שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
א מעכטיגע ארבעט מיט אסאך מוסר השכל.
עס עקזיסטירט נישט קיין רעאליטעט נאר דער מענטש'ס נשמה און זיין תורה ומצוות.
קיינער און גארנישט גייט נישט אין ערגעץ, די גאנצע זאך איז בלויז א דמיון וואס דער אויבערשטער האט באפוילן די בריאה צו אויסשפילן.
לעבן אין טויט איז אויכעט אלעס רעלאטיוו צום מענטש'ס בליק, די נבראים זעהען גאר זייער שטערבליכקייט אלץ א פריווילעגיע, די עכטע מערדערס זענען די מענטשן וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן די כוח צו דעצידירן די רעאליטעט.
יעדער נברה קומט פרי-פראגרעמט מיט א געוויסע עצמיות וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין אים אבער דאס אלעס איז נישט א רשות בפני עצמה נאר א חלק און א הארמאניע פונעם אויבערשטנס מלוכה, אבער דער מענטש מיט זיין א"ג עצמיות צוברעכט כביכול די הערליכע יצירה.

- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
אוי איז דאס שרייבעריש! WOW איז נישט דאס ווארט, טאקע געדארפט אביסל אנשטרענגען, ס'נישט פאר נאכן טשולענט ..
אן א שיעור טאלאנט ליגט דא! נישטא קיין ווערטער... יישר כח!

- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18792
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
פרייטאג צו נאכטס ביי אודה לקל זינגענדיג והחיו העניה איז מיר 'אנקעגן געקומען' (אדער איך בין אנטקעגן געגאנגען) די ארטיקל, עפעס בעט זיך די נשמה מאך מיר לעבעדיג לאז מיר נישט טויט, איך האב אבער נישט געקענט אריינלייגן דעם געדאנק אין די ווערטער, יעצט ווען זאכן זענען קלארער זעה איך דא גאר א שטארקע געדאנק.
א מענטש דריידט זיך אויפן וועלט מיט עליות וירידות, נישט איינמאל און נישט צוויי מאל טרעפט ער זיך במדריגה התחתונה כל אחד לפום דרגא דיליה, וויפל מאל שטייט מען אויף לינקס שבלינקס, גארניש גייט נישט, נישט די דאווענען, נישט די לערנען, עפעס נישט אזוי די שלום בית זי האט היינט צופיל טענות אויף מיר אדער מיטן שרייבערס שפראך זי קומט מיר היינט צופיל אנקעגן. און משום מה די קינדער זענען אויך נישט אין די בעסטע מוד, ביי זיי איז דאס זייערע פנימער וואס קומען אנקעגן אין ריכטונג פון מיינע הענט.
מצד שני איינער וואס איז מושלם דער איז א פאראייביגטער, א מענטש איז א הולך אדער ארויף אדער אראפ, איינער וואס שטייט אויף איין פלאץ ער ווערט פאראייביגט דער איז אדער א מלאך אדער א טויטער.
זאגט דער משורר ימצאה מקושטת בטלית וטוטפת כמו כלה מקושטת, אבער אויב איז עס תמיד בבוקר בבוקר איז ער דאך פאראייביגט, ער לעבט נישט, ער ווערט נישט גרערסער ער שרינקט נישט איין, ער גייט נישט אויף איין ריכטונג און זיכער נישט אויף צוויי. ס'איז תמיד בבוקר בבוקר.
און אוי א בראך דער וואס פאראייביגט זיין נשמה צי די פארקערטע זייט מטונפת כמו שפחה נחרפת תמיד בבוקר בבוקר, דער ערשטער איז לפחות פאראייביגט מיט א לעבעדיגע טויט דער איז אבער פאראייביגט מיט טויטליכע טויט.
בעט זיך נאר די נשמה: והחיו העניה, האלט מיר לעבעדיג, פאראייביג מיר נישט אין קיין עומד, איך האב פארשידענע מצבים, יחידה, תמה, נקיה, און אויך עניה. מאך זיכער סווערט נישט קיין תמיד, זעה סזאל זיין אויך ימצאה מקושטת, אבער זיי קלאר אז כל זמן פון מאל צו מאל איז דא א ימצאה מטונפת איז דאס א סימן אז דו לעבסט נאך און דו ביסט נישט פאראייביגט.
מאך נאר זיכער די לעצטע פאטש געבסטו, און די מאמענט וואס וועט פאראייביגט ווערן זאלסטו זיך געפונען אין א טלית וטוטפת.
אשר נפשו לא חיה, איך יזכה לאור הבוקר?!
ואשר נפשו חיה, יזכה לאור הבוקר!
לגבי רעיטן איז א שטיקל פראבלעם, ווען סאיז דא א פארמעסט פון וויין און איינער פארשטייט נישט צו וויין איז איין פראבלעם, אבער ווען איינער קומט אריין ביי א פארמעסט פון וויין און ברענגט א גאר טייערער וואונדבארע בראנפן, ווי איז שייך צו רעיטן די בראנפן קעגן די וויין סאיז דאך גאר גאר עפעס אנדערש!
ווען סאיז דא ווען די אפשן פון 'גאלד סטאר' וואלט איך געדריקט און דו ביסט יעצט דער געווינער.
און ווי איך האב שוין געשריבן אויבן די ארטיקל האט עפעס וואס קיינער האט נישט, דו קענסט איבערליינען און איבערליינען און אויך ביים צענטן מאל ליינען יעדע שורה און נישט פילן אז מקען סקופן איינס צוויי ווערטער ווייל איך האב שוין געליינט.

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
יעצט איבער געליינט נאכאמאל.
חוץ פון אלעם, שמייסט ער אריין אין די מענטשהייט אן קיין רחמנות! פון אלע זייטן! ממש א מוסר שמועס!

- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
שוין, מיין צווייטע פראובע האט זיך אויך נישט איינגעגעבן,
כ'האב ערנסט מורא, כ'בין א אנאלפאבעט..
כ'ברויך רש"י מיט תוס'
כ'האב ערנסט מורא, כ'בין א אנאלפאבעט..
כ'ברויך רש"י מיט תוס'
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שוין, מיין צווייטע פראובע האט זיך אויך נישט איינגעגעבן,
כ'האב ערנסט מורא, כ'בין א אנאלפאבעט..
כ'ברויך רש"י מיט תוס'
לייג אוועק דיין פאון.. זעץ זיך ארויס אויפן גאניק.. מיט א קאלטן טיי.. ליין עס דורך בעיון.. קאנצענטריר זיך אויף איין שורה אויפאמאל.. ס'ברויך געדויערן בערך 45 מינוט..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18792
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
איך וואלט צוגעלייגט
ליין קודם אלע קאמענטס וועסטו ווערן ארינגעברענגט אין דעם, און דערנאך גיי צוריק צום ארטיקל.
וועסט אפשר פאלירן די סורפרייז פונעם ארטיקל אבער וועסט ענדזשויען די שרייב ארבעט און תוכן.
ליין קודם אלע קאמענטס וועסטו ווערן ארינגעברענגט אין דעם, און דערנאך גיי צוריק צום ארטיקל.
וועסט אפשר פאלירן די סורפרייז פונעם ארטיקל אבער וועסט ענדזשויען די שרייב ארבעט און תוכן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
איינס! הערליך געטייטשט!
מען דארף דא מאכן נאך א באזונדערע פארמעסט פון קאמענטירער און רעצענזיע שרייבער. נשמה, איינס, און נאך - מיר האבן דא ערנסטע קאנאנען!

All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
Yang2020 האט געשריבן:איינס! הערליך געטייטשט!
מען דארף דא מאכן נאך א באזונדערע פארמעסט פון קאמענטירער און רעצענזיע שרייבער. נשמה, איינס, און נאך - מיר האבן דא ערנסטע קאנאנען!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18792
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
Yang2020 האט געשריבן:איינס! הערליך געטייטשט!
מען דארף דא מאכן נאך א באזונדערע פארמעסט פון קאמענטירער און רעצענזיע שרייבער. נשמה, איינס, און נאך - מיר האבן דא ערנסטע קאנאנען!
איך נעם אן די קאמפלימענט
אבער צו מיר לייגן מיט נשמה איז בערך צוריק צו וויין קעגן בראנפן... (איך פערזענליך גלייך א גוטן גלעזעלע משקה און נישט אזא פארשטייער צו וויין..)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
משום מה די קינדער זענען אויך נישט אין די בעסטע מוד, ביי זיי איז דאס זייערע פנימער וואס קומען אנקעגן אין ריכטונג פון מיינע הענט.
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
וואס טוט זיך האט געשריבן:אזא ארטיקל איז געמאכט פאר שרייבעריי מייסטערס, נישט פאר מיך פשוטע ליינער וואס קען דאס נישט פארשטייען.
קען איך עס נישט רעיטן.
איך פיל די זעלבע, איך פארשטיי עס כמעט נישט
איך דארף מיך שעמען?
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
Haklal האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אזא ארטיקל איז געמאכט פאר שרייבעריי מייסטערס, נישט פאר מיך פשוטע ליינער וואס קען דאס נישט פארשטייען.
קען איך עס נישט רעיטן.
איך פיל די זעלבע, איך פארשטיי עס כמעט נישט
איך דארף מיך שעמען?
גראדע האב איך עס שפעטער איבערגעליינט מיט ישוב הדעת, און זייער שטארק הנאה געהאט, דאס איז פון מיינע דריי ארטיקלען.
איך וואלט געראטן זאלסט טוען די זעלבע, לייען עס נישט ווען דו יאגסט דיך און ביזט ביזי, נאר מיט ישוב הדעת, און גרייט איבערצוליינען יעדע שורה אפאר מאל, און העסט עס פארשטייען (און נתפעל ווערן).
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
Haklal האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אזא ארטיקל איז געמאכט פאר שרייבעריי מייסטערס, נישט פאר מיך פשוטע ליינער וואס קען דאס נישט פארשטייען.
קען איך עס נישט רעיטן.
איך פיל די זעלבע, איך פארשטיי עס כמעט נישט
איך דארף מיך שעמען?
ניין!
[size=]חוץ אויב די האסט מורא פון סטאווי[/size]
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
אוראייניקל האט געשריבן:Haklal האט געשריבן:וואס טוט זיך האט געשריבן:אזא ארטיקל איז געמאכט פאר שרייבעריי מייסטערס, נישט פאר מיך פשוטע ליינער וואס קען דאס נישט פארשטייען.
קען איך עס נישט רעיטן.
איך פיל די זעלבע, איך פארשטיי עס כמעט נישט
איך דארף מיך שעמען?
ניין!
חוץ אויב די האסט מורא פון סטאווי
יישר כח פאר די חיזוק, איך האב שפעטער געזעהן פין נשמה אין אנדערע אז מען דארף ליינען היבש אריין אין די ארטיקל צי כאפן פין וואס ער רעדט
גיימיר זיך אראפזעצן רואיג אין ליינען
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
איך לייען נישט אזאלכע ארטיקלען
אויב נאכן לייענען די ערשטע פאראגראף און די לעצטע פאראגראף ווייס איך נאכאלציש וואס דער ארטיקל צילט, מיש איך אוועק
אויב נאכן לייענען די ערשטע פאראגראף און די לעצטע פאראגראף ווייס איך נאכאלציש וואס דער ארטיקל צילט, מיש איך אוועק
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך לייען נישט אזאלכע ארטיקלען

און דערפאר האסטו טאקע נישט וואס צי טוהן... נאגל קאפ געפונען
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
שארף,
אבער שט'אמת
ס'דא אסאך געניג און נאך נארמאלע זאכן צו לייענען
אבער שט'אמת
ס'דא אסאך געניג און נאך נארמאלע זאכן צו לייענען
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שארף,
אבער שט'אמת
ס'דא אסאך געניג און נאך נארמאלע זאכן צו לייענען
איך צי צוריק. אנטשולדיגט כ'האב געמיינט דיין נאמען האט עפעס מיט דיר..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
האאלאו, דו צו נישט! ס'קען וויטון
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך לייען נישט אזאלכע ארטיקלען
אויב נאכן לייענען די ערשטע פאראגראף און די לעצטע פאראגראף ווייס איך נאכאלציש וואס דער ארטיקל צילט, מיש איך אוועק
דאן ווייסטו נישט וואס דו פארפאסט, דאס איז א שטיקל ארט.
אבער ס'נישט ווי א מאלעריי אדער גוטע וויין וואס צומאל דארף מען פארשטיין דערצו כדי הנאה צו האבן. יעדער קען הנאה האבן פון דעם ארטיקל. ליין עס נישט צו ענדיגן, ליין מיט א רואיגקייט שירה ביי שירה, פאראגראף ביי פאראגראף, לייג צו קאפ צו די קינצליכע שרייבן ווערק. מיזט נישט אלעס ליינען אויף אמאל.
בני, אם תעשה כן, וועסטו אוודאי א קורת ריח האבן...
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
א קורת ריח?.?? אויוויי!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
א דאנק פאר אלע קאמפלימענטן און קריטיק, רעיטינגס און שטימען.
גלייכצייטיג וויל איך זיך פארענטפערן פאר די לענגערע תגובה וואס איך האב געשריבן אנהייב אשכול, וואס האט מעגליך געברענגט פאר טייל צו כאפן אז איך האב געשריבן דעם ארטיקל. דאס איז נישט געווען דער ציל.
עס איז געווען כעין א עפילאג צום ארטיקל, נאכן זען אז עס איז נאכמער אומפארשטענדליך ווי געראכטן. הערשט שפעטער האב איך זיך געכאפט אז איך וואלט עס געדארפט אריינשיקן צו בלעכענער פנים, ער זאל עס ארויפלייגן בשם דעם שרייבער.
גלייכצייטיג וויל איך זיך פארענטפערן פאר די לענגערע תגובה וואס איך האב געשריבן אנהייב אשכול, וואס האט מעגליך געברענגט פאר טייל צו כאפן אז איך האב געשריבן דעם ארטיקל. דאס איז נישט געווען דער ציל.
עס איז געווען כעין א עפילאג צום ארטיקל, נאכן זען אז עס איז נאכמער אומפארשטענדליך ווי געראכטן. הערשט שפעטער האב איך זיך געכאפט אז איך וואלט עס געדארפט אריינשיקן צו בלעכענער פנים, ער זאל עס ארויפלייגן בשם דעם שרייבער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19773
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
מזל טוב! באמת נישט געגלייבט יענג קען אנציען אזוי ווייט...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13864
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן
יענג2020
שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל
*****
*****
*****
שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל
*****
*****
*****