שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:13 pm

4
1%
★★
1
0%
★★★
7
2%
★★★★
5
2%
★★★★★
91
28%
3
1%
★★
4
1%
★★★
9
3%
★★★★
22
7%
★★★★★
71
22%
1
0%
★★
5
2%
★★★
5
2%
★★★★
14
4%
★★★★★
83
26%
 
סך הכל שטימען: 325

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

[align=center]בילד[/align]

איך בין אויפגעוואקסן אין איינער פון די פרומסטע קהילות אין געגענטער אין ברוקלין ניו יארק ממש פון די עידית שבעידית, איך האב געהאט א ווארימע משפחה וואס האט מיר ארומגענומען מיט ליבשאפט און ווארעמקייט, און איך האב געזעהן פאר מיר א רואיג גליקליך לעבן אין צוקונפט.

אלס יונג קינד בין איך אלס געווען אביסל 'אוט אף די באקס', און נישט געווען א טיפישע חדר יונגל, איך האב געהאט (און האב) ב''ה גאר א גוטן קאפ אבער ס'נישט געווען יראתו קודמת לחכמתו... וואס דאס האט מיר געמאכט האבן א אינטערעסאנטע געשטעל, פון איין זייט ביים לערנען בין איך געווען פון די שפיצן, אזש מיין רבי פלעגט מיך פטר'ן פון אויסהערן זיין שיעור, אבער ביים דאווענען בין איך געווען פון די שוואכסטע. ווי אויך מיינע חברים זענען נישט געווען די בעסטע פירות. איז פון איין זייט בין איך טאקע געווען פון די בעסטע אבער פון די צווייטע זייט האב איך מיך געהאט מיינע שוואכקייטן.

איך האב אלס געהאט א שטארקע נפש און געפיל, און מיינע געפילן האבן מיך געפירט, איין טאג בין איך געווען פרייליך צום דאך און א טאג נאכדעם האט אלעס געפלאצט, איך בין אלס געווען אן די סערטש פאר נייע איידיעס, און אלס געזיכט אנצופילן מיין טיפע ליידיגקייט וואס איך פלעג אסאך פילן, און יעדע שטיק צייט בין איך געליגן און זיך פארנומען מיט א צווייטע נושא, אבער גארנישט האט קיינמאל באפרידיגט מיין אינעווייניגסטע ליידיגקייט.

ווען איך האב גענדיגט חדר און אריין אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע פראבלעמען, אין ישיבה דארף מען חוץ לערנען און קענען, אויך דאווענען און ווערן ערנסט, און די לערנען אליין דעקט נישט די אנדערע פאדערונגען וואס די הנהלה האט צו א בחור, איז ווען איך האב אנגעהויבן האב איך אנגעהויבן אזוי ווי איך האב געפירט מיין ווערטשאפט אין חדר, אבער איך האב גאנץ שנעל גענומען שפירן אז מ'קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות... אדער גיי איך ארויף אדער אראפ, און איך בין ממש צוריסן געווארן פון ביידע זייטן וואס פלעגן זיך קריגן אין מיר אן אויפהער.

אזוי האט אנגעהאלטן בערך צוויי יאר פון ביטערע מלחמות אין וואקעלנישן צווישן ביידע פערזענליכקייטן אין מיר.

די שטן האלט א אויג אויף אזעלכע נשמות וואס זענען פארוואגלט צווישן טוב ורע, און ער האט מיר אינטערגעשיקט איינער פון מיינע אזוי גערופענע חבירים מיט א שיינע גרויסע כלי, און ער האט מיר געאפערט עס צו פארקויפן. איך בין נאך געווען גאר יונג אין איך האב נישט געהאט די השגות, בין איך אויפגעציטערט געווארן פונעם געדאנק אז מיין נאנטע חבר האלט אזוי נידריג, און איך האב מיך געוואלט אפשאקלען פון אים פאר אייביג, אבער ליידער האט די רע געזיגט, און מיין חבר זאגט מיר 'קוק אן, ביסט א קלוגע בחור, נעם נישט קיין באשלוס פאר דו טראכסט עס דורך, פרוביר עס אויס און וועסט זעהן נאכדעם'...

ליידער בין איך געפאלן און איך האב מסכים עס אויסצופראבירן פאר א נאכט, יענע נאכט האט געטוישט מיין לעבן פאר אייביג... , איך האב געווארט ביז מיינע חשוב'ע עלטערן גייען זיך לייגן און איך האב אנגעהויבן צו טועם זיין פון עץ הדעת.

די אמת איז אז די זאך וואס האט מיר געצויגן איז נישט געווען קיין שמוץ, וויבאלד איך בין בכלל נישט געווען א נידריגע בחור אדער אויסווארף אין יענע צייט, די זאך וואס האט מיר געכאפט איז געווען די ימ'ען מיט אינפארמאציע וואס איך האב געפונען אין דעם, א גאנצע וועלט האט זיך געעפנט פאר מיר, וואספארע נושא ס'האט מיר אינטערעסירט האב איך אריינגעלייגט אין די קליינע 'סערטש באקס' אין ס'איז ארויף געקומען גענוג מיך צו האלטן פארנומען ביז אייביג, איך האב ממש געפילט ווי איך האב אנטדעקט אמעריקע מיט אלע פרישע ידיעות וואס איך האב געזעהן יענע נאכט, אזוי בין איך געליגן אין בעט ביז פלוצלונג הער איך גערודער אינדרויסן פון מיין צימער, איך געב א קוק אויפן זייגער אין אפס... סאיז שוין סעווען טירטי... איך האב געמיינט איך חלש, די נאכט איז אריבער אן איך זאל פילן.

קיין צייט צו שלאפן האב איך שוין נישט געהאט, האב איך מיך אנגעטוען אין זיך געמאכט גרייט צו גיין אין ישיבה, ס'האט אויסגעקוקט ווי יעדע נארמאלע טאג אבער איך בין שוין געווען פארכאפט אין פארבלענדעט, איך בין געגאנגען אין ישיבה שרעקליך מיד און פארחלומ'ט, און איך געדענק כמעט גארנישט פון יענע טאג, חוץ אז איך האב געפרעגט מיין חבר וויפיל ער דארף פאר'ן כלי... ער האט מיר געגעבן א רעלאטיוו ביליגע פרייז און איך האב עס נאך יענע טאג אפגעקויפט, איך בין שוין נאך איין נאכט מיט די כלי געווען פארברענט ווי מ'זאגט, איך האב שוין געזען די דרויסענדיגע וועלט.

ווי איך האב שוין פריער געזאגט בין איך אלץ געווען א סירטשער און זוכער, און אלץ געדארפט אנפילן מיין חלל, ווי אויך בין איך זייער א 'עדיקטעט' פערזאן, די צוויי שטריכן אינאיינעם האבן אנגעמאכט א חורבן און איך בין געווארן שטארק אדיקטעט צו מיין פאן, ווען איך האב געקענט בין איך געזיצן אין בית הכסא און גענישטערט אויפן טריפה'נע געוועב. אזוי בין איך אנגעגאנגען פאר בערך צוויי חדשים, פארשטייט זיך נאך א קורצע צייט בין איך אנגעקומען צו ממש שמוץ, און אזוי ווי יעדער האב איך פון אנפאנג אוועקגעמישט אבער נאך געציילטע טעג האב איך שוין אליינס אנגעפאנגען זוכן דערפאר און אינגאנצן אריינגעגליטשט אין תהום.

[align=center]*[/align]
ס'איז מיר זייער שווער צו שרייבן ווייטער אבער איך וועל יא לתועלת.

נאך צוויי חדשים האבן שוין אלע מיינע ארומיגע אנגעהויבן קלאר זען אז עפעס איז שטארק נישט אין ארדענונג מיט מיר, איך האב כמעט אינגאנצן אויפגעהערט לערנען און פון דאווענען איז שוין אפגערעדט, און מ'האט מיר אנגעהויבן צו פארווארפן און פרעגן וואס גייט פאר מיט מיר, קודם אין ישיבה און נאכדעם האט שוין מיין טאטע אויך אנגעהויבן כאפן אז איך בין אינגאנצן נישט דאהי, פארשטייט זיך איך האב געשפילט טעמיש ווי נישט מיר מיינט מען, ביז צו יענע אינצידענט...

איך פלעג טשארזשען מיין סמארטפאון אין מיין צימער אינטער מיין דאכענע מיט א פאראיבל טשארזשער, און נארמאל איז קיינער נישט אנגעקומען צו זוכן אדער זען אינטער מיין דאכענע, ביז איין שיינעם (?) טאג האט מיין שוועסטער געבאבערט עפעס נעבן מיין בעט אין בטעות אראפגעשלעפט מיין דאכענע און...., ס'האט זיך געהערט קולות אין די גאנצע הויז... ''טאטי קום שנעלללל טאאאאטטי'', איך בין דעמאלס געזיצן מיט מיין טאטע און ברודער ביי נאכטמאל און ווען איך האב געהערט די קולות ארויסקומען פון מיין צימער, האב איך גלייך צוזאמגעשטעלט און געכאפט וואס האט פאסירט, און איך האב געדארפט האנדלען שנעל...

איך האב געמאכט מיין שנעלע און אימפאלסיוו באשלוס און איך האב מיר געגעבן א הייב אויף און געלאפן צו מיין צימער, נאך פאר מיין טאטע האט געכאפט וואס טוט זיך האב איך געגעבן א כאפ מיין פאן און ארויס געלאפן פון דערהיים, נעבעך... מיין טאטע האט מיר פרובירט נאכצולויפן און געשריגן איך זאל בלייבן און ער וויל רעדן צו מיר, אבער איך בין געווען אזוי צוטרייסלט אז מ'האט געכאפט מיין סוד אז איך האב גארנישט געהערט און ווייטער געלאפן... אוועק אוועק... פון מיין ווארימע היים...

יענע שעות ביז ביינאכט זענען געווען מיינע שווערסטע שעות אין לעבן, איך בין געווען ארויסגעפליקט פון מיין ווארימע נעסט און איך האב נישט געהאט ווי צו גיין, איך האב נישט געהאט קיין ארויסגעפאלענע חברים ווי זיך צו ווענדן פאר חיזוק און סופארט, קיינער האט דאך נישט געוויסט אז איך האב די פאון נאר דער וואס האט עס מיר פארקויפט, איך האב מיר געשפירט פארלוירן אויפן וואסער, איך האב פרובירט צו רופן דער וואס האט עס מיר פארקויפט, אבער אים האט מען נאכנישט געכאפט סא ער האט נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט מיר, למעשה איז געווארן שפעט און איך האב נישט געהאט ווי צו שלאפן און איינשטיין, ממש בלית ברירה האב איך אויפגעגעבן אין מיר געוואנדן צו מיין אלטן אדרעס... אהיים...

איך האב נישט ערווארטעט די וועג וואס מיין טאטע גייט זיך באנעמען צו מיר, מיין טאטע איז גאר א קלוגע איד און אין די פאר שעה וואס איך האב געפעלט האט ער זיך אביסל בארואיגט און צזאמגעשטעלט די בילד, ער האט געכאפט אז איך בין שוין אין די אדמה פאר א גוטע פאר חדשים און ער האט מורא געהאט פאר מיין השפעה פאר מיינע געשוויסטער, דעריבער ווען איך האב צוריק אריינגעקלאפט אין אונזער טיר האט ער מיר אריינגערופן אין ספרים שטוב און געזאגט ''איך ווייס דו ביסט נישט יעצט אינטערעסירט וואס איך האב דיר צו זאגען און דו זוכסט נישט יעצט קיין מוסר, אבער אויב ווילסטו בלייבן אין מיין שטוב מיזטו לאזן דיין פאון אינדרויסן, דו קענסט אריינקומען אבער די פאן מוז בלייבן אינדרויסן! און אויף ווייטער וועלן מיר רעדן מארגן".

איך בין שוין געווען גוט חרוב דאן און גענטפערט "היינט נאכט וועל איך נאך דא זיין און איך לאז 'נישט' מיין פאון אינדרויסן, אבער אויף מארגן דארפסטו זיך נישט זארגן, איך וועל מיך שוין טרעפן ווי צו גיין און מיר האבן נישט וואס צו רעדן מער אויף די נושא'...

איך האב געזעהן זיינע טיף פארצער'טע אויגן ווען ער האט מיר געזאגט 'אפגעזען וואס דו טוסט, לאז מיר איבער דיין נומער און איך וויל בלייבן אין פארבינדונג מיט דיר'... ער האט מיר געווינטשען א גוטע נאכט און איך בין מיר געגאנגען לייגן.

שלאפן האב איך נישט געקענט האב איך מיר פרובירט פון מיין פאן זיך צו מסדר זיין ווי צו שלאפן און איינשטיין, נאך נישט צו א לאנגע צייט פון זוכן און נישטערן האב איך געקאנטאקט א גרופ פון ארויסגעפאלענע וואס זענען מיר געווען גרייט אריינצונעמען מיט אפענע ארעמ'ס, זיי האבן געהאט א דירה אינדרויסן פון געגענט און זיי האבן מיר אהין איינגעלאדנט, איך האב אנגענומען די איינלאדענונג ווי מיין רעטונג און באשלאסן 'וואס דארף איך ווארטן ביז אינדערפרי ווען איך קען שוין יעצט גיין', איך האב געטראכט מיך ארויסצוכאפן און איבערלאזן א צעטל...

אבער ווען איך בין אריין אין קיך האב איך געטראפן מיינע ביידע עלטערן אויף און וויינען, מיין הארץ איז צופליקט געווארן, איך האב כמעט מיטגעוויינט אבער די צד הרע האט איבער געוואויגען, איך האב זיי געזאגט 'סארי פאר די צער אבער איך האב מיר מיין וועג און ס'האט גארנישט פערזענליך מיט ענק, און איך וועל נישט אפהאקן מיט ענק', איך האב מיר אפגעזאגט מיינס אין ארויס.

איך בין ארויס צו די טונקעלע נאכט געכאפט א טעקסי און אפגעפארן צו מיינע פריש געווארענע חברים, אויפן ערשטן מינוט בין איך אויפגעשוידערט געווארן ווער ס'גייען זיין מיינע חברים און כמעט געכאפט א קאר אויף צוריק... אבער איך בין שוין געווען צו ווייט אוועק אז איך זאל מיך צוריקדרייען און איך בין פארבליבן.

די ערשטע צוויי טעג וואס איך בין דארט געווען האב איך מיך איינגעפלאגט אין מיין פאן און נישט אראפ גענומען מיינע אויגן דערפון, איך האב פשוט געמוזט אנטלויפן פון מיינע רוישענדע געפילן, איך האב נאכנישט געקענט פעיסן די פאקט ווי איך האב מיך דערקייקילט, אבער די צייט מאכט אלעס און נאך א שטיק צייט האב איך מיך בארואיגט און ס'איז מיר אריין אין קאפ אז דאס איז וואס איך בין און איך בין אפילו באקוועם געווארן דערמיט.

[align=center]*[/align]
איך קען נישט באשרייבן די קומענדיגע פאר יארן פון מיין לעבן אלס טהרת המקום און ווייל איך וויל מיך נישט צוריק דערמאנען אלע דעטאלן פון יענע שווארצע לאך, אבער בערך איז די מעשה געווען אזוי:

א זשאב האב איך נישט געהאלטן ביים נעמען, איך בין נאך געווען יונג און נישט געהאלטן ביים זיך משעבד זיין צו סיי וואס. מיינע חבירים זענען געווען עלטערע און זיי האבן יא געארבעט און שיין פארדינט און איך בין זיי געווען גענוג גוטע קאמפעני אז איך האב ממש געלעבט אויף זייער חשבון, געלט האט זיך געגאסן דארט ווי וואסער, מילא האב איך נישט געהאט קיין סיבה צו ארבעטן און פארדינען.

מיין טאג איז געווען פון נאכמיטאג ביז פארטאגס די איבריגע בין איך געשלאפן, און אין די צייט וואס איך בין יא אויפגעווען איז געווען א קייט פון ליצנות און פארברענגען און דיפרעשן, איך האב ממש נישט געהאט א ציל אין לעבן און געלעבט ממש אבי, איך פלעג גאר אסאך ליינען אין וואטשען, איך בין געווען אויף מיין פאן מער ווי אכט שעה א טאג, איך בין ממש געווען אין א טונעל פון מאוויס און ביכער, איך בין ממש נישט געווען אויף די פלאנעט, די איינציגסטע מיט וועם איך פלעג רעדן חוץ א קורצע פאון קאל איינמאל א וואך צו מיינע עלטערן, איז געווען מיינע חברים פון מיין דירה, מיט זיי פלעג איך פארברענגן אין די נאכט אריין.

אבער עט עי פוינט איז עס אויך געווארן נישט אינטערעסאנט און ליידיג, ווייל ווי לאנג קען מען פארברענגן אן קיין תוכן, איז יעדע שטיק צייט פלעגט מיר די דיפרעסיע כאפן אז ס'איז געווען א פחד, (און אגב איך האב מיר קודם איינגערעדט אז ס'איז נאר מיר וועגן איך ארבעט נישט, אבער נאך א צייט האב איך באמערקט אז יעדע בחור דארט האט זיך געהאט זיינע טעג אדער שעות וואס ער איז אריינגעפאלן אין א מרה שחורה פון ליידיגקייט און פארוואגלטקייט...), איך מיט זיי האבן דארט קיין גוטן טאג אין אונזער לעבן נישט געהאט, אבער איך האב נישט געהאט קיין וועג צוריק פשוט, איך בין געווען איינגעזינקן אין א וואלקן פון עצלות און ליידיגקייט און מאוויס, אז איך האב מער געשוועבט ווי דא געווען, איך בין ממש געווען פארדראגט אבער נישט פון דראגס נאר פון מאוויס אין סירטשן.

יעדע שטיק צייט בין איך געפאלן נאך א דרגא און נאך א דרגא אין אידישקייט, נישט להכעיס, פשוט ס'האט מיר נישט אינטערעסירט, זאכן וואס ציטערן אויף יעדן רעכט דענקען איד האט ביי מיר גארנישט געמיינט, איך האב נישט געהאט קיין שום זאך ווי איך האב געפילט אז דאס טאר איך נישט דורכגיין... אפילו מיינע חברים וואס זענען אויך געווען גענוג ווייט האבן אויך געשטוינט אויף מיין לייכטזיניגקייט, אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, גארנישט האט געמיינט ביי מיר עפעס.

[align=center]*[/align]
צוויי א האלב יאר איז אדורך ביי מיר אויף דעם אופן, אויף קיין שום איד געזאגט, איך האב געפילט איך קען שוין נישט אזוי אנגיין, ס'האט געהאלטן אז אדער טויש איך מיר אדער טאנץ איך פון בריק... פלאס מיינע חברים האבן זיך צוביסלעך צוטיילט, איינער חתונה געהאט, איינער אוועקגעמאפט וכו', איך האב שוין נישט געקענט בלייבן דארט אן צאלן רענט און איך האב געמוזט מיך אביסל נעמען אין די הענט אריין, איך האב נאך דעמאלטס אפילו נישט געטראכט פון זיך צוריקקערן צו מיין פאלק, אבער עפעס האט פארט געמוזט געטוען ווערן.

איך בין שוין געווען אביסל עלטער און איך בין מיר געגאנגען זוכן א זשאב אנצופילן מיין צייט און טאש, נאכן זיכן פאר נישט צו לאנג בין איך אנגעקומען צו קאנסטראקשן, מיין בעל הבית האט מיר גוט באצאלט אין איך האב גאנץ הנאה געהאט מיך אביסל אויסצוניכטערן פין די טיפע פארשלאפקייט ווי איך בין געווען.

פון אנפאנג, ווען איך האב אנגעהויבן ארבעטן האב איך געמיינט אז איך האב געטראפן מיין גליק, איך האב מיר געפילט גוט איבער מיר, איך האב געפילט ווי איך טו עפעס אויף, אבער ווי ס'געשעט צו יעדן אין דער מצב איז נאך א שטיק צייט צוריקגעקומען די געפילן פון גארנישקייט און ליידיגקייט און די דיפרעסיעס האבן פארשטייט זיך נאכגעפאלגט, אבער ס'איז דאך געווען בעסער ווי פאר דעם.

נאך א שטיק צייט ארבעטן דארטן האט מיין באס אריינגענומען נאך א בחור וואס איז אויך ארויסגעפאלן פון די סיסטעם, יוסי האט ער געהייסן, ער איז געווען גאר א קלוגע און טיפע בחור און איך האב אים זייער 'עינזשויט' אין ער האט מיך, צוביסלעך זענען מיר געווארן געשוואוירענע חברים, און אונז פלעגן זיך נישט אוועקרירן איינער פון צווייטן, מיר האבען אסאך פארברענגט און געשמועסט פון אלע טיפע און אינטערעסאנטע ענינים, אין איין ווארט 'אונז האבן געקליקט'...

נאך א שטיק צייט האב איך גענומען די גאטס און אים געפרעגט 'וואס האט דיך אוועקגעבלאזן פון דיין אידישקייט און וואס איז דיין מעשה?'.

''איך גלייב פשוט נישט אין גאט'' זאגט ער מיר. און ער האט מיר פארציילט אז ס'האט אים גארנישט געפעלט אין ישיבה, ער איז געווען פון די שפיצן נאר וויבאלד ער עינזשויט צו טראכטן אסאך און טיף איז ער אריינגעפארן אין ענינים וואס איז סם פאר ווער ס'קען זיך נישט גוט אויס, און ער האט אנגעהויבן ליינען ספרים און ביכער בעניני אמונה וחקירה, ער האט געחקר'נט און געפלאטערט אין די ענינים, ביז ער האט איין טאג באשלאסן אז ער לאזט אלעס איבער און אז ער גלייבט נישט אין גארנישט.

איך האב ממש נישט מסכים געווען צו אים! ווי ווייט איך בין פארגליטשט געווען האב איך קיינמאל נישט געלייקענט אין גאט, נישט אז איך האב געטראכט פון גאט, אבער אויך נישט געלייקענט! ס'האט מיך פשוט נישט אינטערעסירט, אפילו במשך די פאר יאר וואס איך האב אסאך אנגעטראפן די עווילאשען שיטה האט עס מיר קיינמאל נישט אינטערעסירט און איך בין קיינמאל נישט געליגן אין די זאכן, אבער אז מיין בעסטע חבר האלט אזוי האב איך געמוזט טראכטן און נעמען א צד און אדער מסכים זיין אדער אפווארפן און איך האב אפגעווארפן, איך בין נישט געווען גרייט צו לייקענען אין גאט.

''איך בין גרייט אויפצואווייזן אז סאיז דא א גאט!!!'' האב איך געזאגט, נישט אז איך האב געקענט די נושא אבער ביי מיר איז עס געווען בגדר 'קאמען סענס', אונז האבען זיך געטענה'ט אפאר שעה, איך בין א גוטע דעבאטירער און ספעציעל ווען די אמת איז אויף מיין זייט, און נאך אפאר שעה האט ער אנגעהויבן מסכים זיין אז ס'קען זיין אז איך בין גערעכט און ס'איז יא דא א גאט, נישט אז ער האט אינגאנצן צוריקגעצויגן, אבער איך האב אים געמאכט ערנסטע שפאלטן אין זיין פארקרומטע שיטה.

ווען אונז האבן פיינעלי גענדיגט זאגט ער מיר ''איך פארשטיי דיר נישט, מילא איך בין געווארן א גוי איך האב דאך נישט געגלייבט אין גארנישט, אבער דו אז דו גלייבסט האסטו נישט מורא פון גאט''??.

זשינגס... עס האט מיר גע'היט און צושוידערט... קיינער האט מיר נאך נישט אזוי געווארפן די אמת אין פנים אריין, איך האב אים געווינטשען א גוטע נאכט אין איך בין אריין אין בעט, מיינע מחשבות האבן געברויזט, 'איך גלייב אין גאט?!, איז ווי קען איך ווייטער אנגיין אויב איך גלייב אז ס'איז דא גאט?!'. און וואס האט מיר נאך די מערסטע געבאדערט איז געווען 'וואס האב איך יעצט געכאפט'? פארוואס ביז יעצט ווען איך האב אויך נישט געלייקענט אין גאט האט עס מיר קיינמאל נישט געשטערט מיין לייכטזיניגע לעבן?, וואס האט יעצט פאסירט?'.

למעשה האב איך געכאפט און פארשטאנען אז ביז יעצט האב איך נישט געלייקנט אין גאט אבער אויך נישט געגלייבט, איך האב פשוט נישט געטראכט, אבער אז ער האט מיך געמאכט טראכטן דאס האט מיר צושאקלט!

אגב, דאס איז א פוינט וואס איז נוגע פאר יעדן, דאס אז א מענטש קען אנגיין מיט זיין גשמיות'דיגע לעבן אפילו בהיתר, איז ווייל אפילו אויב ער לייקענט נישט אין יענע וועלט וכו', אבער גלייבן ''בפועל'' גלייבט ער נישט, דהיינו ער טראכט נישט אקטיוו אז ס'איז טאקע דא א באשעפער און א יענע וועלט, ווייל אויב איז עס אים אויפן אויבערפלאך און ער גלייבט בקום ועשה, באקומט זיין לעבן א מאסיווע שאקל, א שאקל וואס טוט וויי אבער ס'לוינט זיך ווייל ס'איז אמת און וואר וואס אונז גלייב מיר.

אין אנדערע ווערטער, די פראבלעם איז אז מען גלייבט ביי דיפאלט, מען גלייבט ווייל מ'האט נאכנישט אויפגעהערט צו גלייבן, נישט ווייל מען האט דורך געטראכט און געמאכט א באשלוס צו גלייבן, מען גלייבט ווייל אויב מיין טאטע גלייבט און מיין זיידע גלייבט און איך האב נישט אויפגעהערט גלייבן קומט אויס אז איך גלייב?!...

אבער דא ליגט א מורא'דיגע לאך, ווייל אויסער דעם וואס ס'פעלט אין די מצוה פון אמונה, איז מען נישט אן אויפגעבויטע איד, און ביי די מינדעסטע שוועריקייט און פאנטשער פאלט מען אוועק, פשוט ווייל מען האט קיינמאל נישט אריינגענומען און קאפ אז ס'איז "עכט" און א לעבעדיגע זאך און מ'האט קיינמאל נישט באמת געגלייבט אין באשעפער מיטן הארץ און געפיל אז די אמונה זאל קענען צוריקהאלטן פון פאלן. ווייל אויב איינעמ'ס אמונה איז אויפגעבויט, איז עס א מורא'דיגע פעסטע חומה און אנכאפער אז מ'זאל נישט פארפארן.

און איך מיין נישט צו זאגן חלילה אז מ'זאל זיך אריינלייגן אין עניני אמונה וחקירה, ניין! איך מיין צו זאגן אז מ'זאל טראכטן פון די אמונה פשוטה וואס אונז האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן, מ'זאל אריינעמען אין זיך דאס וואס מ'גלייבט שוין, ס'זאל זיין די אמונה במחשבה און אין די הכרה, נישט עפעס א פארגעסענע זאך פון אונטער די מח וואס מען ווייסט און מען גלייבט און שוין, און אז מען ארבעט אויף דעם, באקומט די לעבן אנדערע באדייט.

צוריק צו מיר, האב איך ממש מיר נישט געקענט אפשאקלען פון די מחשבות, איך בין בטבע אביסל א עקסטרעמע מענטש אין איך האב נישט געקענט דערהייבן אז איך טו ממש פארקערט פון וואס איך גלייב, לייקענען אין גאט האב איך נישט געוואלט ווייל איך האב געוויסט אז ער עקזיסטירט און יעדע רעכטדענקיגער מענטש אן נגיעות קען עס אויפווייזן, און איך האב נישט געוואלט פארשטעקן מיין קאפ אין זאמד, דעריבער איך בין ממש געווארן צורידערט פון די פאקטן אין וואס איך גלייב וואס לויט דעם דארף איך אלעס אויפגעבן...

איך האב גענומען אורלויב פון מיין ארבעט און געזיצן א גאנצן טאג און געטראכט און געטראכט, און די זאך וואס האט מיר נאך די מערסטע געבאדערט איז געווען אז איך בין ביז יעצט געווען ווי א בעל חי וואס טראכט נישט... יא, דאס איז געווען די אמת, איך בין ממש געווען א בעל חי אז איך האב נישט געטראכט, ווייל אויב וואלט איך אפילו נאר אביסל געטראכט פון וואס איך גלייב וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אזוי נידריג (און איך מיין אז דאס איז א צרת הכלל).

איך האב פיינעלי ב"ה געכאפט אז חוץ וואס מען גלייבט אין גאט דארף מען אויך כאפן אז ס'איז 'עכט' דא א גאט מיט א יענע וועלט און ס'איז א הארטע פאקט, א לעבעדיגע זאך.
און דאס איז גענוי וואס האט פאסירט, איך האב געכאפט אז סאיז ''עכט''! און איך האב ב"ה נישט געקענט פטור ווערן פון די מוטשענדיגע געפילן, ב''ה נאך צוויי טעג זיין צוריסן האב איך אויפגעהויבן א ווייסן פאן, און די שכל האט געזיגט די לב...

איך האב אויפגעהויבן א טעלעפאן צו מיין טאטן ''טאטי איך קום אהיים''!! ער איז געווען גערירט און מיר געפרעגט וואס איז געשען ''איך האב געכאפט אז ס'איז דא א גאט''... 'ווער האט דיך איבערגעצייגט' האט ער געפרעגט, ''איך האב אלץ געוויסט, איך האב יעצט געכאפט''... האב איך גענטפערט.

[align=center]*[/align]
די מעשה איז נישט געשען נישט ביי מיר און נישט ביי אנדערע (וויפיל איך ווייס), אבער ס'געבויט אויף אמת'ע פאקטן, דהיינו אז חלקים פון די מעשה האלטן אין איין געשען ביי אסאך מענטשן, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער...

די סיבה פון שרייבן בלשון ''איך'' איז ווייל אזוי קען איך בעסער קאנעקטן.

און די סיבה פארן בכלל שרייבן איז די פוינט אז מדארף 'כאפן' אז סאיז דא א גאט, און ס'איז נישט גענוג אז מ'גלייבט אן טראכטן און תופס זיין און עס שפירן לעבעדיג און עכט, און כדי צו באשרייבן אביסל לויט וויפיל איך "ווייס" ס'קוקט אויס ביי די ארויסגעפאלענע, אפילו ס'קוקט אויס ווי זיי מאכן א לעבן...

וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלוקים!!!

א ריזיגע דאנק פאר הרב שמחה וואס האט איבערגעקיקט און משפר געווען די ספעלינג און לשון פון די ארטיקעל אן אים וואלט עס נישט געווען א דבר השלום


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום דינסטאג יוני 23, 2020 1:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

פאר וואס ווען ווי, די קעפל האט מיר די מערסטע געכאפט.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

WOW WOW WOWO
ביי מיר איז דער ארטיקל דערווייל דער געווינער....
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

הערליך איז נישט דאס ווארט!

דערווייל איז דער ארטיקל די געווינער ביי מיר.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כ'האב נישט קיין ווערטער!!
כ'פארשטיי נישט וויאזוי קען מען וועלן אויף דער "אינהאלט" פון דעם ארטיקל עפעס אנדערש ווי 5 שטערנס??
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

WWWWWOOOOOOOOOWWWWWW
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

די משל איז אראפ געלייגט געווארן זייער עמאציאנאל, ווען מ'ליינט עס פילט זיך עס ממש ווי מ'לעבט עס איבער
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

איך האב ממש געהאט טרערן. סאיז מורא'דיג. סיי די מעשה, די תוכן, און די סיי גאר גוט ארויסגעברעגט די פראבלעמען אין די נידריקייט פונעם כלי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א גוטע נקודה און עס ליינט זיך זייער פליסיג און געשמאק.

ס'גווען א גוטע עצה צו שרייבן מיטן 'איך'.
זקן מלא רחמים.
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

אין מילים!!!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דער ערשטער, און ביזדערווייל איינציגסטער ארטיקל וואס איך האב געליינט. און וואס זאל איך אייך זאגן, איך וואלט געוואלט קענען דער שרייבער.

ווער נאך חוץ די קינדער דערציילן ביכער וואס איך האב געליינט אלץ יונגל קען מיר מאכן מאכן וויינען בשעתן ליינען? איך מיין אז עס איז היסטאריע אז איך האב פאקטיש געטראפן טרערן רינען בשעתן ליינען א ארטיקל.

סאליד ארבעט.

אויב דער שרייבער האט נישט קיין פראבלעם זאל ער מיר ביטע אישי'ן.

באמת נישטא קיין ווערטער.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

מאסיוו! אינהאלט, שפראך, געוואלדיג!
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
עכט היימיש האט געשריבן:דער ערשטער, און ביזדערווייל איינציגסטער ארטיקל וואס איך האב געליינט. און וואס זאל איך אייך זאגן, איך וואלט געוואלט קענען דער שרייבער.

ווער נאך חוץ די קינדער דערציילן ביכער וואס איך האב געליינט אלץ יונגל קען מיר מאכן מאכן וויינען בשעתן ליינען? איך מיין אז עס איז היסטאריע אז איך האב פאקטיש געטראפן טרערן רינען בשעתן ליינען א ארטיקל.

סאליד ארבעט.

אויב דער שרייבער האט נישט קיין פראבלעם זאל ער מיר ביטע אישי'ן.

באמת נישטא קיין ווערטער.


אקוראט מיין רעאקציע. ממש שלא מעלמא הדין.

נאר וואס'זשע דען, איין נקודה'לע, אז במשך דאס ליינען אזא פליסיגע שריפט, עפעס אזוי מתוק און צו דער זאך, האב איך געהאט דעם געדאנק אז ס'איז שווער צו זאגן אזא שריפטשטעלער האט דאס טאקע אליינס געהאט. יא, ס'איז געווען אזא געדאנק, אבער ס'איז פארט געווען אזוי גוט געשריבן אז דער חשד האט נישט צוריק געהאלטן פון ליינען און מיטהאלטן מיט א האסטיגע אטעם ביז די אמת'דיגע אויספיר ובא חבקוק והעמידן על אחת.

[מער אין די עצם טעמע, איז דא א צד צו זאגן אז 1) אמת'דיגע גוטע חינוך בויט טאקע די אמונה פון קינדווייז אן בייצושטיין אזעלכע נסיונות, און 2) אין א געוויסע זין איז שווער אנצוקומען צו אזא מענטש-אויפשאקלענדיגע אמונה אן קיין ערנסטע קאפע ערגעץ אויפ'ן וועג וואס צווינגט דערצו, אבער דאס איז שוין עקסטער, נישט קיין שייכות מיט די גאלדענע נשמה'דיגע פעדער דא.]
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

★★★★★
★★★★★
★★★★★

WOW

:-e;/ :-e;/
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נישט דא קיין ווערטער! א קלאסישע ארבעט פונעם העכסטן ניווא -- דער תוכן און דער שריפט!

#פינף שטערנס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

די פוינט וואס איך האב ארויסגענימען פון די מעשה איז,
"האמנתי כי אדבר" רעדן פון אמונה ברענגט אמונה
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

גא''מ, הערליך הערליך הערליך!!! די תוכן, די שפראך, די הארץ, אלעס.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פארמאכט די שטום בודקעס! די געווינער איז שוין פארזיגעלט

א גוטן מועד
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אן ארטיקל וואס מ'שפירט אין די ביינער

בד"וו, מיינע ביינער לאזן נישט אריין נאך היינט נאכט.. אזא נארטיקעל דארף מען פארדייען
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4843
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יאפ, דאס איז א פיינער שטיקל.

אזויווי מזל זאגט, כ'האב געהאט דעם געפיל אז ס'איז נישט געשען מיטן שרייבער אליינס ווייל איינער וואס פארפאסט די חלק ניכר פון די בחור'ישע יארן קאן אזאנס נישט אראפלייגן.

אבער א פיינער ארטיקל איז עס און ס'ליינט זיך זייער פליסיג.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די קונץ פונעם ארטיקל איז אז סאיז בכלל נישט געשריבן שרייבעריש, פלעין מאמע לשון און פון הארץ
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

:-e;/

כ'מיין וואס האב איך צו צולייגן?!!!

איך וויל נאכנישט שרייבן אז דאס איז דער געווינער, ווייל כ'האב נאכנישט אלעס געליינט, אבער ס'איז אויף די טרעק.

די פוינט פון אמונה, ווי אויך די פאלשקייט פון די גאלדענע קליקן אינעם דמיון, פון גאלדענע קליקן ווערט למעשה א מרה שחורה און ליידיג'קייט.
פארפאלן, גארנישט קען נישט מער באמת אנפילן די אפעטיט פון א מענטש ווי א בלאט גמרא.


און נאכדעם קומט צו די טאלאנט פונעם שרייבער, אזוי קאנעקטן צום ליינער.

בקיצור: די ארטיקל אף דע סענטרי.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אוי הייליגער באשעפער!

לעכטיגער זיסער באשעפער! איך וויל אויך גלייבן!!!
==

דער שרייבער איז א גוטער, דאס דארף מען קיינעם נישט זאגן. ער קען אנכאפן דעם נפש און עס צעשאקלען און צעשרויפן. ער כאפט דיר אן און שאקלט מיט דיר הושענא'ס.

אבער דא האט ער געטון א שטיקל שפיצל, ווייל ער האט גענומען א טאפיק וואס איז זייער קרוב צו יעדן'ס הארץ. עס איז א רעאליטעט ארטיקל, נישט עפעס פון אן אנדערע וועלט - א פארגאנגענער אדער פאנטאזירטער. און ער האט אריינגעשטעלט זיך - דעם שרייבער - אלץ דער צענטער פון די סימפאטיע געפילן.

קען זיין אז דאס גופא איז זיין שרייבערישער קונץ, אבער איך בין נישט זיכער צו ווען ער שרייבט ווען אן ארטיקל "מן השורה", וואלט עס אויך אזוי אויסגענומען.

אלענפאלס, דו האסט מיר גוט געכאפט, און נאך-א-מזל איך האב שוין אינמיטן ליינען געזעהן (קלאר מפיך..) אז דאס איז פיקציע - באזירט אויף אמת'ע פאקטן.. - און איך האב מיר דעריבער פארשפאָרט די טרערן עמאודזשיס...
--
אה.. און אז דו @וואס טוט זיך האקסט אריין, זעה איך טאקע אז איך האב פארזעהן צו קאמענטירן אויף דאס געדאנק גופא, וואס איז זיכער זייער זייער א גוטער געדאנק, אזוי (ווי אזוי שרייבט ער עס נאר?...) "עכט און לעבעדיג"... וויכטיג און ריכטיג.

יישר כח!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נאדיר טייערע שרייבער 15 שטערנ'ס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #16 - איך בין "דארט" געווען!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מ'גיימיר יעצט לייענען קרי"ש שעל המיטה מיט אן אנדערן געשמאק: "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!!!"

הערליך, טאלאנטפול און מלא תוכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”