פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - הויפט געווינער! - דאס בין איך, דער רחמנות!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 4:01 pm

2
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
7
1%
★★★★
15
2%
★★★★★
132
22%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
6
1%
★★★★
18
3%
★★★★★
130
21%
1
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
5
1%
★★★★
16
3%
★★★★★
133
22%
2
0%
••
10
2%
•••
129
21%
 
סך הכל שטימען: 606

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - הויפט געווינער! - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

[align=center][/align]

ווי יעדע יונגל בין איך אויך געוועהן א פשוטער יונגל - אפשר אביסל ווייניג זיץ פלייש - אבער בדרך כלל א קינד צווישן אלע קינדער,ביי די דריי האט מען מיר געמאכט פאות און אנגעטוען א קאפעלע און אוועקגעווארפן די צומיס און די באטיס און דאס לעבן איז געפארן מיט א פרייליכקייט.

יא אמאל געכאפט א פליק און אויער פונעם רבי'ן. און אמאל א טשאקלאד טשיפ, אבער אלעס איז געוועהן רואיג און גלאנציג.

איך בין געבוירן און א ווארעמע היימישע משפחה מיט א געטרייע טאטע מאמע זייענדיג שוין דער פיפטער קינד קע''ה, די קינדער יארן זענען געפארן נארמאל און רואיג ביז איך בין שוין געווארן צען יאר און אונטער מיר איז שוין דא נאך פיר שטיק ברודערס און שוועסטערס, א לעבעדיגע פרייליכע משפחה.

אבער דאן איז געקומען דער שוידעליכער טאג וואס האט געטוישט מיין לעבן אויף אייביג!

עס איז געוועהן א געווענטליכער טאג און חדר אלעס איז געפארן גלאט און רואיג, דער רבי האט פארגעלערנט. אביסל האב איך אויסגעהערט. און אביסל נישט, געלאכט און זיך געפרייד. געשמעוסט און זיך געקריגט. אזוי ווי עס דארף צו זיין. אויסווארטנדיג אהיימצוגיין.

ענדליך האט זיך דער טאג גענדיגט און מען שטייגט ארויף אויפן געלן באס אהיימצוגיין, איך זיץ מיר און מיין זיץ נישט וויסנדיג אפילו וואס עס ווארט מיר אפ און וואסערע דראסטישע געשעניש קומט יעצט פאר וואס וועט טוישן מיין לעבן פאר אייביג!

אנקומענדיג צו מיין בלאק האבן זיך בלויע און רויטע לעקערטלעך גענומען שיינען און מיינע אויגן און ווי יעדעס קינד בין איך אויפגעשפרונגען באטראכנדיג די הצלה טראק און הצלה קארס מיט נייגער און אינטערעסע, אבער פלוצלינג בין איך אינגאנצן ערשטוינט געווארן. זעהנדיג אז דאס איז גאר ביי מיין הויז!

איך האב געוואוינט און א אפארטמענט בילדינג. און מיין מוח האט זיך גלייך אנגעהויבן דרייען טראכטנדיג ביי וועם די הצלה קען ווען זיין, האפענדיג מיטן גאנצן הארץ אז נישט ביי אונז!
ארויסקוקנדיג פונעם פענסטער פונעם באס פארן אראפגיין האב איך באמערקט מיסיס שווארטץ אונזער שכן זיך ארומדרייען ארומקוקנדיג אויף אלע זייטן, מיין הארץ האט מיר נישט פאראויס געזאגט קיין גוטס! איך לויף אראפ די שטיגן. און ווי ערשטוינט בין איך געווארן צו זעהן אז זי ווארט גאר אויף מיר!

יענע נאכט בין איך געשלאפן ביי שווארץ.

מיר האט מען געזאגט אז מיין מאמע פילט זיך נישט גוט און מען האט איר געדארפט אריינפירן און שפיטאל מיט א צוזאג אז נאך אביסל וועט זי זיין אינדערהיים, אבער זאכן האבן נישט אויסגעזעהן אזוי גלאטיג ווי מען האט געוואלט איך זאל מיינען!

יענע נאכט האט זיך עס אנגעהויבן...

דער נעקסטער טאג בין איך געגאנגען און חדר ווי נארמאל באשליסנדיג נישט צו זאגן פאר קיינעם גארנישט, איך בין געוועהן פרוסטירט און שטיל ווען שרעקעדיגע בילדער דרייען זיך מיין מוח, קינדער וואס זענען צוגעקומען צו מיר צו שפילן זענען שנעל אנטלאפן זעהנדיג אז דער מוד מיינער איז נישט מסודר.

איך בין צוריק צו שווארץ יענעם טאג ווען מיינע אנדערע געשוויסטער זענען אויך צוטיילט צווישן קרובים און שכנים, ביינאכט האט מיר מיין טאטע געקאלט זיך האלטנדיג רואיג און פרייליך מאכענדיג דעם מצב ווי גארנישט איז געשעהן, ער האט מיר געזאגט אז מאמי פילט זיך נישט אזוי גוט. און זי וועט דארפן וויילן און שפיטאל פאר אביסל.

ווען כהאב אים געבעטן צו רעדן צו מאמי. האט ער שטילערהייט געזאגט אז זי קען נישט יעצט, אבער ער האט זיך גלייך צוריקגעכאפט און מיר בארואיגט אז סאיז גארנישט!

נאכן רעדן אפאר מינוט האב איך אראפגעלייגט דעם טעלעפאון און אויסגעפלאצט און א געוויין… מיין הערצעלע האט מיר געזאגט אז זאכן זענען גארנישט אזוי מסודר און רואיג ווי מען מאכט עס און איך האב נאך א לאנגע וועג צו גיין!

נאך א צוויי וואכן איז מיר מיין טאטע געקומען נעמען פון משפחת שווארץ. און געטראגן צו מיין באבע, מיין טאטע האט אויסגעקוקט צען יאר עלטער מיט רויטע אויגן און כהאב אים נישט געקענט קוקן און פנים, ער האט פרובירט צו שמייכלען אבער סאיז אים כמעט נישט געלונגען. איך האב אים געשוינט!

איך בין געזיצן שטיל און די קאר פארזונקען און מיינע מחשבות ווען א יעדע פאר מינוט שיק איך בליקן צו מיין טאטע וואס פרובירט זיך צו מאכן דאס מערסטע פריינטליך וואס ער קען ווי למשל גארנישט גייט פאר, ער האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון מיין באבעס הויז און זיך שטילערהייט אנגערופן די ערשטע מאל - אבער נישט די לעצטע - וואס איך האב געהערט די ווערטער פון אים "מיין טייער קינד. מאמי פילט זיך נישט גוט. זי ליגט און שפיטאל, אבער זי וויל דיר אזוי שטארק זעהן." איך האב אוועקגעדרייט מיינע אויגן.

"אמת די ווילסט אויך איר זעהן?" איך האב געשאקלט מיין קאפ.

"קינד מיינס זיי מתפלל. זיי מתפלל יעדן טאג. זאג תהילם פאר מאמי, יעצט גיי צו באבי פיר דיך אויף וואויל. אפשר מארגן וועסטו קענען רעדן צו מאמי אויפן טעלעפאון"
ער האט געפענט די טיר פון קאר און מיר געהאלפן ארויפטראגן מיינע רענצלעך צו מיין באבע'ס הויז, פארן אראפגיין האט ער זיך צוריק אויסגעדרייט צו מיר און געגעבן א טרויעריגע שמייכל און אנגעהויבן אראפגיין די שטיגן.

כהאב אים באטראכט פון פענסטער ווען ער האט געהאלטן נעבן דעם קאר. דאן האב איך עס געזהען! מיין גרויסע טאטע איז געשטאנען אנגעלאנט אויפן קאר ווען זיין גאנצער קערפער שאקלט זיך פון געוויין… איך בין געשטאנען און געקוקט מיט ריזיגע אויגן ווען איך פיל אפילו נישט די טרערן וואס גליטשן זיך אזוי פרייוויליג אראפ אויף מיינע באקן.

מיין באבע האט מיר אויפגענומען מיט ברייטע ארעמעס. ווי נאר א באבע קען. און מיר פרובירט צוצושטעלן די בעסטע וואס מעגליך, אבער איך בין נישט געוועהן און די גוסטע פון גארנישט, אירע אויגן האבן מיר אנגעקוקט טרויעריגערהייט אז איך האב איר נישט געקענט צוריקוקן.

איך בין אריין און מיין צימער זיך אראפגעלייגט אויפן בעט נישט טראכטענדיג פון גארנישט. מיינע אויגן זענען מיר געוועהן פארגלייזט...

אבער דאן האב איך אפגעמאכט מיט א פעסטע החלטה, אז קיינער גייט נישט וויסן פון מיין מאמע'ס מצב! איך בין נישט קיין רחמנות - האב איך געשריגן צו מיר אליין!

דער נעקסטער צופרי האט מיר מאמע געקאלט, איר שטימע איז געוועהן שוואך. און זי האט קוים גערעדט. וויפיל זי האט געזאגט איז געוועהן אז זי גייט אי''ה שנעל אהיימקומען פון שפיטאל. און אז כזאל מיר אויפפירן וואויל.

איך האב מיר געשפירט די וועלט'ס רחמנות אבער איך האב גלייך אוועקגעשטופט דעם מחשבה, און דאן האבן זיך אנגערוקט מיינע שווערסטע טעג און מיין לעבן! א באבע איז נישט קיין מאמע. און א זיידע איז נישט קיין טאטע. מיין זיידע-באבע האבן מיר צוגעשטעלט אלעס דעם בעסטן און מיין טאטע האט אויך זיכער געמאכט מיר צו מיר קומען באזוכן יעדע פאר טעג. און מיין מאמע האט מיר אויך יעדע שטיק צייט געקאלט, אבער די אלע איבערקערענישן האבן גאר שווער אויסגעקלאפט אויף מיר, נאכדעצו און חדר...

פון א נארמאלע עווערידזש יונגל בין איך פארוואנדלט געווארן און א ציווילדעוועטע צולאזט קינד. א חיה רעה מיט וועם די קינדער האבן נישט געוואלט - אדער געציטערט - צו שטיין און ווארט! נאכדערצו און די ערשטע שטיק צייט ווען איך האב געהאלטן דעם גאנצן פרשה אלץ א מיליטערישע סוד!

מיין רבי האט נישט געוואוסט וואס עס איז צו מיר געשעהן. און מיין מנהל האט מיר נישט אויפגעהערט צו סטראשענען מיטן ערגסטן. אבער פאר מיין טאטע האב איך זיך געמאכט ווי אלעס איז מסודר אויפן בעסטן פארנעם!

איך האב נישט אויפגעהערט שטערן ביים פארלערנען און איך בין מער ווייניגער געשטאנען אינדערויסן פון כיתה א גאנצן טאג, איך האב פארשטאנען מיין רבי, און זיך גערעגט אויף מיר אליין. אבער מיין ווייטאג האט מיר צוגעברענגט צו דאס ערגסטע.

איך בין פארוואנדלט געווארן און א שעדליכער מחוצף, און ווען איך האב אנגעהויבן אריינטראכטן וואס איך האב געטוען האב איך זיך געשעמט פאר מיר אליין, און איך האב יעדעס מאל עקסטער באשלאסן אז איך ווער א נארמאלער מענטש, אבער ווען סאיז געקומען אויף למעשה איז אלעס צוריק צום אלטן.

ביז איין טאג האט מיר דער מנהל אריינגערופן און זיין אפיס, און צו מיין שאק מיר אנגעהויבן פרעגן מיט א ווארמקייט "וואס האט פאסירט צו דיר? ביסט דאך געוועהן אזא נארמאל פאלגזאם קינד? און פלוצלינג ביסטו דראסטיש ווילד געווארן. וואס גייט פאר?"

איך בין געבליבן שטיל ווען מיינע אויגן וואנדערן ארום איבעראל חוץ אויפן מנהל. מיינע טרערן האבן געהאלטן פארן זיך ארויסברעכן פון מיינע אויגן. איך האב אים אזוי שטארק געוואלט דערציילן וואס עס גייט פאר אז עכט בין איך נארמאל, איך וויל זיין וואויל. אבער איך האב גארנישט געזאגט.

די ליפן מיינע האבן שיעור נישט געבלוט פון איר אזוי העפטיג צו בייסן, דער מנהל האט מיר אנגעקוקט מיט א ווייכע בליק און מיר אנגעכאפט דאס אקסל און שטילערהייט געפרעגט "עפעס גייט פאר אינדערהיים ביי דיר?"

דא האב איך זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן… איך האב זיך אראפגעזעצט אויפן נענסטן בענקל און זיך אראפגלייגט מיין קאפ אויפן טיש, ווען טייכן טרערן גיסן פון מיינע אויגן, און מיין גאנצע קערפער שאקלט זיך פאר געוויין...

א קליין יונגעלע. מיין מאמע איז מיר קראנק. יא! קראנק!

איך האב איר שוין נישט געזעהן פאר אפאר וואכן. מיין מאמע! מיין הארץ איז מיר איבערגעפילט מיט ווייטאג. און ער פרעגט צו עפעס גייט פאר אינדערהיים...
היים? צו האב איך דען א היים? ווי איז מיין היים? ווען בין איך דאס לעצטע מאל געוועהן אינדערהיים?

איך בין געזיצן און געוויינט פאר לאנגע מינוטן, דער מנהל איז אינצווישן ארויסגעגאנגען, נאך א שטיק צייט איז מיין טאטע אריינגעקומען און אפיס. זיינע אויגן זענען געוועהן טרויעריג און זיי האבן געקוקט אויף מיר מיט פול רחמנות.

מיין טאטע האט מיר אנגעכאפט די האנט און גענומען. קום, האט ער מיר געזאגט, איך בין ארויס מיט מיין טאטע און אריין און זיין קאר.

פאר אפאר לאנגע מינוטן זענען מיר געזיצן שטיל איינער נעבן דעם צווייטן. ביז מיין טאטע האט זיך גענומען רעדן צו מיר, "מיין טייער ליבער קינד. איך פארשטיי דיר. איך וויל זאלסט עס וויסן. איך פארשטיי דיר! האסט נישט געוואלט זיין קיינעמס רחמנות האסט נישט געוואלט מען זאל וויסן. אבער עס האט אויסגעפלאצט אויף אן אנדערע אויפן, איך בין אזוי פארנומען מיט מאמי." האט זיך זיין קול געשטיקט, "און איך האב אפילו נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר מיט דיר… איך האב נישט געטראכט. איך בין שולדיג! אבער שעפעלע מיינס. פארוואס האסטו מיר גארנישט געזאגט?" און מיין טאטע האט אויסגעשאסן און א געוויין...

זיצן טאטע און קינד צוזאמען און וויינען אויף זייער ביטערע שיקאזל...

נאך א שטיק צייט האט מיין טאטע זיך אפגעווישט די אויגן און זיך גענומען צו פארן,"קום מגייט צו מאמי." מיין הארץ האט געטרייסלט.

אינצווישן א בארג פון מאשינען איז מיין ליבע מאמע געליגן, ווען בלויז איר קאפ זעהט זיך ארויס, אבער אירע אויגן האבן געשיינט ווען זי האט מיר געזעהן, מיר האבן זיך אנגעקוקט און געוויינט איינער אויפן צווייטן...

פון דארטן בין איך אהיימגעגאנגען. צו מיין עכטע הויז, מיינע עלטערע ברידער און שוועסטער האבן מיר פריינטליך אויפגענומען, און יענע נאכט בין איך נישט געשלאפן. איך האב באשלאסן אז דאס איז עס! אז דאס וויל מען פון מיר פון אויבן דארף איך אט דאס ביישטיין. איך ווער א נארמאלער יונגל. און יא! איך בין א רחמנות! אבער דאס וועט מיר נישט אפעקטירן...

עס איז אריבער צוויי פיינפולע יאר. צוויי יאר פון ספיקות און צומישעניש, פאר א שטיק צייט איז שוין מיין טייערע מאמע געוועהן אינדערהיים, אבער דאן איז אלעס צוריקגעפאלן און זי איז צוריק אריין און שפיטאל.

צוויי יאר פון צער און פיין. צוויי יאר ווי איך האב געזעהן דעם מי כעמך ישראל און איר פולן פארכט. צוויי יאר וואס הונדערטער וואלענטירן האבן זיך אוועקגעגעבן פאר אונזער משפחה. בלב ובנשמה, בגוף ובמומן.

פרויען האבן געקאכט און געבאקן, מענער האבן געטראגן און געברענגט, שבתים און מסיבות, מתנות און חיזוק, עס איז נישט דא קיין ווערטער צו באדאנקן די אלע הייליגע יודן. זאל זיי די זכות ביישטיין. מיין טאטע האט מיר אויך אסאך גענומען צו גדולי ישראל און אסאך ערליכע יודן שעפן חיזוק און דעם דרך וויאזוי ווייטער אנצוגיין.

און חדר בין איך בכלל נישט געוועהן פארעכנט אלץ רחמנות, יא! יעדער האט געוואוסט אז מיין מאמע איז קראנק, אבער אויף מיין אויפירונג האט זיך גארנישט אנגעזעהן.

עס איז אבער געקומען נענטער און נענטער צו מיין בר מצוה!
קיינער האט נישט פונקליך געוואוסט וואס עס וועט זיין, און איך האב געהאפט אויפן בעסטן.
מיין תפילין האט מיין טאטע באשטעלט, און אזוי אויך האט מיין מאמע'ס מצב אנגעהויבן גיין צו בעסערונג, איך האב יעדן טאג געדאווענט אז זי זאל זיין ביי מיין בר מצוה!
די וואלענטירן און עסקנים האבן מיר פייערליך איינגעמאלדן אז עס קומט א בר מצוה ווי קיינמאל בעפאר. אבער איך האב געדארפט איין זאך דארטן. מיין מאמע!

און דאן איז געשעהן דאס פון וואס איך האב אזוי מורא געהאט...

א קארגע צוויי וואכן פאר מיין בר מצוה איז מיין מאמע אריינגעפירט געווארן צוריק און שפיטאל! איך האב מיר נישט געקענט קאנצעטרירין, וואס מען האט נאר געוואלט רעדן צו מיר. איך האב נאר געוואלט איין זאך. מיין מאמע ביי מיין בר מצוה!

מיין טאטע האט מיר פרובירט צו בארואיגן אז דער אייבישטער וועט אונז נישט פארלאזן, אין די צוויי וואכן פאר מיין בר מצוה בין איך רוב טעג נישט געגאנגען אין חדר, נאר געזיצן מיטן תהילם און געוויינט און געבעטן. מיין מאמע ביי מיין בר מצוה!

דער שבת פאר מיין בר מצוה בין איך געגאנגען עולה זיין מפטיר. און מיין מאמע איז נישט געשטאנען און ווייבער שול און זיך צוגעקוקט ווי איך בין עולה לתורה… מיין הארץ האט מיר געריסן. אבער מיין טאטע האט מיר בארואיגט אז זי וועט מיטן אייבערשטנס הילף זיין ביי די בר מצוה!

עס איז געקומען וואס א טאג נענטער צו מיין בר מצוה, און מיין טאטע האט געדארפט אנרופן די דאקטורים זעהן און פרעגן צו מיין מאמע וועט קענען זיין ביי מיין בר מצוה, איך געדענק דעם טאג, דריי טעג פאר מיין בר מצוה, איך בין געזיצן און מיין צימער אויף מיין בעט אריינגעבויגן און א תהילמ'ל, איך האב געבעטן און געוויינט, געשפאלטן הימלען, ווען אינמיטן האט זיך די טיר שטייט געפענט! מיין טאטע האט שטייטערהייט אריינגעוואקט און צימער...

מיין טאטע! דער איינציגסטער וואס האט געוואוסט מיינע אלע שוועריקייטן. מיין טאטע, וואס האט געוואוסט ווי שטארק איך האלט זיך, כאטש סאיז מיר אזוי שווער. ער האט מיר אנגעקוקט מיט טרויעריגע אויגן. ער האט זיך אראפגעזעצט אויפן בעט נעבן מיר. ער האט אנגעכאפט מיין האנט און זיך שטילערהייט אנגערופן "מיין טייער באליבט קינד, מאמי וועט שוין נישט קענען זיין ביי דיין בר מצוה..."

מיינע גלידער האבן געציטערט… מיין טאטע האט אויסגעשאסן און א יאמערליכן געוויין זיך ארויפווארפנדיג אויף מיר!

"דאס איז געוועהן דער רצון הבורא" האט ער געזאגט ווי נישט מיט זיין שטימע, און דאן האב איך פארשטאנען. מיין זעליגע מאמע וועט זיין ביי מיין בר מצוה נאר נישט מיט איר גוף. איר נשמה וועט זיין!
"יתגדל ויתקדש שמיה רבה"
איך בין געשטאנען פרוסטירט. איך האב גארנישט געשפירט. גארנישט געפילט. גארנישט געהערט. און גארנישט געזעהן. איך האב געשפירט ווי א קאלטע שטיין.

מען האט מספיד געוועהן. באוויינט. באגלייט. און באגראבן. אבער איך האב גארנישט מיטגעהאלטן. דריי טעג האב איך ממש נישט געלעבט. קוים געגעסן. גארנישט גערעדט. גארנישט געשפירט.

מיין טאטע האט עס נישט אויסגעהאלטן, ער האט מיר אנגעקוקט מיט פארטרערטע אויגן… איך האב נישט געהערט די המקום וואונטשן און איך האב באמת נישט געוואוסט צו איך האב א תפקיד דא.

דעם דריטן טאג איז געוועהן מיין בר מצוה אינעם דייניג רום ביי אונז אינדערהיים. ווען איך שפיר אפילו נישט אז איך האב בר מצוה! נישט געזאגט קיין פשעטיל, נישט געזאגט גארנישט, א טרויעריגע בר מצוה! א שמחה אן א טראפ שמחה!

די נאכט פון מיין בר מצוה האב איך זיך אריינגעלייגט און בעט, און אנגעהויבן אריינצוטראכטן וואס דא גייט פאר, א גליקליך קינד, זיין מאמע ווערט אים קראנק, ער ליידט זיך צאם, אבער ער שטארקט זיך!

צוויי יאר פון יסורי נפש, אבער מען איז פעלזן פעסט! מען גייט שוין צום בר מצוה, דאס איינציגסטע וואס כדארף איז, מיין מאמע ביי מיין בר מצוה! אבער ניין! נישט ביי די בר מצוה. און אויך נישט ביי מיין חתונה!

נישט דא!

מיין טייערע לעכטיגע מאמע האט מיר נישט עספיעט צו זעהן אלץ בחור'ל. מיר צו זעהן זאגן מיין פשעטיל...

נאך דריי טעג האט זיך מיין גאנצע ווייטאג ארויסגעריסן… איך בין געליגן אריינגעגראבן אינעם קישן און געוויינט און געוויינט, טייכן טרערן האבן זיך געגאסן, דאס גאנצע ביטערניש, דאס גאנצע ווייטאג פון צוויי שווערע יארן,פון מיין טרויעריגע בר מצוה, פון מיין בר מצוה אן מיין מאמע! אלעס איז ארויסגעקומען אויף איינמאל.

נאכן וויינען א לאנגע צייט האב איך אבער באשלאסן אז זאל זיין וואס זאל זיין, איך וועל ווייזן אז איך קען יא. אז דאס איז געוועהן דעם רצון פונעם גרויסן בורא, וועל איך דאס אויספירן! און איך וועל ווייזן פאר מיין געטרייע מאמע פון גן עדן. אז יא איך קען און איך וועל ווייטער אנגיין.

ת.נ.צ.ב.ה.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

וויפיל קען איך וויינען...
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

דאס טיט נישט נערמאל וויי, וואס האסטו געטיען צו מיר.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ווער ס'האט געליינט דעם ארטיקל און נישט פארלאזט קיין טרערן










...איז א גרויסער רחמנות.

כ'ווייס נישט צו ס'איז באמת דעם שרייבער'ס ביאגראפיע, אדער אויסגעזויגן פון פינגער, אבער סיי וויאזוי האט ער א משונה'דיגע טאלאנט אריינצושלעפן דעם ליינער אין זיין מצב. כ'האב ממש געכליפעט אויפ'ן קול ביי געוויסע שורות, בלי גוזמא!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

:-e;/ :-e;/ :-e;/ :-e;/
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אוטש!!

זאלסט וויסן אז דו האסט אסאך טאלאנט!
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

זעלטן זיך אזוי צעוויינט אויף אן ארטיקל...
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

IMBZ האט געשריבן:וויפיל קען איך וויינען...

טרערן רינען
דאס הארץ רייסט
און ליידער איז דאס אזוי אמת
ווי נעמט מען די שטארקייט פון דאס בחורל זיך צו האלטן שטארק

זייער א גוטע שרייבער
און אויב איז עס געווען מיט אים איז ער נאך א בעסערע, וויבאלד צו ארויסברענגן די געפילן פון דעמאלט איז בכלל נישט גרינג

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער רירנד!

זאג מיר ביטע צו ס'איז אמת צו נישט (כ'ווייס אז ס'קען זיין אמת)
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מיר געקאסט ימ'ען מיט טרערן... דער איז א שרייבער איינס אין דער וועלט, מאסיוו, הארציג, רירענד. כ'האף נאר אז עס איז נישט דיין עכטע געשיכטע.

ביזדערווייל ביזטו ביי מיר דער זיכערער געווינער.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

בשעפער איינציגער!! זענען עכט דא קינדער שלא טעמו טעם חטא וואס גייען דא אדורך? אוי! העלף זיי!

הערליך און גאר גאר הארציג באשריבן!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו ס'איז באמת דעם שרייבער'ס ביאגראפיע, אדער אויסגעזויגן פון פינגער, אבער סיי וויאזוי האט ער א משונה'דיגע טאלאנט אריינצושלעפן דעם ליינער אין זיין מצב. כ'האב ממש געכליפעט אויפ'ן קול ביי געוויסע שורות, בלי גוזמא!
mee
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:18 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mee »

טרערן גיסן.....נישט נארמאלע ווייטאג........דיין וועג פון שרייבן איז עפעס אויסערגעווענליך......
\
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

געווינער!!!
5
5
5
3!


אזוי דראמאטיש פיל מיט געפיל, א געלונגענע שרייבער!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער א התרגשות'דיגע ארטיקל
ייש''כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דער האט אויסגעקוועטשט מיינע אויגן... שוין לאנג נישט געוויינט אזוי.

אויב איז עס נישט אמת איז ער דער געווינער, און אויב איז עס רח"ל זיין אמת'ע געשיכטע איז ער 10 מאל דער געווינער..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דער האט אויסגעקוועטשט מיינע אויגן... שוין לאנג נישט געוויינט אזוי.

אויב איז עס נישט אמת איז ער דער געווינער, און אויב איז עס רח"ל זיין אמת'ע געשיכטע איז ער 10 מאל דער געווינער..

איך האף עס איז נישט אמת. וואס טועך אז עס איז איינער די גרעסטע טראמפ שטיצער מיט וועמען איך הרגע מיר אלעמאל, פון איין מינוט אויפן צווייטן וועל איך אים אנהייבן שוינען...
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
א פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:56 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פוינט »

WOW WOW WOW אריין אין 'זאכן וואס מאכן מיר וויינען אשכול'.

שוין לאנג נישט געהאט פארטרערטע אויגן ביי אן ארטיקל, די שפראך, טאפיק, די געפילן וואס שפראצן ארויס, און אווער אלל די גאנצע זאך איז א מעסטער פיעס.

כ'האף נאר ווי יעדער זאגט אז עס איז נישט אמת..
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דו ביסט נישט נארמאל גוט.

און צו מיין מזל האב איך נישט געהאט קיין טישוס נעבן מיר.

אלנספאלס, כ'האף אז ס'איז נאר געווען אין פיקציע און דיין מאמע לעבט און זאל לעבן.

אבער... אידן ס'איז ווערט געווען נאר צו כאפן אמאל א בליק אריין אין דאס לעבן פון דיע וואס גייען ליידער דורך אזעלכע ליידן, זאל די אויבערשטער זיי טרייסטן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

גארנישט קיין פאעזיע אדער דמיונות, דאס האט ליידער ווירקליך פאסירט נישט איינמאל נאר צענדליגע מאל מיט קליינע שינויים

כ'האב אמאל געשיקט אן עמעשאנעל מעשה פון א יתום פאר א נאנטער מיינער וועלכע האט אויך פארלוירן זיין מאמע אין זיינע יונגע יארן
ער האא רעאגירט מיט אפאר ווערטער: וועסט עס קיינמאל פארשטיין

ענק וויינען אלע ווייל סאיז דראמאטיש, אבער ענק האבן ניטאמאל אנגעהויבן צו פארשטיין די געפילן פון דעם קינד און די טאטע, אונזערע מוחות קענען עס זיך נישט פארשטעלן ווייל עס איז נישט אין אונזער באגריף, פאנטאזיע איז באגרעניצט צו מציאות'ער וואס די מח האט שוין טיילווייז געזעהן אדער געהערט

מיר וויינען ווייל דאס אונזער איינציגסטע אנטווארט צו די טרויעריגע געפילן פונעם קינד, מיר קענען אים ניטאמאל מחזק זיין

ווען איר פאלאזט טרערן לייענדיג דעם ארטיקל פארלאזט א טרער אויף די פילצאליגע חולי ישראל רח"ל, לאזט א טרער פארן שכינתא בגלותא

קיינער קיינער זאל עס קיינמאל פארשטיין
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

וואף

דער האט צושפילט מיינע געפילן ביז גאר

יעצט וויל איך מוזן דאס ווייב עס צו ליינען, אניש וואט די נישט פארשטיין וואס זענען די פארטרערטע אויגן.

א אמתע טאלנטפולער שרייבר
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

עמרצישע שאלה, ווי אזוי קלייבט מען
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
נחוטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 9:22 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוטשע »

מיר געהעריג געמאכט וויינען איך בין ספיטשלעס
דאס איז מיין אינטערשריפט!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »



איך מיין עס איז מיין ערשטע מאל וואס מיין הארטע הארץ האט זיך צעלאזט און א גאר לאנגע צייט.

וואף האט דאס אויפגעשאקעלט.

*******
*******
*******

✓ זיכערע געווינער ביי מיר.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #7 - דאס בין איך, דער רחמנות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

היסטאריש צו באקומען אזוי ווייניג איינסערס, צווייערס, דרייערס און פירערס!


wow.JPG
wow.JPG (54.98 KiB) געזען 10538 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”