פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
זייער שטארק
ביי מיר קליקט עפעס אויך נישט די צוזאמשטעל,
אבער יעדע שטיקל פאר זיך איז זייער גוט!!
א מענטש דארף פילען אז ער לעבט פאר עפעס, ער האט א ציל אויפן וועלט. און זייער אסאך בחורים קומען נישט ארויס פונעם סיסטעם מיט דיע פילינג..
און אויב מען טרעפט עס ליידער נישט אין אידישקייט, גייט מען צו אנדערע זאכן..
5
4
4
3

אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
5 5 5 3
ס'ווערט שווערער און שווערער צו ערקלערן א געווינער... דאס איז זייער גוט געשריבן און אייזן קלאר ארויסגעברענגט די פוינט וואס די שרייבער וויל ארויסברענגען.
זייער געפיליש, שנייט ווי א מעסער, און וועקט אויף די נשמה מיט א שטארקע נקודה למחשבה וואס לאזט די ליינער זיצן אויפן קאוטש פארקלערט.
יישר כח!

- דער יעניגער
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: ביי מיר אין קעלער
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
גאר גוט! גראדע, לערנענדיג אין א ישיבה נעבן ניו דזשערסי איז מיר שוין ליידער אויסגעקומען צו זעהן די צווייטע העלפט מעשה, שטייצעך נישט פון מיין ישיבה, אבער מיטן חסידישן לבוש! מ'זאל נישט געפרואווט ווערן
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
מען רעדט פון שפאנישע מסירות נפש כאילו עס איז אמת, וויבאלד אזוי האט מען געליינט אין די ביכער. דער אמת איז אז ליידער שווערע טויזענטער שפאנישע יודען האבען נישט עומד בנסיון געוועהן פונ'ם גירוש, און האבען ערוועלט זיך צו שמד'ן איידער איבערלאזען זייער האב און גוטס.
מאנכע האבען טאקע פראבירט אנצוהאלטען עפעס יודישקייט באהאלטענערהייט, אבער אפילו דאס האט גאר שנעל אויסגעוועפט. און אפילו יענע האבען קוים געהאלטען זעיר שם זעיר שם.
צווישען די 'נייע קריסטען' זענען געוועהן אזוינע וועלכע האבען געזוכט דעם ערשטע געלעגנהייט צו אנטלויפען ערגעץ וואו מען קען זיין א יוד אינ'ם אפענהייט, און פון זיי איז יא געבליבען יודישע דורות. משא"כ די וועלכע זענען פארבליבען, זענען ליידער גענצליך פארלוירען געגאנגען פונ'ם יודישען פאלק.
דאס איז לגבי שפאניע. לגבי סתם אפגעפארענע פון ערליכע היימען איבער די יארען, איז דאכצעך זייט עמאנציפאציע תמיד געוועהן א פלוס. דער איינציגסטע אויסנאם איז מסתמא אין די ערשטע 30-50 יאר נאכ'ן קריג, ווען מעסיג ווייניג זענען אוועקגעפאלען פון פרומע שטובער.

א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
די 'Switch' אריבער פון די דראמאטישע ברענענדיגע או-טו-דע-פע, צו די לויזע פרייליכע 'שלום-זכר-מצב', איז א טאלאנט.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18800
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
זייער שיין באשריבן.
ווי מהאט שוין דערמאנט דא, די צוזאמשטעל איז נישט קיין 100, ווען ער שטעלט ווען צוזאם א מעשה פון זיך מוסר נפש זיין פאר נישט רייכערן וואלט דאס געווען א צוזאמשטעל, דא איז עס א מעשה פון מסירות נפש וואס די גאנצע שייכות מיטן צווייטן חלק איז אז ביי ביידע נוצט מען פייער..
בענין די תוכן נאר געשטומט 3
איך ליין דא ווי כאילו די מצב היינט איז אז א בחור וואס 20 יאר צוריק וואלט ער פארשלאפן זמן קריאת שמע, דער זעלבער בחור וואלט היינט נישט געהאט קיין פראבלעם צו כאפן א ציגערעטל שבת נאכמיטאג, נישט פון נישט גלייבן נאר סתם פון פויערישקייט.
איך קען נישט אזא מצב ביי אונז, אויב עפעס איז היינט א מצב וואס א בחור וואס 20 יאר צוריק וואלט ער אויסגעטון זיין הוט און בעקיטשע היינט בלייבט ער מיט דעם, און נעמט א ציגערעטל פונקט ווי דער וואס 20 יאר צוריק וואלט געטון מיטן טשופ.
איך מאך נישט אוועק די איסור און די שוידער וואס דארף כאפן א איד וואס זעהט אזא זאך נאר די אראפמאלן ווי כאילו דער מצב ביי אונז איז אזוי שוואך, אדער לעב איך אין לאלאלענד אדער ווייס איך נישט וואס, איך זעה נישט אזא זאך אין רעאליטי...

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4204
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
די ארטיקל איז מורא׳דיג מורא׳דיג,
די שפראך איז משוגע צו ווערן, ווי אויך די שטארקע פוינט וואס ער ברענגט ארויס,
די שארפע קאנטראסט פון איין זייט, ווי א איד וואס גייט אנגעטוען און פירט זיך ווי א גוי,
אבער זיין אידישקייט איז יסודות׳דיג און פעסט, ער ווייסט אז ער איז איד, ער פארשטייט וואס דאס איז.
פן די אנדערע זייט האמיר דעם היינטיגן בחורל וואס גייט טאקע אנגעטוען מיט די פולע טראגע,
אבער ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס אידישקייט מיינט, זיין גאנצע זיין א איד איז געבויעט אויף שוואכע יסודות אין איז סיסטעמאטיש,
ווייל יעדער איז אזוי, ער האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט זיין א חלק פון דעם עם הנבחר.
זייער שטארק, פייוו סטאר אין אלע הינזיכטן.

פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10723
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
מוראדיג גוט באשריבן.
או ןליידער ס'ציפט ביים הארץ וויסענדיג אז ליידער ליידער איז דאס נישט קיין פיקטיווע מעשה נאר עס געשענהט ליידער זייער אפט..
די שפראך און אלעס ארום איז מוראדיג..
אבער די תירוץ בין איך געבליבן סטאק וויאזוי ווערט מען טאקע א איד ???

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
איך ווייס נישט אויב עפעס איז ראנג מיט מיר, אבער איך ווער גראדע יא משוגע פאר דעם צוזאמשטעל.
טו מיר עפעס...
טו מיר עפעס...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
יעצט געליינט....................... כאניש קיין ווערטער!!
שטארק און הייליג, פליסיג און קלאר, שרעקעדיג און מעכטיג!!!!!!!
די צוזאמשטעל האט מיר נישט געשטערט, ס'פלאקערט אן די הארץ אויף מסנ פארן באשעפער.
5 5 5 5 5 5 !!!!!!!!!!

דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19795
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
דאס איז שוין א גוטס אבער א שווערע... דער אינהאלט איז הייליג ביז גאר, 5 אן קיין ספק
שפראך/אווער אלל... ווי איז נשמה? מ'דארף דיך... אקעי, אביסל אויף ביז נשמה קומט ארויסהעלפן.
דער ארטיקל איז א צאמשטעל פון אפאר אינגאנצן אנדערע תכונת הנפש, אויפן אנאגראם וואלט מען זיך גרינגערהייט ארויסגעדרייט מיטן עס א נאמען געבן 6 און פערטיג...
די ערשטע העלפט איז שרייבעריש ביז גאר, סיי אין דמיון און סיי מיט שפראך, די קאלירן און אויסדריקן, די סטייל פון די געשעענישן איז עפעס אויסערגעווענליך.
די צווייטע העלפט איז אביסל עקסטרעים אראפגעמאלן, אנגעכאפט א שווערע סוגיא און נאר בארירט די עקסטרעימע ראשי פרקים, ווי אויך איז די געוויכט דארט מער אויף די חיצוניות (בלשוננו 7),
דער צאמשטעל פון די צוויי הפיכים אין די אפגעריקטע תקופות פון 500 יאר איז א דריטע זאך פאר זיך, אייזערנע געדאנק, פעלט אבער לעבן אין ארויסהויבן די קאנטראסט. דער שרייבער לייגט אראפ אזוי ציקער זיס ווי מ'לאזט זיך פארברענט ווערן אויפן שייטער אויבן, די תאווה צי קענען שפייען א שטיק שליים אויפן צלם און דערמיט ארויסברענגען גרים צארן ביים גלח.. אוי דאס איז דאך וואס יעדער לעכצט אין חלום.... האלו? דו ווייסט וויפיל מאל א טאג דו האסט א געלעגנהייט זיך צי מוסר נפש זיין?... אופס, פארפארן.. לעניננו, די בריק צווישן די צוויי געשעענישן פעלט אביסל, דער שרייבער דארף צוליב דעם לענגער מאריך זיין אין די אויספיר.
די נאטור פון דעם שרייבער לאזט מיר מיטן מחשבה אז איך זאל אריינכאפן איהם צי אנאלעזירן בעוד מועד ווייל זיין פאטענציאל איז ריזיג, למעלה מהשגתי... אזא סארט צאמשטעל פון מחשבה, טיעפקייט, קאלירפול + שריפט איז עפעס וואס איז כמעט נישט מיט מצוי.
קליינע ספעלינג מיסטעיקס שטערט די פליס פון דעם ליינען אבער איז איבערגעזעהן ביי די תוכן און סטייל. שפראך 4. אוועראלל א גאר שטארקע 4
(די קעפל וואלט ענדערש געדארפט זיין, א ציגרעטל vs דעם שייטער-הויפן, ניין?)

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
א געוואלדאוונע שרייבער!
רייכער שפראך, דראמא, ציענד, און פליסיג.
זייער זייער הנאה געהאט!
רייכער שפראך, דראמא, ציענד, און פליסיג.
זייער זייער הנאה געהאט!
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #8 - א ציגרעטל vs די מזבח
שלמה מולכו האט געשריבן:די ארטיקל איז מורא׳דיג מורא׳דיג,
די שפראך איז משוגע צו ווערן, ווי אויך די שטארקע פוינט וואס ער ברענגט ארויס,
די שארפע קאנטראסט פון איין זייט, ווי א איד וואס גייט אנגעטוען און פירט זיך ווי א גוי,
אבער זיין אידישקייט איז יסודות׳דיג און פעסט, ער ווייסט אז ער איז איד, ער פארשטייט וואס דאס איז.
פן די אנדערע זייט האמיר דעם היינטיגן בחורל וואס גייט טאקע אנגעטוען מיט די פולע טראגע,
אבער ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס אידישקייט מיינט, זיין גאנצע זיין א איד איז געבויעט אויף שוואכע יסודות אין איז סיסטעמאטיש,
ווייל יעדער איז אזוי, ער האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט זיין א חלק פון דעם עם הנבחר.
זייער שטארק, פייוו סטאר אין אלע הינזיכטן.
גוט ארויסגעברעגט!