לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
1
1%
זייער גוט
12
8%
אויסערגעווענליך
25
16%
נישט נוגע
3
2%
גוט
4
3%
זייער גוט
8
5%
אויסערגעווענליך
26
17%
נישט נוגע
3
2%
גוט
15
10%
זייער גוט
12
8%
אויסערגעווענליך
10
6%
גוט
8
5%
זייער גוט
21
13%
אויסערגעווענליך
9
6%
 
סך הכל שטימען: 157

אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

בילד

לאז מיר שלאפן

אויף מיין הארץ א שלאס,
גלייך ביים ערשטן שאס,
פארמאכט הערמעטיש די טויערן,

ווען די אויגן זענען פארמאכט,
און מ'שרייט ניין, פארטראכט,
איז נישט דא אויף וואס צו טרויערן,

פארפרוירן מיט א פראסט,
נישט געקוקט אויף קאסט,
וואס ברויך איך מיין לעבן פארזויערן,

וואסער נישט שפאלטן קען,
- מיינע שטיינדעלעך ווען,
- שטייף פארבויעט זענען מיינע אויערן,

איך רוק זיך ארויס פון שפיל,
ווייל א קעניג האט אויך געפיל,
איך וויל באמת ליבערשט זיין פון די פויערן,

גארנישט צו טיף גרייכט,
איך נעם דאס לעבן לייכט,
געזעצט אין זייט, מיט מיינע קעמלען הויערן,

איך ווייס מ'קומט צונויף,
אבער צו מוז איך זיין אויף?
איך דארף גיין פארשטארקערן מיינע מויערן,

אויפאמאל ס'רינט א טרער,
לעבן אן הארץ איז שווער,
כ'וויל שלאפן, ווי לאנג וועט דער פארמעסט נאך דויערן?

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען'? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 3:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גוטע גראמען.

נישט פארשטאנען די תוכן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיין פאעטיש געשריבן, זייער שיינע גראמען.

דער תוכן איז מיר נישט אזוי קלאר. וואס איז דער שלאס אויפ'ן הארץ? און וואס איז דער שלאף?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נשמת השכל האט געשריבן:גוטע גראמען.

נישט פארשטאנען די תוכן.

איך מיין אז ער רעדט זיך אפ אז מ'האט אים געשטופט צו שרייבן פאר'ן פארמעסט. ער וויל מ'זאל איהם לאז שלאפן ( איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז). ער זאגט לכאורה אז ער שרייבט נישט גוט אונטער דרוק ווען ער ווייסט אז מ'גייט איהם רעיטן, דאס איז לכאורה דער שלאס. ער וויל ענדערש "זיין פון די פויערן" דאס הייסט די ליינערס און די וואס רעיטן אנטשטאט צו זיין פון די שרייבערס.

אזוי האב איך פארשטאנען. מאכט סענס?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

היכי תמצא האט געשריבן:

אנהייב זעהט אויס ווי ער גייט רעדן פון זיין הארץ וועלעכע ער האט פארשלאסן בכדי זיך צו מאכן דאס לעבן גרינגער, אבער גייענדיג ווייטער פארשטיי איך נישט זיין המשך בכלל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

איך טראכט אז עס באדערט איהם די גאנצע פארמעסט און דעריבער האט ער פארשפארט זיין הארץ אז ער זאל נישט קענען שרייבן, אבער אזוי ווי די פארמעסט ציהט זיך איז איהם שווער צו האלטן די הארץ פארמאכט. "אפילו א קעניג האט געפילן". ער פלאגט זיך אינערליך צו ער זאל שרייבן ווייל עס וועט אים וויי טון אויב ער באקומט נידריגע רעיטינגס. ער שרייבט אויך אז די פארמעסט הנהלה האלט איהם אין איין זאגן אז ער שרייבט גוט און ער זאל יא אריין שיקן. דערנאך פרעגט ער ווען די פארמעסט וועט זיך שוין ענדליך פארטיגן ווייל עס נעמט איהם צו די רואיגקייט וויסענדיג אז ווען זיין ארטיקל גייט ארויף וועט מאן איהם מעסטן און רעיטן. דעריבער וויל ער עס ענדערש דורך שלאפן.

אזוי זעהט מיר אויס.

איך וויל נאכאמאל זאגן אז אלע ארטיקלען זענען אנאנים איך ווייס נישט ווער די שרייבער זענען. @שטומפיג איז דער איינציגסטער וואס ווייסט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס מאכט סענס וואס דו שרייבסט, און וואו ער ענדיגט אז למעשה איז לעבן אן געפילן נאך שווערער ווי האלטן דאס הארץ פארשלאסן.

אויב איז דאס טאקע דער פשט (אפשר קען מען אנפרעגן דעם שרייבער פשט), איז דאס גאר גוט. קורץ און שארף!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

איך האב דוקא שטארק הנאה אז עס איז נישט אזוי פשוט צו פארשטיין, מ'קען עס לערנען אפאר וועגן לדעתי. עס איז הערליכע פאזיע.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ער רעדט פון דורכן שלאפן ס’לעבן אן קיין שום פראבלעמען אדער אנשטערנגונגען
לאזט מיר מנוחה איך פיל נישט איך ווייס נישט און שוין....
אבער ער פארשטייט אליין אז ס’גייט נישט אזוי...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

גראמען אזוי איגעענארטיג
שירות זייער שנעל פארטיג.
פאזיע הערליך געשטיקלט
די תוכן איז צי פארוויקלט.

איך האב ווי נו גוט נו שוין פארשטאנען
אז א הארץ איז ביי יעדעם פארהאנען.
אפי' מ'וויל עס באהאלטן אין פארדעקן
צום סוף וועט זיך עס אייביג אנטפלעקן.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך פארשטיי דעם שרייבער'ס כוונה בערך אזוי ווי @נו גוט נו שוין, נאר אן דעם אויספיר.

ער רעדט בנוגע די לעצטיגע טראגעדיעס אז ער האט נישט קיין צו מיטפילן אזויפיל צער. ער וויל ענדערש פארמאכן די אויגן און פארשטאפן די אויערן און נישט פארזויערן דאס לעבן. "ווען די אויגן זענען פארמאכט, איז נישט דא אויף וואס צו טרויען." ער קען נישט לעבן אן א הארץ, ווייל די פגעי הזמן ענדיגן זיך ממילא נישט. אנשטאט פארנעמט ער זיך מיט זיינע זאכן, מיט "פארשטארקן זיינע מויערן".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

עמוק עמוק מי ימצאנו. כי ברוב הימים תמצאנו.
הינך יפה אף נעים. דברים מתוקים ונאים.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב אויך פארשטאנען בערך ווי דעם עולם דא.

דער שרייבער מאלט אראפ דעם בילד פון דעם מענטש אין דענייעל. דער מענטש וואס לאזט נישט זיינע געפילן אים איבערנעמען. און דער וועג ארויס פון שוועריקייטן איז דאס פארשטאפען דעם הארץ. ער אנערקענט נאר אין לעצטן פאראגראף אז ס'איז שווער. און ס'רינט א טרער. אבער פארט. אזוי איז ער.. דערזעט זיך נישט ארויס.

ער האט עס אנגעכאפט מיט א משל פון דעם יעצטיגן פארמעסט. אבער על הכלל כולו יצא.

גערעיט "אויסערגעווענליך" אויף אלע אויסוואלן. נאר א שאד אז ס'איז אזוי קורץ. כ'וואלט אוועקגענומען אביסל קרעדיט וועגן דעם.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ער רעדט פון דורכן שלאפן ס’לעבן אן קיין שום פראבלעמען אדער אנשטערנגונגען
לאזט מיר מנוחה איך פיל נישט איך ווייס נישט און שוין....
אבער ער פארשטייט אליין אז ס’גייט נישט אזוי...

@פעיק ניוז, איך מיין אז @נו גוט נו שוין האט ארויס די ריכטיגע פשט. אדער איז טאקע א פאר פשוטים אזוי ווי @דורך געטראכטער זאגט. איך מיין אז די געדאנק וואס דער שרייבער ברענגט ארויס איז ווי @נו גוט נו שוין האט געשריבן, און דער שרייבער נוצט דעם פארמעסט אלץ א משל.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

tesla האט געשריבן:גראמען אזוי איגעענארטיג
שירות זייער שנעל פארטיג.
פאזיע הערליך געשטיקלט
די תוכן איז צי פארוויקלט.

איך האב ווי נו גוט נו שוין פארשטאנען
אז א הארץ איז ביי יעדעם פארהאנען.
אפי' מ'וויל עס באהאלטן אין פארדעקן
צום סוף וועט זיך עס אייביג אנטפלעקן.

יא, איך גיי מוראדיג פאר די גראמען. איך האב עס גערעיט 'אויסערגעווענליך'.
יעדער גראם קלאפט סיי מיט די ווערטער אויסלייג און סיי ווי אזוי עס הערט זיך. דאס איז שוין א קונץ.

ממוצע האט געשריבן:איך האב אויך פארשטאנען בערך ווי דעם עולם דא.

דער שרייבער מאלט אראפ דעם בילד פון דעם מענטש אין דענייעל. דער מענטש וואס לאזט נישט זיינע געפילן אים איבערנעמען. און דער וועג ארויס פון שוועריקייטן איז דאס פארשטאפען דעם הארץ. ער אנערקענט נאר אין לעצטן פאראגראף אז ס'איז שווער. און ס'רינט א טרער. אבער פארט. אזוי איז ער.. דערזעט זיך נישט ארויס.

ער האט עס אנגעכאפט מיט א משל פון דעם יעצטיגן פארמעסט. אבער על הכלל כולו יצא.

גערעיט "אויסערגעווענליך" אויף אלע אויסוואלן. נאר א שאד אז ס'איז אזוי קורץ. כ'וואלט אוועקגענומען אביסל קרעדיט וועגן דעם.

זיי מיר מוחל, איך האב נישט געליינט דיין תגובה פאר איך האב געשריבן מיינס. איך אז די האסט שוין געשריבן אז ער נוצט די פארמעסט אלץ א משל.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

היכי תמצא האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:גראמען אזוי איגעענארטיג
שירות זייער שנעל פארטיג.
פאזיע הערליך געשטיקלט
די תוכן איז צי פארוויקלט.

איך האב ווי נו גוט נו שוין פארשטאנען
אז א הארץ איז ביי יעדעם פארהאנען.
אפי' מ'וויל עס באהאלטן אין פארדעקן
צום סוף וועט זיך עס אייביג אנטפלעקן.

יא, איך גיי מוראדיג פאר די גראמען. איך האב עס גערעיט 'אויסערגעווענליך'.
יעדער גראם קלאפט סיי מיט די ווערטער אויסלייג און סיי ווי אזוי עס הערט זיך. דאס איז שוין א קונץ.

א קאמלעמענט פין היכי תימצא
אזא זכי איז נישט אזוי בנומצא.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מיי אפיניען:
ער רעדט פון א קעניג וואס זעט א גרויסער פראנט אקעגן זיך, און מיט א שטייף הארץ באשליסט זיך צו פארשפארן אין פאלאץ.
צום סוף האט זיין געפיל נישט צורוה געלאזט און האט זיך געבראכן.

*איך שאץ אונטער אויף תוכן, ווען דאס איז אזא חידה סתומה
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ער ניצט דעם ענין פון א מלחמה מיט א קעניג אלס משל. דער נמשל איז דער חלק אין דעם מענטש וואס פייט אנצוגיין כאטש עס איז שווער. למעשה איז אבער דא דער הארץ פון דעם מענטש וואס ווערט צעבראכן פון שוועריקייטן. ממילא פארשליסט ער דעם חלק הארץ ווי כאילו ער שפירט נישט און ער זאגט "ניין".

איך טראכט, אז אפשר מיט "פארמעסט" מיינט ער דעם פארמעסט צווישן דעם כח וואס דערשטיקט די שווערע געפילן און די שווערע געפילן זעלבסט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

דער פארמעסט פון לעבן
זיך פארמעסטן מיט די שווערעקייטן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

לכאורה האט ער טאקע בדווקא גענוצט די ווארט 'פארמעסט' אז עס זאל טאקע האבן באזונדערע אפטייטשן. א שפיל אויף ווערטער.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געוואלדיג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איך מיין אז איך פארשטיי שוין..

קודם ברענגט ער ארויס אז ער פארמאכט זיך דאס הארץ ווייל ער וויל זיך מאכן גרינגער דאס לעבן. און דערנאך ברענגט ער ארויס אז די פארמעסטונגען פון לעבן איבערצייגן אים אז ער קען נישט אזוי אנטלויפן פון די געפילן און מען קען זיך נישט געבן אזא פארמאך דאס הארץ - און פטור אן עסק.. ער אנערקענט אז למעשה פארמאגט ער יא געפילן, אבער למעשה וויל ער פטור ווערן דערפון - אבער אוועקשטופן טויג אויך נישט, דאס לעבן ווערט נאר שווערער אויב מען פרובירט צו דינייען די געפילן.

ממילא שטייט ער און ווארט מתי יגיע הזמן וואב די פארמעסטונגן פון לעבן וועלן זיך ענדיגן - און ער וועט זיך שוין נישט דארפן אזויפיל ספראווען מין זיינע שטורעמישע געפילן..

-----

אויב איז דאס די נקודה פון דעם שרייבער - דאן דארף איך איבער וואוטן פאר די 'תוכן' וועלעכע איז א אויסערגעווענליכע שטארקע פוינט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער שיין און טיף, איבערגעליינט אפאר מאל.
דארף מען נאר געוואר ווערן וואס ער האט טאקע געמיינט, צי די פארמעסט פון לעבן צי די געפילן..

אבער פארוואס וויל ער שלאפן?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: לאז מיר שלאפן - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #5

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פנחס גלויבער - צען ברעקעלעך, איז ווערד צו ליינען די וואך אין דעי נושא.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”