שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:11 pm

4
2%
★★
1
1%
★★★
10
5%
★★★★
14
7%
★★★★★
34
18%
1
1%
★★
5
3%
★★★
7
4%
★★★★
9
5%
★★★★★
42
22%
6
3%
★★
3
2%
★★★
6
3%
★★★★
18
9%
★★★★★
31
16%
 
סך הכל שטימען: 191

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

[align=center]בילד[/align]

די לוסטיגע ימי חול המועד, ווען אלעס לייכט און אלץ איז עלעגאנט; ווען די אטמעספארע איז געפארבט מיט א יום-טוב'דיגן חן און די טראוטארן שפרודלען מיט קינד און קייט. תקופת חג האסיף, ווען די טענער פון הערבסט זינגען צו ג-ט, און בלעטער פון קאליר באצירן די קילאמעטער.‏‏

גרייט זיך דער ראש המשפחה מיט זיין מחנה; א צייטווייליגע שיידונג פון די טעגליכע שווייס פון שטאָל און געהילץ, פון טייג איינקנעט און היים ארבייט; א פּאָר לייכטע מינוט פאר א פאמיליע אטעם. די פארנומענע ימי המעשה מיט זייער שטענדיגע גאלאפ פון זארג און יאג, אוועקגעשטעלט אינעם ווירטואלן שיפלאד פון אפריה און וואקאנס — בערל מיט זיין געזעמל, נחום מיט זיין קרעמל; והנה, אריין אינעם אוטא און ארויס אויף די יארכע! קיין...

דאס היימישע מהות אזוי ציכטיג און פרום, מיט שיך און זאקן ער דערגרייכט אומעטום, מיטן געבלימטן קאפטן ער רייזט ארום, אלף פרסה-ראדיוס אין דעם ניו יארק'ישן תחום:
מלונג איילנד ועד פילדלפיה,
פון צענטראל פארק ביז נייאגרא,
פראם בראנקס-זו טו לי טורקע,
דע יו. עס. קאפיטאל א לא טורא סינעגאגע.

די מקדימים גלייך פון מוצאי. מיט פאציפיקע, סיענע און אדעסא — ‎כפלים כיוצאי. רייזעדיג! עס איז חול המועד אויף די וועלט!‏

מאיגרא רמא ועד בירא עמיקתא. דער קריכט דעם שטאלצן קראצער דא אין די אינזלישע הימלען, יענער קלעטערט קילע מערה-טיפענישן דארט אין די אפסטעיט ראיאנען — באהעפטן דעם פליישיגן געוויסן מיט די ריזן פענאמאנען. און פאר די פארשטענדליכע, א נארהאפטיגע פארציע אין די אלמעכטיגע פלאים פונעם הייליגן בורא כל עולמים, הרים הגבוהים ליעלים סלעים מחסה לשפנים.

משפחת [קלאציפיצירט], חונה פה אייוועלט יצ"ו, אויף א פאמיליע אויספלוג צו א טיר-גארטן דעסטינאציע. אינעם וואגן עס שוועבט אן אטמאספערע פון טיפישע חול המועד סיטואציע: דער פאטער ביים טרייבערל, די אידענע מיטן טרייבל, די פּאַפּ-אָפּ סוכה אינעם טראנק אריינגעבייגן, דער קליינער נטע'לע אינעם בייבי-זיץ אריינגעשטייגן, יענקי און מאטי קעמפּפן ווי לייבן, שרי מיט דבורה'לע סטיקערס טוהן קלייבן, יחיאל און מיכאל מיט חברותות פארבלייבן, א מוזיקה-קאסעטע אינעם הויכ-שפילער שוין געלייגן.

און די מיילן און פאנאראמעס זיי לויפן ווי הייוון. א שארפע דריי רעכטס, און דער דרייווער מיט זיין מאשין ער טרעפט זיך אין א שטאקיגן פארקינג שטאנציאן נעבן א באקאנטע טור-גארטן אין צפון ניו דזשערסי.

"טאטי!", שרייט דער קליינער מיט ליבליכע פאטאס. "קוק דארט, א ריזיגע פייגל!"

"דאס איז נישט סתם א פייגל, יענקע'לע. דאס איז א בת היענה."

"טאטי, א בת ה'וואס?!"

"א בת היענה, צדיק'ל. אזוי רופט מען איר; ב ת ה י ע נ ה."

"טאטי, וואס איז א בת היענה?"

"בת היענה." די זכרון קאמערלעך הויבן אן שפראצן, און אט איך טרעף מיר שפאצירן אינעם שמעקעדיגן גארטן פון מחשבה און דמיון:

דער הויכגעשעצטער ריטשארד פאזנער.

[align=center]*[/align]
אין צענטער פון שטאט זי שטייט מיט שטאלץ‏. נישט די טיפישע געריכט-הויז געביידע. קיינע שלאנקע עמודים פון ווייסע שׁישׁ וועלכע ציילן זיך א דאזן טאן איטליכע. קיינע אויסגעשניצטע ריכטער געשטאלטן, העלדישע סטאטוען, אדער אנדערע קלאסישע געריכט-געביידע קונסטווערק. ליבערשט א שטאטישע סארט‏ בנין געבויעט פון שטאָל און טונקעלע שויבּ, לאקירט אין סאמען הארץ פון דאונטאון טשיקאגא. באשיידן אין סטיל אבער גרויסהאלטעריש אין מאסע; א טייל פון די מאסיווע 'פעדעראל פלאזא' קמפלעקס וועלכע פארנעמט א גאנצן בלאק אין די ווינטיגע שטאט'ס ווירבלנדע 'לוּפּ' קווארטאל, דער בנין ציהט זיך 30 שטאק ארויף אין די הייעך, גראדע א פארהאלטמעסיגע וואלקן קראצער אין טשיקאגא'ס באגריף.‏

מיט א געלאסענע מינע ריטשארד פאזנער, דער פעדעראלער ריכטער אויפן קאורט אוו אפיעלס פאר די 7'טע קרייז געריכט, ווענדט זיינע טריט צום עלעוועיטאר וועלכע וועט אים פירן צו זיין געריכט זאל אויפן זיבעטן שטאק‏‏, א רוטין וואס האט זיך נישט געטוישט זינט ער איז געשטעלט געווארן אויף דעם דאזיגן פאזיציע דורך פרעזידענט ראנעלד רעיגען אין יארע 1981 למספ'.

א זון פון אידישע אימיגראטן אין ניו יארק, פאזנער איז א שם דבר אין די קארידארן פון יוסטיץ און געזעץ. אן אויסגערופענער און געשעצטער יוריסט אין פולן זין פון ווארט; פון די צענטראלע פערזענליכקייטן אין די וועלט פון געזעץ און עקאנאמיע, און א ריכטער וועמענס פסקים און מיינונגען זענען שטענדיג ציטירט אין די אקעדעמישע שריפטן און געריכטליכע אורטיילן. פאזנער איז אויך א מחבר פון צענדליגע ביכער וועלכע אדרעסירן א שלל פון אקטועלע טעמעס, פון פילאזאפיע און געזעץ ביז מאראל און געזעלשאפט.

אין יארע 2011, שרייבנדיג דעם אורטייל פאר א געוויסע אפעלאט קעיס, האט פאזנער געשאפן העדליינס מיט זיינס א סטעיטמענט וועלכער האט איבערגעלאזט א הילכיגן אפקלאנג מסוף המדינה ועד סופו.

די רעדע איז געווען איבער צוויי באזונדערע ביזנעס קלאגעס וועלכע זענען אפעלירט געווארן צום זיבעטן קרייז אין טשיקאגא, און זענען רעפרעזענטירט געווארן דורכן זעלבן עורך דין. ‏אין ביידע קעיסעס איז דער לויער באגאנגען איין פון די גרעסטע חטאים אין די וועלט פון געזעץ; נעמליך, ער האט אין זיינע ארגיומענטן לטובת דעם קליענט איגנארירט די ‏פרעצעדענט פון א פריעדיגן געריכט. ('פרעצעדענט' איז אן אנגענומענע כלל אין געזעץ אז די געריכטן מוזן זיך רעכענען מיט באשטעטיגטע פסקים פונעם עבר. א פרעצעדענט קען נאר ווערן איבערגעדרייט דורך א העכערע געריכט, אדער ווען א פרישע געזעץ ווערט באשטעטיגט דורכן לעגיסלאטיווער פליגל. עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז אין איין פאל האט א פאזנער אפיניען בייסיג אונטערגעריסן א סופרים קאורט פרעצעדענט וואס איז, לשוטתו, נישט געווען אויסגעהאלטן. די העכסטע געריכט אין לאנד האט אין א שפעטערע אורטייל אנערקענט זיין רעכט און זיי האבן איבערגעדרייט זייער אייגן געשאפענע פרעצעדענט. אלפאנס...)

פאזנער האט אין זיין פסק געשניטן שטיקער פונעם לויער פונעם צד התובע פארן איגנארירן די זאכליכע טענות און ראיות פונעם צד הנתבע, וועלכע האבן באזירט זייערע ארגיומענטן אויף א לעגאלע פרעצעדענט. און כדי צו צעמענטירן דעם שארפן מוסר דערהער האט דער ריכטער, וועלכער איז באקאנט מיט זיין רגילות זיך צו באנוצן מיט ביישפילן פון באשעפענישן אין זיינע געשריבענע אורטיילן, ‏צוגעשטעלט דעם לויער'ס התנהגות צו אונזער גרויסער בת היענה'לע, וועלכע שפאצירט גלייך נעבן מיר דא אין טיר-גארטן.

אן אלטע אומבאשטעטיגטע לעגענדע זאגט אז ווען די בת היענה טרעפט זיך פלוצים אין אן אנוועזנהייט פון א פארציקער, וועט זי איינבייגן איר לאנגע האלז ביז צו דער ערד, אריינשטעקן דאס קעפל'ע אין די ווייכע זאמד, און זיך פארשטעלן אין איר קליין דמיון אז דער מעכטיגער פארציקער לא היה ולא נברא.

שרייבט פאזנער: "די בת היענה (Ostrich בלע"ז) איז א נאבעלע באשעפעניש, אבער איר באנעמונג איז נישט א מאדעל פאר אן אפיעל אדוואקאט."

אינעם נאכפאלגנדן פאראגראף האט ער אריינגעשטעלט די פאלגנדע צוויי בילדער וועלכע רעדן מער ווי א מיליאן ווערטער...

בילד
בילד


[align=center]*[/align]
אלקים עשה את האדם ישר. השי"ת האט אריינגעשטעלט אינעם מענטשליכן געוויסן א נאטורליכער אינסטינקט נאכצוגיין דעם ווארהייט, א טאלאנט צו דערגיין די תכלית פון זיין מציאות און דער סיבה פון זיין באשאף. דער אלגעמיינער פערזאן אויפן ערד קוגל — פונעם מינע גרובער אין דעם אפריקאנישער קאנטינענט ביזן האנט ארבייטער אין מזרח אזיע, פונעם פאפי איינפלאנצער אין אפגאניסטאן ביזן שוויין פאסטוך דא אין די שטאטן — פארמאגט אין זיין מוח א גראדן טראכט וואס זאגט און רעקאמענדירט די מאראלישע גרונדציפן‏ אויף וואס דאס מענשהייט איז באזירט.

אבער והמה בקשו חשבונות רבים. אן אומזעהבארע קראפט פון קורצזיכטיגע גופיות'דיגע מושגים, ציהט אראפ דעם בשר ודם צו א וועלט פון גליסט און פארוויילונג, פאסיוויטעט און עצלות; א ריזן פאנצער וואס שטייט פעלזן פעסט אקעגן א יעדע סארט פארזוך פון רוחניות אידעאל און לויטערע פארשטאנד.

שני אלפים תוהו. גראד פון אנפאנג, ווען דאס געזעלשאפט אויפן ערד-קוגל האט קוים עספיעט צו אנוויקלען אירע ידיעות און זיך באקענען מיטן נארוואס באשאפענעם הכנסת אורחים און איר אלמעכטיגער מכניס אורח. די בלויע טייכן האבן נאך געפלאסן ריינע קריסטאלע מים חיים, די אטמעספארע האט נאך געאטעמט ריינע אומפארפעסטיגטע אקסיגען, און שוין האבן אירע איינוואוינער אנגעהויבן עקספלארירן פארדאבנקייט און געמיין. עס האט נישט גענומען לאנג און די יושבי תבל האבן פון זיך אראפגעווארפן א יעדע שפיר פון ישרות און אנושיות. דעם קעפעלע מיט איר שכל הישר האט מען אריינגעבויגן אינעם מדבר'ישן חול; גענומען דעם פארשטענדליכן גלויבן אין העכערקייט וואס זי האט גע'ירש'ט פון אדם ונח, און איר איינגעבייט פאר א סיסטעם פון שטיין-קלאץ און געצן דינעריי, מארד און זינד.

"די בת היענה איז א נאבעלע באשעפעניש, אבער איר באנעמונג איז נישט א מאדעל פאר דאס מענטשהייט."

אחד היה אברהם, שוין ביי די דריי יאר האט זיך אין זיין ריינעם מחשבה אנגעהויבן וועבן אן אפשיי צו די פארקרומטע דרכים פון זיין גענעראציאן און סביבה. ער האט געפארשט און שטודירט ביז ער איז דערגאנגען דעם אמת און אויסגערופן פאר די וועלט אז יש מנהיג לבירה. נסיון נאך נסיון ביז ער האט זוכה געווען צו א ברית עולם לו ולזרעו לנצח נצחים.

פון דאן האט זיך געשאפן א שיידוועג פון לעבנסשטייגער וועלכע זעצט פאר עד היום הזה. פון איין זייט א ממלכת הכהנים וגוי קדוש וועלכע פארשטייען מבחין צו זיין בין חיים למוות ובין טוב לרע. אן עם הנבחר, מדובק בלב ונפש צום דבר ה'; שטענדיג פאר די אויגן דעם ובחרת בחיים! און פון די צווייטע זייט די פרעכע משפחות האדמה מיט זייערע אויסגעלאסענע מעשים און שטענדיגע מהומות.

דורכאויס די לאנגע געקניפטע קייט פון אונזער שטורמישע היסטאריע זענען תמיד געווען יעניגע וועלכע געקוקט מיט גליסט אויף די אנדערע זייט. א חמדה צו דעם העלעניסטישן גוי און צו זיין פארגעשריטענע ליטוראטור און הייטערישע קולטור. א טעימה פון מכלומר'שטע זיסקייטן וועלכע פליסט אין די אדערן פון די רוימישע גלאדיעטערס און אקטיארן, און די טויזנטער ציושטע צושויער. די געביגלטע אַנצוגן פון בּערלין, פּעסט און פּאריז זענען געווארן באגריפן וועלכע האבן פארן אינגווארג ארויפגעברענגט שפייעכטס פון קנאה.

אין כמה מדינות האבן דאס מנין ובנין איבערגעלאזט דעם ווארימן פארטוך, און אפגעקויפט די פאלשע הבטחה פון בילדונג און צוקונפטיגע שעצע. אוועק מיט די זיסע הוויות און אגדות וואס מיר פארמאגן בירושה צענדליגער דורות, און זיך אריינגעווארפן אין די אפענע ארעמעס פון מוזיק און הוילע קונסט. ולאומים 'בארץ' תנחם סלה, פונקט ווי די פעלקער, מיט די קאפ אין די ערדישע זאמד...

אין טייל פעלער זענען דוקא די דאזיגע געווען אין מאיריטעט. און דאס גופא האט ביי מאנכע געווארפן זאמד אין די אויגן, כאילו דאס פאלק ישראל באשטייט פון א געמיש פון מערערע 'סעקטעס'‏; פרושים און צדוקים, רבנים און קראים; ארטאדאקסן און רעפארמער.

די ווירקליכע היסטאריע פונעם עם התורה איז קריסטאל קלאר; א מסורה וועלכע לויפט בענאזאם מיטן דבר ה'; א שלשלת וואס איז גענצליך איינגעפלאכטן אין די דברי חז"ל אשר מפיהם אנו חיים. אבער די קרום-טראכטנדע זאמד'יסטן האבן האבן דעם אויסגעטרעטענעם שטריך אויך פרובירט צו בייקומען, אין שפיץ פון היינריך גרעץ און היסטאריקער זיין'ס גלייכן‏. איינגעגעסענע דאטומען ווערן געטוישט, קראנטע כראנעלאגיעס ווערן געריקט, געשעצטע פערזענליכקייטן ווערן געמעקט, פרישע פערזאנען ווערן פאבריצירט, זיופים און סילופים; אלעס כדי צו מאכן דעם אנשטעל אז דער איד און זיין תורה שבכתב ובע"פ איז בלויז א שפעטעריגע יצירה. נאך א פארזוך צו דערווייטערן דעם עם הנבחר פון די הייליגע שטריכן וואס זי האט קונה געווען אין סיני.

אבער דער רעזולטאט, דער סך הכל, פון טויזענטער יאר אידישע היסטאריע קען מען מיט קיין פעדער נישט פארסמארקען. אפילו דער היסטאריקער טוט מודה זיין אז פון די אנטלאפענע און זייערע סעקטעס זענען קיין שפיר נישט געבליבן; פארלוירן געגאנגען און די ווילדע וואלן פון היסטאריע, פונקט ווי די וועלט גרויסמאכטן פון מעסאפאטאמיע און אייראפע.

די היסטאריקער אליין טוהן נישט פארלייקענען דעם מאדנע פענאמענאן אז פון אלע פארשידנארטיגע באוועגונגען ביים אידישן פאלק, איז דער מאגערער לויטער-תורה איד דער איינציגסטער וועלכער האט איבערגעלעבט אלע פיילן און מכשולות. די ביתוסים און צדוקים ושאר ירקות, האבן נישט עספיעט צו בייקומען דעם חורבן ירושלים וביתר; די פארבליבענע האבן זיך אויסגעמישט מיט די קריסטן און זענען אנטרינען געווארן אויף שטענדיג. די סטאטוס פון די מעכטיגע קראים ווירטשאפט איז פארמינערט געווארן צו א מנין-לאזער מנין אין אלטשטאט. די רעפארמער ולמיניהם, פארוועלקט און פארטריקנט. נאר דער תורה-איד מיט זיין חכמה שלמדתי באף אונטער די שטענדיגע אבני ברד פון די פיינט מלבר ומלגו; מיטן וואנדער שטעקן אין די האנט, נאך יעדן בראך און חורבן איבערגעפלאנצט פונדאסניי, און פארגעזעצט דעם אלטן טרוים פאר א יום שכולו טוב.

פארפאלן. קושטא קאי.

די אקעדעמיקער און היסטאריקער -- גוי'שע און אסימילירטע -- וועלן פארזעצן צו פרעדיגן זייער קארופטירטע ווערסיע פון אונזער היסטאריע.

זאל זיי עמיצער אנצייגן אז זיי האבן פילייכט פארזעהן די אויפריכטיגע רייד פון ריכטער פאזנער:

"די בת היענה איז א נאבעלע באשעפעניש, אבער איר באנעמונג איז נישט א מאדעל פאר היסטאריקער."


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער האט א שפראך!... פיין אראפגעלייגט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א קונסטווערק!

דער פעדער קוקט אויס ארץ-ישראל''דיג און עטוואס יידישיסטיש, אבער דאס לייגט דווקא צו זאפט.

דער תוכן איז שטיקער היסטאריע אריינגעשנירט אין אן הערליכן ארטיקל מיט א טיפן באדייט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעיק נוז האט געשריבן:דער האט א שפראך!... פיין אראפגעלייגט!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א קונסטווערק פון א ארטיקל, א וואקאבולאר פונעם העכסטן ראטע, ווארפט זיך מיט פאעטישע אויסדריקן און פלעכט זיינע רייד מיט מליצות און קריעטיווע ווערטער-שפילן.

ווען וואלט איך געמעגט שרייבן א נאמען פון א שרייבער, וואלט איך ווען.

הפלא.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

געלונגענע שפראך איינס אין די וועלט!! פארשטייצעך אויך די תוכן.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איך אפרישיעיט זייער די יוניק שפראך. ס'איז זייער געשמאק צו לייענען.

ס'דערקענט זיך אין יעדע שורה שטארקע טאלאנט און ברייטע ידיעות! הערליך!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

אויסטערליש רייך און קונצליך געשריבן! זייער יוניק
די חרוזים אנפאנג איז עפעס משוגע צו ווערן..
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

גאר עלאקווענטע שפראך און רייכע וואקאבולאר!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט'ן הילף פון טאטן אין הימל זאל געבענטשט זיין זיין הייליגן נאמען און עס זאל זיין געגרויסט

דער שרייבער פון דעם ארטיקל - ביזן ערשטן שטערנדל - איז קאנצענטרירטע קרעטשמעריש. אמאל און אמאל ווען עס איז נאך געווען צייטן, האט געיאוועט דא ארטיקלן פון דעם מין זאפט וואס דער ארטיקל איז געמאכט געווארן. אבער דאס איז קאנצענטרירט פון אט דעם סחורה, כי טוב סחרה מכל סחורה.

איך זעה דעם ארטיקל, און איך דערמאן פון א ארט און קרעפטס וואס מ'האט געמאכט ווען איך בין געווען גאר קליין. איך מיין אז נישט איך האב געמאכט דעם ארטס און קרעפטס, איך האב עס נאר געזעהן.

געווען איז עס הענטעלעך פון פארשידענע סארט פעינט, זעהט אויס - לויט ווי איך שטעל מיך יעצט פאר מיט מיין ערוואקסענעם פארשטאנד - אז דאס איז געמאכט געווארן אז יעדעס קינד האט איינגעטינקען זיין הענטעלע אין פעינט און עס אראפגעדרוקט אויפן לוסליוו. און מ'האט עס געלאזט אויסטריקענען. די ענד רעזאלט איז געווען א פאפיר פול מיט הענטעלעך. זיסע קליינע הענטעלעך. פון אסאך קאלירן. א רויטע הענטעלע פון די זייט, א גרינע פון די זייט, און פורפל פון די זייט וכו'.

קאלירפול.

נאך דעם שטערנדל איז ער ווי מיין רבי נאך די מילתא דבדיחותא. איך האב געמיינט מיר ווערן גוטע פריינד.

אוי מען, דאס איז עפעס, עפעס. אוי. דאס איז מעכטיג.

איך האב געמיינט אז איך האב שוין געליינט אלע סארט שרייב ארבעט. ניין. איך האב מיך טועה געווען. נשמה דו האסט נאכנישט.

אזא שרייב ארבעט דארפן מיר האבן ווען ס'קומט צו אונזער היימישע אדרעסעס. פארוואס זאלן אזאנע שרייבערס נאר זיך געפינען ווען ס'קומט צו ארטיקלן געווינען צו ווערן אין א אייוועלט פארמעסט? פארוואס קען איך אזאנע ארטיקלן נישט ליינען ווען ס'קומט צו באשרייבן אונזערע היימישע ענינים. אט אזעלכע שרייבערס זענען זיי געווען וואס זיי האבן פארפירט די מאסן מיט זייער אינטעליגענט, און געשריבן זייערע השקפות אין אזעלכע פארעמען. אט דאס האבן די ערליכע טאטעס נישט געקענט קעגנשטעלן זיך. ווייל ס'איז געווען עכט הויעך און גוט געשריבן.

זיי זענען געווען ווי א ריזן ראבאט וואס צעקוועטשט וואס קומט אונטער די האנט, אזוי פלעגן זיי אייננעמען מיט זייער חכמה דעם ליינער. און געטוישט זיין בליק אויף אלץ און אלעמען אין לעבן, ברוחניות בעיקר.

אט אזאנע שרייב ארבעט, אזאנע קונצן דארפן מיר זיך לערנען וואס עס שאפט זיי. אויב מיר ווילן אייננעמען דאס הארץ פון א ליינער, דארפן מיר אים ווייזן שרייב אינטעליגענציע. אבער עפעס מער ווי סתם א גוטער שרייבער ליגט דא באהאלטן. איך דמיון?

און דו זאג מיר נישט: נשמה דו רעדסט שטותים. ניין. איך האב גוט געשאצט. מיר דארפן זיך דערלערנען דאס וואס דער שרייבער קען. זאלסט נישט מיינען אז טאמער דו גייסט נוצן זיינע אויסדרוקן גייסטו שוין קענען וואס ער קען. ווייל מ'גייט באלד באמערקן אז דאס איז נאר נאכגעמאכט.

נישט אז ס'איז א פראבלעם נאכצומאכן, עס איז נישט. די פראבלעם איז אז דו האסטעך נישט דערגרינטעוועט אנצוקומען מיט דיין פארשטאנד אריין אינעם מח פונעם שרייבער צו פארשטיין די אנטוזיאסטישקייט צום וועלט. עס איז נישט די ווערטער וואס ער נוצט. עס איז די אנטוזיאסטישקייט צום וועלט וואס מאכט ער זאל נוצן די ווערטער און די פראזן וואס ער נווצט. און דעם אנטוזיאסטישקייט איז וואס דו דארפסט קונה זיין.

שרייבן א גוטע ארטיקל קומט נישט פון האבן ווערטער צו נוצן. עס קומט פון זיך קאנעקטן טיפער אריין אין זיך. עס ווענד זיך פון וועלכע חלק דו שרייבסט וואס דו שרייבסט. אזוי ווי די מאמע וואס קען א קאר אויפהייבן אויב איר קינד איז חלילה אונטער איר, חלילה, וועסטו קענען ארויסברענגען סך טיפערס אויב דו ביסט קאנעקטעד צו טיפערס. עס איז די נשמה וואס שרייבט. און נישט די ווערטער וואס דו נוצט.

קוק נישט אויף די ווערטער, אדער אויסשטעל פון ווערטער, צו פארשטיין וואס נאכצומאכן. עס איז זיין פארגאפטעניס וואס קען דאס באווייזן. ווער פארגאפט, און שרייבן וועט זיך שוין צושטעלן. עס איז די נשמה וואס טוט זיך אן א גוף, עס איז די אנטוזיאסטישער פלאץ וואו דו ביסט, וואס טוט זיך אן גופים, און נישט די גופים וואס ווערן אריינגעבלאזן אין זיי נשמות.

קאנעק דיך, און שרייב פון דארט.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

נשמה, איי פולי עגרי מיט דיין אנאליז, זיינע קונצליכע פראזן און זאפטיגע זאצן שארן זיך ארויס גלייך פון די טיפענישן פון די מוח קעמערליך, אן עקסטערע טאלאנט אזוי ממחיש צו זיין מחשבה! מורא'דיג מורא'דיג!!!
בד"וו נשמה, ליינענדיג דאס איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק דיינס אן אומשולדיגן תגובה קוק דא וואס די רעדסט דיך אפ אז וויפיל די פרובירסט צו מאלעווען פנימ'ער גייט דיר עס נישט, דארטן רעדסטו אויך נשמה שפראך, עפעס אזויווי [כ'האב געמיינט אז נאר]מנחם מענדל קען...
אלנפאלס, פייוו סטאר!
ייש"כ
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

וואו; וואו; וואו; !!!!!! די אבנארמאלע תוכן אראפגעמאלן מיט די שענסטע שרייבערישע מיטלען...
אינהאלט א איזי 5 אזא ריינע השקפה, ארויסנעמען א חידוש פון א מאדנע אויפפיר פון א בריאה.
שרייבעריש אויפן העכסטן קאליבער אויף אלע פראנטן. פאעזיע (וואס איך גלייך נישט געווענליך, אבער דאס איז סאמטינג עלס), לשון, געשמירטע שריפט וכו' וכו' וכו'
אווער אלל איז דאס דער געווינער (כ'האב נאכנישט געליינט אלע)...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הערליך שבהערליך! ס'איז קיין פראגע ווער דער שרייבער איז...

לאכן לעזן דעם ארטיקל הייב איך אן קלערן אז איך קען גאר קיין אידיש נישט...

אזעלכע ארטיקלן זענען וואס איך גלייך, ער מאכט דיך טראכטן, ער שלעפט דיך אריין. ביי אנדערע - מער אויבערפלעכליכע - ארטיקלן דארף איך מיר צווינגען צו טרעפן אינטערעסע און אנהאלטן קאנצעטראציע, דא איז עס געווען א מחי'.

איך קען נאר נישט אויספיגערן ווי אזוי דער שרייבער וואלט אויסגענומען ווען ער דארף שרייבן א נאוועל. ער ברענגט קענטיג גוט ארויס מיטן פעדער דאס וואס זיין מח פארציילט אים, דער "חכמה" וואס ליגט דא. ס'פעלט דא די אנדערע חלקים פון שרייבעריי צו קענען באשטימען דעם שרייבער'ס טאלאנטן.

לעניננו איז נישט קיין פראגע אז דער ארטיקל איז פון די סאמע בעסטע אינעם פארמעסט. און דער שרייבער האט זיכער מער קוואליפיקאציעס ווי דער דורכשניטליכער - כאטש גוטער - שרייבער.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מיט יעדן ארטיקל געליינט, [פון איינס ארויף כסדרן] ווערט טונקעלער דער האריזאנט וואס דערנענטערט זיך מיט שנעלע טריט ווען איך וועל דארפן דריקן ס'מייזל אויסצוקלויבן א דיאמאנט פון צווישן בריליאנטן..

און צו דיר מיין פריינט, ***** [לשוא יגיעתך, דו פינטל ציילער] גוד דזשאב! וועל דאן! מישען אקאמפלישד! האסט דאס מאל געוויזן אז אלס פריער איז נאר געווען ס'בעבלעך מיט לעבער בעפאר די סטעיק..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער שרייבער איז אן אינטערליגענטער פערזאן, גוט אנגעליינט און דורכגעטראכט, דאס פעדער שטייט אים פליסיג צווישן די אויליגע פינגער, און אפילו אין גראם איז ער מלא טעם.

שטארקע און טיפע ארטיקל, מיט אן אייוועלטישע אריינפיר.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יעצט געענדיגט לעזן דעם וואונדערבארע ארטיקל אינאיינעם מיטן פרימארגן שווארצע קאווע

לאמיר עס צו נעמען אביסעלע

די קריעטיוויטי פון שפינען פון א היימישע חול המועד עקספיריענס וואס יעדער לעבט מיט אויף אין די אייגענע ביינער, דערנאך די שארפע טריסיקסטי דעגרי טארן אריין אין פארשטויבטע אקאדעמישע היסטארי פון טשיקאגא, און אומבאמערקטערהייט אריינגעגליטשט אין קורות ימי הדורות און אזוי ווייטער איז די ריכטיגע אפטייטש פון משזר=געשפינט און געדרייט

די קינץ פון א שרייבער איז נישט די הויכעשטאפעלנדע ווערטער אדער די פאעטישע אויסדרוקן
נאר צו נעמען די מח און מחשבה פונעם ליינער און עס פארבינדן צום ארטיקל ווי א סיט בעטל צום דרייווערס זיץ און עס נעמען אויף א ראלער קאוסטער רייד אנדעם וואס ער זאל ארויס פאלן דערפון

איינמאל דער שרייבער באווייזט צו באקומען שליטה אויף די ליינער קען ער נאכדעם אריינרוקן סיי וועלכע געווירצן ער וויל און עס וועט גרינג אקצעפטירט ווערן

גענוי דאס האט אונזער שרייבער געטוהן

און אוודאי קען מען נישט אוועק מאכן די קונסטווערק וואס ליגט אין יעדע שורה וואס צייגט אויף די באסיין פון וועלטליכע און היסטארישע ידיעות ער פארמאגט, יעדע פאראגראף טוט רעפזענטירן א פלאץ, צייט אדער קולטור

כמותך ירבו בישראל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שטארק הנאה געהאט פונעם מעסעדזש, פערעזנליך האלט איך שוין לאנג אז מוואלט געמעגט ביי אונז מער רעדן איבער די פאלטשקייט וואס זיי טענהן, און ביי מיר ספעציפיש רעד איך דיקא איבער תורה שבכתב, אבער איך פארשטיי אז סאיז זייער האקל והמשכיל ידום.

די שפראך איז געוואלדיג, 5
די אינהאלט געב איך א 4, איך ליין בדרך כלל נישט די השקפה ארטיקלען אין מאגאזינס...
אווער אלל יא א 5 סאיז קלאר געשריבן, שיין געשריבן און סאיז א שטארקע מעסעדזש.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אפ אפ אפ...
מן השמים האסטו באקומען אויף די אינהאלט א 5...
איך האב געדריקט 5 אנשטאט 4...
נו זאל זיין אזוי סקומט זיך דיר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אויסנאם גוט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פאר עפעס א סיבה האט די פאעטישע אריינפיר מיר מער געכאפט ווי דער גאנצער ארטיקל.

דער שריפט איז עפעס אויסנאם, און די מעסעדזש איז אויך זייער קלאר און צו דער זאך, אבער דער סך הכל פונעם ארטיקל האט עפעס נישט קאנעקטעד צו מיר.

געגעבן 5 שטערנדלעך פאר אינהאלט; 5 פאר שפראך; און 4 אווער אלל. :?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:מיט יעדן ארטיקל געליינט, [פון איינס ארויף כסדרן] ווערט טונקעלער דער האריזאנט וואס דערנענטערט זיך מיט שנעלע טריט ווען איך וועל דארפן דריקן ס'מייזל אויסצוקלויבן א דיאמאנט פון צווישן בריליאנטן..

און צו דיר מיין פריינט, ***** [לשוא יגיעתך, דו פינטל ציילער] גוד דזשאב! וועל דאן! מישען אקאמפלישד! האסט דאס מאל געוויזן אז אלס פריער איז נאר געווען ס'בעבלעך מיט לעבער בעפאר די סטעיק..


ווואאווואאא!!

שוין לאנג נישט באגעגנט אזא געשמאקס!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יעפ. כ'האב אויך אויסגעשאסן ווען כ'האב עס געליינט...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

אקעי דאס איז א מייסטער שרייבער אין פולן זין פון ווארט! נישטא וואס צו טענה'ן. ווי נשמה לייגט עס אראפ, א שפראך וואס מיר האבן נאר געליינט און פארצייטישע ערליכע ביכער אלס קינדער.

וואספארא רייכקייט דאס! יישר כח!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שמארטיקל האט געשריבן:אקעי דאס איז א מייסטער שרייבער אין פולן זין פון ווארט! נישטא וואס צו טענה'ן. ווי נשמה לייגט עס אראפ, א שפראך וואס מיר האבן נאר געליינט און פארצייטישע ערליכע ביכער אלס קינדער.

וואספארא רייכקייט דאס! יישר כח!

איך האב געוואלט ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון קענען וואס דער שרייבער קען, ווען ס'קומט צו שרייבן אונזערע ארטיקלן. און די וויכטיגקייט איז איבערצוקומען זייער שרייב שטארקייט.

דאס מיינט: האט דער שרייבער וואס זיי האבן געקענט? עס קוקט אויס אז יא. אז דאס האבן זיי געקענט.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #15 - אן אויספלוג מיט פאזנער און בת היענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויסנאם, מיט טעם, גראם, אלעס צוזאם! עגעין, אויסנאם!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”