פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 4:01 pm

2
1%
★★
2
1%
★★★
4
1%
★★★★
13
5%
★★★★★
51
18%
2
1%
★★
4
1%
★★★
8
3%
★★★★
12
4%
★★★★★
45
16%
2
1%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
12
4%
★★★★
18
6%
★★★★★
43
15%
7
2%
••
14
5%
•••
47
16%
 
סך הכל שטימען: 286

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

[align=center][/align]

די זון שטראלן האבען אריינגעשיינט אין מיינע אויגן, איך האב גענומען די אינסטיקטיווע שיץ מיטל פון שנעל ארויף שליידערן מיינע ענטבלויזטע הענט אויף מיינע ארימע אימבאשיצטע אויגן, איך האב מיר גערעגט אויף מיר אליין אויף די שפעטע שעה וואס האט מיר אנטפאנגען אין שלאף, איך בין געווענליך שוין אויף נאך פאר די זון קומט ארויס באגריסן די וועלט, איך האב געוויסט אז אויפשטיין אין די שעה מיינט אז די היינטיגע טאג וועט קיין גוט'ס נישט ברענגען, ווייל ווי קען א טאג וואס מען לאזט אויס די עיקר פליכט ברענגען גוט'ס? און יעצט איז שוין צו שפעט צו טוען די טעגליכע רוטין.

איך האב געגעבן א פוילע קלינג אויפן גלאק, און די פאמיליע דינער איז אריין געקומען צו מסדר זיין די שלאף בעט און מיר העלפן זיך מסדר זיין פאר איך גיי אין שולע, ער האט ווי יעדן טאג מיר אויסגעפיצט, געהאלפן אנטון די שיך, אנטון די מאנטל, און דאן איז ער אריין אין קיך מיר ברענגען די פרי מאהלצייט, איך האב מיט ווייטאג געטראכט אז גאט איז זיכער בייז אויף מיר אויף דעם וואס איך עס נאך פאר איך טוע זיין דינסט אבער איך האב געוויסט אז ס'איז נישט דא קיין ברירה און מען קען נישט געטרויען אפילו די אייגענע דינער, איך האב שנעל אפגעגעסן וואס די געטרייע קעכער'קע האט געקאכט מיט געטריישאפט, איר האט מען יא געקענט געטרויען ווייל זי איז יא געוווען פון אונזערע, און איך האב מיר געמאכט גרייט צו גיין אין שולע.

איך בין אריין צום פאטער'ס ביורא זאגן א גוט מארגן, אויף זיין בליק האב איך געזעהן די צער אויף דעם וואס איך האב פארפאסט די טעגליכע צעראמאניע, אבער ער האט גארנישט געקענט זאגן אין פארנט די דינער און מיט א פארווייטאגטע בליק האט ער מיר געווינשטען הצלחה, איך האב געוויסט אז נישט אזוי שנעל וועל איך נאכאמאל פארשלאפן די צופרי, איך קען מיר נישט ערלויבן צו אזוי פארווייטאגן מיין געטרייע טאטע.

די קארעטע האט שוין געווארט אויף מיר, די דינער האט מיר געהאלפן ארויפגיין און די קוטשער האט געגעבן א שמייס די פערד און היידע, איך בין אנגעקומען אין שולע פינקט די לעצטע מינוט פאר די שטרענגע לערער וואלט פארשלאסן די טיר, איך האב מיר קוים געכאפט די אטעם אין די לערנונג האט זיך אנגעהויבן, היינט איז פרייטיג האב איך געוויסט, און דאס האט מיר געמאכט א דאפלטע אנגעצויגענקייט איינס ווייל יעדע פרייטיג איז די ערשטע און הויפט לערנונג די קריסטליכע גלויבענג און איך האב מיר יעדע פרייטיג פריש געפילט ווי א פאררעטער פארן מיט האלטן די קלאסן אין נאך זיין פון די אויסגעצייכענטע דערין, און דאס אז ס'איז פרייטיג האט אויך געברענגט די שטענדיגע געפאר פון ווערן געכאפט - נענטער, צענדליגער פון אונזערע קהילה האבען שוין גענדיגט זייער לעבן נאכן ווערן געכאפט פרייטיג איינקויפן אדער זיך גרייטן צום הייליגען זיבטען טאג פון די וואך.

אבער פון די צווייטע זייט האב איך א גאנצע וואך געווארט אויף שבת, ס'איז געווען די איינציגסטע טאג אין וואך וואס איך האב געפילט ווי א עכטע יוד, איך האב געפילט א אימבאשרייבליכע העכערקייט, די טומאה אין וואס מיר זענען איינגעטונקען געצווינגענערהייט ווערט ווי אוועקגעבלאזן ווען די געהויבענע טאג קומט, איז אזוי בין איך געזיצן א גאנצע קלאס ווי אויף שפילקע'ס אכטונג געבנדיג אז קיינער זאל עס נישט באמערקן.

אהיים בין איך צופיס נאכן ווארטן פופצן מינוט און זעהן אז די קארעטע קומט מיר נישט אפנעמען, איך האב געטראכט "אוי וועט די קיטשער כאפן פאר זיין פארשלעפטקייט, אז ער וועט דאס שטענדיג געדענקן, א חוצפה אז "איך" דארף גיין צופיס ס'איז א בושה פאר די גאנצע קארליאס פאמיליע...."

שטייענדיג א גאס פאר אינזער פאלאץ האט מיין אויג אויפגעכאפט א זאך וואס איז מיר גאר ווייניג געפאלן, איך האב געזעהן א שווארצע וואגן פאר די מאמארענע טויער, איך האב געהאפט אז ס'איז נישט וואס איך ציטער, איך האב נישט געקענט טראכטן אז די שוידערליכסטע איז טאקע געשעהן, איך האב אבער געוויסט אז מיינע האפן איז לכאורה א אימזינסטע.. א שווארצע וואגן פארן טיר קען מיינען נאר איין זאך.... אז די מאסקע איז געווארן אראפגעריסן... די טויט שרעק איז מיר באפאלן אין איך האב שנעל געכאפט אז איך טראץ מיין יונגער עלטער איז לכאורה אויך אויף די שווארצע ליסטע, און מיין קאפ האט שנעל דורך געווארפן די נעמען ווי זיך צו ווענדן פאר שוץ אין הילף, איך האב געהאפט אז מיין עלטערע 17 יעריגע ברידער איז נישט געווען אינדערהיים אזוי ער זאל אויך טרעפן א וועג ארויס אבער איך האב מיר קודם געדארפט זארגען פאר מייין הויט...

די אדרעס וואס האט אויפגעבליצט אין מיין קאפ איז געווען עמניעל, ער איז געווען איינגעשטעלט טאקע אין די שוידערליכסטע פלאץ אויף די וועלט די פלאץ פון ווי אלע שלעכט'ס קומען ארויס, אבער איז דאך געווען אינגאנצן א אונזעריגע און זיין שטאנד האט אים געגעבן מער שיץ ווי א צווייטן.

צווישן פעלדער און זייטיגע געסלעך בין איך געלאפן צו זיין היים, און געקלאפט די אפגעשמועסטע סכנה קלאפ, זייין מאדאם האט געפענט מיט ציטער און זעהנדיג מיר איז א געשריי ארויס געפלויגן פון איר מויל, "איר אויך"?, איך האב נישט געקענט מער ווי מיט שאקלען מיטן קאפ, זי האט מיר שנעל אריינגענומען און מיר אראפגעטראגן אין די קעלער וואס איך האב גוט געקענט פון די געציילטע מאהל וואס מען איז זיך צזאם געקומען דארט ווי יום כיפור אין שמחת תורה, זי האט זיך אנטשילדיגט אז איר מאן איז נאכנישט אינדערהיים פון די ארבעט און ער וועט באלד זיין דארט.

איך האב געווארט אויף זיין ערשיינונג וויסענדיג אז ער וועט האבען מער דיטאלן ארבעטענדיג אין די שטענדיגע גהינום, נאך א קורצע שטונדע האב איך געהערט די באקאנטע סימן קלאפ, און דערנאך זיין שטענדיגע שווערע טריט, ער האט אויסגעקיקט שרעקליך, זיין הענט האט זיך געווארפן, אין זיין פנים האט אויסגעדריקט טיפע אימבאנומענע צער, איך האב מיר דערשראקן, איך האב אים נאך קיינאמאל נישט געזעהן אין אזא צורה, איך האב מיר אנגעגארטלט מיט שטארקייט און אים געזאגט "ביטע אלס פריינד פון די פאמיליע ביטע זאג מיר אלעס וואס די ווייסט איבער מיינע עלטערן, און ביטע פארהויל נישט פון מיר קיין שים דיטאל אפילו ס'איז שווער", ' דו ביסט דאך א ערוואקסן קינד, וועל איך דיר צוליב טוען און איך וועל דיר זאגען', האט ער גענטפערט מיט א שווערע געמיט.

'איך בין געווען געצווינגען צי ארעסטירן מיין הארץ פריינד'!, און ער האט געווישט די טרערן, א זאך וואס האט נישט געפאסט זיין שטענדיגע שטארקייט, 'איך האב נישט געהאט קיין ברירה מען האט אים פארמסר'ט און די אויפגאבע איז געפאלן אויף די גרופע אין ווי איך בין, דיין טאטע האט עס אויפגענומען ווי א בראווער מאן און נישט געוויזן קיין צייכן פון אנגעצויגענקייט אדער שוואכקייט, מיר האבען אים גענומען שטימערהייט און ארייינגעברענגט אין די טרויעריגע בארימטע קעלערן'
איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן און אריינגעהאקט, "איז מיין ברודער אויך אריינגעפאלן אין זייערע רשעות'דיגע נעגל"??
ער האט שוואכערהייט געשאקלט מיט זיין קאפ, און איך האב געפילט ווי די לעצטע שטרוי האט זיך ארויסגעגליטש פון מיינע הענט, ער האט מיר געגלעט אין געזאגט "די מוזט זיך שטארקן דו ביזט די איינציגסטע איבערבלייבעניש פון דיין פאמיליע" איך האב געהערט די שפראך - ווי כאילו מיינע עלטערן זענען שוין געהינגריכט געווארן און פארשטאנען אז ס'איז נישט דא קיין האפענונג בדרך הטבע.....

אזוי ביז דערווייל בין איך געבליבן באהאלטן אין קעלער ווארטענדיג אז די שוידערליכע אויסקים זאל זיך אויסשפילן....

די נאכט וואס עמניעל איז מיר געקומען פארציילן אז די אורטייל אויף מיין גאנצע פאמיליע איז שוין געווארן ארויסגעגעבן האב איך נישט געקענט איינשלאפן, איך האב מיר געדרייט אין בעט נישט קענעדיג פארנעמען די פאקט אז מיינע נאנטסטע שטייען צו פארברענט ווערן, די עכטע מחשבה וואס איז מיר געלאפן אין קאפ איז געווען א טערערעטישע, צו וואלט איך אויס געהאלטן די פיינונג צו וואלט איך אויך מיך געהאלטן שטארק און געווען גרייט צו ווערן פארברענט לעבעדיגערהייט אנשטאט צו אויפגעבן מיין רעליגיע, אדער וואלט איך געווען א שוואכלונג און מיר געבראכן צו די דרוק פון טויט, איך האב געשעצט מיינע עלטערן און בעיקר מיין קוים 17 יעריגע ברידער וואס האבען אויס געוועלט ענדרשט א פיינפולע טויט ווי איידער צו לייקענען אין גאט.... איך בין געווען אויף געשאקלט ביזען גרינד...

די טאג פון די אטא די פעי האט זיך דערנעטערט, און ווי נענטער עס איז געקומען דערצו איז מיין לעבן געווארן מער און מער אימרואיג און צושאקעלט, איך האב אפגעמאכט די צודרייטע שריט אז איך מוז מיר באטייליגן ביים אטא דע פעי, איך מוז זיין מיט מיין משפחה אין זייערע שווערסטע מצב, איך האב געוויסט די גרויסע סכנה וואס שטעקט דערין, און זיך פארגעשטעלט אז עמיניעל וועט עס מיר זיכער נישט ערלויבן אבער איך האב געפילט אז איך קען נישט רואיג ליגן אין בעט ווען מיינע נענטסטע ווערן געפירט צים טויט אן האבען די מינדסטע שטיצע פון איינע פון די אנוועזנדע...

די טאג איז געקומען, און מיין באשלוס האט זיך פארשטארקערט, איך האב געווארט ביז עמיניעל מיט די מאדאם האבען פארלאזט די שטיב, איך האב מיך אנגעטיען אין א שלייער און מיך ארויס געכאפט צו די ריזיגע חצר ווי די שוידערליכע סעפטיקאל גייט אט אט ווערן אויסגעפירט....

ווען איך בין אנגעקומען זענען שוין מיינע משפחה מיטגלידער געשטאנען אויפן פאדיום און איך האב זיי אבער כמעט נישט דערקענט, די אויסטערלישע פיינונגען וואס זיי זענען דורך האט פארוואנדלט מיין טאטע אין אלטע צזאמגעבראכענע מאן, און מיין מאמע אין א פרוי וואס די טויט שרייט ארויס פון איר, מיין ברידער איז דארט געשטאנען און צו מיין ווינדער האט ער געהאט די שטענדיגע טריץ אין די אויגען, די וואס האט מיר אייביג אנגעזאגט אז עפעס פלאנט ער, יעצט האב איך אויך געזעהן די זעלביגע בליק אין זיינע אויגן, איך האב אבער נישט געקענט טראכטן פון וואספארע אינטריגע ער פלאנט יעצט, ס'האט מיר אביסל בארואיגט זעהנדיג אז ער איז נאך אין די כלים, אבער פון דער אנדערע זייט דערציטערט, נישט וויסענדיג וואס זיין ווילדע קאפ האט אויס געטראכט.

די מאנארכן האבען אינטערגעצינדען די געביידע העלצער וואס איז דארט געשטאנען, און די הויפט גלח האט אנגעהויבן די גרוילהאפטיגע צעמאראניע, " צים ערשט קומט די רייע אויף די יונגע כופר" איך האב געפילט ווי מיין בלוט ווערט פארגליווערט " דו יונגער כופר" האט זיין שטימע געדינערט "אויב די ביסט גרייט אויפצוגעבן דיין גלויבן אין אנעמען די רעגליע פון פרידן"..... אזוי רעדנדיג האט ער אויפגעהויבן די טמא'נע צלם, "דאן וועל איך דיר געבן א אויסנאמליכע געלעגנהייט אזאנס וואס קיינער באקומט נישט, נעמענדיג אין באטראכט דיין יונגער עלטער, אויב וועסטו זיך ברעכן וועט דיין לעבן געשאנקען ווערן" א שטילקייט איז באפאלן די מאסן, ווייל די אפפער גיבט מען טאקע קיינמאהל, נארמאל איז די איינציגסטע זאך וואס מען קען פארדינען פון לייקענען אין אמת'דיגען גאט ביים אטא דע פעי איז נאר אז אנשטאט צו ווערן פארברענט וועט מען הרגענען מיט א שווערד, אבער אינגאצן צו שענקן די לעבן איז זייער זעלטן.

מיין ברידער האט מיט א שטארקייט וואס איך פארשטיי נישט, צוזאם גענומען די כוחות, און מיט די לעצטע טראפ בליט, געגעבן א דיקע ווייסע גרויסע שליימעדיגע שפיי אויפן צלם!!! די גלח איז געווען ערשטוינט אזא שטארקייט און פרעכקייט האט ער נישט ערווארטעט, ער איז אריין געפאלן אין א אימבאנומענע כעס, ער איז איצט געווארן צו שפאט אין פארנט פון די אלע מאסן, און מיט די כעס ברענעדיג, האט ער אליינ'ס, נישט קיקנדיגע אויף זיין שטאנד אריין געווארפן מיין ברידער אין העלישן פייער......
די פייער האט אנגעהויבן לעקן די פיס פון מיין זעליגען ברידער, און מיט די לעצטע כוחות מתוך אימענטשליכע יסורים.... האט ער אויסגעשריגן "שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד".........

***


'מזל טוב יענקל, דער אייבערטשער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אים מגדל צו זיין לתורה ולבעל תורה לחופה ולמעשים טובים' די הערצער זענענן געווען געהויבן ביים זכר וואס מיין נאנטע חבר האט געמאכט, די פאפיטע'ס האבען געהאט אלע טעמים, ס'איז געווען זיין "ערשטע" און ער האט זיך געפילט ווי ער איז יעצט קעניג פון די וועלט, ער מאכט א זכר! די גאנצע עיזש האט געדארפט קומען, אין די בחורים זענען דארט געווען מיט אראפגעלאזטע פענימער דארפענדיג גיין צי א חבר'ס זכר ווען זיי זענען נאך אויף די מארקעט, אבער לפנים איז די מצב געווען דערהויבן...

משה וואס האט נאך אלס קינד געטענה'ט אז ער האט ליב ביר, דאן ווען מיר אלע האבען נאך געשפיגן ווען מיר האבען פארזיכט די "טאטע"רישע געטראנק - איז ער שוין געווען שיכור פון ביר, ווייל ער האט עס "עכט" ליב, יעצט האט ער ווי שטענדיג אויך זיך גענומען די אויפגאבע פון אויסרוימען ווי מער באטלעך צו ווייזן אז ער איז שוין "ציגעוואוינט" און ווערט נישט שיכור אפילו פון צען באטלעך...

לייבי האט געשאסן קארני וויצן אויף די משגיח, און די עולם איז וווי געווען געהאסטיזש אויס צו הערן אלע זייינע שמאכטענישן וואס ער איז דורך אינטער די בארבארישע הענט פון די מנהל, און ווי ער האט אפגעטוען די משגיח ווען ער האט זיך אריינגעכאפט אין מקווה נאך 10 אזייגער, די פאפטיעס האבען געהאלטן אין איין פליען מיט א אימגעהוירע שנעלע טעמפא, ווי א לעמבאגרני אויף א ליידיגע הייוועי, און די הויפט מחותן איז צוגעקומען שיין בעטן מיר זאלן אביסל באהעיווען ווייל זייין שווער קיקט שוין שטרענג....

איך בין שוין געווען געהרגט מיד, און איך האב געפיעלט ווי די אויגען לעפלעך קלעפן שוין אויף מיין אויגען, איך האב געווינטשען א שענעלע מז"ט, און מיר געוואנדען א היים, די שוהל איז געווען אביסל אינדערויסן פון געגנט, און איך האב אביסל מורא געהאט צו גיין אליין אבער איך איך האב אינזין געהאט "אין עוד מלבדו" אין זיך געלאזט אויף די ליידיגע געסלעך.

פלוצלינג האט מיין נאז גענומען שמעקן (ס'איז געווען נאך פאר קארנא....) די וואכן גרוך וואס רייצט מיר שטענדיג, די ציגרעטל גערוך... און די מאדנעקייט איז געוועהן אז איך האב נישט געזעהן ווי די באהאלטענע רויכערער איז, דאן פון צווישן די ביימער האט איך געזעהן א קליין לעכטיגקייט ארויסשפארצן און טראץ מיין פחד האב איך געגעבן א בליק אריין...

נייייייין................ שבת...............!!! איך האב געזהן צוויי יודעשע בחורים נאך אנגעטון מיט די טיש בעקעטשע פארברענגן אויף זייער סמארטפאן מיט א ציגרעטל ווי כאילו ס'איז אינמיטן וואך, איך האב נישט געקענט ווייטער גיין, מיין אטעם האט זיך אפגעשטעלט, צו האבען מיר דערגרייכט ביז דא, און מיין קאפ האט געבאזשוועט בילדער ווי יודן זענען זיך מוסר נפש אויפן שבת און אויף יודשקייט ווי זיי גייען אויף קידוש השם, און מען רעדט פון יודן וואס האבען זיך געשמדט צו בלייבן אין שפאניע מיט זייער געלט אבער אין די זעלבע צייט האבען זיי זיך מוסר נפש געווען צו היטן די תורה אפילו ווען מען האט געהרגט זייערע נאנטסטע האבען זיי נישט אויפגעגעבן, און דא אין די פרייע אמעריקע קומט אזאנ'ס פאר אן קיין צוואנג.....

איך בין געגאנגען נענטער און זיי זענען אויפגעשפרינגען מיט שרעק זיי האבען נישט ערווארטעט אז היימיש פנים זאל זיי כאפן, איך האב זיי געקענט! זיי זענען געווען בחורים פון מיין קהילה! טאקע נישט די וואוילסטע אבער אויף אזאנס האב איך מיך נישט געראכטן... זיי זענען געווען איבעראשט נישט ווייניגער פון מיר, און איך האב אויס געניצט די מינוט פון שטארקייט און זיי געפרעגט, "צו זענט עטס משוגע געווארן", היינט איז שבת.... וואס איז מיט ענק?? ענק קענען זיך נישט איינהאלטן פאר איין טאג??

זיי האבען נישט מיר נישט געקענט איגנארירן, ווייל איך האב זיי גוט געקענט, און זיי האבען זעהט אויס געפילט ווי זיי מוזן זיך פארטיידיגן...

'איך ווייס נישט וואס דו ווילסט.. פארוואס זאל איך נישט רייכענען שבת, וואס האב איך מיט יודשקיייט, איך האב קיינמאהל נישט געפילט קיין טעם אין יודשקייט, יום כיפור און ראש השנה איז געווען מיין ערגסטע טעג, איך האב קיינמאהל נישט געפילט א העכערקייט אין שבת, און אין לערנען בין איך אויכעט געווען נישט שטארק, איז וואס זאל מיר אפהאלטן, ביז איצט האבן אינז נישט געהאט קיין גאטס... אבער לעצטנס האבען מיר באשלאסן אז יודשקייט האט גארנישט מיט אינז, און פערטיג, רח"ל...

יודן די ביידע מעשיות זענען געשיכטס וואס זענען געבויט אויף אמתדיגע געשיכטעס, איך ווייס ס'איז דברים פשטים אבער מיר מוזן דאס חזר'ן, "איינע" פון די הויפט חליקם פון אמאל און היינט - איז דאס אז אמאל אפילו די שוואכערע יודן פון כלל ישראל אבער וויפיל ער האט יא געהיטן, איז עס געווען פון זיין אייגענע אנערקענונג און רצון, ס'איז נישט געווען מתוך רגילות, יודשקייט איז געווען געבויט אין שכל אין אין הארץ, וויפיל בויעט מען היינט די דורות, וויפיל בחורים פילן א טעם אין שבת, וויפיל יונגעלייט האבען ליב יום כיפור, וויפיל גלייבן און הקב"ה ווייל "זיי" גלייבן? איך האב אמאל געהערט א אמתדיגע ווארט פון הרב יחזקאל ווייס אז רוב קינדער וואס פארן אפ פארן נישט אפ פון זייערע טאטע'ס יודשקייט, ווייל דאס האבען זיי קיינמאל נישט געהאט און די טאטע האט עס אויך נישט, זיי פארן ס"ה אפ פון די טאטע'ס כל מקדש שבת ביינאכט!!!

לאמיר זיך אויפבויען, לאמיר אויפבויען אינזער יודשקייט, לאמיר ארויסגיין פון די רגילות, לאמיר זיין יודן ווייל מיר זענען יודן, נישט ווייל מיר זענען נאכנישט געווארן אויס יודן....

מען קען נישט זיין א יוד אן ווערן א יוד! יא די נאמען יוד קען מען האבען, אבער צו פראקטצירן די אידישע רעליגיע פעלט אויס מחשבה, מען דארף מחליט זיין אז דאס איז וואס איך וויל, איינער וואס האט נאך קיינמאהל נישט געטראכט פארוואס ער איז א יוד אין וואס מיינט צו זיין א יוד.... מיט וואס איז ער א יוד? מען קען נישט זיין א יוד "סתם", מען קען נישט זיין אמתידיגע יוד אן א אייגענע קשר מיט הקב"ה, אן דעם איז אלעס נאר מתוך ההרגל און נישט די ריכטיגע וואס מען פארלאנגט פון אונז.

לאמיר זיך מצייר אז מיר געפונען אויס אז מיר זענען גוים וואלטען מיר זיך מגייר געווען??? אויב נישט דאן דארפן מיר זיך טאקע מגייר זיין!!! מען דארף אליינ'ס פילן די טעם אין יודשקייט און לעבן אין וואס מען טוט!

לאמיר זיך מגייר זיין, לאמיר אנערקענען די ריינע אמת און די שיינקייט פון די תורה, לאמיר אליינ'ס ווערן יודן!!!

שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד!!!


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שרעקעדיג געוואלדיג זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

וואף.. א הערליכער שטריך פון די די אנוסים אין שפאניע וואס האבן זיך געלאזט פארברענען פארן באשעפער צו א אידישקייט מתוך רגילות אן קיין הארץ און מחשבה.. א גאר שטארקע געדאנק און א הערליכע שריפט.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

שטארק
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער פאוערפול! א פיינער שרייבער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שטארקע פוינט און גוט ארויסגעברענגט.
מורא'דיגע שריפט
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

זייער שטארק און וויכטיגע נושא,
מיט גאר א געשמאקע פעדער
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

זעהר א גוטער שריפט, פליסיג קלאר און צוענד, שפראך איז א 5

די ערשטע האלב איז גאר דראמאטיש און א מעסטער פיעס, די אינהאלט פון דעם אליינס וואלג געווען א 5,
אבער די צווייטע האלב קומט און פארמינערטעס צו א 4, בפרט די אויספיר,
טאקע א שטארקע פוינט, אבער עפעס גלייך איך נישט דעם משל צום נמשל, הגם די עצם געדאנק אז מיר דארפן זיין געבויעט, און מיר און יענע שיך וואלטן קוים געבליבן שטיין גראד, אבער די וועג פונעם צוזאמשטעל גלייך איך נישט.

אווערראול א 4
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

האט דער שרייבער געהאט עפעס אן אגענדע צו ארויסזאגן בהעלם אחד צוגארעטעל מיטן סמארטפאון? אפשר האט עס גאר געהאט א פילטער?

וואס וואלט שלעכט געווען פלעין אז זיי האבן גערייכערט אום שבת?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

ווי קומט דא אריין אגענדע?

וואס זאל ער שרייבן? אז ער האט זיי געזעהן מאכן א אייער שפייז?

צוגארעטעל און סמארטפאון זענען זאכן צו וואס מענטשן זענען צוגעבינדן דורכאויס די וואך, אטאמאטיש ווען איינער האט א נסיון אין שמירת שבת וועט ער געווענליך דורכפאלן מיט איינע פון די צוויי
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יא, אן אגענדע צו מאכן מענטשן אויפמערקאזאם איבער וואס עס גייט באמת פאר, און פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

פעיק ניוז האט געשריבן:יא, אן אגענדע צו מאכן מענטשן אויפמערקאזאם איבער וואס עס גייט באמת פאר, און פארשטיין וואס ליגט אונטער דעם.

;l;p-
:cry:
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

טראגי-זיסע צוזאמשטעל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קרייסלער האט געשריבן:האט דער שרייבער געהאט עפעס אן אגענדע צו ארויסזאגן בהעלם אחד צוגארעטעל מיטן סמארטפאון? אפשר האט עס גאר געהאט א פילטער?

וואס וואלט שלעכט געווען פלעין אז זיי האבן גערייכערט אום שבת?

בשם דעם שרייבער: "נארמאל איינער וואס רייכערט שבת האט נישט קיין פילטער, ודוק".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

פעיק ניוז האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:האט דער שרייבער געהאט עפעס אן אגענדע צו ארויסזאגן בהעלם אחד צוגארעטעל מיטן סמארטפאון? אפשר האט עס גאר געהאט א פילטער?

וואס וואלט שלעכט געווען פלעין אז זיי האבן גערייכערט אום שבת?

בשם דעם שרייבער: "נארמאל איינער וואס רייכערט שבת האט נישט קיין פילטער, ודוק".

איך מיין אז ס'דא א "ענין" נישט צי ניצן א סמארטפאן שבת אפי' מיט א פילטער... :cry:
לעצט פארראכטן דורך tesla אום מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 2:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טאקע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

געגעיבן פאר אינהאלט 5
ווען מקען ווען געבן 10 וואלט ער עס באקימען פין מיר
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

גאר א גוטע צאמשטעל צאמגעשמאלצען א רייכע שפראך שרייבערישע אויסדרוקן געשמאק צי לייענען.

דאס איז אמת אז אמאל איז אידישקייט געווען פונעם אייגענעם רצון אבער כ'גלייב שווער אז אין די צייטן פון די אנוסים האט מען פאר דעם אנוס וואס האט זיך אויפגעפירט א גאנצע וואך ווי א קריסט אויסגעלערנט מער אידישקייט ווי פארן היינטיגן חדר יונגל. וואס איז יא די חילוק ווייס איך נישט, אפשר די תמימות און די אמת וואס דער קינד האט געזען אויפן טאטען בשעת'ן איבערגעבן די מסורה האט עס געמאכט.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אינטרעסאנט, ווי די היסטארישע חלק ווערט אראפגעשריבן מיט אן אלטע סטייל שרייבערישקייט.
און די היינטיגע חלק, מיט די היינטיגע סטייל...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אוראייניקל האט געשריבן:אינטרעסאנט, ווי די היסטארישע חלק ווערט אראפגעשריבן מיט אן אלטע סטייל שרייבערישקייט.
און די היינטיגע חלק, מיט די היינטיגע סטייל...

אקוראט דאס געוואלט זאגן. דער שרייבער איז עפעס אויסטערליש גוט און צושטעלן די סטייל לויט די תקופה. בכלל די שפראך איז זייער רייך און די צוזאמשטעל צופעדיג.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליכע ארטיקל!
פון מיינע ערשטע אויפפאסונגען איז געווען טאקע דאס וואס @געלעגער האט געוואלט זאגן און @אוראייניקל האט עס געזאגט, אז די גאנצע שפראך און סטייל פון די שריפט טוישט זיך. ס'איז א שטארקע קונץ און שלעפט בעסער אריין אין די מצב.
די צושטעל פון די צוויי געשיכטעס קליקט עפעס נישט אזוי אין מיין קאפ.
די עצם רעיון איז gorgeous כאטש וואס איך האלט נישט אז הלכה למעשה קען די מסירות נפש אין שפאניע מעורר זיין אונז 2020 אידן (ס'איז די לעצטע טאג).
סאו, איך האב געגעבן א 5 פאר די שפראך, א 3 פאר די תוכן און א 4 פאר אוועראלל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גאר שטארק! און ציפעדיג! און אמת!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
גם אני
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 1:10 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אני »

א שרעקעדיגע נושא וואס מען רעדט נישט דערפון געווענליך, זייער גוט ארויסגעבערענגט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גאר א שטארקע ארטיקל און וויכטיגע נושא!


מיין רב שליט"א זאגט אלץ, אז די בחורים וואס רייכערן שבת וועלן זיך אויך לאזן פארברענען אויפ'ן אוטאע-דע-פעי אויב וואלט דאס היינט פאסירט. זיי האבן טאקע נישט קיין סאך אדער אפי' גארנישט מיט אידישקייט, אבער זייער פינק פייער וועט אויפפלאקערן אויב ס'וועט אונטערקומען אזא געלעגנהייט.

נאר צוליב די הסתרת פנים פון היינטיגן דור קומען די נסיונות מלובש בטבע, נישט ווי א מסירת נפש מערכה פון מי לה' אלי ווי אין אלע דורות. דאס מיינט די ווערטער ואנוכי הסתר אסתיר פני, מ'וועט נישט שפירן ווי מ'שטייט פאר מסירת נפש.

די אידישקייט האט זיך נישט געטוישט, נאר די נסיונות זענען באהאלטן, בהסתרה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

באקאנט אז יודן וואס האבן גארנישט געהאלטן ממשגארנישט האבן זיך פארט געלאזט פייניגן און הרגענען ווי איידער מבזה זיין א ספר תורה, ביים קריג
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”