וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

דארפסטו איבערטייטשן אין דיין מח לשה"ק אויף אידיש?

יא
7
15%
ניין
40
85%
 
סך הכל שטימען: 47

אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

ווען דו ליינסט למשל אין אידיש אז 'משה איז געגאנגען' קומט דיר גלייך ארויף אין מחשבה ווי א מענטש וואס הייסט משה איז געגאנגע ערגעץ וואס איז אבער ווען דו ליינסט/לערנסט 'משה הלך' וואס קומט דיר ארויף די ערשטע זאך אין מחשבה, אז א מענטש משה איז געגאנגען? אדער טייטש דיין מח ערשט איבער די אפטייטש פון 'משה הלך' אין די אידישע שפראך און הערשט דערנאך מאכט דיין דמיון אין מח דעם בילד אז א מענטש משה איז געגאנגען.
אין אנדערע ווערטער ווען דו הערסט עפעס אין אידיש דארף דיין מח נישט טראכטן די אפטייטש פון די ווארט נאר דיין מח טראכט באלד פון די זאך. וואס איז אבער ביי לשה"ק, דארף דיין מח ערשט איבערטייטשן אין אנדערע שפראך וואס דאס מיינט אדער טראכסטו גלייך פון די זאך?
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

על פי דרךהטבע דארף מען קודם איבערטייטשן, אויסער אויב ס’איז די ערשטע שפראך
צוליב די סיבה פראביר איך אלץ ווען איך לערן, איבערצוטייטשן אין אידיש, אפילו ס’איז פארשטענדליך, ווייל אזוי גייט עס סאך בעסער אריין
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די ריכטיגסטע וועג אינזין צו האבן ביים דאווענען, איז זיך צוגעוויינען נישט צו דארפן איבערטייטשן, נאר פשוט רעדן צום באשעפער אין לה"ק.

פאר א"י געבוירענע איז עס פשוט אזוי, אבער יעדער קען זיך צוגעוויינען דערצו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

צום אנקעטע

ניין
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איך האב מיר שוין אמאל געבראכן קאפ דעראויף און ס'איז מיר אויסגעקומען אזוי. ווען כ'דאוון אדער כ'לערן א חסידיש ספר ברויך איך עס עפי"ר נישט טיבערטייטשן, ווען כ'לערן שווערע גמרא וואס מ'ברויך האלטן גוט חשבון גאן ברויך איך יא גיין שטייט און יעדע ווארט עקסטער אריינפראוגרעמען.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יעדעס מאל ווען א מענטש רעדט ארויס א ווארט איז דא געפ צווישן דאס זאגן די ווארט אדער זאץ ביז דער מח פראצעסירט עס אין פארשטאנד, נאר וואזשע דען? א שפראך וואס מ'איז רגיל איז עס זייער שנעל אין א מילי רגע

לשון קודש ביי בני חו"ל
רוב קענען די פשוטע שפראך גוט, ווי למשל פירוש המילות פון דאווענען דארף מען נישט טראכטן, די זעלביגע א געשמאקע חסידישע ספר וועלכע קארגט נישט קיין ווערטער

קאמפליצירטע לשון קודש
ווי למשל גמרא וועלכע רעדט בדרך קצרה, אדער א טיפע חסידישע ספר, דארט כאפט נישט קיין נפק"מ נאר מ'דארף זיך קאנצעטרירן אויף די ווערטער, איבערטייטשן און אזוי פרובירן צו פארשטיין

אפגערעדט ווען עס קומט צו יוצר וואס די שפראך איז געשריבן פאעטיש און איז נישט רגיל אפילו בני ארץ ישראל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

sheetrock האט געשריבן:איך האב מיר שוין אמאל געבראכן קאפ דעראויף און ס'איז מיר אויסגעקומען אזוי. ווען כ'דאוון אדער כ'לערן א חסידיש ספר ברויך איך עס עפי"ר נישט טיבערטייטשן, ווען כ'לערן שווערע גמרא וואס מ'ברויך האלטן גוט חשבון גאן ברויך איך יא גיין שטייט און יעדע ווארט עקסטער אריינפראוגרעמען.

בערך אזוי!

איז וועלכע צד דארף איך זיין?
\
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

נולדתי ונתגדלתי בחו"ל, ואם אמנם בראשית דרכי היה קשה עלי הדבר לכתוב בלשה"ק, נוכחתי לדעת כי הידיעה וההרגל בלשה"ק תלוי בהתמדתה, ואחר קביעת שיעורים בספרים הכתובים בטוהר לשון הקודש, כדוגמת הספר מסילת ישרים, נהפך השפה לעצמי ובשרי.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך שטים צו צו @קרייסלער (נאר ווען סאיז זייער א קאמפליצירטע שטיקל)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א שרייבערל האט געשריבן:ווען דו ליינסט למשל אין אידיש אז 'משה איז געגאנגען' קומט דיר גלייך ארויף אין מחשבה ווי א מענטש וואס הייסט משה איז געגאנגע ערגעץ וואס איז אבער ווען דו ליינסט/לערנסט 'משה הלך' וואס קומט דיר ארויף די ערשטע זאך אין מחשבה, אז א מענטש משה איז געגאנגען? אדער טייטש דיין מח ערשט איבער די אפטייטש פון 'משה הלך' אין די אידישע שפראך און הערשט דערנאך מאכט דיין דמיון אין מח דעם בילד אז א מענטש משה איז געגאנגען.
אין אנדערע ווערטער ווען דו הערסט עפעס אין אידיש דארף דיין מח נישט טראכטן די אפטייטש פון די ווארט נאר דיין מח טראכט באלד פון די זאך. וואס איז אבער ביי לשה"ק, דארף דיין מח ערשט איבערטייטשן אין אנדערע שפראך וואס דאס מיינט אדער טראכסטו גלייך פון די זאך?

ווער זאגט בכלל אז מ׳טראכט מיט ווערטער? אויף וועלכע שפראך טראכטן בעיביס?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

שלמה מולכו האט געשריבן:

אדרבה אויב טראכסטו פון עפעס אנדערש לאז וויסן,
בעביס וואס קענען שוין טראכטן ווען מ'זאגט זיי עפעס, טראכטן פון די זאך.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ניין
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

נשמת השכל האט געשריבן:ניין

פיר אויס ביטע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שלמה מולכו האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:ניין

פיר אויס ביטע.

וואס ווילסטו הערן?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמעתי פון הגאון רבי אברהם גניחובסקי אז מכוון זיין פירוש המילות מיינט נישט אז מטראכט ׳ברוך׳ ביסט געבענטשט (אדער פונקטליכער מקור הברכות) וכו׳ נאר אזוי ווי ווען דו רעגסט צו א מענטש און דו זאגט איהם ברוך תהיה דארפסטו נישט טראכטן געבענטשט זאלסטו זיין נאר דו פארשטייסט גראד וואס דו זאגסט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

איינס האט געשריבן:שמעתי פון הגאון רבי אברהם גניחובסקי אז מכוון זיין פירוש המילות מיינט נישט אז מטראכט ׳ברוך׳ ביסט געבענטשט (אדער פונקטליכער מקור הברכות) וכו׳ נאר אזוי ווי ווען דו רעגסט צו א מענטש און דו זאגט איהם ברוך תהיה דארפסטו נישט טראכטן געבענטשט זאלסטו זיין נאר דו פארשטייסט גראד וואס דו זאגסט.

זייער פיין
אבער איך האב נישט געמיינט צו אנקעטע'נן איבער מלומדה'דיגע ווערטער וואס איז ליידער כולל ביי געוויסע דאווענען וכו'
איך האב געמיינט למשל א מעשה אין לשה"ק וואס דארט דארפסטו טראכטן בהכרח אדער פון די זאך אדער דארפסטו עס קודם איבערטייטשן אין מח אויף אידיש
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א שרייבערל האט געשריבן:איך האב געמיינט למשל א מעשה אין לשה"ק וואס דארט דארפסטו טראכטן בהכרח אדער פון די זאך אדער דארפסטו עס קודם איבערטייטשן אין מח אויף אידיש

אני כשלעצמי דארף איך נישט איבערטייטשן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וואס פאסירט אין דיין מח בשעת'ן הערן אדער ליינען די שפראך לשון הקודש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

די לעצטע 7 יאר ליין איך בעסער לשון קודש
און ווען כליין אידיש דארף איך אסאך מאל עס איבערטייטשן אויף לשון קודש
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”