"אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

"אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

ווען שטולי האט אריינעגעקומען אין ביהמ"ד האט שוין קיינער נישט געדארפט קוקן ווער עס איז אריין נאך וואס ארי האט נארוואס אויסגעפלאצט אין א הילכיגן "גוט מארגן שטאאאלי, האסט זיך שוין געוואשן נעגל וואסער?"

איך ווייס נישט פארוואס, אבער א נאכט פארדעם, ווען שטולי האט זיך אריין געלייגט אין דארמאטארי בעט נאך וואס מרדכי יענקל האט נארוואס געענדיגט חוזק מאכן פון זיין הוט - וואס אגב, תנחם האט צוריסן א טאג פריער - האט ער געשפירט ווי ער האט נארוואס אריינגעשפרונגען אין מקוה, און ניין עס איז נישט געווען די ווארימע בור, עס איז געווען קאלט וואסער וואס משה נחום האט פאראויסגעגרייט.

שטולי'ס סיפורים גייען גאר לאנע צוריק, הזמן יוכלו אבער הסיפורים לא יכלו. מען קען שרייבן אויף שטולי ביכער און, עס איז שוין געשריבן געווארן אויף אים צענדליגע ביכער, אזוי ווי עס גייט דאך ווי הייס וואסער. דערפאר וועלן מיר זיך דא אפשטעלן כדאי נישט צו גלייבן שטעלן יארן אלעס צו דאקומענטירן.

איך ווייס אז אסאך שטולי אנהענגער וועלן שרייען אויף משה נחום, ארי, מרדכי יענקל, תנחם און זייערע חברים, ווארום, זיי גייען אים אפי' נישט באשולדיגן אפי' אויב ער נישט איינעם אויף פיפא עוועניו...

אבער...

"אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

איך מיין, ווילסט מיר זאגן אז יעדער איז די פראבלעם, נישט ער? קאם אן.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: "אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

גוט גוט.....

איין טעות קומט נישט קיין קוועשאן מארק...
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: "אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

איך מיין אז די שטולי האט טאקע א פראבלעם, עס איז טאקע נישט שיין צו טשעפען און די בחורים זאלן שנעלער תשובה טון און אים איבער בעטן, אבער איינער וואס יעדער טשעפעט אים האט געווענטליך עפעס א פראבלעם (געווענטליך איז ער אישילדיג אבער דאך פראבלאמאטיש).

די קעפל און די תוכן קען ווערן געטוישט צו ריבאשקין, אדער צו די היימישע קאמיונעטי וואס ווערט אלץ באשילדיגט און באשמיצט אויף אלעם און אלעמען.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: "אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

ר' דן האט געשריבן:
די קעפל און די תוכן קען ווערן געטוישט צו ריבאשקין, אדער צו די היימישע קאמיונעטי וואס ווערט אלץ באשילדיגט און באשמיצט אויף אלעם און אלעמען.
דעמאלטס די מיינסט צו זאגן אז אלע גוים זענען אקעגן אלע אידן. ביי דעם איז שווער צו זאגן אז אלא מאי איז אלע טענות גירעכט אויףא יעדע איד?
און איה''נ די תורה זאגט שוין די עכטע סיבה ווייל עשיו שונא ליעקב
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
פערפלוואל
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 4:47 pm

Re: "אפשר" איז ש-ט-ו-ל-י די פראבלעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפלוואל »

פאר ווער עס האט נישט פארשטאנען, זה מה שכוונתי http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=56953
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”