אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

צו נעמסטו פאליטיק פערזענליך?

איך בין א טראמפ שטיצער, און עס באדערט מיך באמת "פערזענליך" אז טראמפ האט פארלוירן, אימפיטשמענט, די מידיע איינזייטיגקייט וכו וכו
49
37%
איך בין א טראמפ שטיצער ווייל מהיכי תיתי, "דזשאסט פאר די געים" ווי מען זאגט, אבער ח"ו צי נעמען גויאישע פאליטיק פערזענליך
54
41%
איך בין א ביידען שטיצער, און איך פריי מיך באמת אז ביידען האט עס געמאכט
18
14%
איך בין א ביידען שטיצער ווייל מהיכי תיתי, פאליטיק איז גוט זיך אויסצוליפטערן, אבער נישט צו נעמען ערענסט
10
8%
 
סך הכל שטימען: 131

זיכערער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:32 pm

אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכערער »

זעענדיג די רעטאריק דא די פארגאנגענע וואכען, וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי סאך פין אונזערע שרייבערס דא נעמען "באמת" פאליטיק אויף אזא ערענסטע פארנעם,
לעצט פארראכטן דורך זיכערער אום דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 1:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

לייג צו "איך בין א טראמפ שטיצער, און עס באדערט מיך נישט "פערזענליך" אז טראמפ האט פארלוירן, אימפיטשמענט, אבער עס באדערט מיך יא "פערזענליך" די מידיע איינזייטיגקייט"
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

זיכערער האט געשריבן:זעענדיג די רעטאריק די פארגאנגענע וואכען, וואלט געווען אינטערעסאנט צו זעהן ווי סאך פין אונזערע שרייבערס דא נעמען "באמת" פאליטיק אויף אזא ערענסטע פארנעם,

איי איי איי, דו קענסט נישט אייוועלט פאליטיק, דא גייט אלעס מיט א ברייטע גארטל, אזוי גוט טייט ווי אין לב טהור, מען מיינט נישט פאליטיק, מען מיינט נישט טראמפ, מען מיינט גאר דעם "באשעפער" "אידישקייט" וואס די ליבעראלן רח"ל ווילן אינטערברענגען.

דיין אנקעטע האט נישט די "אידישקייט" אפציעס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

דו האסט נישט קיין ערלויבעניש צו זען די אטעטשמענטס פון די תגובה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ר' זעקל האט געשריבן:לייג צו "איך בין א טראמפ שטיצער, און עס באדערט מיך נישט "פערזענליך" אז טראמפ האט פארלוירן, אימפיטשמענט, אבער עס באדערט מיך יא "פערזענליך" די מידיע איינזייטיגקייט"
האב שכל און גיב א שמייכעל!
חזן
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן »

אסאך וואלטן אפשר געשטימט פאר "איך פלעג עס ביז היינט נישט נעמען פערזעהנליך, אבער זעהנדיג די אנוויקלונגען אין די לעצטע וואך נעם איך עס יא".
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

איר האלט באמת אז איינער וואס נעמט עס פרעזענליך גייט דאס מודה זיין? מ'דארף זיין באמת אויסגארבעט פאר דעם.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך נעם עס אביסל פערזענליך.

ווי אויך, ווי עכט היימיש האט שוין ארויסגעברענגט, די אידישקייט חלק וואס ליגט אין פאליטיק נעם איך פערזענליך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימאוויטש »

איך זוך מיין אפציע: איך בין א נעווער-טראמפ'ער, וואס נעמט עס פערזענליך.

איך טרעף זיך עפעס נישט אין די קאטעגאריע 'ביידן-שטיצער', כ'בין נייגעריג ווער יא..
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך נעם עס אביסל פערזענליך.

ווי אויך, ווי עכט היימיש האט שוין ארויסגעברענגט, די אידישקייט חלק וואס ליגט אין פאליטיק נעם איך פערזענליך.

דאס מיינט אז די לאקאלע פאליטיק נעמסטו מער פערזענליך, רייט?

די אידישקייט חלק איז מער שייך ביי לאקאלע פאליטיק, הגם אין נאציאנאלע פאליטיק איז עס אויך אביסל שייך
(--ווערטערלאז--)
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

וועם ס'טוט פערזענליך וויי אז טראמפ האט פארלוירען זאל אויסהערן טורקס היינט ווי ער רעדט פין זיינע מידת משחתות
יא אונז ווילן זעהן נקמה אין די רוצחים, און יא אויך אין זייערע קינדער, ווי די פסוק זאגט: "אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחֵז וְנִפֵּץ אֶת עֹלָלַיִךְ אֶל הַסָּלַע".
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב שוין אמאל געשריבן, איך ענדזשוי אריינצוגיין צו די שטים-בודקע און דארט דיסיידן פאר וועם צו וואוטען לויט מיין דעמאלס'דיגע גיסטע.
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

עובדיה האט געשריבן:וועם ס'טוט פערזענליך וויי אז טראמפ האט פארלוירען זאל אויסהערן טורקס היינט ווי ער רעדט פין זיינע מידת משחתות

פארוואס זאל א יוד שטיצן ביידן ליבעראלע מידות פרדרייטע קעפ שטימט נישט מיט די תורה
מנהיג הדורות
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:15 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנהיג הדורות »

ס'פעלט אןמאפציע איר שטיצט טראמפ וועגן הכרת הטוב און וועגן אויסגעהאלטן מער מיט אחינו בנ''י
התבודדות

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך נעם עס אביסל פערזענליך.

ווי אויך, ווי עכט היימיש האט שוין ארויסגעברענגט, די אידישקייט חלק וואס ליגט אין פאליטיק נעם איך פערזענליך.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מקווה איד האט געשריבן:איר האלט באמת אז איינער וואס נעמט עס פרעזענליך גייט דאס מודה זיין? מ'דארף זיין באמת אויסגארבעט פאר דעם.

איך בין מודה, יא איך נעם עס פערזענליך
ער האט אסאך געטוען אין דאס איז א פארלוסט
אזוי אויך די איינזייטיקייט פין די מידיע
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

עובדיה האט געשריבן:וועם ס'טוט פערזענליך וויי אז טראמפ האט פארלוירען זאל אויסהערן טורקס היינט ווי ער רעדט פין זיינע מידת משחתות

ער איז א מושחת אבער ער האט דעליווערט פאר די קאנטרי
מידות וויל איך מיך עניוועי נישט לערנען פין א גוי
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

צק

בכלל נישט

טערעסירט מיר ווי דער פאריעריגער פרעזידענט
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

געשטימט די ערשטע.

איך פלעג מיך אמאל איינרעדן אז איך נעם עס נישט פערזענליך, היינט בין איך שוין מודה אז יא.

אבער דאך וואלט איך נישט געזאגט אויף מיר אז איך נעם עס "זייער"פערזענליך. (אזוי רעד איך מיך יעצט איין).
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

ר' זעקל האט געשריבן:לייג צו "איך בין א טראמפ שטיצער, און עס באדערט מיך נישט "פערזענליך" אז טראמפ האט פארלוירן, אימפיטשמענט, אבער עס באדערט מיך יא "פערזענליך" די מידיע איינזייטיגקייט"

גא"מ.
יואלי פערל
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

סדא ביידן שטיצערס
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

ניין. א געשעפט האביך !
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ר' זעקל האט געשריבן:לייג צו "איך בין א טראמפ שטיצער, און עס באדערט מיך נישט "פערזענליך" אז טראמפ האט פארלוירן, אימפיטשמענט, אבער עס באדערט מיך יא "פערזענליך" די מידיע איינזייטיגקייט"

אט אזוי.

1+2
קלאר אזוי
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 6:28 am

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאר אזוי »

וואס עפעס פערזענליך? האט מיך א קאנדידאט אמאל געטראגן מיינע דאגות פערזענליך?
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: אנקעטע, נעמט איר פאליטיק פערזענליך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זיכער...ס'שאלה?! ס'מיינט דאך מיין לעבן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”