שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:05 pm

2
1%
★★
5
3%
★★★
10
6%
★★★★
11
7%
★★★★★
27
16%
2
1%
★★
5
3%
★★★
16
10%
★★★★
11
7%
★★★★★
20
12%
2
1%
★★
6
4%
★★★
8
5%
★★★★
17
10%
★★★★★
22
13%
 
סך הכל שטימען: 164

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

[align=center]בילד[/align]

אט אזוי! געטראפן די נקודה!

וויפל מאל האט איר זיך געטראפן אין א סעלף-שלעגעריי צו טרעפן א ענטפער אויף א שאלה, חידה, אדער א דילעמע?

יעדער (עכ"פ יעדער וואס ליינט דעם ארטיקל זיכער…) האט שוין מיטגעלעבט, די גוטע געפיל וואס נעמט ארום דעם מענטש נאכן טרעפן א ענטפער אויף א שאלה.

מער איז ווען נאכן זיך דרייען דריי נעכט אין בעט נישט טרעפנדיג די ענטפער, באגלייט מיט קאפ-וויי נישט פארשטייענדיג וואס שטערט מיר און צודרייט מיין שכל צוויי מינוט אהער און פינעף מינוט אהין, נישט קענענדיג אפילו פוינטן וועלכע נקודה שטערט מיר אנצוקומען צום ענטפער.

ביים פיפטן טאג גייענדיג צו שחרית מיט די נאסע פאות, געבט פלוצלינג א בליץ אריין א נקודה וואס זעצט אלעס אריין אין פלאץ, אופס.. וואו! וואו! וואו!, אט-א-דא ליגט די נקודה! איך בין נישט מקנא דער אינגערמאן וואס וואקט אין פראנט פון איהם, די געשריי זאל איהם נאר נישט טויב מאכן, די שמחה פן התרת הספקות וואס נעמט ארום דעם נפש איז אין לשער, אזוי אויך קומט מיט אין פעקעדזש די בושות א סעקנד נאכדעם ווען ער קוקט זיך ארום און זעהט א האלבע גאס שטייט מיט אפענע מיילער קוקן מיט א האלבע שמייכל אויפן מאדנעם פארשוין וואס איז פלוצלינג אויפגעשפרינגען אן קיין שום סיבה הנראית לעין.

תמהין ושיילין בעסק אתוותא

א גוטע מעשה'לע קומט אייביג גוט אריין, און זיכער ווען ס'איז צוריק אין אלטן שטעטל...

דער גלח פון שטאט טרעפט אמאל אן דעם רב, ליב האבנדיג אייבג זיך צו טשעפענען מיט די אידן פלעגט ער אלס אויפקומען מיט זיינע מאדנע שאלות און טשעפנערייען וואס ער האט נאר געקענט טרעפן אויף די אידן און זייער מענטאליטעיט.

רב לעבן, אפשר ביסטו מיר מסביר וואס לערנען ענק טאג אין נאכט אין ענקער גמרא, וואס זענען ענק פארנומען מיט היפאטעטישע שאלות און פארצווייגטע חקירות 'וואס וואלט געשען ווען...' און 'וואס איז דער דין אויב...' וואס פעלט אויס די אלע השערות?

און ווי א איד ענטפערט באקומעט ער א תשובה: ׳לאמיר דיר פרעגן א שאלה׳.

הער צו א מעשה - הייבט דער רב אן - ס'איז אמאל געווען צוויי קוימען קלינערס וואס פלעגן אפרייניגן די קוימענס פוון די פעך וואס קלויבט זיך אן אויפן קוימען. איין טאג נתמזל מזלם און ביידע זענען אריינגעפאלן דורכן קוימען גראד אריין אין שטוב.

איז די שאלה אזוי, איינער פון די צוויי איז שמוציג געווארן און זיך פארשווארצט ווי עס דארף צו זיין, און דער צווייטער איז געבליבן ריין. זאג׳דזשע נאר וואס האלסטו ווער גייט זיך גיין ארום וואשן?

זייער פשוט - ענטפערט דער גלח מיט א זיכערקייט - דער וואס איז שמוציג געווארן וועט זיך גיין אפוואשן, און די צייט וואס דער וואס איז געבליבן ריין וועט זיך נישט ארומוואשן!

נישט ריכטיג! - האקט איהם דער רב אריין.

פארוואס? - פרעגט דער גלח פארוואונדערט.

זייער פשוט, דיקא דער וואס איז ריין וועט זיך גיין וואשן, ווייל ער זעהט דאך אז זיין חבר איז שמוציג, און ער מיינט אז דאס זעלבע איז געשעהן מיט איהם. אבער זיין חבר, וואס איז שמוציג געווארן, וועט זיך נישט גיין אפוואשן ווייל ער זעהט דאך אז כאטש זיין חבר איז אריין געפאלן אינעם קוימען איז ער דאך ריין געבליבן, און ער האלט אז ער אז אויך ריין...

אקעי, אמת'דיג - מורמלט דער גלח - פרעג א נארמאלע שאלה.

נישט קיין פראבלעם - ענטפערט דער רב - הער א מעשה, געווען אמאל צוויי קוימען קלינערס... איין טאג נתמזל מזלם... איינער איז שמוציג געווארן און איינער נישט ווער האלסטו וועט זיך גיין אפוואשן?

רעגט זיך דער גלח: האסט דאך שוין געזאגט, דער וואס איז ריין וועט זיך וואשן, און דער וואס איז שמוציג וועט נישט.

נישט ריכטיג - זאגט איהם דער רב מיט א שמייכל - דער וואס איז שמוציג וועט זיך גיין ארומוואשן, ווייל ער איז דאך שמוציג געווארן, און דער וואס איז ריין דארף זיך דאך נישט אפוואשן, ווייל ער איז דאך ריין.

אויש ריעלי - זאגט דער גלח - געב עפעס צום זאך...

אקעי, איז אזוי מיין שאלה צו דיר, ס'איז געווען אמאל צוויי קוימען קלינערס... איינער איז שמוציג געווארן און איינער נישט ווער האלסטו וועט זיך גיין אפוואשן?

דא האט דער גלח שוין העכט געברויזט: האסט דאך שוין געזאגט, דער וואס איז שמוציג וועט יא און דער וואס איז ריין וועט נישט.

נישט ריכטיג - לאכט איהם דער רב אין פנים - ביידע וועלן זיך ארום וואשן.

אתמהה?! - וואונדערט זיך דער גלח.

ווער ס'איז שמוציג - איז דער רב מסביר - ער וועט זיך גיין ארומוואשן, ווייל ער איז דאך שמוציג, און דער וואס איז ריין וועט זיך אויך וואשן, ווייל ער זעהט דאך זיין אז חבר איז שמוציג געווארן און ער מיינט אז ער איז אויך שמוציג...

ווילסט נאך א שאלה - פרעגט דער רב פארן צומישטן גלח.

געווען אמאל צוויי קוימען קלינערס... איינער איז שמוציג געווארן און איינער נישט ווער האלסטו וועט זיך גיין אפוואשן?

נו שוין, הערנס גערעדט - שעלט שוין דער גלח - האסט מיר שוין אינגאנצן צומישט.

וואס? דו ווייסט נישט די תשובה? - שטעכט איהם דער רב - ס'איז דאך פשוט מפשוטו, ביידע וועלן זיך נישט ארום וואשן, דער וואס איז ריין איז דאך ריין, און דער וואס איז שמוציג זעהט אז יענער איז ריין מיינט ער אז ער איז אויך ריין געבליבן...

גוט - איז דער גלח מסכים - יעצט האסטו דאך שוין געענדיגט אלע אפשנס, סאו פרעג מיר א שאלה צום זאך.

גערן - זאגט דער רב - געווען אמאל צוויי קוימען קלינערס... איינער איז שמוציג געווארן און איינער נישט ווער האלסטו וועט זיך גיין אפוואשן?

אוי נו וואס איז ווייטער - גייט איהם שוין די בלוט אין קאפ - וואס האסטו יעצט צו ענטפערן?

שוטה - ענדיגט דער רב - וויאזוי קען דען זיין אז ביידע זענען אריינגעפאלן אין דעם זעלבן קוימען, און איינער איז שמוציג געווארן בעת דער צווייטער איז געבליבן ריין?

די מעשה ברענגט גוט ארויס די מהלך המחשבה וואס מ'דארף טראכטן ווען מ'וויל ארויס האבן א נושא. זייער אסאך מאל ווען מ'אנאלעזירט א טאפיק דריידט מען אהער און אהין אבער מ'פארזעהט אז די ענטפער ליגט גאר אין צווייטן ווינקל. די עצה פאר דעם איז טאקע אייביג צו זיכן אין די פארשטויבטע ווינקל וואס פאלט נישט איין צו קוקן אין ערשטן מינוט.

די פראבלעם איז אז ווען דו טראכסט ווייסטו נישט צו ס'איז טאקע דא נאך א פלאץ צו זיכן אדער אפשר האסטו שוין גענישטערט אין די באהאלטענסטע פלעצער, אפילו אונטער טאטי'ס מאטראץ..

און טאקע פארדעם איז די סעלושן זיך צו אויסלערנען אייביג ווען מ'קוקט אן א זאך, אפגעזעהן צו איך פארשטיי דאס צו נישט, אייביג דארף מען אריינקריכן און איהם אנקוקן פון אלע זייטן וואס מ'קען דאס אנקוקן.

קאנספיראציע/הבנת דבר מתוך דבר

איינער פון אונזערע ידידים דא אויפן וועלט האט חותם געווען מיט א שיין ווארט:
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

איך וואלט דאס צוגעפיצט אזוי:

כדי צו זיין א מבין דבר מתוך דבר דארף מען נעמען אין חשבון אלע קאנספיראציעס, נאר נאכדעם קען מען צוקומען צו זיין טאקע א מבין דבר מתוך דבר. די פראבלעם פון א 'קאנספיראציע טעאריקער' איז ווען ער קלעבט זיך אן אויף איין קאנספיראציע און ער בלייבט שטעקן מיט דעם, דעמאלטס פאלירט ער די גאנצע כונה. אבער אויב געוואוינט מען זיך צו צו זיין א פול-קאנספיראטיקער דעמאלטס ווערט מען פארוואנדלט אטאטמאטיש צו זיין א 'מבין דבר מתוך דבר'.

און מדנ"י נאך זייער שווערע פארלוסט ביים יום כיפור מלחמה, האבן זיי זיך אוועק געזעצט מאכן חקירות ודרישות וואס האט גורם געווען זייער שווערע נידערלאגע. דורכגייענדיג אלע באריכטן פון פארדעם האבן זיי געזעהן אז בעצם איז ממש געווען די אויפשריפט אויפן וואנט אז די מחלמה קומט. געוויסע שפיאנאריש אינפארמאציע וואס האט געהאלטן און איין קומען, און אזוי אויך דאס אז די אראבישע לענדער האבן געריקט זייערע מיליטער נאנט צום גרעניץ, און נאך זייער אסאך זאכן וואס האבן געפוינטעט אז ס׳קומט א מלחמה. אבער די מעניסטעריום האט דאס פארקוקט און פארזעהן מיטן זיך אליין אפענטפערן אז די אינפארמאציע וואס קומט פון דעם שפיאן קען מען נישט טראסטן, דער צווייטער קען זיין האט א נגיעה, דאס אז די מיליטערן האבן געריקט זייער מיליטער איז געווארן אפגעווארפן אז ס'איז זיכער נישט קיין מלחמה אנגרייטונגען, און עני וועי זיי זענען נישט גרייט און זיי וועלן קיינמאל נישט אנהייבן ערשט.

למעשה נאך וואס זיי האבן געזעהן וואס ס'איז געשעהן האבן זיי אויפגעשטעלט א ספעציעלע איינהייט וואס געבט זיך אפ מיט אויפקומען מיט אלע מאדנע קאנספיראציעס וואס קען זיין, און יעדער קאנספיראציע ווערט גוט באהאנדלט אזוי אז ווען ס'מאכט זיך געוויסע אינפאראמאציע פון פיינטליכע מדינות ווערט דאס נישט פארזעהן.

אונז ווייסן אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, און מכ"ש די טרייפענע ציוניסטישע מדינה, אבער איך ברענג די מעשה אלטס א דוגמא וואס מ'האט גענימען קאנספיראציע צום נעקסטן לעוול, כדי אנצוקומען צום אמת'ן מצב און איהם ריכטיג קענען אנאלזירן.

שעלפס מיט דיימאנטן אבער ריכטיג געגלאנצן

משה און שלום פראבירן מברר זיין די פאלגנדע נושא: אונז האבן 101 דיימאנדס און אונז האבן א שאפע מיט 100 שעלפס, ווי אזוי גייט מען צוטיילן די דיימאנטן.
ווען אונז האבן ווען נאר 100 דיימענדס וואלטן מיר געלייגט יעדע דייאמאנט אין א באזינדערע שעלף, אבער יעצט אז מיר האבן 101 מוזן מיר לייגן צוויי דיימענדס אין איין שעלף.

משה איז דאס מסכם: אויב וועלן מיר לייגן אלע דיימענדס אויף די שעלפס וועט זיין 2 דיימענדס אויף 1 שעלף.

שלום: נישט ריכטיג!

משה: פארוואס?

שלום: ווייל מ'קען לייגן אין 1 שעלף 3 דיימענדס, און 1 שעלף וועט בלייבן ליידיג, אזוי אז ס'מוז נישט זיין א שעלף וואס וועט האבן 2 דיימענדס.

משה: סאו מ'דארף זאגן אז ס׳וועט זיין 1 שעלף וואס וועט האבן לפחות 2 דיימענדס.

שלום: גערעכט, אבער ס'איז נישט פונקטליך.

משה: זיי מסביר פליז.

שלום: זייער פשוט, דו קענסט לייגן 50 דיימענדס אויף איין שעלף און 51 אויף א צווייטע שעלף און די אנדערע וועלן בלייבן ליידיג.

משה: למעשה איז נאכאלטס דא 1 שעלף וואס האט לפחות 2 דיימענדס.

שלום: אבער דאס מאל איז דא 2 שעלפס וואס האבן 2 דיימענדס, און נישט נאר 1 שעלף....

משה: אה, אויב אזוי איז דער פונקטליכער ניסוח אז אין אזא פאל וועט זיין לפחות 1 שעלף וואס וועט זיין לפחות 2 דיימענדס.

שלום: ריכטיג, אבער ס'איז נאכאלטס נישט דער ריכטיגסטער סטעיטמענט.

משה: וזאת למה?

שלום: איז דער כלל שייך נאר ביי דיימאנטן און שעלפס?

משה: ניין ס'קען זיין מיט קליידער און לעידלעך, אדער מיט פירות און בעגס.

שלום: נו...

משה: סא מ'דארף זאגן אזוי, אויב האבן מיר 101 זאכן און נאר 100 אפטיילונגען וועט זיין לפחות 1 אפטיילונג וואס וועט האבן לפחות 2 זאכן.

שלום: דו פארסט גוט, אבער נאכאלטס נישט צום פינטל.
איז דאס נאר מיט 101 זאכן וואס דארף אריינגיין אין 100 אפטיילונגען? וואס וועט זיין ווען אונז האבן 102 זאכן?

משה: אקעי איך פארשטיי, מ'דארף אזוי זאגן, ווען אונז האבן מער פון 100 זאכן און נאר 100 אפטיילונגען, וועט אויסקומען אז לפחות 1 אפטיילונג וועט האבן אין זיך לפחות 2 זאכן.

שלום: נו, טריי צו זיין אביסל פונקטליכער...

משה: אה א וודאי! די נאמבער פון די אפטיילונגען מוז דאך נישט זיין א באשטימטע נאמבער. און ממילא, אויב האבן מיר מער פון 100 זאכן און די נאמבער פון די אפטיילונגען וועט זיין ווייניגער פון די נאמבער פון די זאכן, וועט זיכער זיין לפחות 1 אפטיילונג וואס האט אין זיך לפחות 2 זאכן.

שלום: און צום פינטל...

משה: אויב איז דא א גרעסערע מאס אפטיילונגען פון די צוטיילעכטסער וועט זיין לפחות 1 אפטיילונג וואס וועט האבן אין זיך לפחות 2 זאכן.

שלום: אט אזוי!

ווען מען געוואוינט זיך צו צו טראכטן אייביג צום הגדרת הדבר ויסודו, קומט שוין מיט די צייט אז במושכל ראשון טרעפט מען שוין די ריכטיגע תשובה כענין וכהלכה. און דאס טאקע די סיבה וואס אונז דרייען אזויפיל מיטן פינגער למעלה למטה מזרח מערב צפון און דרום. ווייל קיין איין ספר קען נישט אראפשרייבן אלע סיטואציעס וואס קען געשעהען און שרייבן א ענטפער אויף יעדע מעשה באזונדער, מ'דארף אבייג אנקומען צו מדמה זיין מילתא למילתא, אויב ווייסט מען גוט וואס איז די הגדרה פונעם מליתא, איז שוין די דימוי למילתא כשר און גלאט.

איבעיות דרבי ירמיה

מיר טרעפן שוין אין גמרא דעם מהלך פון דרייען מיט קאנספיראציעס, אונז טרעפן פיל מאל אין ש"ס געוויסע שאלות וואס קריכן אריין עד כדי אז צומאל טראכט מען 'וואס פשט פון אזא שאלה' 'קען דען אמאל זיין אזא מציאות?' אדער 'ער ווייסט דאך אליין די ענטפער וואס פרעגט ער'.

בראש פון די שואלים אויף דעם מהלך איז רבי ירמיה אנפרעגנדיג "מאדנע" שאלות: וואס וועט זיין אויב אזי און וואס וועט זיין אויב אזוי, עד כדי כך אז איינמאל האבן די חכמים געפילט אז ער האט אביסל איבערגעטריבן און מ'האט איהם ארויסגעטראגן פון בית מדרש. ווי די גמרא זאגט אז א פייגל גייט נאר 50 אמות ווייט פון זיין שובך און אויב טרעפט מען א פייגל ווייטער פון 50 אמות מיינט דאס אז ער קומט נישט פון דעם שובך, האט רבי ירמיה געפרעגט: וואס וועט זיין די הלכה אויב איין פיס שטייט אין די 50 און איינס אינדרויסן?, האט מען איהם ארויס געפירט פון ביהמ"ד. למעשה דערציילט די גמרא אז מ'האט שפעטער צוריק אריינגענומען, נאך וואס מ'האט פארשטאנען אז ער מיינט נישט צו שפעטן חלילה.

ווען מ'קוקט אריין גוט און זיינע שאלות, אזוי אויך אלע אנדערע פלעצער ווי די גמרא ברענגט ארויף אינטערסאנטע סיטואציעס, וועט מען באמערקן אז נאר נאך די תשובות אויף די שאלות ווערט אוועק געשטעלט הגדרת הדבר על יסודו.

וועלן מיר נעמען איין דוגמא:

די גמרא זאגט אין אלו מציאות אז אויב טרעפט מען פירות מפוזרין, צושפרייט אויפן פעלד, הרי אלו שלו, ווייל דער בעה"ב האט זיך שוין מייאש געווען.
וואס הייסט אבער צושפרייט, אמר רבי יצחק קב בארבע אמות, א געוויסע מאס פירות צושפרייט אין ד' על ד' אמות.
יעצט ווייסן מיר אז אויב גייען מיר אין גאס און אונז טרעפן א האלבע קב צושפרייט אויף 4 אמות מעג איך דאס זיכער נעמען, אבער אויב טרעף איך צוויי קב אין 4 אמות טאר מען נישט נעמען.

מיטן ערשטן בליק האבן מיר דא א יסוד און א הגדרה וואס מיר קענען ארויסשניידן הנחות פאר אנדערע דוגמאות.

אבער דא קומט רבי ירמיה און זאגט, איין מינוט מ'האט דא גערעדט האלבע ווערטער:

וואס וועט זיין אויב טרעף איך צוויי קב און אכט אמות (4 אויף 8) איז דאס די זעלבע מעשה וויבאלד סאיז למעשה א צוויי קב איז שוין א מענטש נישט מפקיר און איז זיך מטריח אויפצוהייבן אפילו ס'איז צושפרייט, אדער אפשר דא וויבאלד ס'איז אויסגעשפרייט אויף א גרעסערן שטח איז דער מענטש זיך נישט מטריח אפילו פאר 2 קב?

און וואס טוט זיך א האלבע קב און צוויי אמות (4 אויף 2), זאג איך אז ס'איז די זעלבע יחס און דער מענטש איז זיך מייאש אדער אפשר דא וויבאלד ס'איז למעשה א קלענערע שטח הייבט ער אויף אפילו ס'איז נישט אזוי חשוב?

און וואס טוט זיך ווען ס'איז קליינע סעסעמי-סידס, דא איז דאך שווערער אויפצוהייבן איז אפשר איז ער זיך שוין מייאש ביי א קלענערן שטח.

און וואס וועט זיין מיט טייערע פירות (מילגרוימען און טייטלען) אפשר דא איז אנדערש ווייל ס'איז טייערער וועט ער זיך יא מטריח זיין ווען ס'פאלט א קב אין ד' אמות, ווייל יעדער פארשטייט אז ווען ס'פאלט אראפ גרינע הונדערעטערס א קב אין ד' אמות איז זיך קיינער נישט מייאש, (אפשר וואלט איך איהם געזאגט אז אויב דריידט ער זיך מיט א קב גרינע אין טאש זאל ער זיך לכתחילה מייאש זיין...) אבער דאס איז זיכער אז ער וועט קיינמאל נישט אוועק וואקן און גיין פון דארט זאגנדיג ס'איז צושפרייט און ס'איז מיר נישט ווערד צו מטריח זיין און אויפהייבן.

למעשה בלייבט די גמרא מיט א תיקו, אבער וואס רבי ירמיה זאגט דא איז: מ'האט נישט אוועק געשטעלט די זאך פארוואס 4 איז די נאמבער, וואס איז געפאלן אז איך שטעל איהם אויף די נאמבער, האט דאס מיט די ביליגקייט פון די זאך? מיט די טירחא וואס ס'נעמט אריין?

די זיבן שאלות

דער תפארת ישראל שרייבט אין מסכת אבות:

העיון וההתעמקות בהעניינים שלומד. שלא יזוז משום דבר שלומד עד שישאל וישיב לעצמו על ז' שאלות, 1. מי, 2. מה, 3. למי או את מי, 4. מתי, 5. איה, 6. איך, 7. ולמה. שכשתדע להשיב על אלה הז' שאלות, יבורר לך כל דבר חמור ועמוק.

לאמיר נעמען מצוות תפילין.
ווער לייגט? מענער העכער 13 יאהר.
וואס ליייגט מען? תפילין.
פאר וועם לייגט מען? פאר זיך אליין (אויסער אויב איר זענט א ליובאוויטשער...)
ווען לייגט מען? יעדן טאג אויסער שבת ויום טוב.
וואו? אין יעדע פלאץ אויסער במקומות המטונפים.
ווי אזוי? האט דאך יעדער זיין מנהג.
און פארוואס? די טעם המצוה כמבואר ביי יעדע מצוה.

דא אויך, כאטש צו לייגן תפילין דארף מען נאר זאגן פארן בר מצוה בחור אז מ'דארף לייגן תפילין יעדן טאג ביי שחרית, און ער וועט לייגן.

אבער אויב זאגן מיר איהם נישט די אלע זיבן זאכן, ווען ער וועט זיך טרעפן אין א שאלה: ער האט אויפגעשטאנען שפעט, ער איז פארשפארט אין תפיסה און סאיז א מקום מטונף וכו' וכדו' וועט ער נישט וויסן וואס ער דארף טוען, ווייל די האסט איהם געלערנט נאר אויף א ספעציפישע מעשה, און נישט אויסגעלערנט די יסוד והגדרה.

און ווי דער רמב"ן שרייבט אויף א פלאץ: אם היסוד הרוס איך יתקיים הבנין. אויב די האסט נישט קיין יסוד קענסטו בויען בילדינגס אבער ווען ס'וועט קומען עני קלייניקייט וואס מ'האט נישט אויסגעשמועסט און מ'וועט דארפן מדמה זיין מילתא למילתא וועט דער גאנצער בנין צוזאמפאלן.

אטו תנא כרוכלא

אזוי אויך טרעפן מיר אין גמרא, אזוי אויך פיל מאל אין משניות ווי דער תנא שטייט און רעכנט אויס כיצד: אויב ס'איז 1 וועט זיין אזוי אויב ס'איז 2 וועט זיין דאפלט אויב ס'איז דריי .. און אזוי ווייטער. און אסאך מאל פרעגט מען זיך אטו תנא כרוכלא? ער דארף מיר גיין לערנע חשבון פון 1 פלאס 1? ער האט דאך געזאגט די הלכה און איך וועל אליין מאכן די חשבון 1 2 אדער 3 יעדן מאל לויט ווי גע׳פסק׳נט.

אבער ווען מ'קוקט אריין זעהט מען אז יעדע מאל ס'איז דא אזא שמועס ווערט אוועק געשטעלט די יסודות און הגדרות, מיט יעדע דוגמא א אנדער נקודה. און טאקע ווען ער האט שוין נישט צו מחדש זיין ביסוד הדברים וועט דער תנא זאגן וכן כיוצא בזה.


און איך בין שוין אריבער די 10,000 קערעקטערס....


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל און נאכנישט גערעיטעד. אבער איך דארף געבן א עקסטערע רעטינג פאר דעם שרייבער פלוני פאר'ן ציטירן מיין חתימה....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איך בין דן לכף זכות דיע וואס האבן געגעבן איין סטאר, אז זייער קאפ איז נישט געווען רייף יעצט פאר טיפע שמועסן....


עני וועי, א געוואלדיגע ארטיקל, וואס קען זיין זייער הילפבאר פארן טאג-טעגליכן לעבן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

פיינע נייעס... געשמאק, גוטע פוינט'ס גוטע ווערטער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך שרייב לפי מיטב דמיוני. דער שרייבער האט א טאלאנט צו כאפן דעם עולם. איך שטעל מיך פאר אז ווען ער רעדט, שמייכלט דער עולם נאך פאר ער הייבט אן צו רעדן. דער ארטיקל איז גוט געשריבן. געשמאק צום ליינען. קורץ און צום זאך.

זיין טאלאנט זאגט ער אין דעם ארטיקל. זיין וועלט איז קלאר געשניטן און מסודר. איך וואלט ליב געהאט צו ליינען זיין ארטיקל, וואוסנדיג אז ס'גייט יעצט קומען א קלארקייט אין מיין קאפ אין א קאמפליצירטע נושא.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24612
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נישט שלעכט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

בא'טעמ'טע און אינטעליגענטע שמועס וואס פארט געשמאק מענין לענין.
אגב, "אויב איז דא א גרעסערע מאס אפטיילונגען פון די צוטיילעכטסער וועט זיין לפחות 1 אפטיילונג וואס וועט האבן אין זיך לפחות 2 זאכן" רופט זיך די pigeonhole principle.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

אייזן, פיינע נייעס.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שטארקע נקודה! זייער שיין
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב זייער ליב דעם ארטיקל. זייער א וויכטיגע שטארקע נקודה, מורא'דיג גוט און קלאר מסביר געווען.

איך האב א חשד ווער דער שרייבער איז...
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך יוני 10, 2020 8:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גאר גאר א רייכער און ריכטיגער אינהאלט, יעדער קען האבן ניצן פון דעם. = 5
דער שרייבער א פינעווער מיט אלע מפרשים, איז 100% קאנצענטרירט אויף זיינע פוינטס, און ער לאזט נישט נאך ביז זיין פוינט איז אויסגעקלארט און געשניטן מיט א שארף שפיציגן חלף... די לאנגווייליגקייט וואס שפירט זיך אינמיטן ליינען דעם ארטיקל איז א געווינער גאר, נאך וואס מען איז משיג אז צי דערגרייכן קלארקייט מיז אלעס ווערן אויסגעשמועסט בפרטיות, אפי' וואס ס'זעהט אויס צי זיין פשוט אויפן אויבערפלעכליגן בליק. די ארטיקל איז גאלד אין דעם חלק.
אינזער שרייבער דער פינעווער ציהט אין זיין שריפט כטבעו צום זיבענער, און ער פראבירט צי באפארביגן זיין ארטיקל מיט עקסייטמענטס שאינו תחום שלו.. די אינטערסאנטע קרישקעלעך אינעם ארטיקל ליידט פון פינעווער טריקנקייט.. = שרייבן 3
אוועראלל = די שריפט איז למעשה קאנוויסינג, האלט דעם קאפ אין שפאן. דער נושא ציט אבער נישט גענוג אן פאר א שרייבעריי פארמעסט = 4
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

אויב איך וויל רעיטן 15 און עס איז נאר דא פלאץ פאר 5 האט איינער א עצה פאר מיר?

איז דא נאך א וועג וויאזוי עס צו צוטיילן אויסער 3 מאל 5?

לכאורה מיינט דאס אז אייביג ווען איך וויל רעיטן א ארטיקל און מ'קען נאר רעיטן ביז 5............ ווער קען צוענדיגן??
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די פוינט וואס איך טרעף דא איז אז דער שרייבער פראקטעצירט זיין ארטיקל, ער צולייגט דא די טאפיק צו זיין שורש און יסוד, טאקע דאס וואס ער שרייבט אינעם ארטיקל.

די שפראך...ממ.. שוין אין וואלט געגעבן איינס, נישט ווייל סאיז א שוואכטע שפראך, נאר סאהאט נישט איין שניט פון שרייבן. אבער מצד שני סאיז נישט קיין ארטיקל וואס ער מוז זיין מוראדיג שרייבעריש נאר ער דארף אריינקומען קלאר ארויסברענגענדיג זיין פוינט און דאס טוט ער זייער גוט, סא שפראך 3.

אינהאלט געב איך א 5.
איך קענעקט צו אזעלכע נושאים און איך וואלט געוואלט ליינען נאך איבער די סארט ענינים. א זאך צום שורש הדבר און היגיון, מיין שוואכקייט, און פאר דעם אווער אלל אויך א 5.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך יוני 10, 2020 9:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פעיק נוז האט געשריבן:איך האב זייער ליב דעם ארטיקל. זייער א וויכטיגע שטארקע נקודה, מורא'דיג גוט און קלאר מסביר געווען.
איך האב א חשד ווער דער שרייבער איז...

דו האסט דאך א נגיעה דא... סוואלט מיר אויך געשמעקט איינער זאל באמערקן מיין אינטערשריפט, און נאכדערצו אויך אראפברענעגן...

און לגבי דער שרייבער, איז דאס נאר איין קאנספיראציע, דו דארפסט נעמען אין חשבון אלע 20 קאנספיראציעס און ארויסשניידן וועלכע איז אמת... :grin:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער שרייבער שיינט מיר צו זיין א בן תורה, און אויך א בר דעת!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכאורה האט געשריבן:דער שרייבער שיינט מיר צו זיין א בן תורה, און אויך א בר דעת!
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

קעפל איז קריעטיוו.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער הנאה געהאט און אויך גערעיט לפי רוב הנאתי.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

דער ראפשיצער זצוק''ל האט געזאגט "ס'נישט דא קיין קרומערע זאך ווי א גלייך ווערטעל.
פון די ארטיקל קומט ארויס אז ס'נישט דא קיין גראדערע זאך ווי א דריי...
זייער שיין!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

פעיק נוז האט געשריבן:איך האב זייער ליב דעם ארטיקל. זייער א וויכטיגע שטארקע נקודה, מורא'דיג גוט און קלאר מסביר געווען.

איך האב א חשד ווער דער שרייבער איז...

געהאט די זעלבע געפיל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געזעהן דעם שבת בשם ר' ישראל סאלאנטער א ווארט וואס האט מיר זייער דערמאנט דעם געדאנק דא.
זאגט ער אזוי: צו ריכטיג איינקעשן א חידוש דארף מען נאכן פארשטיין צוריק גיין און זעהן וואס האב איך פריער נישט פארשטאנען און ווי אזוי פארשטיי איך דאס שוין יעצט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער זייער קלאר יישר כח
בליץ
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

דירעקט שטארק הנאה געהאט סיי פון די שרייבן, און סיי פון די אינהאלט און חומר למחשבה
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #11 - א גראדער דריי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

זייער הנאה געהאט פון ארטיקל און די תוכן. עפעס אנדערש, איי מיען, א גראדער דריי!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”