פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
3
1%
זייער גוט
27
12%
אויסערגעווענליך
21
10%
נישט נוגע
3
1%
גוט
7
3%
זייער גוט
12
5%
אויסערגעווענליך
32
15%
נישט נוגע
3
1%
גוט
8
4%
זייער גוט
18
8%
אויסערגעווענליך
24
11%
נישט נוגע
4
2%
גוט
14
6%
זייער גוט
15
7%
אויסערגעווענליך
28
13%
 
סך הכל שטימען: 219

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פארוואס?


פילעווע נישט אין מיר
וועסט סייווי נישט פארשטיין,
ווי ווייטער איך פון דיר
אלס רואיגער דיין מיין.

עס וואלט געקענט זיין דיר
גאר אויף דיין געביין,
פארענטפערן נישט פרוביר
דיין שכל צו קליין.

לאז געמאך דיין געצעלטעל
פארטיף נישט אין טרויער
דיין בליק אויפן וועלטעל
פונעם אמת קאפויער.

שלעכטס אן אילוזיע
גוטס נאר רעלאטיוו,
וואס דו מיינסט אן אנדרלמוסיה
אלס אויסגערעכענט טיף

מי שמך לאיש
דיין דעה פארפירט,
דיין כלומר׳שטע חוש
מיט דמיונות באצירט.

אינקוויזיציע ווערמייזא
א דמיון דיין וואונדער,
מהיכא תיתא
דיין פארשטאנד ווי קינדער.

דו ביסט אין דעם
אוממעגליך ארויסבליקן,
ווי א פאזל געים
נאר פון אויבן ארום רוקן.

ווי מאדנע דאס מענטשאלע
איז ער א רואה את הנולד?
ער אנערקענט שאלה
ווען השגחה איז שולט.

אמונה אין האנט
דאס איז דיין וואפן,
נישט קאפ אין וואנט
וועט דיר רואיגקייט שאפן.

השלך אויפן בורא
ווארף מיר אוועק,
היט זיין תורה
וועט נעמען אן עק.

זארג נישט מיין קינד
איך וועל איין טאג צוגיין,
שפאר אויף מיר טינט
וועט דיר בעסער זיין.

נוץ מיר נישט אויס
אויף אגענדעס פריוואטע,
לאדיך ארויס
פארלאז זיך אויף דיין טאטע.

די וועלט פאלט
דערהייב דיין בטחון,
בעהט אז באלד
וכסא לתוכה תכין.

דעמאלטס איינזעהן
אז איך עקזעסטיר ניטאמאל,
אלס דמיונות דאן זען
זיך גענארט אלעמאל.

דער טאג וועט קומען
מיר וועלן זיך פאר אייביג שיידן,
וועסט זיך דאן בארימען
אלעס איז פריידן.

נישט אלעס דארף שטימען
עס וועט נאך זיין שיין,
ווען די צייט וועט קומען
וועסטו מיך פארשטיין.

- - - קשיות.

בילד
לעצט פארראכטן דורך גראמעזיע פארמעסט אום מאנטאג אוגוסט 02, 2021 8:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער שטארק!

פאעטיש. תוכנדיג. אינטרעסאנט.
די תוכן איז זייער שטארק. א אינטרעסאנטע פרישע וועג פון ארויסברענגען א אויסגעדראשענע נושא, מיט א פרישע קאליר.
געוויסע גראמען האבן מיר א פיצי געבאדערט, און אנדערע האבן מיר אויפגעשפרינגען...

נאכן ליינען די לעצטע שורה דארף מען אנהייבן פון פריש און אלע קשיות ווערן לעכטיג....
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

א הערליכע גראמען געמיש
ער האט די פאסיגע חיש
א אלטע פוינט מיט א בליק פין פריש
די פאעזיע איז נאר א סייט דיש
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיינע געזעצטע גראמען. שיין פאעטיש געשריבן!

דו האסט אמת'ע טאלאנט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

very nice!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיין אין הארציג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

הערליך שיין!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

געשריבן ווי א פאכמאן. יעדע שורה'לע טוט צום זאך זיין.
אצינדער, 'פארוואס'?
וואונדערבאר דאס!
לעצט פארראכטן דורך אור מופלא אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 2:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

שיינע געזעצטע ווערטער
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הערליך הערליך שיין! פאעטיש און געשמאק!

גערעיט "זייער גוט" די גראמען, ס'האט פארשידענע בובוס... אבער אווער אלל איז ער פיין.

"אויסערגעווענליך" אויף פאעזיע.

זייער גוט, אויף תוכן. די טעמע איז א גוטע, ס'האט אבער נישט די חידוש.

אויסערגעווענליך. אווער אלל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מ'גייט אי"ה אריינקומען מיט א אפשאצונג
ס'ברויך ישוב הדעת
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אלעס טוט שטימען, עס איז שוין יעצט שיין. וואונדערבאר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
במה דברים אמורים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:29 pm
לאקאציע: צווישן דיינע שורות

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה דברים אמורים »

שטיל
שטיל
אלעס פארלאשן

קיין פראגן
קיין מיינונג
נאר צו עם האפן

הערליך געשריבן און פינטל געטראפן
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

די שרייבער האט זיך קונצליך געהאלטן צו פאעזיע, כאשט וואס יעדע שורה גראמט און ס'ליגט אויך חידושים'דיגע גראמען.
די אוועראלל חלק איז אויך מורא'דיג, די גאנצע בנין אינאיינעם מיט די חתימה "- - - קשיות" איז נתפעל צו ווערן.
אין איין ווארט: הערליך!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דאס איז דאך אומבאשרייבליך גוט!

די קורצע גראמען, שטימט אויפן האר, גרינג צו ליינען מיט שטארקע פאעזיע. WOW!

מיין פעווארעיט פון די ערשטע 5 ארטיקלען אין דעם פארמעסט.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א ווארעמע פאעזיע, ארויסגעברענגט דעם אלטע ידיעה אז א מענטש קעניש פארשטיין און דערגיין זיין באשעפער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אנעים זמירות האט געשריבן:א ווארעמע פאעזיע, ארויסגעברענגט דעם אלטע ידיעה אז א מענטש קעניש פארשטיין און דערגיין זיין באשעפער.

איך בין ביז איצט נישט אנגעקומען צו רעיטן דיזער ארטיקל. די שפראך איז שטארק פאעטיש, דער שרייבער האט טאקע זייער גוט פארשלייערט דער תוכן וויבאלד עס איז שוין אלט כדי צו שרייבן אויף א נייעם אופן.

אבער איך וויל עס נאכנישט רעיטן ווייל איך וויל הערן דער עולם'ס מיינונג איבער א געוויסע נקודה:

פון געוויסע זאצן זעהט מיר אויס ווי דער ערציילער (דער וואס רעדט) איז נישט דער שרייבער, און לאו דאווקא א מענטש אדער א בריאה בכלל. אנטשטאט איז עס א קול, ד.ה. שריפט אליינס רעדט אדער דער געדאנק אליינס זאגט וואס ער וויל ארויסברענגען. אויב דאס איז טאקע וואר, דאן איז דאס ארטיקל פאעטיש אויף א גאר הויכע שטאפל. ווי אויך זעהט מיר אויס אז דער צו וועם ער רעדט איז אויך די זעלבע, ד.ה. די קאנצעפט אליינס שמועסט עס אויס צווישן זיך, אבער זיי רעדן אין מענטשליכע טערמינען כדי די ליינער זאלן קענען פארשטיין...

פארוואס איך טראכט אזוי

פילעווע נישט אין מיר
וועסט סייווי נישט פארשטיין,

זעהט מען אז 'איינער' ענטפערט א 'צווייטער' וואס פרובירט איהם צו פארשטיין.

דיין שכל צו קליין.

ער זאגט יענעם אז זיין 'שכל איז צו קליין'. קען דאך נישט זיין אז ער זאגט אים אז זיין שכל איז צו קליין נאר פערזענליך איהם צו פארשטיין. ער זאגט צום ליינער אז זיין שכל איז צו קליין צו פארשטיין דעם באשעפער.
דיין בליק אויפן וועלטעל
פונעם אמת קאפויער

און אזוי ווייטער רעדט ער צום ליינער. און ער רעדט שוין בכלל נישט פון זיך.

ווי מאדנע דאס מענטשאלע
איז ער א רואה את הנולד?
ער אנערקענט שאלה
ווען השגחה איז שולט.

דא רעדט ער צו זיך און פון א 'מענטשעלע', נישט וועגן זיך, נישט צו וועם ער האט פריער גערעדט, נישט צום ליינער. ער רעדט צו זיך וועגן די בריאה 'מענטשעלע'.

אמונה אין האנט
דאס איז דיין וואפן,
נישט קאפ אין וואנט
וועט דיר רואיגקייט שאפן.

דא רעדט ער אויסדרוקליך צום ליינער, און נישט וועגן זיך.

ווארף מיר אוועק

זארג נישט מיין קינד
איך וועל איין טאג צוגיין,
שפאר אויף מיר טינט
וועט דיר בעסער זיין.

נוץ מיר נישט אויס
אויף אגענדעס פריוואטע,
לאדיך ארויס
פארלאז זיך אויף דיין טאטע.

דא רעדט ער וועגן די בריאה 'מענטשעלע', אבער אויף א וועג וואס הערט זיך כאילו ער רעדט וועגן זיך, און ער רעדט איצט צו וועם ער האט גערעדט אין אנפאנג פון דער ארטיקל, ווי אויך צום ליינער.

דעמאלטס איינזעהן
אז איך עקזעסטיר ניטאמאל,
אלס דמיונות דאן זען
זיך גענארט אלעמאל.

דער טאג וועט קומען
מיר וועלן זיך פאר אייביג שיידן,
וועסט זיך דאן בארימען
אלעס איז פריידן.

דא איז משמע אז דער גוף רעדט צום נשמה וועגן דער בריאה 'מענטשעלע'.

נישט אלעס דארף שטימען
עס וועט נאך זיין שיין,
ווען די צייט וועט קומען
וועסטו מיך פארשטיין

דא קען מען זאגן א פאר פשטים ווער, וועגן, און צו וועם.

- - - קשיות

דא רעדט דער 'שרייבער' צום 'ליינער'

------------

ווי עס זעהט מיר אויס איז דער ערציילער נישט א געוויסע בריאה, אבער דער קאנצעפט, די ארטיקל, רעדט די גאנצע צייט. דער שמועסט פאר זיך אויף פארשידענע אופנים כדי דער ליינער זאל פארשטיין.

וואס זאגט דער עולם?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

@היכי, גוט צונומען, גוט ארויסגעהאט.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

@היכי, מיסטער קשיות רעדט אינעם ארטיקל... ער.. דער בעל הדברים.. ער רעדט דא...

די לעצטע שורה -- קשיות.. האט דער האנט מיט וואס מיסטער קשיות האט זיך באנוצט געשריבן על דעת עצמו... אביסל צו לעזן די מיסטעריע....
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

די פראגע 'פארוואס?' איז דער וואס רעדט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יאפ.. מתוק כדבש, ארויסגעברענגט גאר גוט א שטארקע נקודה. געשטימט אויף אלעם אויסערגעווענליך.

לדעתי רעדט אגאנצן צייט די קאנצעפט 'קשיות'. אמאל צום ליינער און אמאל צו זיך אבער הויכערהייט אז די ליינער זאל זיי הערן.

דער טאג וועט קומען
מיר וועלן זיך פאר אייביג שיידן,
וועסט זיך דאן בארימען
אלעס איז פריידן.

דא מאכט יא מער פשט אז די גוף רעדט צו די נשמה אבער מ'קען אויך זאגן אז קשיות רעדט ווייטער צום ליינער, וואס מיינט אז ס'גייט קומען א צייט וואס מ'גייט זיך שיידן ווייל ס'גייט נישט זיין קיין קשיות.

פון די אנדערע זייט, אויב רעדט ער פון זיך, האט ער דאך עס שוין פריער געזאגט
זארג נישט מיין קינד
איך וועל איין טאג צוגיין,
שפאר אויף מיר טינט
וועט דיר בעסער זיין.

און פארוואס זאגט ער דא שיידן אז ער ניצט צוגיין (וואס דאס שטימט טאקע בעסער אז ס'וועט 'צוגיין' און נישט זיך 'שיידן')
בקיצור.. דא בין איך אביסל צומישט

היכי תמצא האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

היסטאריש האט געשריבן:יאפ.. מתוק כדבש, ארויסגעברענגט גאר גוט א שטארקע נקודה. געשטימט אויף אלעם אויסערגעווענליך.

לדעתי רעדט אגאנצן צייט די קאנצעפט 'קשיות'. אמאל צום ליינער און אמאל צו זיך אבער הויכערהייט אז די ליינער זאל זיי הערן.

דער טאג וועט קומען
מיר וועלן זיך פאר אייביג שיידן,
וועסט זיך דאן בארימען
אלעס איז פריידן.

דא מאכט יא מער פשט אז די גוף רעדט צו די נשמה אבער מ'קען אויך זאגן אז קשיות רעדט ווייטער צום ליינער, וואס מיינט אז ס'גייט קומען א צייט וואס מ'גייט זיך שיידן ווייל ס'גייט נישט זיין קיין קשיות.

פון די אנדערע זייט, אויב רעדט ער פון זיך, האט ער דאך עס שוין פריער געזאגט
זארג נישט מיין קינד
איך וועל איין טאג צוגיין,
שפאר אויף מיר טינט
וועט דיר בעסער זיין.

און פארוואס זאגט ער דא שיידן אז ער ניצט צוגיין (וואס דאס שטימט טאקע בעסער אז ס'וועט 'צוגיין' און נישט זיך 'שיידן')
בקיצור.. דא בין איך אביסל צומישט

היכי תמצא האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם?


ער וועט זיך שיידן דורכ׳ן צוגיין.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס? - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממוצע האט געשריבן:@היכי, מיסטער קשיות רעדט אינעם ארטיקל... ער.. דער בעל הדברים.. ער רעדט דא...

די לעצטע שורה -- קשיות.. האט דער האנט מיט וואס מיסטער קשיות האט זיך באנוצט געשריבן על דעת עצמו... אביסל צו לעזן די מיסטעריע....

אנעים זמירות האט געשריבן:די פראגע 'פארוואס?' איז דער וואס רעדט.

כינור האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:יאפ.. מתוק כדבש, ארויסגעברענגט גאר גוט א שטארקע נקודה. געשטימט אויף אלעם אויסערגעווענליך.

לדעתי רעדט אגאנצן צייט די קאנצעפט 'קשיות'. אמאל צום ליינער און אמאל צו זיך אבער הויכערהייט אז די ליינער זאל זיי הערן.

דער טאג וועט קומען
מיר וועלן זיך פאר אייביג שיידן,
וועסט זיך דאן בארימען
אלעס איז פריידן.

דא מאכט יא מער פשט אז די גוף רעדט צו די נשמה אבער מ'קען אויך זאגן אז קשיות רעדט ווייטער צום ליינער, וואס מיינט אז ס'גייט קומען א צייט וואס מ'גייט זיך שיידן ווייל ס'גייט נישט זיין קיין קשיות.

פון די אנדערע זייט, אויב רעדט ער פון זיך, האט ער דאך עס שוין פריער געזאגט
זארג נישט מיין קינד
איך וועל איין טאג צוגיין,
שפאר אויף מיר טינט
וועט דיר בעסער זיין.

און פארוואס זאגט ער דא שיידן אז ער ניצט צוגיין (וואס דאס שטימט טאקע בעסער אז ס'וועט 'צוגיין' און נישט זיך 'שיידן')
בקיצור.. דא בין איך אביסל צומישט

היכי תמצא האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם?


ער וועט זיך שיידן דורכ׳ן צוגיין.


ש'כח. דאס איז טאקע גוט. געוואלדיג ש'בגעוואלדיג.
איצטערט קען מען גיין רעיטן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טיעף שניידט
מחשבות ווייט
קונצליך שיין
קשיות? ניין!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”