אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:דבריך מאירים כשמש לפנות בוקר...
די גאנצע מעשה פון עברית איז פשוט אז דער בן יהודה שר”י האט גענומען דעם לשה”ק אוועק געשטעלט לויטן ספרדי’שן הברה + צוגלייגט אפאר קליינקייטן כללים וויאזוי צו צולייגן נייע ווערטער וואס קומען ארויס מיט די יארן.
85 פראצענט פון די עברית שפראך איז ריין לש”ק מיטן ספרדי’שע הברה
די רעשט זענען נייע ווערטער באזירט אויף די לש”ק שרשים
און אזוי אויך הלחמים ווי למשל א טרעפיק לייט הייסט ביי זיי רמזור וואס דאס איז א צוזאמשטעל פון רמז-אור
און לגבי ווערטער וואס זענען נאכנישט געווען שייך בימי חז”ל ווי למשל שעמפו רופן זיי אן תחפיף מלשון חפיפה וואס דאס איז א לש”ק’דיגע ווארט
לסיכום:
דאס אז די היימישע אידן קענען נישט קיין עברית שטאמט פון די חוסר ידיעה ולימוד נכון פון די לשה”ק
די לש”ק וואס די היימישע עולם קען איז אויך נאר די הכרח וואס מ’דארף כדי צו קענען לערנען א אידיש ווארט
דערמאנט’ס אייך אידן ווי אונזערע מלמדים שיחי’ פלעגן מדלג זיין תמידין כסדרן א יעדע צווייטע רש”י מיטן תירוץ ”קינדער, ס’איז נאר א דקדוק רש”י”......
דו”ק ותשכח ביי אחינו ב”י הספרדים וואס ביי זיי איז די עברית מאמע לשון אויך צווישן די וואס וואוינען אין אמעריקע
און דאס קומט ווייל ביי זיי האט מען געלייגט א שטרקן דגש אויף די כללי לשה”ק
משא”כ ביי אונז וואס מ’האט נישט געוואלט עוסק זיין צופיהל מיט דקדוק וועגן די משכילים אינדערהיים...
שוין נסחפתי אכמה”ל
דאס פארלאנגט שוין א באזונדערע אשכול ”די היסטוריה פון עברית הטמאה” - אדער ”לימוד דקדוק ביי חסידים”...
יאשר כוח פאר אזא שטארקע קאמפלימענט.
דו האסט אראפגעלייגט קלארע הסברים פאר אלעס וואס איך האב געשריבן, און נאך...