פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:46 pm

2
0%
★★
3
1%
★★★
3
1%
★★★★
18
4%
★★★★★
81
19%
3
1%
★★
3
1%
★★★
9
2%
★★★★
20
5%
★★★★★
72
17%
2
0%
★★
4
1%
★★★
9
2%
★★★★
23
5%
★★★★★
68
16%
10
2%
••
21
5%
•••
70
17%
 
סך הכל שטימען: 421

אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

[align=center][/align]

מזל טוב! נפתלי משה האט נארוואס געהאט זיין לעצטע שבע ברכות וואס די שוויגער האט געמאכט אין דאמפיגע עטרת סלעש פלאזא ... טולי איז יעצט א יונגערמאן! און זיין חשובע בני בית איז העכסט פרייליך און צופרידן . מ'רעדט הויך אין גאס... מיין ברודער מנחם שלמה , ער איז אזא ווייסכמיין? און טאלי פארענטפערט פארוואס זיין ברודער קלמן בונם מוז אייביג... בקיצור מ'וואקט פארגלייזט ס'איז לעבעדיג!

סאיז מיטוואך נאכמיטאג טולי'של שפאצירט אהיים פון כולל ביי לאנטש מיט די קאנטעינער'ס וואס זיין חשוב'ע בני בית האט איינגעפאקט פאר פרישטאג, דרייט איבער זיין שטאפענע קאפעליטש, און טוט זיך אן זיין כאלאטעל און ציילט מיט פיבער זיין דורן דרשה געלט צום וויפילן מאל... ער הייבט שוין אן ווערן אביסל נערוועז, עפטער-אלל איז ער יעצט אין טשארדזש צו באצאלן די רענט, מיט די געלט וואס זי ברענגט אהיים... און ער דארף איר געבן די ביל און פרעגן וואס פריוויאס-בעלענס מיינט. און בכלל אלע הלכה שאלות, און ס'וואקסט ארויס די באקאנטע טיען-עדזש טשערטי טאמאטע אויף זיין רעכטע זייט נאניא... וואס איז די פלאן דא?!

טאלי שטעלט זיך גלייך אויפן קאפ, ער זעט אז ער מוז אריין ברענעגן א ערנסטע סכום יעדן חודש נאכדעם וואס דאס ווייב זיינער האט נישט געהאט די יכולת. אומר ושותה און ב"ה טאלי האט געטראפן א פיינע דזשאב אין א גרויסע "עמעזאן" ביזנעס. א גרויסע ווער-הויז, פאלי-לאדעדט מיט באקסעס און פעלעט'ס, טאלי'ס דשזאב איז צו "פעבלענייזען" אלע באקסעס, און אטשמענייעזן א סטיקער וכו', עפעס וואס טאלי טוט גראדע פלינק און זייער פונקליך, און ב"ה דער איז בכלל נישט קיין נער און פוילער, און מ'זעהט אן אז ער וועט שנעל שטייגן אין ראנג. און אויב וויל מען אנהייבן גלייך ביי מער.... הויך......, בלייבט מען אייביג נידריג....

איין פרימארגן טאלי פארט מיט זיין דזישגער אויף געהויבן דאס מערסטע שייך, אנגלאדענט מיט א דאבעל דעקער געפאקטע פעלעט מיט מערערע סייזעס באקסעס, אבל דא עקא, פונקט האט געמוזט אריין קומען "מאדזיטא" דער ספאניקס'ער, מיט זיין גראבע פלאכע ספאנישע שמייכל, מיט א ענערדשי דרינק און רייז מיט פליגלעך. טאלי, זעענדיג דעם חברה-מאן, האט פראבירט פאכמאניש ווי יאקאב מיט זיין טרעקטער צו מענאווערן דעם לאוד, ער דרייט דעם דזישגער... הקיצור, און אזוי רעכטס לינקס און אהער אהין פאףף !!!!!! די באקסעס האבן עפעס נישט זייער ליב געהאט די ווילדע חול המועד רייד, און ווי ווילדע שעפעלעך דיסיידעד צו אראפ שפאצירן, ס'איז געפלויגן באקסעס אין אלע רוחות ווי די 5 קעניגן פון כנען, און טראך שמאך, א קאמפיוטער אינדערזייט האט זיך צו געשטעלט צום מארטון און בינג! ער איז אויכעט אינעם אוואלאנדזש, און שטייצעך טאלי האט אויך עספיעט מיסטריעז צו כאפן א טראסקע, פרעג נישט וויאזוי, ווייל איך ווייס אויך, נאך אפאר זאכן זענען געפלויגן און צום לעצט האט א סטעיפלער ווי א ראקעט אריין געדייווט אין טאלי'ס קעפעלע... אוטש!!!!!!!!!!! ☹

שוין טאלי האט זיך שנעל אויף געהויבן, מע... ס'גארנישט.. ס'פיין כ'זאגדער.....! די קניה מיטן רצפה האט געמאכט א פענסטער אינעם הויזן, און חוץ אזא געזונטע געשוואלענע ליימענע נאניע און א צעבויגענע גלעזער און אראפ מיט די גאנצע בעק באמפעיר איז גארנישט געשען.......!

די קאמפיוטער גייט צוריק אויפן טיש, און ער צינדט עס אן! און ..... יהשוע בן נ...חמן, דער בחור לאזט ארויס אפאר שבת'דיגע פייפעס, און חוץ פון דעם איז אלעס בית החיים'דיג.
טאלי כאפט זיך 'אך...' ס'נישט גוט דא, ערשט יעצט הייבט זיך אן די חאגע... וואס טוט מען?! און יא! דער בעה"ב ווייסט אייביג ווען נישט אנצוקומען, און מיט זיין נערוועזע גוט מארגן שפאצירט ער אריין ווי אחשורוש, און טאלי פילט ווי המן נופל על המטה.
אממ... יא, גוט מארגן..... כ'האב געטראסקעט......! און די יא... אעם אים באם
יאפ ס'צינד זיך "נישט" אן...
לאמיר זעהן! שוין ער שטעלט זיך צו, און יא די הארד דרייוו פונעם מאשין האט געכאפט קאראנע און וה'הארד דרייוו איננו כי לקח אותו אלקים. כליפ...
ר' זלמן ווארט נישט קיין סך ער רופט אן זיין בעל מלאכה, און זיין טעכניקער זאגט אים גלייך "האסט דיר נישט וואס צו זארגן, ס'אז דא א פולע בעקאפ אין די "קלאוד", איטס גאנע בי בעק אין לעס דען 3 אווער'ס".
יא באט די גאנצע הארד דרייוו איז גאגא!
"ניין, זארג נישט דו האסט א "קלאוד-בעקאפ" איטס אקעי.

וכך קאווע, מ'האט אלעס צוריק געלייגט און טאלי האט ווייטער פלייסיג געארבעט, טאלי איז אהיים סוף טאג און אנגעהויבן טראכטן........ קלאוד, בעקאפ, וואס איז דאס? איז דא א וואלקן וואו מ'קען סטארעדזשן סחורה? נו אפשר קען איך מיר אויך פארשאפן דארט א שיינע דירה'לע?


***

אין א שאקירענדע מאמענט אין October 1957 למספרם האבן צוויי הויעכ-ראנגיגע אפצירן פון די אמעריקאנע דיפענס אינטעלעדזשענס איינהייט, איבערגעגעבן פאר פרעזידענט אייזנהאוער, אז די ווייסע בער, די רוסן, האבן ארויס געשאסן זייער מאכטפולע "ספוטניק מיסיל" צו "ספעיס" מיט "קאמיונקאציע מיטלן!"
דער פרעזידענט האט רעאגירט "דאס זאל בעסער נישט געשען נאך אמאל!!"
אמעריקע האט זייער מורא געהאט פון די רוסישע דזשעטס, אז זיי זאלן נישט ח"ו קומען מיט זייער נייע "נוקלעארע באמבעס" און מאכן א נוקלעארע חורבן, אמעריקע האט געזוכט וויאזוי צו זיין פאראויס איין סטעפ אהעד פונעם בער.

מיטן ספוטיניק אין האלז האט אמעריקע זיך גענומען פלייסיג ארבטען אין 1958 אויפגעשטעלט די DARPA וואס זאל ארבטען צו זיין פאראויס פונעם רוס, און אויפגעשטעלט די נייע אפטולייונג, די ר"ת איז Dיפענס Aדווענס Rיסערדזש Pראדזשעקט Aדזשענסי, דאס איז א פליגל פון די דיפענס דעפארטמענט, וואס געט זיך אפ מיט טעכנאלאגיע ריסערטש פאר מלחמה איינגעלעגנהייטן.

אמעריקע האט דאן געהאט נאכן ארבעטן א שטיק צייט, א מאכטפולע כמעט "אויטמאטישע-סיסטעם" גערופן "סעדזש" (SAGE - Semi-Automatic Ground Environment), א נעץ פון 23 'דיירעקשען סיסטעמס' דאס הייסט א איטליכע סטאנציע'ס מיט א מאכטפולע מעין-פרעים קאמפיוטער צו טרעקן יעדע פליגער פונעם בער, די קאמפיוטער'ס איז געמאכט געווארן דורך IBM פירמע, די גרעסטע מחותן אין די קאמפיוטער אינדערסטריע אין יענע צייט.


דא קענט איר זעהן א חלק פונעם ציבור... כ'מיין קאמפיוטער .



יעדע קאמפיוטער האט געקענט טרעקן אזויפיל ווי 400 פליגער'ס! און וויסן די חילוק צו ס'איז פיינטליך אדער פריינטליך. די סיסטעם האט אפגעקאסט א 61 ביליאן טאלער און 6 יאר ארבעט.

טעכלאניגע איז געוואקסן, און אין 1965 האט מען שוין געקענט נוצן מער ווי איין מענטש די זעלבע קאמפיוטער! דורך א סיסטעם גערופן 'טיים-שערינג'. יעדער האט געהאט אזא כמו קיבארד, אזוי גרויס ווי א טייפערייטער וואס האט זיך קאנעקטעד צו א געוויסע חלק פון א נעץ פון זאכן וואס צוזאמען אזי עס געווען א קאמפיוטער.

די סיסטעם פון טיים שערינג האט געארבעט אז די קאמפיוטער האט געמאכט צייט מיט א טיים ליין פאר די ריקוועסט וואס קומען אריין, אזוי אז ווען א איינער האט אריין געקלאפט עפעס א חשבון וואס ער האט געווארט די קאמפיוטער זאל ארויסרעכענען איז די קאמפיוטער שוין געווען רעדי פאר די נעקסטע דזשאב, סאו בעסקלי האט גענומען פאר די מענטש צו טייפן זיין ריקוועסט לענגער ווי פארן קאמפיוטער צו געבן די ריזאלטס, אזוי האט די קאמפיוטער גענומען ריקוועסטס פון מערערע מענטשן אין א סדר.

אין 1962 למספרם איז געווען א מגיד-שיעור מיטן נאמען Licklider (גראדע לעבט ער נאך און אקטיוו) דער ליקליידער פלעגט געבען שיעורים און א גוי'שע ישיבה גדולה מיטן נאמען MIT 'טעקנאלעדזי אינסטעטוט מעסעטשאסעטס'. דער מגיד שיעור פלעגט ארויס געבען נאוט'ס פון פארשידענע איידיע'ס, איינע פון זיינע זאכן איז געווען א טעאריע וויאזוי צו מאכן צוויי קאמפיוטער'ס זאלן קענען רעדן איינער צום צווייטן. ס'מאכט סענס, ניין?! יא, צו די גלייבסט צו נישט! פאר בערך 50 יאר צוריק האט נאך נישט קיין קאמפיוטער געקענט ארבטען מיט א אנדערע קאמפיוטער, ענעוועי, ער האט געהאט עפעס א שטיקעל טעאריע אויף דעם, אבער האט נישט עכט געהאט א וועג וויאזוי דאס אפי' צו פראבירן.

שפעטער האט Licklider עולה לגדולה געוען און באקומען די הויפט פאזיציע אין די DARPA, די דיפענס ריסערדזש אפטוליינג פון טעכנאלאגיע Defense Advanced Research Projects Agency.
דארט אינעם ריסערדזש דיפארמענט האט געדינט הרב ר' Bob Taylor אלץ פינאנץ דירעקטער אין די DARPA אגונטער , דער באבע'לע איז געווען זייער בייז אז ער האט געדארפט האבן דריי עקסטערע אזעלעכע קיבארדס וואס האט געהייסן Teletype צו דריי מאשינס.



און יעדע אזא קיבארד האט געברויכט א עקסטערע ליין זיך צו קאנעקטען צו דריי אנדערע סופער קאמפיוטער'ס אינעם פענטאגאן! אין א שיינעם טאג איז ער געקומען צו די מסקנה אז מ'מוז מאכן איין קיבארד עטליסט וואס קען זיך קאנעקטען צו אלע דריי קאמפיוטער'ס , און נאך מער האט אים געבאדערט אז ער האט כסדר באקומען אנפראגעס פאר פאנדס\געלט צו קויפן פרישע קאמפיוטער'ס פאר פארשידענע אפטיילונגען.(וואס האט אים געבאדערט פונקליך ווייסעך נישט, קען זיין אמאל איז געעווען אזא זאך אז רעגירונג באמעטע קארגען געלט) ס'האט אים אויך געבאדערט די פאקט אז א געוויסע קאמפיוטער שטייט יעצט ליידיג אין איין פלאץ וואס אן אנדערע יונעווערסערי אדער אגענטור וואלט געקענט מאכן נוצן דערפון, למשל אין איין סטעיט איז ביינאכט אדער צופרי קען יס א אנדערע נוצן.

און אפי' א געוויסע פלאץ האט שוין געהאט א קאמפיוטער, האט יעדע קאמפיוטער געהאט אנדערע סאפטווער און אנדערע אייגנשאפטן, למשל איינס אין יוטא האט געמאכט גרעפיקס, און א צווייטע אין UCLA האט געמאכט דעטא חשבון.



א בילד אין א יונעווערסערי ווי די קאמפיוטער ליגט. (סאיז נאר איין קאמפיוטער די אלע זאכן)

איז ער האט מקדיש געווען געלט מזאל זוכן עפעס א לעזונג דערצו, און מאכן א קאנעקשן פון אלע צענטערן ווי די טרעקער'ס פון די פליגער'ס זענען אויב איינס גייט שלאפן נאך אן אטקע און מיט ליקסליידער'ס ארבעט און איינע פון זיינע תלמידים האבן געארבעט דעראויף ער האט געהאט א תלמיד Charley Kline.

****

אקאטובער 20 1969 למספרם איז געווען א שיינע טונקעלע נאכט, (כ'מיין אזוי) און א שיינע ליכטיגע לבנה האט באלאכטן די הימל, די זייגער האט געלאפט שטומפיג 10:30 און Charley Kline האט זיך באקוועם געמאכט ביי זיין טעלעטייפ-טערמעניל אין ULCA. א יאנווערסערי אין קאלפארניע אין סיליקאן וואלי, און געמאכט א פאון-קאל צו זיין חבר Bill Duvall, אויך אין קאליפארניע, ביי א פלאץ וואס הייסט SRI, (א אנדערע ריסערדזש אינסטיטוציע) און ווי אפגעשמועסט פון פאראויס, האבן זיך יעדער באקוועם געמאכט ביי זייער "קאמפיוטער" און אט איז געבראכן געווארן היסטאריע!

די ערשטע מעסעדזש דורך "נעטווארקינג" איז געליפערט געווארן צווישן די צוויי יונגעלייט....!!! ביל האט באקומען די ערשטע "מעסעדזש אויפן כדור הארץ" מיט די ווערטער "LO"!! דורך א נעטווארק דאס הייסט צוויי קאמפיוטער'ס גערפון בימים ההם 'ארפ-נעט' ARPANET ובזמן הזה זיך שפעטער געטוישט צו "אינטערנעט"

ס'איז געווען דאן די ערשטע מאל וויפיל מ'ווייסט אויפן כדור הארץ אז אזא מין מושג פון א קאמפיוטער זאל רעדן צו א צווייטע קאמפיוטער! די קאמפיוטער וועלט איז דאן אריבער א מייל-שטיין, די אינטערנעט איז געבוירן געווארן אין יענם טאג און דאן האט נאר די שטן געחלומט וואס ער גייט אלץ פארדינען דערפון.
די צוויי חברה טשארלי און ביל זענען געווען סטודענטן וואס האבן געארבעט פאר ליקליידער און האבן ניטאמאל געחלומט אויף אזא שנעלע סוקסעס.

כדאי דאס צו קענען צוזאם ברענגען מוז מען וויסן אז שוין אין 1958 האט בעלל Bell געמאכט די רעוואלוציע פון א פאון-מאודעם... דאס הייסט אז די סיגנעלס פון עלעקטריק (די טערמענעל וואס מ'טייפט) קען ווערן דיזשיטעל און פארקערט (אנלאג-דישטעל). דאס האט געמאכט אז א מ'זאל קענען האבן א טייפערייטער ווייט אוועק פוענם קאמפיוטער דורך א ווייטע טעעלפאון קאנעקשען.

יעצט לאמיר אביסל זעהן וויאזוי די ערשטע קאנעקשן האט געקענעט געשען, כדאי דאס צו טהון האט ליקליידער געלאזט מאכן א ספעשעל נייע מאשין אזוי גרויס ווי א קליינע קעמערשל פריזער, דאס האט ער גערפון די internet message processors. דאס איז קאסטום מעיד ערשטע ראוטער ROUTER.



ער האט דאס געלאזט מאכן ביי די פירמע האניוועל, און עס איז אנגעקומען אין קלאמבוס דעי קיין ULCA דאס איזUniversity of California, Los Angeles ווי סאזי געווען סטאנצניערט א קאמפיוטער, און אביסל שפעטער די צווייטע פריזער און עס קאנעקטעד צו די צווייטע קאמפיוטער אין SRI.
נאכן ליעסן א טעלפאון ליין פון עי טי ענד טי פאר דריי טעג צו קענען מאכן טעסטינג, האבן זיי אפ-געשמוסט צו אויס פראבירן זייער געמויזאכטץ ביינאכט, ווען די קאמפיוטער'ס ווערן נישט גענוצט, אזוי אויב זאכן גייען צפון זייט זאל זיין צייט צו זיך מסדר זיין. זיי האבן בכלל נישט ג'עחלומ'ט ס'גייט גיין אזוי שנעל.



לאמיר אביסל זעהן וויאזוי די ערשטע קאנעקשן האט געמאכט זיין וועג.

בערך 10:10, טשארלי האט זיך באקוועם געמאכט ביי זיין קאמפיוטער, א SIGMA 7 (א קליין חלק פונעם הארד דרייוו, ס'האט געהאט טעפ סטארידזש



(ווערט אן עקסטערע ארטיקל), ס'האט געהאט ביים קויפן א פרייז טעג פון זיבען הונדערט טויזענט טאלער! בערך 4 האלב מילאן טאלער) וואס האט "געשיקט" די מעסעדזש, די 'סענדער'.
ער האט געקאלט ביל וואס האט געהאט א SDS 940, (די זעלבע קאמפיוטער וואס האט געהאלפן מיטן פליען צו די לבנה די קאמפיוטער האט געהאט מערערע חלקים און צוטיילט און מערערע שטיקלעך, מיט א מאניטער אויך.



נאכן זיך פארשטענדיגן אויפן פאון, האט טשארלי אריינגעהאקט אין זיין קאמפיוטער (טעלטרייפער) די לעטער "L" די פראבלעם איז נאר געווען אז טשארלי'ס קאמפיוטער האט גענוצט אביסל א אנדערע שפראך פאר אותיות די ACIN, און ביל א אנדערע, אבער קיין בטלנים זענען זיי נישט געווען און נאך 20 מינוט האבן זיי דאס מסדר געווען און פראבירט נאכאמאל...
טשארלי קלאפט אריין און ביל אויף די אנדערע זייט זאגט "איי געט ד'זה L" !
די O, "יאפ איי געט ד'זה O !

טשארלי האט געקליקט G ! און בום....! די קאמפיוטער אין SRI האט געקרעשט!!!!

די פרייד איז געווען אנבעליוועבל...! די ערשטע מאל צוויי קלאציגע קאמיוטער'ס צוויי דומם ווערן איינס, און יאפ די טעאריע איז געווען א צוקוקטע-סוקסעס.
(די קרעשן האט גראדע גארנישט געהאט מיט די נעטווארק נאר א טעקסט באפער-אווערפלאוי. נאכן אניצנדן און זיך פריש מסדר זיין וואס האט גענומען א שעה האבן זיי געטרייעט נאכאמאל, און געקליקט L סוקסעס! O סוקסעס! G סוקסעס!

און דא קומט אריין טעכנעלאגיע! ס'איז געווען א פארגעשריטענע סיסטעם, אז אויב מהאט געטייפט LOG האט שוין די קאמפיוטער אליינס אויסגעפילט IN פאר LOGIN! און יאפ די לאג-אין וואז סוקסעספול די "צווייטע מאל".)

וויבאלד זיי האבן נישט גע'חלומ'ט אז ס'גייט גיין אזוי שנעל, איז נישט דא נעבעך קיין שום ווידאוי פונעם מעמד, (שטעל זיך פאר אויב א רבי וואלט געווען די שיקער וואלט מען זיכער געהאט) און ווי אויך איז די ערשטע ווערטער געווען זייער פלעין, און ווען זיי ווייסן ווען וואלטן זיי זיך צוגעגרייט עפעס מער סימבאליש.

מיסטער ליקליידער טרייעט זיך צו באפרידיגן אז LO איז אויך נישט קיין שלעכטע ווארט (אין ענגליש איז LO פאר העלאוי) . פאר אונז ווייזט די ווארט LO אז די אינטערנעט איז נידריג. שוין, ווערט האט דיר געפרעגט....?!

די איינציגעסטע זאך וואס איז יא דא אפציעל איז א לאג-פייל ווי ס'איז געשריבן אז אין 1969 האט טשארלי קליין געשריבן צו SRI האוסט טא האוסט.



די נייע אויסטרעף איז ווי גשריבן געווען א מלחמה א פראדזעקט פונעם DARP און די נייע נעטווארקינעק סיטעם האט באקומען די נאמען ארפ-נעט.

פון דא זענען זאכן געגאנען עקסטריעם שנעל און ביז צוויי חדשים איז שוין געווען א קאנעקשען צו נאך צוויי קאמפיוטער'ס. און אין 1972 האט שוין די ARPNET געהאט א שיינע צאל יונעווערסערי'ס אנ-געהאגט אינעם "ארפענט" נעטווארק זעה בילד ווי אזוי פון איינס איז געגאנעגען צום אנדערע.



סאו, צו מאכן א סך הכל, די קאמפיוטער איז געווען קאנעקטעד צו די ראוטער די IPM מיט א מאודעם קאנעקטעד צו דעם, און די ראוטער האט געקענט זעהן וועלעכע ROUT צו נעמען, דאס הייסט אויב מ'האט זיך געוואלט קאנעקטען צו א געוויסע קאמפיוטער האט עס געקענעט האבן א אויסוואל וועלעכע קאנעקשן צו נוצן, אפי' אויב איין פלאץ איז די ווייער געווארן איבערגעריסן האט עס גענוצט א צווייטע וואס איז געווען קאנעקטעד דורך א צווייטע וועג. און נאכדעם וואס מער ווי אפאר זענען קאנעקטעד האט עס געטשעקט וועלעכע קאנעקשען איז פריי און די שנעלסטע. יעצט אפי' א געוויסע קאנעקשען איז ביזי האט עס גענוצט א אנדערע.


בליץ-פאסט

די ארפ-נעט האט געמאכט אז אז איין קאמפיוטער זאלן קענען זיך קאנעקטען צו א אנדערע אבער נישט זייער אסאך איז געווארן אויף געטהון דערמיט, ביז אין 1971 בערך אין נאוועמבער-דיסעמבער, דער אויסטרעפער געדענקט נישט, איז ארויס די ערשטע "עלעקטראנישע מעיל אדער פאסט", דורך .Ray Tomlinson און די סאפטוועיר דאס צו טהון האט געהייסן SNDMSG.

צו קענען שיקן א מעסעדזש צו איינעם ביז דאן האט מען נאר געקענט אין איין קאמפיוטער בבחינת א נאוט, דאס הייסט שיקען א נאוט פאר געוויסע יאזער אויף די זעלבע קאמפיוטער.
וואס ער האט געטוהן איז געווען, ער האט צוזאם געשטעלט די צוויי סאפטוועיר'ס צו שיקן א מעסעדזש פאר איינעם און די געדאנק פון נוצן ארפנעט צו שיקן צו א צווייטע קאמפיוטער דירעקט צו געוויסע מענטש. און ער האט האט געמאכט די אימעל סיסטעם וואס מקען שיקן א נאוט צו א יאזער פן א צווייטע קאמפיטער (א צווייטע האוסט)



און וואס מיינסטע די ערשטע מעסעדזש איז געווען? אויך עפעס יאנטשי, און נאך ביי מיסטעיק אפער קעיס נאכן קליקן קעפס לאק! און איז געווען דאס: "QWERTYUIOP" (די אויבערשטע שורה פון די קיבארד....) שפעטער האט ער צוגעלייגט די באוויסטע שטראדעל סימבאל @ ! די נאמען פון די מענטש און די עט (@) קאמפיוטער\האוסט.
ערשט א פאר יאר שפעטער האט עס באקומן די אפיציעלע נאמען "אימעיל", און געווארן אנגעהויבן נוצן דורך די פשוט'ע מענטשן ערשט אין יאר 1973.
די איידע פון אימעל איז געווארן זייער עקסטריעם פאפליער און איבער גענומען אזויפיל ווי 75 פראצענט פון די טרעפיק אויף די ארפנעט נעטווארק, בערך 293.6 billion אימעילס ווערן געשיקט טעגליך.
די ערשטע אימעל דורך א פערזענדליכקייט אריבער דעם אטלאנטיק איז געווען דורך די קעניגן פון ענגלאנד Queen Elizabeth
יעצט האט שוין ארפנעט צו געשטעלט דריי זאכן , רימאט לאג אין, פייל טרענספער, און אימעלס.

***

אין 1973 האבן אפאר יונגע חברה אין א יונעוועסערי זיך געזען מחובר צו די ארפנעט נעטווארק וואס אפציעל געווען פארשלאסן דורך די פענטאגאן, דאס איז געווען די ערשטע "העקינג" אטאקע, אין 1978 האט די פענטאגאן אנגעהובן מאכן אינקריפשען, אזוי מ'זאל נישט קענען ליינען. די פראבלעם איז אבער געווען אז וויבאלד די קאמפיוטער האט עס געדארפט אינקריפטען איז עס געווען אסאך מאל צו א שווערע דשזאב פארן קאמפיוטער, און צו טרענסלעיטן און געמאכט זייער שטייט די נעטווארק. אין 1974 האט די אגענטור גערופן ' NIC' געמאכט די ערשטע קאמפיוטער-בוק בבחינת א יעלאו-פעדזשעס מיט א סערווער גערופן WHOIS וואס האט געגעבען אינפארמאציע פאר יעדע נאמען, דאס הייסט כדי צו קענען גיין צו געוויסע קאמפיוטער אויף די אינטערנעט האט מען געמוזט וויסן די נאמען פון יענע קאמפיוטער (האוסט מאשין) און אויך געמאכט די טאפ לעוועל דאמעינס .com, .edu, .gov, .mil, .org, and .net.


אינטערנעט

אינטערנעט די נאכפאלגער פון ארפנעט.

די נעקסטע גרויסע דורכברוך איז געווען די (TCP/IP) פראטאקאל. וואס דאס מיינט אין א ניסעלע שאלאטכטץ, אז אנשטאט צו שיקן גאנצע פיילס אויף איינמאל דורך די אינטערנעט, וואס האט געמאכט די קאנעקעשן זייער א שווערע פראסעס, און די צוויי חברה Vint Cerf און Bob Kahn זיי האבן געמאכט די וועג וויאזוי די קאנעקשען שיקט די דעטא און צוטיילטע און פעקלעך..... פעקדזעס. די TCP/IP פראטאקל, טרענסמישן טרענספאר קאנטראל---אינטערנעט פראטאקאל.

די איידע פון דעם איז אז דעטע ווערט געשיקט און פעקלעך, פון 20 ביז זעכציג בייטעס כהיום, דאס הייסט די אינפארמאציע ווערט אריין געלייגט אין א זעקל מיטן אדרעס פונדרויסן און ווערט געשיקט אזוי אסאך פעקלעך, און ווערט דערנאך צוזאם געשטעלט. די TCP איז אויך געווען אסאך בעסער דיזיינט בכלל אזוי אז ס'זאל קענען פארנעמען אסאך א גרעסערע צאל קאמפיוטער'ס עפעס וואס די ארפענט איז געווען היפש לימעטעד.

די מחבר פון די TCP האט געגעבען די נאמען "אינטערנעט" אין 1982 אבער ס'האט גענומען ביז 1983 אז סזאל ווערן ריכטיג פאפולער און מ'זאל דאס אנהייבן נוצן אין גרויסן, אבער איינמאל ס'איז אריין אין גיער האט זיך עס נישט אפגעשטעלט.

די TCP מהלך איז געווען אזא סוקסעס און מ'האט זיך אפגעלאזט פון די ארפנעט נעטווארק און יעדער אויך די פענטאגאן האט געטוישט צו די TCP נעטווארק און ארפענעט איז געווארן אריבער צו די TCP מהלך.

די אויסטרעפער האבן עס געמאכט פריי פאר יעדעם און יעדער אינדיווידזשעל האט זיך געקענט דאנלאודן די TCP סאפטווער און מאכן אזוי א קאנעקשן צום אינטערנעט. פון אנהייב האבן נאר געקענט זיך קאנעקטן דורך אינטערנעט פראוויידער'ס וואס זענען געווען נאנט צו יונעווערסעריס ווי דארט אזי געווען די באזע און מיט א דייל-אפ קאנעקשן.

אביסל שפעטער האט א פירמע Xerox געמאכט אז אז אלע פריוואטע היים קאמפיוטער'ס אדער נעטווארקס זאלן קענען רעדן צווישן זיך און געמאכט די Ethernet סיסטעם, מיט די פראטאקאל פון TCP IP. און עטרנעט איז געווארן די סטענדערד וואס יעדער נוצט, אזוי ס'זאל נישט זיין קיין דור המבול.

אין 1984 האט איינער געמאכט די DNS סערווער. א DNS סערווער הייסט אז אנשטאם אריינטייפן די אייפי פון א געוויסע האוסט וואס איז געווען א נאמבער, און א נאמבער איז שווער, האט מען געמאכט נעמען, למשל אמזאן דאט קאם, און אין יעדע קאמפיוטער איז געווען א פייל HOSTS.TXT (סאיז נאך אלץ דא) מיט אלע נעמען אין אדרעסן, אבער שטייצעך דאס צו אפדעיטן און מעניטענן איז נישט מעגליך ווען ס'וואקסט אזוי שנעל און גרויס האט "פול מוקפטריס" געמאכט א צענטראלע DNS סערווער וואס די קאפיוטער וועט עס שיקן אהין און דאס וועט פירן וווייטער צום ריכטיגען IP אדדרעס.

אין 1985 האט איינער געקויפט די ערשטע נאמען Symbolics.com .

אין 1985 איז די NSFNET אגענטור געפענט געווארן און געארבעט שווער צו מאכן מער סטענדערעד'ס און קאנעקטען ווי מער צו די נעטווארק, און איבערגענומען די אויפגאבע פון די DARP וואס האט געפירט די אינטערנעט.

די עולם האט מער און מער זיך אנגעהויבן באנוצן מיט די טריפה'נע אינטערנעט נאכדעם וואס עס זענען געווען מער אינטערנעט פראוויידער'ס און האט שוין שנעל געהאט א פארום ווי די עולם האט זיך געקענט קאנעקטען און יעדער האט געקענט שרייבן דארט (אייוועלט אין א גויקשע ווערסיע...) און ביז גאנצע צוויי יאר האט שוין די אינטערנעט פארמאגט 30 טויזענט האוסטע'ס. 1989 האט שוין NSFNET געהאט א נעטווארק פון 25 לענדער.

נו ווען קומט שוי די דאבעל-יו דאבעל-יו דאבעל-יו אריין און בילד ? אהוי ....יעצט!

א בראוזער מיט וועב-סייט'ס איז נישט די אינטרענעט! נאר ענדערש א געוויסע פראטאקאל וואס ארבעט דורך די אינטערנעט און איז נישט אלט מער ווי 29 יאר!!!!
א פארשוין מיטן נאמען Tim Berners-Lee האט געמאכט די ערשטע וועב סייט אין יארע 1990, און אזוי אויך די ערשטע וועב סערווער ווי די סייט איז געליגן.

די וועג וויאזוי די קלייענט (די מענטש'ס קאמפיוטער) האט געזען די פעידזש איז געווען דורך די בראוזער און די דעטא איז געשיקט דורך די HTTP פראטאקאל, די בראוזער האט געוויזן די טעקסט דורך HTML און אזוי אויך האט ער געמאכט די URL סיסטעם.

די איידע איז געווען א מורא'דיגע איידיע און א יאר דערויף, אין 1991 האט ער עס געמאכט פאבליק. די ערשטע סייט איז א וועב-סייט וואס איז מסביר וואס די איידיע פון א וועב סייט איז.
די סייט האט געהייסן 'ווארלד-ווייד-וועב' סאוי דריי דאבל יא'ס



(דארפסט א לינק? דא)



(איך וואלט זייער געוואלט שרייבן מער, אבער די לימיטס זענען שוין לאנג אריבער אבער אביסל מוז מען נאך אריין לייגן.)

אין 1993 איז ארויס לאור גולם די ערשטע גרעפיקל בראוזער ! Mosaic Browser מהאט געקענט קליקן און נוצן א מייזל.



נאך איין וויכטיגע קרישקעלע, חב"ד.ארג איז געווען פון די ערשטע צען וועב סייטס אויפן אינטערנעט!!!!!!!!

איין מינוט וואס טוט זיך מיט טאלי? ער זוכט נאך זיין דירה'לע אויפן קלאוד….

אין א אנדערע געלעגנהייט וועט מען שרייבן וועגן די פרישע בראוזער'ס און גוגל און נאך אסאך.



[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:22 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען ס'גאנצע אבער די אריינפיר איז אייזן שטארק ;l;p- :lol:
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

מיין 3׳טע ארטיקעל וואס איך ליין פון דער פארמעסט און דערווייל איז עס א קלארער פראנט ראנער!

די צאמשטעל פון דעם תולי אין דעם ווערהאוז ביז אזא רייכע הערליכער שיעור אין קלאוד און אין נעטווארקינג איז איינס און די וועלט, די געשמאקע שפראך און די הומעריסטישע לשונות אין די פתיחה איז איינס אין די וועלט!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

הר גריזים האט געשריבן:מיין 3׳טע ארטיקעל וואס איך ליין פון דער פארמעסט און דערווייל איז עס א קלארער פראנט ראנער!

די צאמשטעל פון דעם תולי אין דעם ווערהאוז ביז אזא רייכע הערליכער שיעור אין קלאוד און אין נעטווארקינג איז איינס און די וועלט, די געשמאקע שפראך און די הומעריסטישע לשונות אין די פתיחה איז איינס אין די וועלט!

איך קען נישט מער ווי אגריען צו יעדע ווארט!

איך האף אז נאכן פארמעסט העסטו ציענדיגען
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

מעכטיג. מעכטיג. מעכטיג.
דער אריינפיר איז סאמטינג אנריעל.
די ידיעות צאמגעפלאכטן מיט די זאפטיגע לשונות. וואף!!!! א געשמאק צו ליינען!
פייוו פייוו פייוו.
טענקס
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

וואסע נייעס!!!! אבער פארוואס האסטו געדארפט אויסזאגן ווער דער שרייבער איז?? די זייגער קלאפט........ ני גוט!
גאר גאר שטארק!
לעצט פארראכטן דורך פרישע קוגל אום דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 9:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער סטעיפלער איז געבליבן גאנץ למעשה?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מעכטיג!!

די שטערקסטע חלק דא איז וויאזוי דער שרייבער דריידט דיר ארום און שלעפט שיר אריין בלי משים אינעם ארטיקל, ווייל ווען ער הייבט ווען אן פון די צווייטע חלק, וואלטן זייער אסאך אויסגאלאזט דער ארטיקל, נאך וואס ס׳פארט אריין אין נושאים מיט ווערטער וואס איז נישט באקאנט פאר יעדן, דא איז ער געקומען מיט א הומעריסטישע מעשהלע און אזוי ארויינגעשלעפט דעם ליינער אז ווען ער כאפט זיך אז ער איז נישט אזוי באקאנט מיט די עי-בי-סי׳ס איז ער שוין ביים ענדע פון ארטיקל, כאטש וואס די ארטיקל איז היבש לאנג...

די נושא איז זייער אינטערסטאנט,
די שפראך איז זייער שטארק, און שטייצעך די הומער איז געוואלדיג...
אריין אין פיינעל, אפילו נאר פאר די סיבה אז דו זאלסט ווייטער שרייבן נאכן פאמעסט און ממשיך זיין...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פשיהא גענומען א גאר רייכע אינפארמאטיווער מייסטער ווערק און באציקערט מיט יומאריסטישע זאצן

יאפס דאס איז א קונץ

אבער א רחמנות אויף דעם טולי (און אויף זיין ווייב...)
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

זייער גיט גענימען א אינטערסאנט שטיקל היסטאריע אין אריינגעלייגט פיל מיט הימאר דערין געווואלדיג
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

די ידיעות זענען געוואלדיג, דער קומט אריין קריסטאל קלאר ווי משוגע, פאר דעם ארטיקל האט זיך געלוינט די גאנצע פארמעסט.

אבער איבער אלעם, אזא שפראך האב איך נאכנישט באגעגנט!!!! הומאריסטיש, זאפטיג, זיס ווי צוקער.

אינהאלט: 5 סטאר. שפראך: 8 סטאר. אווער אלל: 10 סטאר. פיינעל? גאנץ מעגליך דער געווינער, עמער דארפן צואווארטן אפאר וואכן די איבריגע ארטיקלען זאלן אריינפליסן.

יעצט א פערזענליכע טובה צום שרייבער: כ'האב עס שוין גערעיטעד, קום פליז אין אישי, כ'בין שרעקליך נייגעריג ווער דו ביסט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

געוואלדיג ! קלאר און פשוט אפי' פאר דאמי'ס‎
טענקס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:יעצט א פערזענליכע טובה צום שרייבער: כ'האב עס שוין גערעיטעד, קום פליז אין אישי, כ'בין שרעקליך נייגעריג ווער דו ביסט...

אקעי
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דער אריינפיר האט מיר ריכטיג פארנארט, איך האב נישט געחלומט זיך צו טרעפן אין קלאוד, אבער צום סוף בין איך דארט אנגעקומען

זייער שיין, קלאר, און רייך מסביר געווען דער ענין

לגופו של דקדוק בכתיבה האט מיר במושכל ראשון אויסגעקוקט, ווי מחמת ריהוטא פעלט א ווארט צוויי, אבער דער תוכן / שיינקייט/ רייכקייט/ א.ד.ג. וועגט אלעס איבער.

מיר האפן צו באקומען דעם המשך בס"ד.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

אזוי וואו איינס האט שוין געשריבן איך וואלט קיינמאל נישט געליינט אזא ארטיקל אבער די הומאריסטשע שפראך און שיינע מעשה'לע האט מיר אריין געצויגן

לגבי די תוכן
די דאקומענטן מיט די בילדער מאכן א רושם פון א שטארקע תוכן
אבער איך קען נישט ענגליש וואס די שרייבער נוצט זייער אסאך זאג איך נישט אויף זיכער
אבער חזקה על... די שרייבער'ס פון דא אין וועלטעל אז זיי שרייבן גוט
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך ליין געוועינדליך די ארטיקלען ארויסגעפרינטערהייט, נאך א שנעלע איבערבליק בין איך נייגעריג אויב סאיז א פראבלעם דאס צו ליינען אום שב"ק. אויב איינער ווייסט ביטע מודיע זיין.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אינהאלט-5
שפראך-5
אווער אלל-0...

וואסידאס אנטלויפן אינמיטן רעדן?
דער האט מיר אריינגעשלעפט מיט זיין שפראך אינעם קאמפיוטער אריין און דא ווערט ער מיר נעלם...
איז דאס מענטשליך?

לימיט ארויף לימיט אראפ. שרייבער טייערע, ביטע ענדיג צו דיין וואונדערבארע לעקציע!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ציגאנער האט געשריבן:אווער אלל-0... וואסידאס אנטלויפן אינמיטן רעדן?

;l;p-
נישט קיין שלעכטע קאמפלימענט פארן שרייבער..
:lol:

בד״ו איך האב געהייסן שנייידן זיין ארטיקל,
וזה היה תשובתו.
3.png
3.png (18.42 KiB) געזען 8842 מאל

כאמאזל ער האט מיר נישט געפאלגט...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פרישע נייעס!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל הגם כ'פארשטיי נישט צי דעי אלע גויאישע בוכשטאבן האט מיר אבער דעם אריינפיר געגעבן א שטארקע שטופ צי לייענען ביזן סוף, אויף דיין שפראך בין איך שטארק נתפעל געווארן צי וויסן וויפיל הומאר צי ספייסן אין אזא ידיעות'פולע ארטיקל, מיט א רייכקייט אראפגעלייגט די גאנצע סוגיא על בוריה, האפענטליך פארציילט דיר נפתלי משה ווייטער זיינע טאג טעגליכע וואונדער ס'זאל דיר געבן צי פארשטיין די נחיצות פון פארשפרייטן דיינע ידיעות לרבים.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די חידוש דא איז, פון נעמען א טאפיק וואס פאר רוב איז עס באורינג און עס מאכן אזוי אינטרעסאנט.
דער איז א מייסטער שרייבער!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א ריכטיגער וואוא...

איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, אבער ער האט מיר אויפגעשאסן עטליכע מאל מיט זיינע ליינס.

ריעל טאלאנט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

דאס איז אייזן רבותי! מיר געמאכט אפליינען אזא לאנגס מיט אזא הנאה... איך גלייך זייער אז ער הערט נישט אויף מיט די געשליפן שפראך. נישט נאר א הומאריסטישע הקדמה, נאר אפילו די ערענסטע חלק איז מיט א געשמאקע שפראך.

יישר כח!
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

גאר אנטערעסאנטע נושא ארומגענומען מיט גאר אאסאך אינפארמאציע

#גוטע ארבעט
מיין לופי'לע........
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #3 - נפתלי משה אין די קלאוד...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

געלעגער האט געשריבן:די חידוש דא איז, פון נעמען א טאפיק וואס פאר רוב איז עס באורינג און עס מאכן אזוי אינטרעסאנט.
דער איז א מייסטער שרייבער!

;l;p-
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”