פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - הויפט געווינער! - דאס בין איך, דער רחמנות!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 4:01 pm

2
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
7
1%
★★★★
15
2%
★★★★★
132
22%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
6
1%
★★★★
18
3%
★★★★★
130
21%
1
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
5
1%
★★★★
16
3%
★★★★★
133
22%
2
0%
••
10
2%
•••
129
21%
 
סך הכל שטימען: 606

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

גראדע מיר האט דעם ווייניגסטע געכאפט דעם ארטיקעל. עס איז בכלל נישט קיין קונץ צו מאכען מענטשען וויינען דורך פארציילען זייער א טרויעריגע מעשה, ווי למשל דאס פון א קינד וועלכער האט פארלוירען די מוטער דריי טעג פאר'ן בר מצוה.

און מער פון סתם פארציילען עפעס טרויעריגס שטייט נישט דא. דער ארטיקעל האט נישט קיין קלאוזשער, און עס זאגט גארנישט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שיינער חלום האט געשריבן:א יתום בין איך,
קיינמאל ב''ה נישט געוויינט אויף מיין מצב,
יעצט איז מיר די ערשטע מאל געקומען טרערן,

אגב: יעצט נאכן ליינען קומט אריין טשיקי טשיקי אוי אוי אוי..............

פאר'יתום"ט געווארן אלס קינד? קיינמאל "ב"ה" געוויינט????? פארוואס ב"ה?

דארפסט נישט מסביר זיין ווייל מיר פארשטייען סייווי נישט וואס ביסט דורך. איך האב נאר געמיזט פרעגן....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

עירמאנט'ער האט געשריבן:
שיינער חלום האט געשריבן:א יתום בין איך,
קיינמאל ב''ה נישט געוויינט אויף מיין מצב,
יעצט איז מיר די ערשטע מאל געקומען טרערן,

אגב: יעצט נאכן ליינען קומט אריין טשיקי טשיקי אוי אוי אוי..............

פאר'יתום"ט געווארן אלס קינד? קיינמאל "ב"ה" געוויינט????? פארוואס ב"ה?

דארפסט נישט מסביר זיין ווייל מיר פארשטייען סייווי נישט וואס ביסט דורך. איך האב נאר געמיזט פרעגן....

ב''ה אז עס איז מיר נישט אנגעקומען אזוי שווער.
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מאכט נישט קיין טראפ סענס צו פרעגן אזאנע קשיות אין פובליק (אויך נישט אין פרייוועט).
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אנעים
1 דער שרייבער דארף זיין גאר טאלאנטפול אריינצולייגן דעם געפיל לעבעדיג אין די באשרייבונג, עכ"כ אז די לייענער זאלן דאס שפירן,
2 דער ארטיקל זאגט גאר אסאך! באגראב נישט דיין זיין א רחמנות, נאר גיי אן מיטן לעבן, לעב מיטן מציאות, און נוץ דיינע שוועריגקייטן פאר א מיטל זיך צו הייבן
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

דאס איז די שטערקסטע חלק פון די ארטיקל
נאכן וויינען א לאנגע צייט האב איך אבער באשלאסן אז זאל זיין וואס זאל זיין, איך וועל ווייזן אז איך קען יא. אז דאס איז געוועהן דעם רצון פונעם גרויסן בורא, וועל איך דאס אויספירן! און איך וועל ווייזן פאר מיין געטרייע מאמע פון גן עדן. אז יא איך קען און איך וועל ווייטער אנגיין.

דאס איז די איינציגסט וועג אדורך צו גיין די שווערסטע מצבים אין לעבן, נעם אן די גזירת הבורא און גיי אן מיטן לעבן....

כה לחי!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אנעים זמירות האט געשריבן:גראדע מיר האט דעם ווייניגסטע געכאפט דעם ארטיקעל. עס איז בכלל נישט קיין קונץ צו מאכען מענטשען וויינען דורך פארציילען זייער א טרויעריגע מעשה, ווי למשל דאס פון א קינד וועלכער האט פארלוירען די מוטער דריי טעג פאר'ן בר מצוה.

און מער פון סתם פארציילען עפעס טרויעריגס שטייט נישט דא. דער ארטיקעל האט נישט קיין קלאוזשער, און עס זאגט גארנישט.

אגרי און איך האב אגאנצען צייט געטראכט (גערעגט) אז נישט דאס איז די ציל פונעם פארמעסט
אבער למעשה נאכן אריין טראכטן טיפער..
איז אזוי עס אראפצולייגן דארף מען קענען!
וויפיל דו זאלסט פרובירן צו שפילן קאלט ביים ליינען די ארטיקל וועט עס דיר נישט געלונגען און ערגעץ ווי וועט עס קרעקן
סאו אלס א שרייבעריש ארבעט איז אטא דאס די ארטיקל זיך צו לערנען וויאזוי צו שרייבן אן ארטיקל צו דערליווערען דאס וואס שטייט אין קעפל
דאס גייט זיכער אריין אין פיינעל
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פאטאקי האטעס גענאגלט!
די פוינט פון דעם ארטיקל דארף מען אפשר זוכן, אבער די מייסטערווערק פון אזוי שטארק אריינלייגן דעם געפיל אין די שורות, און אריינגעבן אינעם לייענער ווי כאילו ער לעבט עס אדורך, דאס איז דער עיקור קינסט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך בין טאקע א עמאשענעל נאטור, אבער אויף אזוי ווייט האב איך מיך נישט געראכטען, איך האב געלאזט א טרער לייענדיג דעם ארטיקעל.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אוי מיין גאט... וואס האט פאסירט צו מיר..?!?!?

איך וויין דאך קיינמאל נישט!!!

וואס האט דא פליצלונג פאסירט...?

איז דאס א טאלאנט. אדער א עכטע בייאגראפי.....
למאי נפק״מ? ווייל אויב איז דאס בלויז טאלאנט, איז ער ממש מסוכן..!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

הערליכע ארטיקל דאס!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

רבניש האט געשריבן:למאי נפק״מ? ווייל אויב איז דאס בלויז טאלאנט, איז ער ממש מסוכן..!

;l;p-
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

קרעיזי! קרעיזי! קרעיזי! ביזט משיגע?!. ווי נעמט מען די כוחות ס'געשען מיט דיר? איך גיי אויס..
געגעבן אויף אלעס א 5+ אלטס הכרת הטוב.. באמת א שכחפון הארצן! איך וואלט געוואלט שרייבן מער אבער מיינע אויגן שטיקן
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

tesla האט געשריבן:יא האסט מיך צריק געברעינגט.
צי יענע שרעקלעכע טאג, איך בין געזיצן אין ישיבה קטנה אין גיט געשמיסט אויף די גמרא, אינמיטן וואקט דערעך א בחור אין קיקט מיר אן מיט אזא מאדנעם פאקס, די ביסט דא?!?
גייט נישט דורך קיין צוויי מניט די משגיח רופט מיר אריין אין זיין אפיס, געט מיר א בענקל, אין מעלט מיר איין מיט א טריקענע שטימע, דיין מאמע איז מער נישט דא.
ס'האט זיך מיר נישט געוואלט גלייבן, מיין הארץ האט עס נישט פארנומען, מיין קאפ אין מיין הארץ זענען ווי פארשטיינירט געווארן,אין דאן איז מען געגאנגען צי די לווי', איך האב געזען די ארון, כ'בין אראפגעפאלן אויף די פלאר אין געשאסן אין א יאמערליכן געוויין.
אין דא האב איך מיר אויפגעווקט.
איך בין געבליבן ליגן געפרוירען אין בעט, איבער א האלבע שעה, אין דאן בינעך געגאנגען צי מאמע אין געזעין אז זי לעבט. ברוך ה'.
איך געדענק נאך ביז היינט, א קנאפע 10 יאר שפעיטער, די פילונג'ס פין יענע מניט, ס'איז געוועין 100 מאל מער פיינפול ווי די ערגסטע פילונג וואס איך האב סיי ווען אימער געהאט,
איך קען מיר נאר פארשטעלן אז אין ריל איז עס טויזענטער אדער מיליאנ'ן מאל ערגער,

שיק

ווי גייט עס אריין אין ציוויינט פין א תגובה אדער צולאכט?...
איך פארלאז אייוועלט

געהאט עפעס זייער וויכטיג אין כסדר געדארפט ענטפערן פאר מענטשן אין אינצעווישן געליינט די ארטיקל כאניש געוויסט אין וואס איך גיי אריין... יעצט נאכן ענדיגן האב איך געכאפט אזא גליטש אין מאוד ממש נישט פאסיג פאר מוצ“ש
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

פרישע קישקע האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:יא האסט מיך צריק געברעינגט.
צי יענע שרעקלעכע טאג, איך בין געזיצן אין ישיבה קטנה אין גיט געשמיסט אויף די גמרא, אינמיטן וואקט דערעך א בחור אין קיקט מיר אן מיט אזא מאדנעם פאקס, די ביסט דא?!?
גייט נישט דורך קיין צוויי מניט די משגיח רופט מיר אריין אין זיין אפיס, געט מיר א בענקל, אין מעלט מיר איין מיט א טריקענע שטימע, דיין מאמע איז מער נישט דא.
ס'האט זיך מיר נישט געוואלט גלייבן, מיין הארץ האט עס נישט פארנומען, מיין קאפ אין מיין הארץ זענען ווי פארשטיינירט געווארן,אין דאן איז מען געגאנגען צי די לווי', איך האב געזען די ארון, כ'בין אראפגעפאלן אויף די פלאר אין געשאסן אין א יאמערליכן געוויין.
אין דא האב איך מיר אויפגעווקט.
איך בין געבליבן ליגן געפרוירען אין בעט, איבער א האלבע שעה, אין דאן בינעך געגאנגען צי מאמע אין געזעין אז זי לעבט. ברוך ה'.
איך געדענק נאך ביז היינט, א קנאפע 10 יאר שפעיטער, די פילונג'ס פין יענע מניט, ס'איז געוועין 100 מאל מער פיינפול ווי די ערגסטע פילונג וואס איך האב סיי ווען אימער געהאט,
איך קען מיר נאר פארשטעלן אז אין ריל איז עס טויזענטער אדער מיליאנ'ן מאל ערגער,

שיק

ווי גייט עס אריין אין ציוויינט פין א תגובה אדער צולאכט?...

וויינען. לאכן. ווי די ווילסט סאיז אבער געוועין א אמת'ע מעשה...איך מיין חלום...
יוי איז עס געוועין שרעקעדיג.

פאני..וואס?!
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

טעסלע'באטשי, האסט נישט אנגעבויקערט דיין משגיח נעקסטן טאג פארן "דיר קומען אין חלום", און נאכדערצו רודפ'ן! אזאנס צו טון?! כ'מיין, אלעס האטעך א שיעור!
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

tesla האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:
tesla האט געשריבן:יא האסט מיך צריק געברעינגט.
צי יענע שרעקלעכע טאג, איך בין געזיצן אין ישיבה קטנה אין גיט געשמיסט אויף די גמרא, אינמיטן וואקט דערעך א בחור אין קיקט מיר אן מיט אזא מאדנעם פאקס, די ביסט דא?!?
גייט נישט דורך קיין צוויי מניט די משגיח רופט מיר אריין אין זיין אפיס, געט מיר א בענקל, אין מעלט מיר איין מיט א טריקענע שטימע, דיין מאמע איז מער נישט דא.
ס'האט זיך מיר נישט געוואלט גלייבן, מיין הארץ האט עס נישט פארנומען, מיין קאפ אין מיין הארץ זענען ווי פארשטיינירט געווארן,אין דאן איז מען געגאנגען צי די לווי', איך האב געזען די ארון, כ'בין אראפגעפאלן אויף די פלאר אין געשאסן אין א יאמערליכן געוויין.
אין דא האב איך מיר אויפגעווקט.
איך בין געבליבן ליגן געפרוירען אין בעט, איבער א האלבע שעה, אין דאן בינעך געגאנגען צי מאמע אין געזעין אז זי לעבט. ברוך ה'.
איך געדענק נאך ביז היינט, א קנאפע 10 יאר שפעיטער, די פילונג'ס פין יענע מניט, ס'איז געוועין 100 מאל מער פיינפול ווי די ערגסטע פילונג וואס איך האב סיי ווען אימער געהאט,
איך קען מיר נאר פארשטעלן אז אין ריל איז עס טויזענטער אדער מיליאנ'ן מאל ערגער,

שיק

ווי גייט עס אריין אין ציוויינט פין א תגובה אדער צולאכט?...

וויינען. לאכן. ווי די ווילסט סאיז אבער געוועין א אמת'ע מעשה...איך מיין חלום...
יוי איז עס געוועין שרעקעדיג.

פאני..וואס?!

איך קען מיר פראבירן פארצישטעלן אז עס איז געווען שרעקעידג ווייל ביי די 8 האב איך ליידער געהאט א חבר אין די זעלבע פעקל אין מיט די מוח פין א 8 יעריג קינד האט זיך געפארעמט אז ווער ווייסט ווער איז נעקסט ח“ו אין היות עס איז שוין אדורך אזויפיל יאר פין דעמאלטס אין איך בין ס“ה געווען א 8 יעריגס געדענק איך נישט קיין דעטאלן פין חלומות אבער איך געדענק אז עס איז געווען שרעקעדיג איז איך קען פראבירן צו פארשטיין אבער זאגן אז איך פארשטיי? 100% אז נישט
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מאסיוו!

ליינענדיג איז מיר א שוידער און ציטער אדורך די ביינער, דער שרייבער האט דא געטון עפעס וואס איך האב נאכקיינמאל בייגעוואינט, מיר אריינגעלייגט אינעם מצב און געפילט ווי איך שטיי ממש דארט בשעת מעשה און זעה ווי ס׳שפילט זיך אפ און פיל מיט יעדע פיל פונעם יתומ׳ל.

בענין די תוכן, האב איך יא געזעהן א שטארקע מעסעדזש, יתכן ער וואלט געדארפט פאברייטערן, און אשטיקל שאד ווייל ווען די אייזן איז הייס האקט מען..., אבער די מעסעדזש זאגט זיך זייער קלאר, איינמאל דו ביסט מחליט יא איך בין דער רחמנות קענסטו דורך גיין יעגן מצב און מצליח זיין, א מעסעדזש וואס כמעט יעדער (אויב נישט יעדער) קען דאס נוצן אין זיין לעבן.

נאך א זאך וואס איז מיר ארויפגעשווימען ביים ענדע פון ארטיקל, אז רובם ככולם פון די מצבים וואס לייגן אריין א קינד (און אויך א ערוואקעסענעם) אין קאטעגאריע פון ׳א רחמנות׳ איז פאבריצירטע רחמנות׳ן.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט איז א יתום א רחמנות? איך רעד נישט די חלק פון אז ס׳פעלט איהם איינער פון די עלטערן און ס׳פעהלט איהם באמת ליבשאפט ואוזן קשבת, נאר למשל ווען א נייער אינגל קומט אן צו א חיידער און מ׳ווערט געוואר אז ער איז א יתום אטאטמאטיש נאך פאר וואס ווען, פאר מ׳יאגט אן צו זיך באקענען מיט איהם ווערט ער פארוואנדלט אין א רחמנות, א זאך וואס מאכט איהם שווערער שפעטער זיך צו ספראווענען מיט זיין מצב.

און טאקע די עצה צו דעם איז מחליט צו זיין ׳יא איך בין דער רחמנות׳ און אזוי קריכט מען ארויס פון דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערשט יעצט געליינט דא. די טאלאנט פון דעם שרייבער איז עפעס אויסער געווענליך! נעמען אזאך און עס אזוי אראפ לייגן ווי מ'לעבט עס יעצט מיט, איז עפעס וואס איך קען נישט באשרייבן...

יעצט די עצם מעשה איז לכאורה נישט אמת. (מיט דעם הנחה האב איך עס געליינט ממילא האט עס מיר נישט גערירט צום הארצן...) ווען ס'ווען יא אמת, וואלט דער טאטע געדארפט רופן זאגן דעם מנהל נאך איידער דער מנהל מיט'ן מלמד זעען אז עפעס גייט פאר מיט'ן קינד...

אבער דער שרייבער האט עפעס א כוח הדמיון וואונדערבאר!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אלטער האט געשריבן:הערשט יעצט געליינט דא. די טאלאנט פון דעם שרייבער איז עפעס אויסער געווענליך! נעמען אזאך און עס אזוי אראפ לייגן ווי מ'לעבט עס יעצט מיט, איז עפעס וואס איך קען נישט באשרייבן...

יעצט די עצם מעשה איז לכאורה נישט אמת. (מיט דעם הנחה האב איך עס געליינט ממילא האט עס מיר נישט גערירט צום הארצן...) ווען ס'ווען יא אמת, וואלט דער טאטע געדארפט רופן זאגן דעם מנהל נאך איידער דער מנהל מיט'ן מלמד זעען אז עפעס גייט פאר מיט'ן קינד...

אבער דער שרייבער האט עפעס א כוח הדמיון וואונדערבאר!

דאס אידאך די שרייבער'ס טאלאנט, טראצדעם וואס אינערלעך ווייסט מען אז די מעשה איז פיקטיוו בארירט עס נאכאלס די געפילן, און פון די תגובות קוקט אויס אז אסאך טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן אויף דעם ארטיקל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

נו ווען העלן מיר וויסן אויף 100% אז די מעשה איז געבאקן ווייל איך בין נאר זיכער אויף 95% אז די מעשה איז שקר ווייל מיט יארן צעריק ווען מיין חבר איז דאס אדורך געגאנגען האב איך נישט געוויסט עד לאחר המעשה אין היינט איז ער (אין דעמאלטס שוין אויך) זייער א גרויסע מוצלח
איך פארלאז אייוועלט
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

love this type of emotional articles and wash out my eyes...
we want more!!!!!!!!!!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

איך האלט ס'איז נישט אמת די מעשה (ס'נאר א פלאס) איך האב נישט געוויינט אויך נישט טרערן,(לויט קלאצקאפ בין איך די רחמנות שוין) און איך האלט די שרייבער האט א גרעסערע קונץ טאקע ווייל ס'איז נישט אמת.
יעצט די קריטיק חלק, איז אזוי. אממ פאר די 1 פראצענט שאנס אז ס'איז יא אמת וויל איך עס נישט שרייבן.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

איך האלט גראדע אז אויב עס איז יא אמת איז סאך א גרעסערע קינץ צי עס שרייבן מיט אזא דרויסנדיגע בליק
איך פארלאז אייוועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”