנפאלס, ס'איז בכלל נישט וויכטיג צו האבן אן השגה אין די ענינים, ענדערש זאל מען זיצן אין לערנען און טאקע נישט וויסן. אבער שרייבן אן די מינדעסטע השגה און נאכדערצו זיך פארשטעלן אז מ'איז א "טיפע פארשטייער" אין די ענינים, מאכט נאר טראכטן צו ס'איז נישט אמת וואס מ'טענה'ט אין די לינקע קרייזן אז די רעכטע געמיינדע באשטייט היינט בעיקר פון מענטשן וואס זענען דירעקט נישט קיין פארשטייער, און אז דערפאר זענען זיי רעכט.

די קאנצעפט פון זיין תגובה, נישט די קאנצעפט פון יענע דרשה. זוי שווער צו פארשטיין?

איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: Re:

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שמואל בארג האט געשריבן:
צייט פארטרייבונג האט געשריבן:פון צווישן דיינע שורות איז שטארק מערקבאר אז דו האסט קיינמאל געהערט וואס רבי אביגדור מיללער זצ"ל האט געהאט צו זאגן אויף די ליבעראלע פארדארבענע פארטיי, (איך וויל דא נאר דערמאנען אז רבי אביגדור זצ"ל איז אויפגעוואקסן אין אמעריקע און געקענט די אמעריקאנע פאליטיק דורך און דורך, און געלערנט האט ער אין אייראפע אין ליטווישע ישיבות און געווען אן ערליכער איד אזויווי דו זאגסט ערליך לשם ערליך.)
דאס וואס אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן נישט פארשטאנען ווי עס קומט אריין דא אן "ערליכע" גערעדעכטס ווען מען רעדט פון א פארטיי וואס נעמט זיך אן פאר די באקריוודעטע, האט רבי אביגדור שוין געשריגן פאר צענדליגער יארן צוריק!! איך מיין אז פאר דו רעדסט ווייטער אין דעם נושא הער זיך אביסל אדער אסאך צו צו וואס רבי אביגדור זצ"ל האט געהאט צו זאגן אויף זיי און נאכדעם קען מען ווייטער ממשיך זיין די דעבאטע.

מיר האבן געהאט עלטערן און רבי'ס וואס האבן נישט פארשטאנען, און 'מטעמים' גייט בדרכם, יהי' מי שיהי' אף הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל.

איך מיין אז צו בויען א מסקנא אז ווייל ס'דעמאלטס געווען א רבי אביגדור מיללער וואס האט געהאקט און אנדערע רבנים האבן יענסמאל נישט אזוי געהאלטן, ממילא איז היינט ווען די פראבלעם איז פי כמה ערגער איז עס אויך לשיטתם נישט קיין פראבלעם, איז אביסל שווער צו זאגן פאר איינעם וואס איז נישט קיין דעת תורה.

איך מיין למשל ארבייטן אין אפיסעס איז אמאל געווען די קאשויער רב זצ"ל וואס האט פארפירט, יארן שפעטער איז ארויסגעקומען א ק"ק מיט אסאך רבנים וואס האבן פארדעם נישט געהאלטן אז ס'איז א פראבלעם, און מ'האט דעמאלס געגרונדעט די צוועלפטע קלאס.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
איך מיין אז צו בויען א מסקנא אז ווייל ס'דעמאלטס געווען א רבי אביגדור מיללער וואס האט געהאקט און אנדערע רבנים האבן יענסמאל נישט אזוי געהאלטן, ממילא איז היינט ווען די פראבלעם איז פי כמה ערגער איז עס אויך לשיטתם נישט קיין פראבלעם, איז אביסל שווער צו זאגן פאר איינעם וואס איז נישט קיין דעת תורה.

ריכטיג, אבער דער יעניגער טענה'ט אז 'אונזערע רבי'ס האבן נישט פארשטאנען' ווערסוס רבי אביגדור מיללער.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

שמואל בארג האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
איך מיין אז צו בויען א מסקנא אז ווייל ס'דעמאלטס געווען א רבי אביגדור מיללער וואס האט געהאקט און אנדערע רבנים האבן יענסמאל נישט אזוי געהאלטן, ממילא איז היינט ווען די פראבלעם איז פי כמה ערגער איז עס אויך לשיטתם נישט קיין פראבלעם, איז אביסל שווער צו זאגן פאר איינעם וואס איז נישט קיין דעת תורה.

ריכטיג, אבער דער יעניגער טענה'ט אז 'אונזערע רבי'ס האבן נישט פארשטאנען' ווערסוס רבי אביגדור מיללער.

אפי' לשיטתך קען זיין אז אונזערע רבי'ס האבן נישט געוואוסט די מציאות, ווערסוס רבי אביגדור וואס איז געבוירן אין אמעריקע און געקענט רעדן און שרייבן א גוטן ענגליש.

למעשה האט רבה"ק מסאטמאר געהאט איינער וואס פלעגט אים איבערזאגן וואס ס'שטייט אין די צייטונגען און ער האט עס נישט אליינס געליינט.

ממילא אראפצולייגן אן הנחה אז זיי האבן געהאלטן אנדערש, מוז מען זאגן אז איינער האט זיי פונקטלעך אראפגעלייגט די מציאות אזוי ווי רבי אביגדור האט עס געזען און זיי האבן געהאלטן אנדערש בשיטה.
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

נאך מער, ווען די רבי האט געלייגט אן ארטיקל אין די נ"י טיימס האט ער געבעטן ר' אביגדור זאל עס שרייבן....
לפנות בוקר
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

לאמיך שוין הערן וואס האט רביה"ק מסאטמאר געהאלטן אין דעם נושא?
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:כאפטס אריין!

נאך 24 שעה פארבליבן ביז דער נאציאנאל דעפעציט קריזיס.

געווען א קריזיס ביז יעצט אויך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ר' אביגדור מיללער זי"ע כבודו במקומו מונח איז געווען אן עקסטרעם רעכטער בנוגע פאליטיק כידוע לכל. זיין דעה איז מיר נישט מחייב, האבנדיג מיינע אייגענע רבי'ס וואס האבן קלאר יא געהייסן וועלן דעמאקראטיש, און קלאר יא וויסנדיג זייערע שיטות.

איך ווער נישט "קלוגער" פון זיי, ובדרכם והדרכתם נילך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אויב איז ער געווען אן 'עקסטרעים רעכטער', דאן וואלטסטו לכאורה עגריעט אז דיינע רבי'ס כבודם במקומם מונחים זענען געווען 'עקסטרעים לינקע', איא?

איך נעם נישט קיין מיינונג אין דעם עצם דעבאטע, איך כאפ זיך נאר ארויף אויף דיינע ווערטער ווי דו געבסט אזא שמיר אן ר' אביגדור אלס עפעס אן עקסטרעים רעכטער..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

ווען ר' אביגדור מילער'ס ווערטער פאטשט ווען נישט אין פנים אזוי שטארק וואלט געווען א ארגיומענט

בנוגע וואס מ'דארף למעשה טון ? מ'דארף למעשה פאלגן די מאורי הדור , דער אמת איז זיי ווייסן נאך די מערסטע דעם אמת און פארדעים זענען רוב רבנים רואיגער מיט א רעכטע רגירונג אבער מה עלינו לעשות אז אונז וואוינען ווי מיר וואוינען
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מען האט אדאפטעד א גדול למפרע, צו קענען יוזן פאר דיינע פאליטיק, קענסט נאכזאגן איין טיפע ווארט פון ר' אביגדור מילער?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פעיק ניוז האט געשריבן:אויב איז ער געווען אן 'עקסטרעים רעכטער', דאן וואלטסטו לכאורה עגריעט אז דיינע רבי'ס כבודם במקומם מונחים זענען געווען 'עקסטרעים לינקע', איא?

איך נעם נישט קיין מיינונג אין דעם עצם דעבאטע, איך כאפ זיך נאר ארויף אויף דיינע ווערטער ווי דו געבסט אזא שמיר אן ר' אביגדור אלס עפעס אן עקסטרעים רעכטער..

וואס הייסט א שמיר ארויף, האסט אמאל געהערט זיינע שיעורים? דאס איז געווען א שטאלץ ביי אים. אונזערע רבי'ס האבן נישט געגעבן קיין שיעורים אין הלכות רעכטע/לינקע און בכלל נישט אריינגעמישט אונזער לעבנסשטייגער ביים אויסוועלן דעם גוי, הג"ר אביגדור זצ"ל יא.

איך האב פונקט אזוי נישט ליב די ליבעראלע/פראגראסיווע ווערסיע אין פאליטיק, אבער איך זאג נישט אז 'אונזערע רבי'ס האבן נישט פארשטאנען'.
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

שמואל בארג האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אויב איז ער געווען אן 'עקסטרעים רעכטער', דאן וואלטסטו לכאורה עגריעט אז דיינע רבי'ס כבודם במקומם מונחים זענען געווען 'עקסטרעים לינקע', איא?

איך נעם נישט קיין מיינונג אין דעם עצם דעבאטע, איך כאפ זיך נאר ארויף אויף דיינע ווערטער ווי דו געבסט אזא שמיר אן ר' אביגדור אלס עפעס אן עקסטרעים רעכטער..

וואס הייסט א שמיר ארויף, האסט אמאל געהערט זיינע שיעורים? דאס איז געווען א שטאלץ ביי אים. אונזערע רבי'ס האבן נישט געגעבן קיין שיעורים אין הלכות רעכטע/לינקע און בכלל נישט אריינגעמישט אונזער לעבנסשטייגער ביים אויסוועלן דעם גוי, הג"ר אביגדור זצ"ל יא.

איך האב פונקט אזוי נישט ליב די ליבעראלע/פראגראסיווע ווערסיע אין פאליטיק, אבער איך זאג נישט אז 'אונזערע רבי'ס האבן נישט פארשטאנען'.

באופן כללי איז די סיבה דערצו, דער חילוק אין אוידיענץ צו וועם זיי האבן גערעדט, והבן.
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

עני פרישע "פרא טראמפ" נייעס?

אדער די אשכול איז היינט צוטאגס געווידמעט פאר וועם מ'דארף שטימען, רעכטס אדער לינקס?
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

שוין.. זעט אויס אונז קענען פארגעסן פון האבן נאכאמאל א ריפאבליקאנע פרעזידענט...
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/32724
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אידישע געדאנקען האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:זייער פשוט. ער האט נישט די צייט נאכצוגיין יעדע שטיקעלע וואס ער באקומט צי ס'איז קראנט. אויב די קאנסעפט איז אמת און ער האט נאך א שטיקעלע וואס שטימט דערמיט און מאכט סענס געט ער עס א ווארף אריין און שוין

מ'קען מיינען אז מ'דארף עפעס א לייסענס צו איינזעהן די סכנה וואס די ליבעראלן ברענגען אן אויף די מענטשהייט

קלאר.

וואס הייסט "די קאנסעפט איז אמת"? די קאנסעפט איז דאך פונקט פארקערט?

אבאמא'ס גאנצע פוינט דארט איז אראפצורייסן דאס וואס דו האסט געברענגגט אז ער שטיצט!

און נאכאמאל, מ'דארף נישט "נאכגיין יעדע שטיקעלע" צו פארשטיין אז אזא זאך האט אבאמא נישט געזאגט, ווייל איינער וואס האט נאר אפילו עפעס אן השגה אין די ענינים ווייסט אז אבאמא וואלט קיינמאל נישט געזאגט דאס אדער ענליכס, ווייל דאס וואס ער פארקויפט איז דירעקט פארקערט פון דעם.

אלנפאלס, ס'איז בכלל נישט וויכטיג צו האבן אן השגה אין די ענינים, ענדערש זאל מען זיצן אין לערנען און טאקע נישט וויסן. אבער שרייבן אן די מינדעסטע השגה און נאכדערצו זיך פארשטעלן אז מ'איז א "טיפע פארשטייער" אין די ענינים, מאכט נאר טראכטן צו ס'איז נישט אמת וואס מ'טענה'ט אין די לינקע קרייזן אז די רעכטע געמיינדע באשטייט היינט בעיקר פון מענטשן וואס זענען דירעקט נישט קיין פארשטייער, און אז דערפאר זענען זיי רעכט.

די קאנצעפט פון זיין תגובה, נישט די קאנצעפט פון יענע דרשה. זוי שווער צו פארשטיין?

אויב גלייבט מען וואס אבאמא ודומה לו פארקויפן, איז די קאנסעפט פון די תגובה פשוט נישט אמת ווייל זיי חזר'ן אייביג פונקט דאס פארקערטע, און דערפאר איז ברענגען א רעקארדירונג פון אבאמא און עכט מיינען אז דאס קען אפילו שטימען מיט די קאנסעפט פון די תגובה א קלארע באווייז אז מ'האט נישט קיין שום השגה אין די נושא.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

תנא בתרא האט געשריבן:עני פרישע "פרא טראמפ" נייעס?

אדער די אשכול איז היינט צוטאגס געווידמעט פאר וועם מ'דארף שטימען, רעכטס אדער לינקס?

פרעזידענט טראמפ גייט יעצט אדרעסירן דעם פאלק
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”