שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:13 pm

4
1%
★★
1
0%
★★★
7
2%
★★★★
5
2%
★★★★★
91
28%
3
1%
★★
4
1%
★★★
9
3%
★★★★
22
7%
★★★★★
71
22%
1
0%
★★
5
2%
★★★
5
2%
★★★★
14
4%
★★★★★
83
26%
 
סך הכל שטימען: 325

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ווען איך שרייב גאט, איז עס גאט ב"ה וב"ש

עס איז מיר גאנץ שווער זיך ארויסצוציען פונעם תוכן פונעם ארטיקל, און האבן די חוצפה עס צו באטראכטן אלץ דער שרייבערישקייט דערפון.

דער שרייבער הייבט אן: איך בין אויפגעוואקסן אין איינער פון די פרומסטע קהילות וכו'.

יעדער ווייסט אז ווען איינער שרייבט איך בין אויפגעוואקסן אין איינער פון די פרומסטע קהילות, מיינט אז ס'קומט א גליטש אזאנס און אזעלכעס. פארפאלן, דער מענטש האט א הנאה - איידל גערעדט - פון ליינען א דורכפאל. וואו? ביי די שענסטע משפחה? ביי אים?

די קומענדיגער פאראגראף פון איין זייט בין איך געווען אזוי און אזוי, אבער פון די אנדערע זייט בין איך... איז א גוט שטיקל מארך. פארוואס? ווייל עס שילדערט קאנפליקט. און דאס איז וואס אן ארטיקל דארף.

געב א קוק די ווערטער: איך בין ממש צוריסן געווארן פון ביידע זייטן וואס פלעגן זיך קריגן אין מיר אן אויפהער. וואס דארפסטו מער? דער מענטשליכער מענטש ווערט אזוי קאנעקטעד צו אזא קאנפליקט. ער ווערט נייגעריג: ווער גייט געווינען דא?

ער האט נישט גענומען דעם כלי גראד. ניין. אויב וואלט עס גראד גענומען וואלט עס נישט געווען אזוי אינטערעסאנט. ער האט קודם אויפגעציטערט. אבער ליידער... פשטייסט?

מ'קען זעהן אז די פאראגראף פון: קיין צייט צו שלאפן האב איך שוין נישט געהאט וכו'. געט ער אזא לויף דורך. עס איז נישט אזוי אינטערעסאנט וואס פונקטליך עס איז געשעהן מיט אים יענעם טאג. אפילו ס'איז געווען די ערשטע טאג. ווייל עס האט נישט קיין קאנפליקט. שפעטער קומט עס אן. און דארט איז ער מרחיב

ווער וויל נישט בלייבן אינדערהיים, ווער וויל אוועקלויפן פון א היים, די תירוץ איז: קאנפליקט. די כלי האט אים מער געצויגן. די היים אויך, אבער די פאון מער. דאס מאכט עס מורא'דיג מיסטעריעז. מ'קען ממש טראכטן: וואס גייט דא זיין מיט אים? ווער גייט געווינען? די יצר טוב אדער די יצר הרע?

דאס איז די שפיץ פון א סטארי.

די רגעים פון קאנפליקט און די מיסטעריע וויאזוי דאס גייט זיך לעזן. די רגעים פון שפירן אוועקגעריסן פון מיין ווארימע נעסט, נישט האבן וואו צו גיין, (דאס איז נאך א שטיין) פארלוירן אויפן וואסער. קען נישט רופן דעם וועם איך האב עס פארקויפט. (נאך א שטיין אין וועג.)

דער טאטע מיט זיין קליינעם רעדע אינעם ספרים שטוב, ציהלט וואו? גראד אריין צום קאנפליקט. יעדער טראכט: וואס גייט ער טון? וועם גייט ער בוחר זיין? ער האט דאך אזוי ליב דעם כלי. און אפילו אויב ער גייט בוחר זיין אוועקצוגיין פון זיין טאטע, איז דאס אויך פארבינדן מיט שוועריגקייטן אינעם נפש און נאך, ווייל ער טרעפט זיי וויינען, ביידע.

פארנדיג צו זיינע פריש געווארענע חברים, ווערט ער צושוידערט "ווער גייען זיי זיין?" האסטו ווייטער קאנפליקט.

געב א קוק ווי די קומענדיגע פאראגראפן ווי ער שילדערט אז ער האט געלעבט אויף זייער חשבון, געט ער אזא לויף דורך, ווייל ס'איז נישט די עצם זאך וואס דרייווט די געשיכטע.

אבער דא קומט נאך אן שוועריגקייט, נעמליך: די דעפרעסיע וואס כאפט אים אן.

די ווערטער: איך בין גרייט אויפצואווייזן אז ס'דא א גאט" ברענגט זיך שטארק ארויס ביי אזא איינעם וואס איז שוין נעבעך געווען גאנץ נידריג. און די גאנצע ארטיקל בויט זיך צום דעם קלימאקס פון: דשינגס... עס האט מיר גע'היט און צושוידערט... ווייל דא קומט די שווערסטע בחירה אויף וואס ער גייט דארפן באצאלן א טייערן פרייז. ווי אזוי ווייס איך ווי טייער? לויט זיין ליבע צום תוכן הכלי, אז ער האט אפגעלאזט זיין טאטע און מאמע דערפאר, אזוי טייער איז עס אפצולאזן. ער דארף דא מאכן א בחירה: אדער לאז איך איבער די אופן וויאזוי איך באנוץ מיך מיט די כלי, און מיין לעבן, אדער גיי איך ווייטער אן אזוי ווי ביז יעצט.

לאמיר באטראכטן מיט א פארגרעסער גלאז דעם פאראגראף: צוריק צו מיר, האב איך מיך ממש נישט געקענט אפשאקלן פון די מחשבות, לייקענען האב איך נישט געוואלט, ווייל איך האב געוואוסט אז ער עקזיסטירט, און יעדע רעכטדענקיגער מענטש אן נגיעות קען דאס אויפווייזן, אבער פון די אנדערע זייט האט דאס געמיינט אויפגעבן אויף אלעס. בקיצור: ער ברענגט ארויס דעם קאנפליקט, און זיינע שוועריגקייטן דאס איבערצוקומען.

און ווייל דאס איז די עיקר נקודה וואו דער גאנצער ארטיקל קומט זיך צאם צו א פייט, שילדערט ער עס נאך און נאך: איך בין געזיצן אגאנצן טאג און געטראכט און געטראכט. דו פארשטייסט? נעם אים נישט אזוי שנעל ארויס פון די עיקר נקודה. צעפאטשקע נישט דעם גאנצן מיה וואס דו האסט אריינגעלייגט אינעם ארטיקל. ברענג ארויס דעם קלימאקס. ברענג ארויס זיין אינערליכע מלחמה. און נאכדעם: ב"ה נאך צוויי טאג זיין צעריסן האב איך אויפגעהויבן א ווייסן פאן און די שכל האט געזיגט דעם לב.

והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יוני 10, 2020 10:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואף!!!

נשמה ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

ניין און יא האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.

אבער מאן יאמר אז אזעלכע געשיכטעס געשעען? די אווער סימפליסטי ליינט זיך גראד ארויס פון השומרים קארטלעך. כמיין אז רוב אוועקגעפאלענע געשיכטעס זענען סך מער קאמפליצירט ווי געקויפט א טעלעפאן, שווערע שטיבער, אביוז, עמאציאנעלע דיסארדערס ביי זיך אדער די עלטערן וכו'.

אוי ווי אזאלכע זאכן געשעהן! זאלסטו קייינמאל נישט וויסן דערפון

כהאב נישט געזאגט סגעשעט נישט, נאר נישט אזוי אפט און נישט אזוי פשוט, נאר געווענליך בהרכבה פון אנדערע גורמים.
סקעיפגאוטן דעם סמארטפאן כאילו אלעס הויבט זיך דארט אן און ענדיגט זיך ביי דעם איז א דיסטרעקשאן ווי אויך אומפראדאקטיוו ווייל עס ברענגט צו איגנארירן אנדערע מער קריטישערע פראבלעמען.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16822
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גאר שיין באשריבן. רייכע שריפט. עמאציאנאל.

איי לייק איט!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

5X3
"ובחרת בחיים" - דארף מען שטענדיג געדענקען.
דאס גייט א איד אדורך ביי אלע תרי"ג מצות (לאו דוקא סמארטפאון, און ח"ו אז מען איז עבר ושנה לויפט מען דאך אוועק פונעם אייגענעם מקדש מעט).
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

קרייסלער האט געשריבן:די קונץ פונעם ארטיקל איז אז סאיז בכלל נישט געשריבן שרייבעריש, פלעין מאמע לשון און פון הארץ


אזוי אויך גענומען זייער א אימאשינעל טאפיק, איך האב אזוי רחמנות געהאט אויפן שרייבער אז דאס הארץ איז מיר צוגאנגען

דזשאב וועל דאון!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פעיק נוז האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איך האב שוין גערעיטעט 5 שטערן'ס, אבער איך קום נאך אמאל צוריק ווייל יעצט האב איך עס געהעריג דורכגעליינט.

די שרייבער איז א מייסטער שרייבער, לייגט אריין אסאך געפיל, יישר כח!

אבער די פאקט אז ס'איז א פאלשע מעשה דאס האב איך היינט באמערקט, ס'איז אביסל דיסעפוינטינג, (ח''ו, ב''ה ס'איז נישט אמת...) איך לאז מיינע פינעף שטערן'ס אבער די טרערן נעם איך אראפ

גראדע לדעתי דאס אז עס איז א פאלשע מעשה מאכט עס שטערקער, ווייל דער שרייבער דארף מער ווייניגער קריעטן געפילן און דעטאלן, אין די צייט וואס ביי א עכטע מעשה דארף ער בלויז שרייבן די פרטי המעשה לויט ווי אזוי עס האט באמת פאסירט.

אמת, דערפאר האב איך געשריבן אז איך לאז די פינעף שטערן׳ס, דער איז א מייסטער שרייבער פול מיט הארץ, און די תוכן איז אויך געוואלדיג!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

.
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג יוני 11, 2020 1:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א מייסטער שרייבער, געשמאקע ציענדע שפראך, די דברי מוסר והתעוררות איז שוין א באנוס.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טייל האבן זיך אויסגעדריקט אז דער דאזיגער ארטיקל האט נישט קיין גרויסער חידושים; אבער איך מיין אז במקום ענוותנתו שם אתה מוצא גדולתו. אויב זיכט איר שריפט און דראמא, עס זענען פארהאן גענוג דעסטינאציעס וועלכע פארמאגן פון יענע סארט יצירות.

דער שרייבער מיט זיין סמוד פליסיגע שריפט, באגלייט מיט הארץ און געפיל, נעמט אונז אריין אין א נאטורליכע וועלטל וואס ווערט נישט באזוכט זייער אפט: דער טראכטן גאנג און נסיונות פון א טינעידזשער אין די היינטיגע עפאכע.

ליידער נישט קיין זעלטענער ערשיינונג צו זעהן היימישע פארלוירענע נשמות וואלגערן אויף די גאסן. זייער אפט איז אונזער רעאקציע: 1) אן אטאקע אויף דעם בן סורר ומורה וואס טוט זיינע עלטערנ'ס יארן פארקורצערן, 2) "אז מען ספאוילט די קינדער קוקט זיי אזוי אויס", 3) די ישיבות זענען שולדיג, און נאך. און פון זייער זייט הערט מען אנדערע סארט פארווארפן: 1) מיין פאטער איז א סאדיסט, 2) אויפגעקלערט, 3) אטעאיסט, 4) פוגע געווען, און וואס נישט.

אבער דא איז דער שרייבער אריינגעקראכן אין א מער ווירקליכן פערספעקטיוו, אינעם טעגליכן נשמה דראנג פונעם אלגעמיינעם בחור. א קאמפ מיט ניי-געשאפענע נסיונות וואס כמעט עס נעמט אוועק די כח הבחירה. און קוקט אויף די רעאקציעס פונעם ציבור; דער עולם קאנעקט ביג טיים!

איך האב אפגעליינט 90% פונעם מאמר, און די שטערנליך פאר "תוכן" האבן זיך גענומען שפרינגען ארויס פון פראפאראנץ, א שטייגער ווי דער שפילער ביים חתונה מיט זיין Korg PA4x, ווען די רויטע דעציבעל לעמפלעך אויף זיין מאשין קנאקן אויף א ביליאן ווען דער גליקליכער פאטער טאנצט בשעה טובה ומצלחת מיט זיין צום שורש צוריק-געקערטער חתן. וינעו אמות הסיפים!

אבער אוּפּס, די לעטדאַון! די גאנצע מעשה איז בלויז א משל. שוין, וועלן מיר זיך ברויכן באגעניגן מיט אן ערליך-פארדינטע *****.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@מונאוויטש: שטארק!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נאך אזא מאכטפולע אינדערסירונג פון 'מונאוויטש' (א נאמען וואס א טיטל נעמט נאר אוועק) האב איך געקלערט אז מסתמא האב איך געליינט דעם ארטיקל צי ברהיטות. האב איך יעצט איבערגעליינט דעם ארטיקל בעיון נאך צוויי מאל, וואס זאל איך ענק זאגן... דער שרייבער האט מיר אינגאנצן צינומען (וויפיל מיין נאטור ערלויבט), שטארק אריינגעפירט דעם דורכשניטליכן געדאנק צי אריינקריכען אין די קאמפליצירטע שיקזאל פון בחורים ווי מונאוויטש האט אזוי שיין צילייגט.! ייש"כ שרייבער און איך ווארט צי ליינען נאך פון דיינע ארטיקלען אן די גזירת שתים עשרה אלף, אן ארטיקל מיט מאה אלף מילים!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

געלעגער האט געשריבן:בלי מילים! אזאנס איז ווערט געווען די פארמעסט! איך בין באמת שפראכ-לאז

ג"א!
ספעציעל די נקודה פון דיע חילוק פון גלייבן ביזן דערשפירן די אמונה! [אמונה חושית], און דאס קומט ווייל מען בויעט עס נישט אויף באמת [ווייל מען האט עס נישט אליינס...].

כמעט געקאסט א טרער, אפילו עס איז א פיקטיווע געשיכטע ווייסט אבער יעדער אז די סארט מעשיות שפילן זיך פאקטיש אפ [און איך ווייס נישט אויב אלע האבן אזא ענדע...].
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

געקאסט אפאר טרערן
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

גאר א שטארקע ארטיקל! וואלט געווען כדאי עס צו פובלעצירען פאר די אלגעמיינע גאס.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ערשטע חלק פון ארטיקל האב איך זייער הנאה געהאט, ווייל קוקנדיג פארדעם די תגובות און אזוי אויך פון דעם וואס מהאט דערמאנט אין דזשענערל די אשכול האב איך מיר געגרייט צו ליינען 'השומרים' ארטיקל אויף מער א פערפעסיאנלע שפראך. איך בין שוין באורד און סקריכט מיר שוין פון נאז די נושא, אביסל ווייל איך בין נישט מסכים אינגאנצן דערמיט, פלאס נישט שרייבן ארטיקלען און טיילן קארטליך איז די סעלושן.

אבער לייענענדיג א שטיקל נאך א שטיקל זעה איך גאר א אנדער מעשה, ער באשולדיגט נישט קיין סמארטפאון און נישט קיין כלים, ער שרייבט און לייגט אראפ א ביטערליכע מעשה פון א בחור וואס פערצופאל איז עס געווען די סמארטפאון, ווען ער שרייבט די מעשה אין ווארשעווער געטא וואלט ער גוט צולייגט דעם טיאטער.

זייער א געפילישע שפראך און סגייט טיף טיף אריין.
איך האב נישט געזעהן איינער זאל דאס אנמערקן, אבער איינע פון די סיבות וואס זייער אסאך קענעקטן צו די ארטיקל איז ווייל און סאם פוינט גייט יעדער אריבער אין לעבן דעם געשלעג, נישט ביי יעדן קלאפט אויס סזאל קומען לידי מעשה, און נישט ביי יעדן אייניג, אבער יעדער קען זיך טרעפן אין עטליכע שטיקלעך.

שוין ליינענדיג קען מען באמערקן אז די מעשה קען קיינמאל נישט זיין אמת, די שנעלע ארויסווארף פון שטוב אן דער טאטע זאל אפילו עפעס טרייען קלעבט זייער שווער מיטן מציאות אז א בחור וואס איז געווען א ערליכער בחור און מצד זיין טאטע איז די גאנצע עבירה אז ער האלט א סמארטפאון, איך גלייב נישט סזאל געשעהן אז פון איין מינוט אויפן צווייטן זאל זיך אזא איינער טרעפן שלאפן מיט יוסי..

אבער די סורפרייז איז גאר די צווייטע חלק, איך ליין און איך האב מער ווייניגער ארויס אז בערך גייט די מעשה גיין אז ער ווערט אפגעפארן ער שפירט זיך ליידיג און ביים סוף קומט ער צוריק. און די מוסר השכל איז א לעקציע מזאל אכטונג געבן פון כלים און שלעכטע חברים. אבער דא האט דער שרייבער אריינגעלייגט גאר א צווייטע יסודותדיגע נושא, אויף דעם זאג איך וואו! אזוי גוט אראפצולייגן און ארויסברענגען די נקודה, זייער זייער שטארק.
ליידער א שטאקרע אנגעווייטאגטע פוינט, ווייל ליידער זייער אסאך ווייסן נישט וואס יהדות איז און וואס באשעפער מיינט און יעדע נארישקייט (אמאל אפילו אז איינער מאכט חויזק און ליצנות פון זיין רבין און ער ווערט קאלט פון זיין א שוואנץ) צושאקלט איהם און ער פאלט ביזן ווערן קאלט אין אידישקייט, אפילו אויב ער גייט נישט אזוי ווייט ווי די מעשה דא.

פייוו פאר אינהאלט און אווער אלל
פאר שפראך ווייניגער

נאר צוויי פוינט פארן שרייבער.
די פסוק וידעת באציהט זיך דיקא יא צו חקירה כמבואר אין די מפרשים און ספרי היסוד.
און עוועלושן איז נישט די פוינט וואס שוואכט אפ אמונה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איינס האט געשריבן:איך האב נישט געזעהן איינער זאל דאס אנמערקן, אבער איינע פון די סיבות וואס זייער אסאך קענעקטן צו די ארטיקל איז ווייל און סאם פוינט גייט יעדער אריבער אין לעבן דעם געשלעג, נישט ביי יעדן קלאפט אויס סזאל קומען לידי מעשה, און נישט ביי יעדן אייניג, אבער יעדער קען זיך טרעפן אין עטליכע שטיקלעך.


פעיק נוז האט געשריבן:די נושא איז א נושא וואס בארירט יעדן היינטיגע צייטן, עס איז פון די סענסעטיווסטע נושאים ביי כלל ישראל, א ריזיגע חלק כלל ישראל איז שוין אזאנס דורך למחצה לשליש ולרביע, צו אויף די זייט פון דעם בחור צו אויף די זייט פון די עלטערן.
פעיק נוז האט געשריבן:א מורא'דיגע מורא'דיגע ארטיקל! א ווייטאגליכער טאפיק, א מורא'דיגע געשמאקע שפראך, מיט די גאנצע געפיל. מען שפירט זיך באמת אין די מעשה. ווי אויך איז עס א טאפיק וואס איז נאנט צו רוב פון אונז ליידער, יעדער קען עס שפירן למחצה לשליש ולרביע..
מחשב האט געשריבן:אבער דא האט ער געטון א שטיקל שפיצל, ווייל ער האט גענומען א טאפיק וואס איז זייער קרוב צו יעדן'ס הארץ. עס איז א רעאליטעט ארטיקל, נישט עפעס פון אן אנדערע וועלט - א פארגאנגענער אדער פאנטאזירטער. און ער האט אריינגעשטעלט זיך - דעם שרייבער - אלץ דער צענטער פון די סימפאטיע געפילן.



אבער דא האט דער שרייבער אריינגעלייגט גאר א צווייטע יסודותדיגע נושא, אויף דעם זאג איך וואו! אזוי גוט אראפצולייגן און ארויסברענגען די נקודה, זייער זייער שטארק.
ליידער א שטאקרע אנגעווייטאגטע פוינט, ווייל ליידער זייער אסאך ווייסן נישט וואס יהדות איז און וואס באשעפער מיינט און יעדע נארישקייט (אמאל אפילו אז איינער מאכט חויזק און ליצנות פון זיין רבין און ער ווערט קאלט פון זיין א שוואנץ) צושאקלט איהם און ער פאלט ביזן ווערן קאלט אין אידישקייט, אפילו אויב ער גייט נישט אזוי ווייט ווי די מעשה דא.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

און עוועלושן איז נישט די פוינט וואס שוואכט אפ אמונה.

דער שרייבער שרייבט נישט אז יא, פארקערט ער שרייבט אז אפילו ער האט זיך אנגעטראפן דערמיט האט עס אים קיינמאל נישט געמיינט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב געמיינט טיפער עוועלשון איז נישט די סעמפל פון א נקודה וואס שוואכט אפ אידישקייט און אמונה.
אבער לאמיר נישט אריינקריכן סאיז דאך נישט געאייגנט דער פלאץ דא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איינס האט געשריבן:ערשטע חלק פון ארטיקל האב איך זייער הנאה געהאט, ווייל קוקנדיג פארדעם די תגובות און אזוי אויך פון דעם וואס מהאט דערמאנט אין דזשענערל די אשכול האב איך מיר געגרייט צו ליינען 'השומרים' ארטיקל אויף מער א פערפעסיאנלע שפראך. איך בין שוין באורד און סקריכט מיר שוין פון נאז די נושא, אביסל ווייל איך בין נישט מסכים אינגאנצן דערמיט, פלאס נישט שרייבן ארטיקלען און טיילן קארטליך איז די סעלושן.

אבער לייענענדיג א שטיקל נאך א שטיקל זעה איך גאר א אנדער מעשה, ער באשולדיגט נישט קיין סמארטפאון און נישט קיין כלים, ער שרייבט און לייגט אראפ א ביטערליכע מעשה פון א בחור וואס פערצופאל איז עס געווען די סמארטפאון, ווען ער שרייבט די מעשה אין ווארשעווער געטא וואלט ער גוט צולייגט דעם טיאטער.

נעוואדע, ער ברענגט ארויס אז זיין נישט אויפגעבויעטקייט און קלארקייט אין די ריינע אמונה האט דאס צוגעברענגט, בסך הכל ווייל עס האט אים געפעלט די אמונה בפנימיות הלב דערפאר האט דער סמארטפאון געהאט אזא כח איבער אים [און דאס איז אויך די סיבה אין אלע אנדערע ענליכע פעלער; לא עכברא גנב אלא חורא גנב!].

איינס האט געשריבן:די פסוק וידעת באציהט זיך דיקא יא צו חקירה כמבואר אין די מפרשים און ספרי היסוד.

שרייבט ער אז יענער איז קאליע געווארן ווייל ער האט נישט געהאט די ריכטיגע ידיעה וויאזוי צו לערנען די זאכן [דאס מיינט אז ער האט געהאט א סובקאנטשעס ציהל דייקא צו ווערן "אויפגעקלערט" און נישט "קלאר" - וואס אין אזא פאל שאדט טאקע דאס לערנען ספרי חקירה באמונה].
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום זונטאג יוני 14, 2020 9:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
קרית יואל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 12:35 pm
לאקאציע: געפינט זיך ערגעץ אין קרית יואל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-wow wow wow
געפונט זיך אין קרית יואל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

צו די אלע וואס זאגן אז זיי זענען אנטוישט געווארן הערנדיג/ליינענדיג, אז די מעשה איז פיקטיוו,
איר האט א גרויסע טעות.....

ס'איז הונדערט פראצענט אמת.

נאר נישט מיט דעם שרייבער אפשר
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:צו די אלע וואס זאגן אז זיי זענען אנטוישט געווארן הערנדיג/ליינענדיג, אז די מעשה איז פיקטיוו,
איר האט א גרויסע טעות.....

ס'איז הונדערט פראצענט אמת.

נאר נישט מיט דעם שרייבער אפשר
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

נשמת השכל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:צו די אלע וואס זאגן אז זיי זענען אנטוישט געווארן הערנדיג/ליינענדיג, אז די מעשה איז פיקטיוו,
איר האט א גרויסע טעות.....

ס'איז הונדערט פראצענט אמת.

נאר נישט מיט דעם שרייבער אפשר
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

מיין געווינער!!!!

איך האב מיך געטראפן וויינען

און אויך ארויסגעקימען א שטארקע מוסר השכל

אגב דאס איז פון די שטערקסטע פראבלעמען און די היינטיגע דור סאיז א פארנימענע וועלט און דער עולם טראכט נישט דאס מאכט אסאך דעמעזש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29332
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גאר גאר שטארקע ארטיקל.

מיר האט אויך געכאפט די צווייטע חלק, וואס ברענגט גאר שטארק ארויס, "אז מען נעמט זיך גוט אריין אז עס איז דא א ג-ט, איז פשט אז מען ווייסט אז מען דארף הארכן", נאכמער ווי די ערשטע חלק, וואס וואלט אויך אפשר ווערט געווען מיין שטימע אין דעם פארמעסט פאר זיך אליינס, אזוי גוט אראפצולייגן די מעשה.

ישר כח פאר דעם שרייבער, ווי אויך פאר די אלע מגיבים דא פאר זייערע פוינטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”