פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:39 pm

3
1%
★★
6
1%
★★★
11
3%
★★★★
22
5%
★★★★★
64
16%
1
0%
★★
1
0%
★★★
12
3%
★★★★
30
7%
★★★★★
60
15%
1
0%
★★
4
1%
★★★
10
2%
★★★★
38
9%
★★★★★
51
12%
7
2%
••
31
8%
•••
58
14%
 
סך הכל שטימען: 410

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

[align=center][/align]

נאכן פארברענגן געשמאקע אכט וואכן צווישן בערג און ביימער, זיץ איך מיר אין מיין בלויע מיני ווען אויף דעם אלעמען באקאנטען NY-17 ווען אין די בעק זיצן די קינדער צווישן פעקלעך, נעגל וואסער שיסלעך און דאכענס. עס הערט זיך ארויס די געשמקע געשרייען און קריגערייען, יעדער איז פארנומען מיט דאס זייניגע, איינער מיט ציילען וויפל קארן זענען שוין אדורך געפארן, דער צווייטער צוזינגט זיך מיט זיין זיסע שטימע די באקאנטע ניגון ׳קליינע קארעלע די קענסט זיך נישט אריין כאפן׳, דורכפארנדיג א קליינעם טייכל הערט זיך די ספאנטאנעדיגע געשריי פון גרויס ביז קליין 'א וואסער א וואסער!' און אזוי שלעפט זיך די קארעלע געמיטלעך צווישן בערג און ביימער, אויפן וועג צוריק צום ווארעמען היים.

קוים צען מינוט אריין אין די רייזע און די באקאנטע פראגע שניידט שוין דורך די לופט ׳ווען קומט מען שוין אן?׳, א קליינע קריגעריי ברעכט אויס איבער וועלעכע נומבער מען האלט יעצט ביי די קאר ציילונגען, מען ברענגט עס שנעל אינטער קאנטראל מיט א הסכמה אז משה׳לע רעדט פון די קארן און יענקעלע האט גערעכנט מיט די מיני ווענס...

מיסיס וועיז לאזט וויסן יעדע שטיק צייט איבער נאך עפעס א וויעקל וואס האט געסטאפט אן-שאלדער-עהעד. די געשמאקע ראגעלעך אויפן גרויסן אדווערטייזמענט ביל-באורד שמייכלט צו מיר און רייצט מיר אן די אפעטיט, אויף די אנדערע אדווערטייזמענט לאזט מיר ODA וויסן אז זיי קימען מיט צוזאמען מיט מיר אויף די בערג.

די בני בית איז נאך פארנימען מיט די נעכטיגע פאליטיק וואס מען האט צווייע ביינאכט דורך געטון אין די רינדעכיגע געמויזאכץ (סירקע"ל בלע"ז), עס איז צו א קאמפליצירטע פרשה אז איך זאל עס קענען פארשטיין, עפעס האט עס צוטוהן מיט א מומעס שכן׳ס חבר׳טע וואס האט זיך פארעדט פאר איר שוועסטער ניס... אפשר נאכן זיצן אכט וואכן יעדע נאכט און דורך טוען די שטאט׳ס פראבלעמען וועל איך עס אויך קענען פארשטיין. יעדעס יאר אהיים פארענדיג פון די קאנטרי ווער איך נאר מער און מער איבערצייגט אז עס איז זייער געשמאק צו פארן אין קאנטרי, אבער עס איז נאך מער געשמאק אהיים צו קומען.
נאך אלעם קען איך נישט פארשטיין פארוואס איך צאל אוועק אזא זעקס זיבן וואכן פון מיין פעי טשעק פאר עפעס א קליין כאטקעלע וואס די מאסקיטאס און ספיידערס פירן זיך מער מעשה בעל הבית ווי מיר אליין.

דער ראוד איז גאנץ רואיג, קיין טרעפיק איז נישט דא, און וועיז ווייזט אז עס דרייען זיך נישט קיין פאליציי אינעם געגענט, ערלויב איך מיר אביסל אראפ צו דריקן דעם געז פעדל. די שיינע פאראנאמע פונעם שקיעה באווייזט זיך אויפן האריזאנט, אבער די קאר אין פארענט פון מיר האט ווייזט אויס עפעס באשלאסן זיך אפצורוען און זיך גענומען פארן אויף זעכציג, און נאך אינעם לינקען לעין! איך האב קיין ברירה נישט נאר אים צו בלינקען מיט די העד-לייטס, אבער ווען דאס האט אויך נישט געהאלפן האב איך בלית ברירה געמוזט מאכן א שארפן קאט און אים געלאזט באגעגענען מיין בעק ווינדאו.

פלוצלינג הערט זיך א פייף, אויפן דעש-באורד באווייזט זיך א רויטן לעמפל, און עס שרייבט זיך אויף מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות ׳פייוו מייל טו עמפטי!׳, איך געדענק נישט אז ס'זאל אמאל מיט מיר פאסירן אז איך זאל פארגעסן אנצופלן דעם געז טאנק פארן ארויס פארן.

שוין, וויל איך דאך נישט בלייבל שטעקן אויפן 17, קלאפט מען אריין אין וועיז אז זי זאל מיר צוטראגן צום נענטסטן גאז סטאנציע. על פי הוראתו דרייט מען זיך ארויס ביים נעקסטן עקזיט און נאך א רעכטס און א לינקס קום איך אן צום סטאנציע נאר געוואויר צו ווערן אז זיי פאר מאכן זיבן דרייסיג, זעהט אויס אז פון זיבן דרייסיג ביינאכט און ווייטער פארן ביי זיי די קארס מיט וואסער...

קיין ברירה האב איך נישט, קלאפ איך ווידער אריין אין וועיז אז זי זאל מיר צוטראגן צו א צווייטע גאז סטאנציע צולייגנדיג אז עס דארף אויך זיין אפען יעצט. דאס ווייבל גייט שוין אריין אין א פאניק זעענדיג ווי עס שטייט צוויי מייל-טו-עמפטי, נאר דאס פעלט יעצט אויס צו אויסלויפן פון געז דא אין דעם פארווארפענעם ראוד אין א אומבאקאנטע גענגט.

ענדליך דערזעה איך מיר אין א גאז סטאנציע און נאכן זאגן דערציילן פארן מאשין פונטקליך אין וועלעכע זיפקאוד איך וואוין און קלאר שטעלן אז איך וואלט געקענט באשטיין צו באקומען א רעסיט הייבט ער אן אריין צו פאמפן אביסעלע געז אין דעם אויסגעדארשטן קאר.

אז מען איז שוין אין גאז סטאנציע דערמאנט זיך די עולם אז מען איז דארשטעריג, גיי איך אריין אין דעם קליינעם געשעפט ביי די זייט פונעם סטאנציע און איך קלאפ מיך אן אין דעם אימבאטעמטע גראך וואס די גאז סטאנציע געשעפטן זענען בארימט, די קליינס אייז קרים פריזער ליגט דארטן איידל ביי די זייט, די טראדישן אז דאס איז די אייניגסטע כשרע זאך וואס מען קען קויפן אינעם גאז סטאנציע גייט ווייטער אן, די קינדער האבן זיך זאגאר דערמאנט ווי שטארק זיי דארפן יעצט אייס קרים, נאך א מזל זיי זענען פליישיג אזוי אז די מיטשערייען זענען שנעל געקומען צו א אפשטעל.
איך גיי צום פרידזש איך נעם אפאר באטלעך וואסער, איך גיי צום קאשיר צו באצאלן.
שטייט דארט ביים רעדזשיסטער איינער וואס ענדלט מער צו א חיה ווי צו א מענטש, זיין גוף באצירט פון אלע זייטן מיט טאטוס, א קייטל ארום זיין האלדז און אויערינגלעך וואס האבן געטראפן זייער פלאץ אויפן נאז, די הויזן זיינע זענען – פארשטייט זיך – געלעכערט, די קאפ איז שיין צוגעענדיגט מיט זיין לאנגע געצעפטע האר, עפעס שלא מעלמא הדין, פון זיין מויל בלאזט ער אויס די רויעך פון די ציגערעטל וואס ער האט יעצט פארייכערט, אבער ווי נאר מען כאפט א שמעק זעיט מען גלייך אז מען רעד דא פון די בעסערע סחורה.
אבער עפעס זענען מיר די געזיכט-שטריכן יא קענטליך, איך קען מיר נישט דערמאנען פון וואו, צו איז ער איינע פון די שיכורים וואס וואלגערן זיך אויפן גאס פארנט פון די באר ביי די קארנער פון מיין גאס, אדער גאר פון א לעצטיגע כאפצעם וואס איך האב מיטגעהאלטן.
איך קוק און איך בליק, און יא! איך האב מיר דערמאנט...

***

פערצן יאר פריער.

ס'איז פינף וואכן אריין אינעם נייעם זמן, די פרישע שיעור א' בחורים וואס צוויי חדשים צוריק האבן זיי נאך געשפילט גלחים ביי ריסעס און זענען נאך געווען אין איין בילדינג מיט די נורסערי קינדער נישט וויסנדיג פון קיין דאגות צו זאגן זענען יעצט אין א נייע וועלט.

פון זעקס דרייסיג אינדערפרי ביז אכטע אויפדערנאכט איז מען אין די זעלבע בילדינג, סדרים וואס נעמען צווישן דריי און פיר שעה, און ווער עס וויל הייסן א גוטע בחור מוז דאך פארשטייט זיך האבן א שיעור בין הסדרים אויך. די פארמעסט צו זיין די בעסטע בחור איז אין פילסטן טעמפא יעדער פראבירט אויפצוקומען מיט די שטערקסטע קשיא ביים שיעור און ביים דאווענען צו שרייען די העכסטע. אין די אכט שעה וואס מען איז שין יא אינדערהיים דארף מען אין די קארגע פאר שעה אריינכאפן צו עסן, שלאפן און זיך אויך אביסלע אויסגעבן.

אבער אזוי ווי אין יעדע פלאץ זענען אלס דא בחורים וואס זעקס און א האלב שעה שלאף ביינאכט נאך פערצן שעה בייטאג זיצן איבער די גמרא מיט אפאר קליינע הפסקות איז פשוט נישט געמאכט פאר זיי, די דאזיגע בחורים וועלן זיך ענדערש טרעפן דאס פלאץ אין קאווע שטיבל אדער ביי סיי וואספארע קופקע עס וועט זיך נאר פארמירן.

אברהמי איז א וואוילע בחור וואס איז אין חדר געווען מער פון די געלונגענע אבער אין ישיבה איז עס עפעס נישט געגאנגען, די זעקס א האלב שעה׳דיגע שלאף איז אים נישט גענוג געווען, און פיר שעה סדר איז געווען צו סאך. און אז עס גייט אזוי איז מען מיט חברים אויך נישט מסודר, ביי לאנטש ווען מען האט שוין יא עפעס פארברענגט איז עס אויך נישט געגאנגען זיין וועג און עס האט זיך אפט מאל גענדיגט מיט פליקן טשעפענעריייען, און טייל מאל מיט א פילקאמע קריגעריי ביז הענט.

מאכט זיך אזא מעשה'לע אין ישיבה. די קעכער פון ישיבה האט געהאט עפעס א מנהג אז ער האט אלס געמאכט הונדרעט צוואנציג פארציעס פאר די הונדרעט דרייסיג בחורים פון די ישיבה, אזוי אז עס זאל אלס זיין צען בחורים וואס האבן נישט. אין א געווענליכע טאג איז דאס נישט געווען קיין פראבלעם ווייל מען האט על פי רוב געקענט טרעפן א סאך מער פון צען בחורים וואס האבן נישט ליב געהאט די געשמאקע נארהאפטיגע לאנטש וואס די געטרייע קעכער האט צוגעשטעלט.

אבער דינסטאג איז געווען א אנדערע מעשה, דינסטאג ביי לאנטש איז געווען די טאג וואס עס איז געווען פיצא בעיגל ביי לאנטש, און די פיצא בעיגל פונעם קעכער איז געווען עפעס וואס יעדע בחור האט ליב געהאט אזוי אז ווי נאר מען האט געפענט די טיר פונעם חדר האוכל האבן זיך די בחורים ארויף געווארפן אויפען בעקעלע פיצא בעיגל אז עס האט זיך געקענט דאכטען אז די בחורים קומען גלייך פון לאגער ארויס און אז זיי האבן געפאסט די לעצטע דריי טעג...

איין דינסטאג ביי לאנטש, וואס ווי יעדע דינסטאג האט זיך אנגעהויבן די מאסיווע כאפעריי און שטיפעריי ווי נאר די חדר האוכל האט זיך געפענט, האט אונזער אברהמי – האלטנדיג נאך א שווערע פארמיטאג פון מאכן א שיינע צאל קאוועס און כאפן א פיינעם פסק פינעם מגיד שיעור – הונגעריגערהייט געלייגט א אויג אויף א געשמאקע קריספי בעיגל, אבער ער האט נישט געוואוסט אז אין די זעלבע צייט האט אויך זיין חבר געלייגט א אויג דערויף, און ווען ביידע הענט האבן געלאנדעט די זעלבע צייט אויפן בעיגל איז פארשטייט זיך געווארן א גאנצע דין תורה ווער האט עס געהאט ערשט.

די טענער זענען אין אנפאנג געווען שטיל אבער גאנץ שנעל איז עס געגאנגען הויעך, און ווען די טענער זענען שוין געגאנגען גאר הויעך האט דער צווייטער באוויזן אריין צופארן גאר שארף אין אברהמי אבער אזוי ביזן זיבעטן ריפ אריין.

פאר מיר גייען וויטער וויל איך ארויסברעגען א וויכטיגע נקידוה, אז ווען איר זעט איינעם זיך שטארק באליידיגן אויף אזוי ווייט אז ער גייט ארויס פון קאנטראל איז עס געווענליך נישט נאר די טשעפע וואס באדערט אים, נאר אנדערע זאכן ארום זענען נישט בסדר און ס'קומט נאר ארויס אין דעם פארעם. אזוי ווי איך בין טאקע שפעטער געוואויר געווארן אז אברהמי'ס מאמע איז ליידער אין יענע תקופה שטארק נישט געזונט געווען, און ווען אברהמי פלעגט אהיים קומען יעדע נאכט נאך א שווערע טאג אין ישיבה און געווארט אז איינער זאל עם זאגען א גוט ווארט האט ער נעבעך אנשטאט דעם געטראפן א ליידיגע הויז.

***

און יעצט צוריק צו די מעשה.

אברהמי איז געווארן שטארק רויט און מלא כעס און זוכענדיג מיט וואס ער קען אים צוריק געבן האט ער א כאפ געטון א באטל פון די באקאנטע קולעי וואסער און אנגעהויבן צו גיין אין די ריכטונג פון זיין חבר, דער חבר וואס האט געזען וואס דא גייט פאסירן האט שנעל אנגעהויבן צו מאכן פליטה. אבער אברהמי האט זיך נישט געפוילט און מיט די באטל אין די האנט אנגעהויבן אים נאך צו לויפן, דער בחור איז געלאפן אריין אין בית מדרש ווען אונטער אים לויפט אונזער אברהמי מיט די באטל אין די האנט, דער בחור האט געזוכט שוץ און זעענדיג איינע פון די מגיד שיעורים זיצן אין בית המדרש איז ער געלאפן אונטער אים זיך צו פראטעקטן, דער מגיד שיעור האט באמערקט וואס דא קומט פאר און זיך אריין געשטעלט צווישן דער בחור און אברהמי, און מיט א שטרענגן טאן באפוילן אברהמי זאפארט אראפ צולייגן די באטל.

אבער אברהמי האט זיך גאגץ ווייניג צוטוען געמאכט און ער האט קלאר געמאכט פארן מגיד שיעור אז אויב רוקט ער זיך נישט אוועק וועט ער אויך זוכה זיין צום שפריץ וואס גייט יעצט קומען, דער מגיד שיעור האט זיך ווי פארשטענדליך נישט געריר פון דארט, נאר מיט א העכערע און שארפערע שטימע באפוילן אברהמי אז ער זאל נישט זיין קיין מחוצף און זאפארט אראפ לייגן די באטל.

און דעמאלטס איז עס געשעהן... אברהמי האט זיך נעבעך נישט געקענט באהערשן אויף זיין כעס און א מאכטפילע שפריץ איז פונעם באטל ארויס געקומען און באגאסן דעם בחור מיטן מגיד שיעור אינאיינעם!

די גאנצע בית מדרש איז געכאפט געווארן אין שאק איבער די חוצפה וואס האט זיך נארוואס דא אפגעשפילט, און אין די מינוט וואס עס האט געדויערט ביז די מגיד שיער האט זיך אריענטירט איז געווען אברהמי׳ס שאנס צו לויפן, ער האט זיך גענומען לויפן און לויפן ווען די מגיד שיעור לויפט אים נאך און פון אלע זייטן רינט פון אים געשמאקע זיסע וואסער…
אברהמי איז געלאפן ארויס פון די ישיבה בילדינג, ארויס פון די געיט וואס נעמט ארוים די ישיבה חצר, ארויס פון די ישיבה סביבה און מער קיינמאל צוריק געקומען...

אין די נעקסטע פאר יאר האט ער זיך געוואלגערט פון איין ישיבה צום צווייטן, פון איין מחנך צום אנדערן, אבער מער האט ער זיך נישט געטראפן דאס פלאץ.
יעצט פערצן יאר שפעטער טרעף איך אים דא אין די גאז סטאנציע און ווי עס שיינט טוען אים די קייטל ארום זיין האלדז און די לאנגע געצעפטע האר באפרידיגען.


ארויפפארנדיג די רעמפ צום וואשינגטאן בריק האב איך אנגעצונדען די ווייפערס נאר געוואויר צו ווערן אז די טראפן וואס איך זעה זענען נישט פון קיין רעגן נאר פון די טרערן פון מיינע אויגן.

וואס אברהמי איז דורך אין זיין געלויף פון די לעצטע פערצן יאר און וויפיל ער האט נעבעך מיטגעמאכט ווייס איך נישט, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז די צער פון זיין טאטע מאמע און אלע נאנטע איז געווען אומבאשרייבליך.

די צער וואס א מאמע האט זיצענדיג אויפן קראנקען בעטל זיך ראנגלענדיג פאר איר לעבן און נאך דרייצען יאר וואס זי האט אויפגעצויגן איר קינד און ער קומט אהיים צו לויפן פון ישיבה און גייט מער קיינמאל צוריק דארט, פשוט צו טראכטן דערפון קען מען אראפ גיין פון זינען!, די צער וואס א טאטע האט ווען ער טוט אלעס פאר זיין קינד פון זיין געבוירן און יעצט ביים גיין אין בית מדרש זעט ער אז זיין פלאץ איז ליידיג, נאר טראכטענדיג אין וועלעכע באר זיין קינד געפינט זיך יעצט און וואסערע געווירצן ער קייט יעצט, פשוט דאס צוצוקוקן קען מען זיך נעמען וויינען!

האט מיר דערציילט איינער וואס זיין קינד איז נישט געווען געזונט א שטיק צייט און שפעטער ווען דאס קינד האט זיך ברוך השם ארויסגעדרייט האט ער ליידער אנגעהויבן פאלן אין אידישקייט, האט זיך די אינגערמאן אויסגערעדט און געזאגט 'גלייבטס מיר, די צער וואס איך האב געהאט ווען מיין קינד איז ליידער נישט געווען געזונט קומט נישט צו צום צער וואס איך האב יעצט'.

דער געשיכטע פאר זיך גייט דערווייל ביז אהער, נישט ווי אין אנדערע פעלער ווען מען ענדיגט אזא געשיכטע מיט די פרייליכע בשורה איבער א נארוואס געווארענע בעל תשובה וועלכע קומט שוין היינט דאווענען מיט א פיצי לעכטיג בלויע קאפל אויפן קאפ, ניין, ליידער שטייט ער ווארשיינליך נאכאלס מיט זיינע געצעפטע האר ביים רעדזשיסטער דארט אינעם פארגאזטן סטאנציע, אויב ער איז דערווייל נאך נישט אנגעקימען אין קיין ערגערע פלעצער.

אבער מכאן הקריאה יוצאת, נישט אלעמאל ווען עמיצער טוט עפעס אבסורד איז עס ווייל ער האט באשלאסן ארויסצוגיין פון די גבולים, ליידער זענען דא א גרויסע פראצענט קינדער אין די היימישע מוסדות וואס מאכן מיט, מער ווי זייערע קליינע קעפעלעך קענען פארנעמען, און הלואי הלואי זאל דער אויבערשטער חונן דעת זיין עפעס א מהלך וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט, ווייל ליידער ליידער פאלן כסדר קרבנות צו אזעלכע מצבים און דערווייל איז נישטא די ריכטיגע צוגאנג דערצו.


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:22 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איין ווארט: מאסיוו! פון יעדן ענגל.


איך טראכט ווער דער שרייבער איז...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער א שטארקע פוינט און גיט ארויסגעברענגט, היפש הומאראסטיש.
קאנסטראקטיוו קריטיק: כ'מיין אז די מעשה ארום די מעשה איז בעסער אראפגעלייגט.
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

גאר גאר סאליד. מוראדיג!
אבער ווי ערעב יוד ערווענט. די מעשה פאר די מעשה איז די בעסטע פארט דא.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אבער פארוואס פארן גיין שלאפן???
טאטע אין הימל!
דער. שרייבער דא האט מיר געמאכט א אפען הארץ סוירדשערי אן קיין איינשלעפינגס פיל!
אזוי עכט אראפצולייגן! מייסטערהאפטיג,
כאבעס ממש מיטגעלעבט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין אראפגעשריבן.

ווי מ׳האט שוין דערמאנט דא, די ארום איז נאך בעסער ווי די מעשה אליין...
אזוי אויך סנעמט דיר צו א פלאץ וואו דו טרעפסט נישט פונקטליך וואס דארף איך ארויס נעמען פון די מעשה, עפעס צעמישט נישט וואוסנדיג צו סאיז מוסר אדער חיזוק..

ממילא פארן אווער אלל געגעבן נאר א 4
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

טרערן
מיטלייד
דאס הארץ טוט ווי
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

הערליכע פעדער, גוטע שפראך, און א פיינע (?) מעשה.

כאניש געוואוסט אז דעיע מעשיות געשען עכט, כאב געמיינט עס איז נאר פאר די בוקס...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

יודיש בלעטל האט געשריבן:טרערן
מיטלייד
דאס הארץ טוט וויי
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

זייער א פיינפולע תוכן, הומאריסטיש אראפגעלייגט
איך האב זייער הנאה געהאט צו ליינען די מעשה, אבער נאכן ליינען ציפט מיר די אויגן
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מאסיוו שרייבער!
האט מיר מיטגענומען דורכאויס די גאנצע וועג.

די מהלך וואס ער נעמט אנהייבנדיג מיט הומאר,
און גיין אלל די וועי צו די שטערקסטע געפילן איז מורא׳דיג.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

חבקוק האט געשריבן:הערליכע פעדער, גוטע שפראך, און א פיינע (?) מעשה.

כאניש געוואוסט אז דעיע מעשיות געשען עכט, כאב געמיינט עס איז נאר פאר די בוקס...


ליידער איז דא צי סאך פון די מעשיות עכט
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געליינט געטרערט, ווייס איך נאכנישט וואס ארויסצונעמען דערפון

לגבי דער שריפט, זייער רייך, נאר קען ניצן שיפור ביי דאס ווארט 'די'
די עולם קומט ענדערש דער עולם וכדו',

חוץ פון דעם איז דאס זייער שיין געשריבן, אביסל הומור צו לינדערן די שמערצן.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

די שרייבער האט געמאכט דא זייער א שטארקע ארבעט.
די מעשה אויפן וועג אהיים פון קאנטרי און די מעשה אין ישיבה האב איך געזעהן פאר די אויגן ממש בשעת'ן ליינען.

איך פיל נישט ווי איך וויל עס געבן 5 שטערנס פאר אינהאלט, ווייל ווי @איינס האט שוין דערמאנט טראגט דיך עס נישט אין ערגעץ. נאך א נקודה, די מעשה לאזט איבער מיט זייער א טרויעריגע פילינג, ווייל למעשה איז קיין איין זייט נעבעך נישט שולדיג.
אבער פאר די שרייבן איז עס זיכער א פינף-שטערנדיגע ארבעט, פול מיט טאלאנט און מייסטערהאפטיג.
די איידיע פון עס מאכן פאר א לאנג-יאריגע "געלויף" פון ווען ער איז אנטלאפן פון די מגי"ש איז מורא'דיג, און נאך אסאך גוטע שורות זענען דא דא.

זייער זייער שיין
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

;l;p- ;l;p-
זייער א פיינפולע (און אמת'ע..) גוט ארויסגעברענגט נקודה.
די שפראך און די הומער איז זייער גוט. 4 שטערנס.
די אינהאלט פאר זיך איז אויך ליידער צו גוט. פייוו סטארס.
אבער איין נקודה נאר, ס'איז אביסל אומגעפערטיגט, ער ענדיגט נישט צו, דער שרייבער ברענגט נישט עכט ארויס זיין פוינט.
וועגן דעם "נאר" א פירער פארן אוועראלל..


און שטייטזיך אריין אינעם פארמעסט..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

וואס טוט זיך האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
זייער א פיינפולע (און אמת'ע..) גוט ארויסגעברענגט נקודה.
די שפראך און די הומער איז זייער גוט. 4 שטערנס.
די אינהאלט פאר זיך איז אויך ליידער צו גוט. פייוו סטארס.
אבער איין נקודה נאר, ס'איז אביסל אומגעפערטיגט, ער ענדיגט נישט צו, דער שרייבער ברענגט נישט עכט ארויס זיין פוינט.
וועגן דעם "נאר" א פירער פארן אוועראלל..


און שטייטזיך אריין אינעם פארמעסט..


איך שטים אויך נישט פאר "אוועראלל"
ווייל איך קען נישט ענגליש און איך ווייס נישט וואס איז פשט פון די ווארט
אפשר איז עס איינער מסביר?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די ערשטע האלב מעשה איז א טיפישער פאברענגען ארטיקל, לייגט אראפ מיט זאפטיגע פארבן די רייזע וואס מיר אלע לעבן מיט, נעמט מיט די לייענער אויף א רייד און פילט זיךך כאילו מ'לעבט עס ממש יעצט מיט

ווידעראום די ישיבה חלק איז נישט עפעס ווייסעכוואס (יעדע ישיבה איז אנדערש, און סמאכט זיך נישט אברומיס אין יעדע ישיבה) אראפ געלייגט מיט א גוטע שפראך וואס סשפילט זיך אפ און שוין

כ'זעה אבער נישט די טיפקייט פון די ארטיקל, וואס איז די קוטב דא? א בחור א פרא אדם, געפלויגן פון איין ישיבה צום צווייטן, געלאנדענט אין א גאס סטאנציע מיט צעפ און טאטוס וואס איז אגב זייער א זעלטענע ערשיינונג, זאגסט מיר אז ער האט געדרייווט א טראק מיט זשינס הויזן וואלט עס געשטימט מער מיטן מציאות

די שרייבער האט א גאלדענע פעדער אראפ צולייגן לעבעדיג אן איבערלעבעניש אבער מער פון דעם זעה איך נישט דא

Constructive criticism
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סופרים שטיבל האט געשריבן:איך שטים אויך נישט פאר "אוועראלל"
ווייל איך קען נישט ענגליש און איך ווייס נישט וואס איז פשט פון די ווארט
אפשר איז עס איינער מסביר?

באופן כללי, אדער במבט כולל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

מיינע אויגן זענען פייכט אז א בחורישע סענזאציע זאל קענען אפעקטירן יענעמס דורות,
(כ'האף די מעשה איז נישט אמת נאר געשריבן געווארן אלס אויפוואכונג)

אוועראלל איז עס גאר גוט אראפגעלייגט שפילטצעך ארום מיט די געפילן פון הומאר צי רחמנות, כ'מיין אבער אז קיין סעלושען צי דער פראבלעם איז נישטא, און געווענדליך ענדיגט זיך נישט אזאנע געפעכטן אזוי פיינפול, וואס מ'קען יא ארויסנעמען איז אז ווען מ'זעהט אימערווארטעטע אויפ-פירונגען פון א יונגערמאן אין ביהמ"ד צי ביים ארבעט, זיי אים דן לכף זכות די ווייסט נישט וואס יענער גייט אדורך און זיכער נישט נעמען א טייל דערינען אפי' ס'גייט נישט אפעקטירן יענעמס עתיד.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

דער איז א פיינער שרייבער .. עס ליינט זיך פליסיג און עס ברענגט ארויס א גוטע מעסעדזש
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א גוטע שרייבער. גאנץ הומעריסטיש און ליידער א ציפעדיגע מעסעדזש.

יישר כוח
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער א פיינע ארבעט!
עטליכע מאל פיין צולאכט, געענדיגט מיט פייכטע אויגן. א רחמנות נעבעך אויף דעי נשמה'לע (ווי איז די גאז סטאנציע?...)

יישר כח!
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

מוראדיג גוט די שפראך
הומאריסטיש און הארציג ביינאזאם

האט מיר איבערגעלאזט שבת ביינאכט נאכן אויספאסטן אויפן קאטש טראכטן,
כהאב ארויסגענומען א שיינע פאר נקודות פון די מעשה

כה לחי
מיין לופי'לע........
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

מורעדיג גיט די מעלה איז צוזאם גענימען 2 נושעים (קאנטרי-בחור) אין צוזאם געשטעלט אין איין מעשה
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #2 - דאס פיינפולע געלויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

זייער גוט אראפגעלייגט, און די אמת טוט שטארק וויי נעבעך.

זאל דער אויבערשטער אויפלייכטן אלע פארווארפענע נשמות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”