גרשון האט געשריבן:געשריבן פאר @פעיק ניוז אין אנדערן אשכול, אבער בין וכך ובין כך איז די תגובה מער נישט דארט געווען.פעיק ניוז האט געשריבן:
איך ווייס נישט פינקטליך פארוואס ס'איז יעצט נוגע, אבער דא איז א וויקיפעדיע בלאט מיט ציפערן און טשארטס.
למען האמת, ס'איז נישט די נקודה וויפיל מענטשן שטארבן פון שיסערייען, ס'איז די נקודה אז אמעריקע איז געווארן א צעדרייט לאנד ווי מאסן שיסערייען איז געווארן א נארמע. יעדער משוגע'נער וואס ס'פאקט אים אן דער קדחת קען נעמען א רעוואלווער און אויסמארדן א טוץ מענטשן. דאס איז נישט קריים, דאס איז טעראר.
קיינער (חוץ געוויסע רעפובליקאנער) וויל נישט וואוינען אין א לאנד וואו מ'שיסט אויס קלאסן פון קליינע קינדער. קיינער וויל נישט לעבן אין א ציוויליזאציע וואו מענטשן גייען איינקויפן אין גראסערי און קומען אהיים אין ארונות. ס'מאכט גאנץ ווייניג אויס אז רוב מענטשן אין לאנד ווערן נישט געשאסן. ווען טעראריסטן האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאווערס זענען נאר 3,000 מענטשן געשטארבן; פארדעם דרייט מען איבער די וועלט עד היום הזה? דריי טויזנט מענטשן איז קוים א טויזנטסטל פון א פראצענט פון אמעריקע.
ס'וועלן אייביג זיין געשלעגן וואס ענדיגן זיך טויטליך, ס'וועלן אייביג זיין קרימינאלן און רויבערס וואס גנב'ענען און רצח'ענען. אבער פארוואס גייען קינדער אין שולע אין 2022 און ווערן אויסגעשלאכטעט? פארוואס קען א צעדרייטער נעמען א ביקס און זיך נעמען שיסן אין פובליק על לא דבר? דאס קען מען נישט טון מיט מעסערס, האמערס, צווענגלעך, אדער שרויפנציערס, דאס קען מען נאר טון מיט באמבעס אדער מיט גאנס, און דערפאר דארפן ביידע זיין אומלעגאל. אויף באמבעס און אויף געהיידזשעקטע עראפלאנען מאכט מען נישט קיין סטאטיסטיקס וויפיל מענטשן ס'שטארבן דערפון.
ביזסט טויזנט פראצענט גערעכט. אבער אויב איז דאס דיין טענה, דאן קומט נישט אריין צו ברענגען אהער א סטאטיסטיק פון אווער-אלל גאן מערדערייען אויך נישט.