שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:03 pm

10
5%
★★
6
3%
★★★
11
5%
★★★★
6
3%
★★★★★
39
18%
6
3%
★★
3
1%
★★★
6
3%
★★★★
7
3%
★★★★★
50
23%
7
3%
★★
3
1%
★★★
9
4%
★★★★
14
7%
★★★★★
37
17%
 
סך הכל שטימען: 214

הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

הערליך הערליך
איין זאך וואס איך כאפ נישט, פארוואס זאגט דער בוים אז ער רוקט זיך אהין און אהער אויסגעצויגן איינגעשרינקן?

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער שרייבער האט אנגעהויבן דעם ארטיקל מיט אזאך וואס ברענגט אריין דעם ליינער אינעם ארטיקל.

די וואונדער איז אלעמאל, וויאזוי מאך איך אז דער ליינער זאל בכלל וועלן ליינען מיין ארטיקל, און אפילו אויב דער ליינער וועט עס ליינען, איז דא א סכנה. און די סכנה איז אז ער גייט ערשט באקומען צופרידנהייט שפעטער אינעם ארטיקל, און וואס איז די פראבלעם? די פראבלעם איז אז ער גייט ווערן אויסגעשעפט.

פארוואס?

ווייל ער מוז זיך צווינגען אנצוהייבן ליינען. גארנישט האט אים נישט געצויגן אויף אנצוהייבן ליינען. און דאס אז ער שטעלט זיך פאר אז ס'קומט א גוט'ס, איז נאכנישט גענוג. אבער ווען דו הייבסט אן אן ארטיקל מיט עפעס וואס מאכט אים נייגעריג, האסטו פשוט געשפארט כוחות פאר'ן ליינער. מיט אפאר שורות און ער איז שפירט זיך באקוועם. די באקוועמהייט וואס עס האט איינער וואס גייט גלייך, און אוועקגענומען די פלאג פון איינעם וואס קריכט בארג ארויף.

א פאר ווערטער, און דעם ליינערס קאפ איז דא.

די זאך איז: דער שרייבער שטעלט היפש אסאך וואונדער פארן ליינער, מיט די אנהייב פון זיין ארטיקל. אבער די נייגער איז שוין אנגעצינדן. און דאס דארף אים נישט באזארגן.

דער ליינער ווערט מורא'דיג נייגעריג פון וואס די רעדע איז. ממש ווי א קינד וואס וויל צאמשטעלן אלע עלעמענטן אלץ איין פארשטאנדיג בילד. דער ליינער וואס ווייסט נאכנישט פון וואס מ'רעדט, וועט דאס אויך נישט אפלאזן, וואוסנדיג אז ווען ער ווייסט, וועט אים זיין גאר געשמאק און גוט.

דער ליינער ליינט און ליינט ווי דאס קינד וואס קוקט אהער און אהין אויפצוכאפן און מאכן סענס פון וואס עס רעדט זיך. דער ליינער ווערט מער און מער אנגעצויגן דאס צו פארשטיין, דער ליינער האט ערוועקט די מעכאניזם פון וועלן פארשטיין, וואס דאס איז דער ערשטער מאכאניזם וויאזוי דער מענטש קומט צו וואו ער קומט אן. אט דער מעכאניזם טוט דער שרייבער אנצינדן אז דאס זאל ארבעטן שטערקער און שטערקער מיט יעדע פארבייגענדער פאראגראף.

איך האלט שוין ביי די פאראגראף: איך האב פארלוירן א באדייטנדע שטיק פונעם קארע, און נאך ערנסטער, אביסל פון די אינעווייניגסטע רונדעס, אבער זייענדיג צוויי און זיבעציג פיס הויעך און ארום ניין פיס ברייט ביים פונקט פונעם קלאפ... מיינע צווייגן האבן געטרייסלט אין שאק, גענוג אז א נעסט איז אראפגעפאלן, און איך בין געווען אזוי צושאקלט אז איך האב ארויסגעלאזט א ברום.

פון וואס רעדט דער שרייבער וויל איך וויסן, פון א בוים? צוויי און זיבעציג פיס הויעך? וואס איז דאס? א נעסט? רבש"ע מיין ערשטע אינסטינקט מיט וואס איך האב געזעהן און באטראכט, געלערנט און פארשטאנען די וועלט, האסטו דערמיט אויפגעבראכט. טאטע וואס קומט דא פאר?

און איך ליין ווייטער.

זיי דארפן זיך נישט דרייען צו די ביימער פאר טויט, אויב טויט איז וואס זיי ווילן זען, זאלן זיי...

פון וואס רעדט ער דא? און וואס איז די ווארט 'דעמבן', אפשר דארט ליגט די אנטשיידונג?

לאמיר נאכאמאל אנהייבן און מיט די בלורי אינפארמאציע וואס איך האב שוין צאמגעקליבן וועט אפשר מער ווערן פארשטאנדיג, און דאס איז די צווייטע מאל וואס די מאמע קומט געבן עסן. וועל איך פרובירן פארשטיין מער וואס דאס איז.

אקעי. לאמיר ארויסשטעלן א פראבע. "ער רעדט פון א פערד". און לאמיר זעהן צו דאס מאכט סענס לויט די עלעמענטן וואס איך באגעגען. גענוי אזוי טוט א קינד ווען ער לערנט זיך די וועלט.

ניין. ער רעדט נישט פון א פערד, עס שטומט נישט מיט די קומענדיגע עלעמענטן וואס זיי ווייס איך שוין יא וואס זיי זענען. איז פון וואס רעדט ער?

פון וואס רעדט ער: זעכציג פיס אין יענע צייטן?

ס'קען נישט זיין אז ער רעדט פון 'פערד'. ווייל ער שרייבט: און דער פערד צו פארנומען צו לויפן, בכלל צו קוקן אויף מיר. ווער איז דער 'מיר' ? וואס קומט דא פאר?

איך בין עס אנטקעגן געקומען מיט א רואיגע שנעלקייט, בערך די זעלבע ווי קעגן א פערד וואס שפאנט, אבער אין א נייע גאנג. עפעס רעדט ער דא פון א זאך וואס קומט אנטקעגן א פערד, אנטקעגן א אטאמאביל. אבער וואס? וואס?

בעפאר איך בין געוואקסן א פיס הויעך. א פיס הויעך. א פיס הויעך?

צו רעדט ער פון א 'שאטן' ?

אין יענע צייטן האב איך זיך אונטערגעהערט אסאך געשפרעכן אויפן שטראז. זיך אונטערגעהערט? ווער?

צו רעדט ער פון א 'וואגן' ?

אקעי איך מיין איך האב עס: רוב פון זיי צו קליין מיך צוצוברענגען זיך צו רירן, ווייל זיי האבן מיר נישט עכט געקענט זען. צוברענגן זיך צו רירן? נישט געקענט זעהן? איין מינוט, ווארט, זאגט דאס קינד, נאך אביסל און איך ווייס ווער דאס איז. אזוי ווי אלע אנדערע זאכן וואס השי"ת לערנט מיט מיך. ווארט. איך האב שוין גענוג עלעמענטן, און איך האב שוין גענוג אויספרובירט אסאך דורכגעפאלענע פריווען, וואס זענען אריינגעפאלן אין די לעכער וואס עס האט זיך געשאפן צווישן עלעמענטן וואס האט זיי סותר געווען.

צופיל האזלעך שטארבן אויף דעם אופן, הארט ביי מיינע פיס. וואס מיינט א 'דעמב' ?

א בוים!

איך האב עס נישט פארזעהן. אויב ס'איז א בוים. איינע פון די עלעמענטן איז: איך בין פון א פאמיליע מיט הארטע פרינציפן און ערנסטע זעלבסט רעספעקט.

ווואוווו. אקעי דאס איז עס.

יעצט לאמיר אנהייבן נאכאמאל ווי דאס קינד וואס קומט צו זיין באבע ביי די איין יאר.

דאס איז עס. מיר שטייען און זיי גייען. לויט מאנכע איז עס פאקטיש מיט די זוהן.

יעצט וויל איך פארשטיין וואס ס'מיינט: שטערבליכקייט איז מיין פריווילעגיע, און עס איז אוועקגענומען געווארן פון מיר. אין א רעגנדיגע נאכט.

און יעצט נאכאמאל, ווי א בר מצווה בחור'ל.

כדי צו קענען וואס דער שרייבער קען. דארף מען קענען שפראך. דער שרייבער באנוצט זיך, זיך אויסצודרוקן מיט ווערטער וואס זענען נישט אויף די זייטיגע שעלווס פון די מיילער פון געווענליכע שרייבער. עס איז נישט נאר די ווערטער וואס ער נוצט, עס איז אז ער ווייסט וויפיל ווייסע רויזן צו נוצן און ביי וועלכע צאמשטעל אינעם וואזע צו נוצן וועלכע בלום.

מיר אלע האבן אן אוצר פון בלומען, צווייגעלעך מיט גרינע בלעטעלעך, און נאך, אבער, אדער מיינען מיר אז מיר דארפן עס נוצן צו סך, אדער צו ווייניג, אדער צו סך פון איין מינע אויף איין פלאץ.

ליין גוט אדורך דעם ארטיקל, נעם אריין אין דיר די גייסט פונעם שרייבער, ווייס און פארשטיי אז דער שרייבער איז געבויט אויף דיקע ביכער פון שרייבערס פון דורות דורות. נעם עס אריין אין דיר. און זיין פלאג זיך צו לערנען שרייבעריי וועט איבערגיין אויף ווייטער און אויפטון דערמיט לכבוד שמים.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

wow! דאס איז אן ארטיקל מיט פירוש רש"י ותוספות...

יאפ, דאס דארף מען גרוטלעך אפלערנען, און ארויסנעמען איידיעס פון דא אויף למעשה: וויאזוי צו ווערן אן אמת'ער גוטער שרייבער!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הייליג האט געשריבן:הערליך הערליך
איין זאך וואס איך כאפ נישט, פארוואס זאגט דער בוים אז ער רוקט זיך אהין און אהער אויסגעצויגן איינגעשרינקן?

איך גיי דיר זאגן, אבער ווער ס'וויל די הנאה פון א שרייבעריי, זאל עס נישט ליינען. דאס איז די איבערגעדרייטע אינעם 'זיי קלוג' קעסטל.

דו שטייסט אויף איין פלאץ, און ווען דו ווילסט גיין, איז עס דער בוים וואס הייבט זיך און פארגרעבערט זיך קומענדיג נענטער און נענטער צו דיר און נאכדעם איז ער דער וואס פארקלענערט זיך. דער זעלבער בוים טוט עס פאר יעדעם פון אלע ריכטונגען. לויט ווי שנעל יענער גייט.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך יוני 10, 2020 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נשמה, ביסט ריייייייייזיג!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הייליג האט געשריבן:הערליך הערליך
איין זאך וואס איך כאפ נישט, פארוואס זאגט דער בוים אז ער רוקט זיך אהין און אהער אויסגעצויגן איינגעשרינקן?


דאס איז שוין א געמיש פון דעם בוים'ס מח, אינעם מענטשנס מח....

ס'הייסט.. פארט איז ער נישט קיין בעל מחשבה, ער האט נישט די קוואליפיקאציעס דערפאר, לייגט זיך דער מענטש אריין דארט מיט זיין אייגענעם, אבער ער'ט פארגעסן.... דעם פאקט אז עכט פארט נאר די זאך, נישט דער בוים/דעמב
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

וואו יישר כח "נו גוט נו שוין" און "נשמה"

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:נשמה!!! פונקט דאס האסטו פארפאסט?..

א שטיק פאעזיע, ארט, טאלאנט אין שרייבן און קריעטיוועטי ביינעזאם. אויסציען און צענעמען אזא פשוט'ע אקט ווי אריבער שפאצירן א ביימל אזוי ברייט און טיף ווענגלייך הומאריסטיש און זאגאר מיסטיש.. דאס דארף מען קענען!

פאלט אייך נישט איין אפשר נשמה האט דאס געשריבן?! Just kidding

כהעל מוזן איבערליינען אין א רויגע מינוט סאיז צו טיף פאר מיר צו ליינען אזוי שמירדיר
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נשמה!! דו ביזט דאך אזוי מין זיס!... אך ווי זיס!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דער אמת איז אז דער שרייבער ברענגט מיר קנאה געפילן. נישט ממש קנאה, אבער עס ערוועקט זיך מיין אינערליכע רצון צו שרייבן אזעלכע סארט פאעזיע. איך האב נאר מורא אז איך טויג נישט..

די ארטיקל רעדט זייער צו מיין הארץ. (ש'כח, ווער איז נייגעריג?) דו שרייבער האסט א הערליכער פענע, א שריפט פון גאלד, דיינע ווערטער גלעטן אזוי ווארעם מיינע גלידער. א ברכה אויף דיין קאפ!

אביסל איז א שאד אז די טעמע איז א טרויער'דיגער. עס לאזט מיר מיט א ביטערן טעם אין מויל. קלערט דען דער טויט אז ער פארגרעסערט זיך אויך ווען מענטשליכע מוחות קומען נענטער צו זיין מציאות? לאז מיר ענדערש איר באטראכטן ווי דאס קליין פינטל. ניין, לאז איר בעסער אינגאנצן איינגעשרינקען ווערן, אינגאנצן פארשלונגען ווערן אין דאס געטליכע מאיעסטעיט, ווי עס זאגט אונז טאקע פאָר דער נביא "ובלע המות לנצח". פארשווינדן. נישטא מער.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קען מיר איינער מסבר'ן די לעצטע פאר שורות?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער ערשטער ארטיקעל וואס איך בין מגיב. גאר א גוטע ארבעט, זייער פאעטיש, מיט א רייכע שפראך און טרעפליכע געדאנקען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אין איין ווארט, אויסנאם שריפט! טאלאנט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

געדארפט איבערליינען 3 מאל צו פארשטיין פונקטליך, אנביליוויבל טעלענט!
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

דעם ארטיקל האב איך געדארפט דריי מאל רואיג איבערליינען געהעריג צו פארשטיין דערצו, אבער ס'איז נאר א מעלה, אין הייסן בור קען מען אויך נישט געבן א פלאטשקע אריין, און א גלעזל וויין דארף מען אויך טרינקען צושטייטלעך הנאה צו האבן פון יעדע טראפ, און דאס גופא איז דער געשמאק שבו.

די טעמע איז אוט אף דיס ווארלד, די שפראך איז עפעס וואס רוב גרעיפ זשוס טרינקער וועלן מסתם נישט אפרישיעטן - אבער אזוי טיף און געשמאק!

אזא ארטיקל טרעפט מען ניטאמאל אין די עליטע אויסגאבעס, אזא סארט שרייבעריי איז נישט עפעס וואס דער טיפישער אמעריקאנער קאמיקס ליינער ברויך, אבער אט דאס הייסט נשמה (נדנ, אדער יא?) שפראך!

גאר שטארק הנאה געהאט, שכח!
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

ניין! איך בין נישט קיין שרייבער און שרייבעריי וואס ווערן צו קאמפלעצירט איז נישט פאר מיר.
אבער דער שרייבער דא איז עפעס א אויסנאם. קודם די ערשטע חלק האב איך מיר געהאלטען מיין קאפ, וואס וויל ער פון מיר? איך מיז וויסן פון וואס ער רעדט, א שטיין א turtle אדער גאר די וועלט אליינס...
און פון די מינוט וואס ער האט מיר אריינגעכאפט אין די בוים האב איך זיך שוין נישט געקענט זען ענדיגען ליינען, ער האט מיר אריינגעטראגען אין א אנדערע וועלט אינגאנצען.
ס׳האט מיר ממש גענומען א מינוט ארויסצוקריכן פונעם בוים.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נישט נארמאלע טאלאנט! אויסנאם גוט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאך אלע קאמענטס דא איז נישטא וואס צוצולייגן
אויסערגעוונליך דיפרענט ארטיק... עם.. שרייבע.. ניין סאיז נישט די ריכטיגע ווארט, אפשר ארט'יקל'עריי? נע מאכט נישט קיין סענס, וועלן מיר מוזן ווארטן אז דער שרייבער זאל אונז זאגן ווי אזוי ווערט באטאנט אזא מין ארבעט.

נשמה, אויב גיי איך געוואר ווערן אז דו ביסטו נישט דער שרייבער פונעם ארטיקל גיי איך דיר איבערלייגן!
וויפל ארט סליגט אינעם שרייבערס ארבעט ליגט כנגד זה דיין קונץ צו דאס אזוי גוט אנאלעזירן. און דאס מיינט אז אויב האסטו נישט געשריבן קענסטו אזא זאך שרייבן, און ווען מ'קען און מטוט נישט כאפט מען.

און נאך א נקודה, אויסער שפראך פארמאגט שרייבעריי אויך כללים איבער די קאמעס און דאטס.
ווער נאך ווייסט ווען ניצט מען יעדע פון די פאלגנדע סימבלס , . ; : - ? (די לעצטע איז פאר מיין שאלה...)
דא איז די גאנצע ארטיקלעריי (סקלינגט גראדע גאנץ גוט) צולייגט און געזעצט מוראדיג אויפן פלאץ, צוזאם מיט יעדן דאט און קאמע, וואס דאס איז א פאך פאר זיך.

נאכן ליינען די ארטיקל אפילו אויב קען איך נישט די כלל ווען לייגט מען טאקע א ; ווייס איך שוין יעצט ווען מלייגט נישט.
דארט ווי דער שרייבער האט נישט געלייגט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

האב איך געהאט אפאר מינוט משכ'ן שבת צו ענדיגן אלע ארטיקלען און חוזר חזרה זיין א חלק, רוב האב איך נאר געבליקט, וייל איך ווייס דאך שוין וואס ער שרייבט, וואס די נושא איז, און וואס די גאנג פונעם שרייבער איז.
ווען סאיז געקומען צו די ארטיקל איז גאר א אנדער מעשה, ווי רש''י ברענגט די וואך כשד הזה כל זמן שאתה מממשמש בו, איך וואלט נישט געזאגט אויף דעם 'כל זמן' ווייל דאס איז שוין פארכאפט ביי אונזער תורה, אבער בזמן קען רואיגערהייט גיין אויף דעם ארטיקל.
די איינציגסטע פראבלעם מיט דעם ארטיקל אז ווען איך פראביר טראכטן וואס איז געווען אין שרייבערס קאפ, בין איך אינגאנצן צימישט.
איך זעה די שיינקייט און קונץ פונעם גאנצן געשרייבעכץ, אבער די נקודה וואס דער שרייבער וויל האב איך נישט ארויס. ער הייבט דאך אן אז די ווייטאג איז אז מהאט אוועקגענומען זיין שטערבליכקייט און איהם פארטוישט מיט א אייביגקייט (טויט ) אבער כאפ איך נישט געהריג פארוואס אויב ער זעהט איהם פארן טויט ווערט ער פאראייביגט אלטסן טויט אליין.
איך זעה נישט אז איינער זאל האבן זיך באצויגן אויף די תוכן אליין, יענג האט אביסל צולייגט, אבער איך בין ארויס א צימישטער.

איך האב נאכנישט גערעיט דעם ארטיקל, איך קען יא באשטיין איהם צוגעבן א 5 אויף אינהאלט אויך אבער איך וויל נישט געבן ווייל יעדער האט געגעבן איך וויל געבן ווייל איך האלט אז סקומט איהם.
אפשר שיק מיט בלעכענע א שטיקל אויסקלארינג..,
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קול זעקה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קול זעקה »

דעם רעיון ווער שוין דערמאנט אין מס' נזיר אז די פרה טראכט וואס ד. מ. אז דער מענטש טראכט וואס זי וואלט געדארפט טראכטן

אויך אין פסוק אין יונה אז די שיף האט געטראכט זיך צו צוברעכן
718-480-5349
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אויב דער דאזיגער ארטיקל איז טיף, איז דער סיום עמוק עמוק; פחד פחדים וואס אונזער שרייב מייסטער האט דא דעליווערט!

דעם דרייווער קומט זיך מיתה, ווייל אין זיינע די לעצטע רגעים האט ער מיר - לעבעדיגע דעמב - 'פארטוישט פאר טויט'; ביי זיך אין זיין מענטליכער מוח האט ער מיר אפגעשאצט און אריינגעשטעלט אינעם הארטן קאטעגאריע פון דומם. ניין איך בין נישט טויט; איך לעב; איך בין שטערבליך', ווייל נאר א שטאַרבער לעבט. ווידעראום דאס אייביגקייט (דומם, ברוחניות ובגשמיות) איז מתחילה גארנישט מער ווי טויט.

וואף!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך קען נישט וועהלן דא,
די קעפל איז שטארק ציענד,
אבער לייענענדיג, האב איך זיך געפילט ווי א אנאלפעבעט..
כ'זעה ווערטער, כ'זעה א סענטענס, אבער כ'קען זיי נישט צאמשטעלן אין א פערעגראף,
כ'לייען די ערשטע פערעגראף, כ'האב קיין אאאאנונג וואס דער וויל,
כ'לויף צום לעצטן פערעגראף, די זעלבע,
געגאנגען צום נעקסטן ארטיקל..

מסתם מיין חסרון
לעצט פארראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום זונטאג יוני 14, 2020 3:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נאכן לייענען אלע קאמענטס, בין איך קאנווינסט אז ס'מיין חסרון,
העמער פראבירן מארגן נאכאמאל
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

קונצליך!!!!
ס'ליינט זיך ווי א פארצייטישע פייט, יעדן ווארט מיינט צען.

האסט נישט ארויס דעם גאנצן בילד ביז'ן ענדיגן צו ליינען, ביז צו די לעצטע שורה!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #9 - טויט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

בשם די שרייבער:


איינס האט געשריבן:די איינציגסטע פראבלעם מיט דעם ארטיקל אז ווען איך פראביר טראכטן וואס איז געווען אין שרייבערס קאפ, בין איך אינגאנצן צימישט.
איך זעה די שיינקייט און קונץ פונעם גאנצן געשרייבעכץ, אבער די נקודה וואס דער שרייבער וויל האב איך נישט ארויס. ער הייבט דאך אן אז די ווייטאג איז אז מהאט אוועקגענומען זיין שטערבליכקייט און איהם פארטוישט מיט א אייביגקייט (טויט ) אבער כאפ איך נישט געהריג פארוואס אויב ער זעהט איהם פארן טויט ווערט ער פאראייביגט אלטסן טויט אליין.


די גאנצע ארטיקל האט עטליכע שיכטן, ווי יענג האט געשריבן, און דער אויספיר אויך. עס ענדיגט זיך אזוי אפגעהאקט, נישט נאר צוליבן בוכשטאבן באגרעניצונג נאר אויך צו געבן דעם געפיל פון האסטיגן אפשטעל, ווי דאס לעבן פונעם דרייווער איז פלוצלינג פארשניטן געווארן.

מונאוויטש האט שוין געשריבן איין טיפע באדייט פונעם אויספיר, אבער לאמיר שרייבן דעם טייטש פון די ווערטער און לאזן יעדן אפלערנען זיין באדייט. דער דעמב שפירט ביי זיך, אז ווען דער דרייווער האט געקוקט אויף אים מיט ברייט-צעעפנטע און פאר'פחד'נטע אויגן שטייענדיג הארט בעפאר יציאת נשמה, ווען די צוויי-און-זיבעציג-פיסיגער ריז האט אינגאנצן איבערגענומען זיין ראיה קומענדיג אלץ נענטער אים איינצושלינגען, איז דער בוים איינגעקריצט געווארן אין זיין וועזן פארן מלאך המות אליינס. דאס איז אפגעסטעמפלט געווארן בחותם של אש, און קען זיך שוין נישט טוישן ווייל דער מענטש לעבט שוין נישט. אבער - על משקל אין הנחש ממית אלא החטא ממית - דער בוים איז נישט מוות אליינס, כאטש דער מענטש איז טאקע דער'הרג'עט געווארן דורכן בוים. פאר טויט אליינס דארף ער קוקן זיך אין די אויגן, זען זיין אייגענע נטיה פאר רציחה און השחתה, און באגרייפן אז ער איז דער וואס ברענגט מיתה אויף דער וועלט. ווען נישט זיין נארישע איילעניש פאר פאלשע פראגרעס, למשל, וואלט דאך דער בוים קיינמאל נישט אנטקעגנגעשפרינגען אים צו פארציקן!

לעבן איז נישט קיין אייביגקייט. א לעבעדיגע זאך טוישט זיך, אטעמט אריין און פאסט זיך צו צו זיין סביבה. בלויז דער בורא איז חי לעד וקיים לנצח. א נברא וואס איז אומטוישבאר איז דער באדייט אז עס איז טויט.
השחתה, טויט אליינס, קלקול, זיי זענען אייביגקייטן. אויב איז א וועלט חרוב געגאנגען, א לעבן איז פארשניטן געווארן, איז דערנאך - את הנעשה אין להשיב. אויך אויב וועסטו פריש אויפבויען די וועלט איז עס א נייע וועלט, נישט די אלטע וואס לעבט ווייטער. (חוץ פון די חידושים פון תשובה און תחיית המתים, וואס זענען ביידע נישט מעולם הטבע).

דער בוים איז נישט קיין פארגליווערטער כלי משחית פארשטעלנדיג טויט אליינס. ער לעבט, און ער איז טוישבאר. ער האט הנאה פונעם זינג-פויגל, ער קען נישט דערליידן די וועווערקעס. ער גאלאפירט קעגן א פערד מיט א פרישקייט, און פלאטערט קעגן אן אויטא אויפן שטראז מיט ווידערווילן. ער איז א לעבעדיגע טייל פונעם בריאה ארום, כאטש ער אטעמט שוין היינט פארפעסטעטע ווינטן און אין שטערנלאזע נעכט שפירט ער א מידקייט. ער איז נישט קיים לנצח - אט קומען שוין די שלוחים פונעם שטאט-ראט מיט עלעקטרישע זעגן.
צו זען אייביגע קלקול אויף דעם וועלט, טענה'ט דער פרידליכער בוים, דארפסטו אריינקוקן אין די אויגן פונעם אייביגן פארניכטער, דער מענטש, וואו די זוהמא של נחש זעט זיך נאך אן.
ותורה תבלין.

(אונטערן רושם פון די ראיאטן, ווען דאס אייביגע טויט זעט זיך אן אין מענטש'ס אויגן גרינגער ווי געווענליך).
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”