שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1558
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
[align=center][/align]
א שרייענדע שטילקייט האט געהערשט אינעם אונטערערדישן בונקער, עטליכע שטאק אונטער די בערלינע גאסן, א שטילקייט וועלכע מען האט געקענט טאפן אין די לופט, אזא שטילקייט וועלכע האט געשריגן מער ווי טויזנטער קלונגענדע גלאקן, די שטילקייט איז בלויז איבערגעהאקט געווארן פון ערד ציטערנישן, וועלכע זענען פאראורזאכט געווארן דורך די נאכאנאנדע באמבעדירונגען פון די אליאירטע ארמייען איבער די בערלינע גאסן, ווען די גאנצע געביידע ציטערט אויף ביז אין די טיפענישן פון אירע טיפע בונקערן אונטער די ערד, אזש די מעטאלענע הענג לעמפ האבן זיך געהאלטן און איין וויגן, ווי א ווינטל זאל ארום בלאזן אין דעם הערמעטיש פארמאכטן בונקער.
ביים טיש איז געשטאנען דער ווייס האָריגער פעלד מארשאל מיט א שטייפע געזיכט, באלד אזוי שטייף ווי זיינע שטייף געביגעלטע מונדירן, און מיט א שרעק אנווארפענדע מינע פארגעהאלטן דעם גענעראל וואָן ברוק: פארוואס האט דאס געקענט פאסירן, בלויז נאך הונדערט מעטער וואלט דער ׳אובערקאסעל בריק׳ נעכטן געווען פארכאפט ביים פיינט.
דאס איז געווען די איינציגסטע ׳רעטונגס ברעט׳ אין דעם גאנצן געגענט צוריק צו ברענגן מיינע איינהייטן אריבער דעם רהיין, האט גענעראל וואן ברוק אינעם ליכטיג ברוין פוקסן פעל מאנטל זיך אנגעהויבן שטיל פארענטפערן.
א רעטונגס ברעט? האט דער פעלד מארשאל צוריק געשאסן – ניין! א גראָדע אויסגעפלאסטערטע שאסיי פאר אונזער פיינט אריין אין הארץ פון דייטשלאנד, די פארארדענונג פונעם פיהרער איז: נישט דא אזעלכע שאנסן מער.
נישט אזעלכע באליבטע פארארדענונגען, האט גענעראל וואן ברוק זיך געוואגט ארויס צו זידן צווישן די ציין, ׳דאס איז די לעצטער בריק וואס איז אונז פארבליבן׳.
דער ווייס האריגע פעלד מארשאל האט גענומען עטליכע געמאסטענע טריט ווען די אפקלאנג פון זיינע גלאנציגע שטיוול קלונגען אפ אינעם בונקער ביי יעדן טריט ווי טויזנט פונטיגע באמבעס, ביז זיי זענען געקומען צו אַן אפשטעל שטייענדיג קוים א טריט אפגעריקט פונעם גענעראל׳ס געזיכט, וואן ברוק האט געקענט שפירן די ווארעמע לופט פון זיין שווערע אטעם, דער פעלד מארשאל האט אריינגעשטעקט זיינע שארפע אויגן אריינדרינגענדיג אין די טיפענישן פון גענעראל וואן ברוק׳ס בלאנדע אויגן.
נאך א טיפע און לאנגע אטעם האט פעלד מארשאל אנגעהויבן: די לעצטע בריק איז שוין באדראָעט פון די אמעריקאנע, נאך עטליכע שעה און דאס איז אויף פארלוירן. הער גענעראל דו גייסט אויפרייסן דעם רעמאגען בריק אין די ערשטע געלעגנהייט!
וואן ברוק איז צוריק געשפרינגען מיט א טריט און אויסגעשריגן: אויפרייסן? מיר וועלן דאן האבן 75,000 זעלנער געפאנגען אויפן אנדערן זייט רהיין, די מענטשן זענען די לעצטע וואס איז מיר פארבליבן פון די גאנצע פופצנטער ארמיי, די איינציגסטע האפענונג פאר זיי איז די רעמאגען – די לעצט פארבליבענע בריק.
דו נעמסט אויף דיר די קאנסקווענצן אויב די בריק פאלט אריין אין די הענט פון שונא? האט פעלד מארשאל צוריק גענומען דאס ווארט, - די פופצענטער ארמיי וועט געפאנגן אדער געהארגעט ווערן, האט ער קאלט געמאלדן, די פארארדענונג פון פיהרער איז: קיין פוס טריט פון די פיינט וועט נישט באטרעטן דויטשלאנד.
הער גענעראל דאס איז די געשריבענע פארארדענונגען, איך פארלאנג זאפארט דיין אונטערשריפט אז דו האסט ערהאלטן דעם באפעל, פארשטאנען?
וואן ברוק האט געמיינט אז ער שפרינגט ארויס פון די הויט, ער האט א כאפ געטוהן די פלאש פון טיש און א דעמאלאזירטער אנגעגאסן א פיל גלאז שאמפעין און איר פארטריקנט מיט איין שלינג.
פארשטאנען הער פעלד מארשאל, איך וועל אויפרייסן דעם רעמאגען בריק אין די ערשטע געלעגענהייט.
דער פעלד מארשאל האט א כאפ געטוהן דעם אונטערגעשריבענעם דאקומענט אריינגעריקט אין זיין לעדערנע טאשקע, האסטיג צאמגעקלאפט די שטיוול מיט א הייל היטלער סאלוט און ארויסגעיאגט פון צימער.
׳א בריליאנטענע געדאנק צו ענדיגן קריג׳, האט וואן ברוק ארויסגעשאסן צו זיך ווי נאר דער פעלד מארשאל האט פארלאזט דעם צימער - פשוט פארטיליגן א גאנצע ארמיי, בלויז דערלאנגען פארן פיינט דאס וואס ער וויל.
[align=center]*[/align]
א שטויב וואלקן האט זיך דערהויבן אין די לופט ביים וועג אריין צום מיליטערישן לאגער סטאנציאנירט אין די טיפעניש פון די הויכבאוואקסענע וועלדער אויף די בערג פון רעמאגען, מערב זייט פונעם פליסיגן רהיין, אנזאגענדיג אויפן אנקום פון א מיליטערישן דזשיפ.
די דזשיפ איז געקומען צו א האסטיגן אפשטעל ווען א הויכראנגיגער גענעראל איז אפגעשטיגן און באגלייטונג פון עטליכע מיליטערישע פערסאנאל, א גרויסע מאפע איז אויסגעשפרייט געווארן אויפן נאז פונעם דזשיפ, ווען דער גענעראל שלעפט ארויס א דיקן בליי פון אונטערן אויער און נעמט זיך רעדן, נישט אראפנעמענדיג אן אויג פונעם מאפע, אזוי ווי ער זאל אריינרעדן אין די מאפע. אלע אנווענזנדע האבן אנגעשטעלט אויגן און אויערן צו די מיליטערישע פארארדענונגען וועלכע קומען יעצט צו גיין פון די העכסטע מיליטערישע ראנגען.
ווייניגסטנס 50,000 דייטשן געפינען זיך נאך די זייט פונעם רהיין, האט דער גענעראל געוויזן מיט זיין בליי אויפן מאפע, זיי זענען יעצט מיטן ציל צום ׳לודענדארף בריק׳ אונטער רעמאגען, מיר גייען זיי איבעראשן, האט ער א בלינק געטוהן מיט די אויגן - איך דארף שנעלע פארצוג. איך ווייס אז די דייטשן האבן דארט איינגעגראבן פעסטע פאזיציעס אבער דאס איז יעצט אונזער איינציגסטע שאנס זיי צו איבעראשן און פארכאפן דעם בריק, און אזוי דערגרייכן דעם אנדערן זייט רהיין.
עס וועט זיין גאר א שיינע פאנאראמע ווען מיר זאל דעגרייכן דעם בריק - האט לוטענאט בארנס ציניש געשמייכלט - און איר טרעפן אין איין שטיק, נאך פאר די דייטשן עספיען איר אויפצורייסן.
פאר גענעראל דזשאן לענאָרד די קאמאנדיר פון די ניינטע דיוויזיע אין די 1׳סטע ארמיי האט נאך געקלונגען די נעכטיגע טעלעפאן געשפרעך מיט מעדזשאר גענעראל דזשאן מיליקין אין די אויערן: ״דו זעהסט די שווארצע ליניע איבערן רהיין אויף די מאפע? אויב ווילסטו דיין נאמען זאל אריינגיין אין היסטאריע, דאן פארכאפ איר״. נישט דא קיין צייט יעצט, האט לענארד שטיל אבער פעסט געזאגט, אונזער ציל איז אויף היינט נאכט דערגרייכן דאס שטעטל ׳סטאַדט מעקינהייר׳, און אויב די מזל וועט שפילן, זענען מיר מארגן ביים רהיין.
נאך פאר לוטענאט בארנס האט געקענט געהעריג פארדייען די לעצטע באפעלן האט דער גענעראל שוין געהאט אפגעזאגט זיינס, און איז שוין געווען אויפן דזשיפ אויפן וועג צוריק צום הויפט קווארטיר.
די גאנצע מיליטערישע לאגער איז ביז געציילטע שעה׳ן געווען אויף די פוס, איינגעהילט אין פיבערהאפטיגע אקטיוויטעטן, ווען אלעס פאקט פעק ארויף אויף די מיליטערישע מאשינען, די מאשין געווער זענען געשמירט געווארן, די צינגלען פון די ביקסן זענען געצויגן געווארן, אנגעפילט מיט אמוניציע און א קאנוועי פון מיליטערישע טרעקלעך, געפאנצערטע טראקס און באגלייטונג פון שערמאן טאנקען, האבן זיך אנגעהויבן שלענגלען צום רהיין, די מיסיע איז געווען קלאר, היינט נאכט סטאדט מעקינהייר און דער שפיץ: מארגן ביים רהיין!
[align=center]*[/align]
א שווארצע מערצעדעס האט זיך אפגעשטעלט פאר די ביורא פון גענעראל וואן ברוק פון ווי מעדזשאר קעפטן קרוגער איינגעהילט אין א שווארצע לעדעררנע מאנטל איז ארויסגעשטיגן זיך אפשטעלנדיג ביים טיר.
איין מאמענט ביטע, האט די וועכטער פארלאנגט, נאך א קורצע וויילע האט ער געמאלדן, הער מעיאר אריין, וואן ברוק האט אויפגענומען מעיאר קרוגער מיט גרויס סימפאטיע וויסענדיג אז ער האט דא צו וועמען צו רעדן, קרוגער וועט פארשטיין אויפן ווינק.
איך ערהאלט יעדן טאג פארארדענונג צו אטאקירן מיט דיוויזיעס וועלכע עקזעסטירן שוין לאנג נישט, האט וואן ברוק אפן ארויסגעוויזן זיין אנטריסונג צום פיהרער׳ס וואנזינגע באפעלן, און יעצט פארלאנגט מען פון מיר, אויפרייסן דאס לעצטע בריק איבערן רהיין, וואס טוט מען?
מיין פארשלאג, - האט קרוגער זיך געוואגט - אנהאלטן דעם בריק ווי לאנג נאר מעגליך און אזוי אפראטעווען די פופצנטער ארמיי.
דו רעדסט פון נישט פאלגן באפעלן? האט וואן ברוק אנגעשטעלט א מינע ווי ער וואלט נישט פארשטאנען, - אויב וועל איך דיר שטעלן אין קאמענד פונעם בריק, וועסטו עס האלטן אפן ווי לאנג נאר מעגליך?
וואס זענען די קרעפטן וואס וועט מיר צוגעשטעלט ווערן?
איין רעגולער איינהייט, א רעזערוו איינהייט, 600 וואלונטירן, 200 היטלער יוגענט, א אנטי עירקרעפט יוניט, א טאטאל פון באלד 1,600 שווער באוואפענטע קעמפער.
איך קען דיר נישט געבן די באפעל שריפטליך האט זיך וואן ברוק באווארענט אבער דו ביסט יעצט געשטעלט אין קאמענד פונעם בריק, דו זאלסט זיין דארטן מארגן צופרי איר באשיצן ווי לאנג נאר מעגליך, איך וועל דיר געבן מיין פולע שטיצע האט וואן ברוק הייס צוגעזאגט ארויסבאגלייטענדיג מעיאר קרוגער צו זיין וועג.
ווען מעיאר קרוגער האט זיך געטראפן מיטן הויפטמאן אויפן בריק קעפטן שמידט דער הויפט אפיציר איבער די רעמאגען בריק, זענען די אמעריקאנע קרעפטן שוין געווען אין סטאדט מעקינהייר - א שטעטל נישט ווייט פונעם בריק, קעפטן שמידט האט נאר געוואלט זעהן אפצושפארן דעם בריק פון די הונדערטער ציווילע וועלכע האבן זיך באניצט טעגליך מיט דעם בריק און צוגרייטן איר אויפצורייסן.
מעדזשאר קעפטאן קרוגער האט אנגעהויבן זיך פארבינדן טעלעפאניש צום קווארטיר פון וואן ברוק זאל שיקן די צוגעזאגטע קעמפער און וואפן, - מעלדענדיג קעפטן שמידט: די מיסיע איז יעצט ׳נישט אויפרייסן׳, נאר האלטן דעם בריק אפן ביז ווי לאנג נאר מעגליך.
קרוגער מיט זיינע קאמעראדן זענען זייער שנעל געוואר געווארן אז די אלע קרעפטן זענען בלויז אויף פאפיר, ער האט זיך געטראפן מיט קוים 200 מענער וועלכע זענען באשטאנען פון יונגע אומערפארענע קעמפער, א טייל פון זיי פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע שלאכטן. אפילו די צוגעזאגטע ליפערונג פון 600 קילא אויפרייס מאטריאל וואס זאל זיין גענוג מאכטפול אויפצורייסן דעם שטאלענעם בריק איז אויך נישט אנגעקומען.
[align=center]*[/align]
די שלאכטן איבער די ׳רעמאגען׳, איר איבערראשענדע זיג און גלענצענדע סוקסעס פון פארכאפן דעם ׳לודענדאָרף בריק׳ גאנצערהייט, איז געווען א גורל׳דיגע ווענדפונקט אין דעם אויסגאנג פון די אינוואזיע דורך די אליאירטע ארמייען אין דייטשלאנד, און אויף די גאנצע ענדע פון די צווייטע וועלט קריג.
אנגעהויבן פון אנהייב מערץ 1945 נאך וואס דייטשלאנד איז צוקלאפט געווארן מיט איין נידערלאגע נאכן צווייטן, איז זי געווען אין א באלדיגע נויט צו פארדינען צייט זיך צו פון דאס-ניי ארגענעזירן, ערהאלטן פרישע סופליי און זיך פארשטערקערן אונטער נייע שיץ ליניעס.
גרויס האפענונג איז געלייגט געווארן אויפן נאטורליכן שיץ ליניע פונעם רהיין, דורך אפהאקן אלע פארבינדונגען מיט די יבשה אויף מערב זייט, מיטן אויפרייסן איין בריק נאכן צווייטן, אז די אליאירטע ארמייען זאלן נישט טרעפן קיין איין גראָדן וועג אריבער דעם רהיין.
מערץ 7׳ - 1 אזייגער נאכמיטאג האט דאס אומגלויבליכע פאסירט, - די ניינטע פאנצער דיוויזיע פון די 1׳סטע ארמיי האט דערגרייכט נישט ווייט פון ׳טאַון אויף רעמאגען׳, ביים מערב ברעג פונעם פליסיגן רהיין, דערגרייכענדיג א בערגל וועלכע האט זיי געגעבן א ברייטע אויסקוק זיך נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעהן. די בריק איז געשטאנען שטאָל און פעסט מיט איר גאנצן פראכט, אזאָנס אויף וואס גענעראל דווייט אייזענהויער האט זיך נאר געקענט וואונטשן אין בעסטן פאנטאזיע, באצייכענענדיג שפעטער די פאקטאר אלץ א זעלטענע זאך וואס זאל פאסירן, - אין ברען פון קריג זאל די שונא איבער לאזן אונטער זיך א פעסטע בריק גרייט פאר די אינוואדירער.
גענעראל וויליאם האָודזש וועלכע איז געקומען צו לויפן צו די וואונדערליכע סצענע באטראכטן וואס זענען די אפציעס אויפן טיש, האט נאך אפילו נישט געהאט די נויטיגע שפיאנאזש באריכטן איבער וואס זענען די דייטשע קרעפטן אויפן בריק, ער האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר, צו דאס איז גאר א פאסטקע פון די דייטשן וואס ווילן אויפרייסן די בריק אונאיינעם מיט די אמעריקאנע קרעפטן אויף איר. - אבער עס איז געווען צו א גוטע געלעגענהייט איר צו פארפאסן.
דער קאמאנדיר איבער די באטאליאן האט א פרעג געטוהן לוטענאט קארל טימערמאן, ׳דו טראכסט דו קענסט אריבער פירן דיין איינהייט אריבער די בריק׳? טימערמאן האט גענטפערט, ׳מיר קענען פרובירן׳. גאָו אַהעד! איז געווען די ענטפער, - וואס איז אויב די בריק רייסט אויף אין מיין פנים אריין? אבער קיין ענטפער האט ער שוין נישט ערהאלטן, טימערמאן איז פארארדענט געווארן, שוין זיך ריקן פאראויס, פארכאפן די בריק דאס שנעלסטע וואס מעגליך!
- 1:50קאמפעני A פון די 9׳טע פאנצער דיוויזיע, האט זיך אנגעהויבן יאגן די שנעלסטע וואס מעגליך, ווען א האלבע שעה דערויף זענען זיי נאכגעפאלגט געווארן דורך א באטאליאן פון 17 טאנקען דורך די טאַון אויף רעמאגען אויפן וועג צום בריק.
זעלנער פון די 9'טע דיוויזיע יאגן אויפן וועג ארויף צום בריק
די קורצע וועג איז דורך אן קיין ערנסטע ווידערשטאנד, די איינצעלנע בלאקאדעס זענען איין׳ס צוויי אפגעווישט געווארן, די איינציגסטע ווידערשטאנד וועלכע האט עטוואס פארלאנגזאמט די אמעריקאנע פארצוג איז געווען א איינצעלנע מאשין גאן אין טאון סקווער פון רעמאגען וועלכע איז שנעל עלעמענירט געווארן.
3:00 האבן די אמעריקאנע ערהאלטן קריטישע אינפארמאציע פון א געפאנגענע דייטשע סאלדאט ביים עק פון רעמאגען: די בריק איז געסקעדזשולט אויפצורייסן 4 אזייגער.
[align=center]*[/align]
יענעם פרימארגן 11 אזייגער צופרי האבן די דייטשן ערהאלטן קוים האלב פון די צוגעזאגטע 600 קילא אויפרייס מאטריאל, און נאך ערגער פון דעם, די עקספלאסיווס זענען געווען פון גאר א שוואכע קוואליטעט.
ווען די ערשטע אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך שוין אנגעהויבן דערנענטערן צום בריק האבן די דייטשע קרעפטן וועלכע זענען געשטאנען ביי די מאשין ביקסן איבער די וואך טורעם׳ס אויפן בריק אנגעהויבן האמערן מיט פייער איבער די קעפ פון די אנקומענדע קרעפטן אפצושלאגן די אמעריקאנע אפענסיווע, אבער זענען געווען שוואך און ווייניג, צוליב וואס א טייל פון אירע קרעפטן זענען א קורצע צייט פאר דעם אוועק געפירט געווארן צו אן אנדערע פראנט. די דייטשן האבן געהאט גאנץ א שוואכע קראפט צו באשיצן די בריק.
3:20זענען די דייטשן נאך געווען פארנומען מיט די לעצטיגע צוגרייטונגען אויפצורייסן די בריק, לויפענדיג ווי וואנזיגע אהער און אז די דראטן זאלן זיין ריכטיג באהאפטן. פיל צייט איז אינצווישן פארלוירן געגאנגען ווען דער אפיציר וועלכער האט געדארפט אנצינדן די אויפרייס מאטריאל איז ארום געלאפן טרעפן דעם קאמאנדיר צו באקומען זיין פארלאנגטע באשטעטיגונג און אונטערשריפט צו נעמען פאקטישע שריט.
ווי נאר די אמעריקאנע טאנקן האבן דערגרייכט דעם רעמפ ארויף צום בריק האבן זיי אנגעהויבן אויסשפייען פייער פאראורזאכענדיג א וואלקן פון רויעך צו באשיצן די אינפאנטרי טרופן וועלכע האבן זיך ארויפגעאיילט אויפן בריק.
– 3:50צען מינוט פאר די בריק האט געדארפט גענצליך עקספלאדירן, האט דער העראישער 22 יעריגער לוטענאט טיממערמאן אנפירענדיג מיט א סקוואד פון אמעריקאנער אינפאנטרי טרופן לויפענדיג אונטער א האגל פון פייער, און פליענדע קוילן, קריכענדיג אונטער די שטאָלענע בימס אונטער די בריק, נאך עספיעט אויסצופלאגן די טשאַרדזשערס פון א טייל פון די 6,200 פונט אויפרייס מאטריאל, וואס די דייטשן האבן געהאט איבערגעצויגן דעם בריק, וועלכע האט געזאלט גענצליך אויפרייסן און דעמאליזירן דעם בריק און איר אראפברענגן אין וואסער אריין.
דער דייטשער אפיציר האט א שלעפ געטוהן די הענטל וועלכע האט געזאלט אקטיוויזירן די אויפרייס איבערן בריק, איינמאל און נאכמאל און... גארנישט, אויסער די טויבענדע גערוישן פון די אויפרייסענדע מארטאר שעלס פון די אמעריקאנע ארטילעריע האט זיך נישט געהערט קיין שום אויפרייס, די עלעקטראנישע שטראם איז ערגעץ ווי נישט געווען ריכטיג באהאפטן אדער איבערגעריסן, די דייטשן האבן זיך גענומען ארום לויפן אנצינדן פיזיש מיט פייער די אויסגעלייגטע עקספלאסיווס איבערן בריק.
די ערשטע אויפרייס האט ענדליך אויפגעריסן מיט קראפט, אויפרייסענדיג בלויז צוויי דריטל פון די עקספלאסיוו מאטריאל פאראורזאכענדיג גרויסע לעכער אין די בריק, און פארקרימט א טייל פון די אייזערנע סטראקטור.
טימערמאן האט פון זיין פאזיציע געקענט זעהן ווי דייטשן לויפן ארום זיך גרייטענדיג פאר א צווייטער אויפרייס, ער האט אין די איילעניש צוטיילט זיינע קעמפער, האלב אפצושלאגן די פייער פון די דייטשע פאזיציעס אויף מזרח זייט פון די בריק, און מיט די אנדערע האלב איז ער ווייטער העלדיש געלאפן דעמאליזירן די פארבליבענע אנגעשטעלטע טשארדזשערס פון אויפרייסן, דורך איבעררייסן די דראטן און אריינשטויסן די אויפרייס מאטריאל אין וואסער אריין.
די טאנקן ביים ברעג האבן ווייטער געשאסן פייער אן אויפהער אפשלאגענדיג דערמיט די דייטשע קרעפטן אויף די אנדערע זייט פונעם רהיין טייך, און אומגעברענגט די ציל שיסער וועלכע זענען געווען באהאלטן אין שיפלעך אויף די וואסער אונטערן בריק. א אנדערע סקוואד האט אינצווישן איבערגענומען מיט סוקסעס קאנטראל אויף די מאשין גאנס אויף די וואך טורעמס אויסניצענדיג די פאזיציעס מיט מאשין געווער צו שיסן פייער און געבן שיץ פאר די אינפאנטרי טרופן.
די בריק נאכן פארכאפן, מערק די שאדן פון די אויפרייסן
ווי נאר די בריק איז געווארן גענצליך פארכאפט דורך די אמעריקאנע קרעפטן האבן די מיליטערישע אינזשענירן זיך גלייך גענומען פאררעכטן די ערנסטע שאדן און לעכער איבער די בריק א גאנצע נאכט ביז ווען מערץ 8׳ פארטאגס איז ערמעגליכט געווארן פאר די ערשטע באטאליאן אינפאנטרי טרופן אריבער צו מארשירן דעם רהיין, ווערענדיג באגלייט דורך 9 שערמאן טאנקען, דורכברעכנדיג דערמיט א ליניע אריבער צו פירן די סאמע ערשטע קרעפטן אריבער דעם רהיין.
די העראָישע טרופן האב דאן אויפגעהאנגען אויף איינע פון די שטיינערנע וואך טורעם׳ס ביים אריינגאנג צום רעמאגען בריק מיט גרויס שטאלץ א האלצערנעם שילד:
[align=center]"CROSS THE RHINE WITH DRY FEET COURTESY OF 9TH ARM'D DIV"[/align]
די בריק גלייך נאכן פארכאפונג, די שילד הענגט אויף די רעכטע זייט
די שילד הענגט היינט צוטאגס אין גענעראל פעטאן׳ס מוזיאם אין די מיליטערישע באזע אין פאָרט נאקס.
פאר גענעראל דווייט אייזענהואער האט דאס געמיינט ׳ענדיגן קריג פריער ווי געראכטן׳, צוליב וואס דאס האט געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באפעסטענדיג מזרח זייט פונעם רהיין מיט צוויי וואכן פריער ווי ׳אפעראציע פלאָונדער׳ געפלאנט דורך פעלד מארשאל בערנארד מאנטגאמרי, אריינצומארשירן אין דייטשלאנד, און מיט דעם צוריק געהאלטן די דייטשן פון זיך צוריק ארגענעזירן מזרח זייט פונעם רהיין און אהער שטעלן א נייע שיץ ליניע.
די דייטשע קאמאנדירן וועלכע זענען געווען פאראנטווארטליך אויפצורייסן דעם בריק זענען אלע פאר׳משפט געווארן דורך דעם פיהרער צום טויט, א טייל פון זיי זייענדיג געפאנגען ביי די אמעריקאנע.
די בריק אין מערץ צווישן 8' און 11'
[align=center]*[/align]
די שלאכטן איבערן עקזיסטענץ פונעם בריק האבן זיך אבער הערשט דעמאלטס אנגעפאנגן, די דייטשן האבן געוואלט אראפ זעהן דעם בריק פאר יעדן פרייז. די קומענדיגע צען טאג, אנגעהויבן פון מערץ 7׳, סיי וואס פאר א וואפן די דייטשן האבן נאר געהאט צו זייער דיספאזיציע איז געברענגט געווארן אויפצורייסן דעם בריק, אריינעמענדיג אין זיך, אינפאנטרי, פאנצער דיוויזיעס, שווימענדע מינעס, קאמפ׳ס שיפן, מאסיווע מאשין געווער אויף באנען א. א. וו.
די אמעריקאנע פון זייער זייט, צו באשיצן דעם אוצר, ׳די פארכאפטע בריק׳, האבן אראפגעברענגט די גרעסטע סטראקטור פון אנטי עירקרעפט וואפן, - מער ווי סיי ווען דורך די גאנצע צווייטע וועלט קריג, צו באשיצן די בריק פון די אומאויפהערליכע באמבאדירונג פון די לופטוואפע, דערגרייכענדיג צו א נאמבער פון 367 פארשידענארטיגע אטאקעס פון די לופטוואפע דירעקט אויף די רעמאגען בריק, די אמעריקאנע קרעפטן האבן דאן אראפגעשאסן 30 פראצענט פון די עירקרעפט אטאקעס, א גרויסע דורכפאל פאר די דייטשע מעכטיגע לופטוואפע.
מערץ 14׳ האט דער דייטשער רייכס-קאנסלער, דער פיהרער אדאלף היטלער ימ״ש פארארדענט צו אויפרייסן די בריק מיט די נייע נארוואס ערצייגטע וואפן, די מאסיווע לאנג שטרעקיגע v2 ראקעטן.
די עלף ארויס געשאסענע v2 ראקעטן האבן אומגעברענגט 6 אמעריקאנע, און א צאל דייטשע ציווילע פון די ארומיגע געגנט, אבער קיין איינס האט נישט דעגרייכט אינעם פערטל מייל פונעם בריק. ווען די דייטשן האבן אראפגעשיקט אין די פינסטערניש פון די נאכט א סקוואד פון זיבן געלערנטע שווימער אויפצורייסן די בריק אונטער די וואסער, זענען די אמעריקאנע שוין געווען אויף די וואך מיט געהיימע בריטיש ערצייגטע ׳קאנאל לעמפ׳, א וואפן ספעציעל ערצייגט פאר נאכט אטאקעס, און אזוי אנטפלעקט די שווימער אין וואסער ווי זיי זענען געהארגעט אדער געפאנגען געווארן.
[align=center]*[/align]
מערץ 17׳ דריי אזייגער מיטאג, צען טאג נאך די היסטארישע פארכאפונג פון די בריק, האט די רעמאגען בריק נאכן איבערטראגן אזוי פיל מעכטיגע אויפרייסן, זיך אונטערגעגעבן און פולקאם צוזאמגעבראכן איינטונקענדיג זיך אינעם פלוס פונעם רהיין, אומברענגענדיג 33 און פארוואונדערט 63 מיליטערישע אינזשענירן וועלכע האבן געארבעט פיבערהאפטיג צו באפעסטיגן דעם אפגעשוואכטן בריק.
די בריק עטליכע שעה פארן אויפרייסן, ווי אינזשענירן ארבעטן פיבערהאפטיג איר צו באפעסטיגן
די בריק נאכן צוזאמברעכן
אין די צייט האבן די מיליטערישע אינזשענירן שוין אנגעיאגט אויפגעבויען צוויי פראוועזארישע שווימעדיגע בריקן איבער די רהיין, און די אמעריקאנע קרעפטן האבן שוין דא עספיעט אהערצושטעלן א מעכטיגע באזע מזרח זייט פונעם רהיין.
מער פון 25,000 אמעריקאנע טרופן האבן אריבער געשפרייזט דעם רהיין אין די ערשטע 18 טאג, אנגעהויבן ווען אין בלויז דעם ערשטן טאג פון פארכאפן דעם בריק זענען שוין אריבער אויף איר 8,000 טרופן, זייענדיג דערמיט פולקאם גרייט צו עפענען א מזרח פראנט אין דייטשלאנד.
די היסטארישע פארכאפונג פונעם ׳לודענדארף בריק׳, ווערט צוגעצייכנט דורך די גרעסטע מיליטערישע סטראטעגיסטן - אמעריקאנע און דייטשע צוגלייך, אלץ א מיסיע וואס האט פארשפארט די לעבנ׳ס פון טויזנטער זעלנער, און וואכן אדער גאר חדשים פון קריג, צו דערגרייכן דאס ענדגילטיגע אפשניידן דעם קאפ פונעם נאצישן שלאנג.
[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]

לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
זייער אינטרעסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם חלק היסטאריע, און זייער קלאר געשריבען!
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7266
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
דייקן האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם חלק היסטאריע, און זייער קלאר געשריבען!
גא"מ.
געשמאקע נישט טריקענע, שפראך.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
בס"ד
דער איז א עכטער שרייבער.
די וועג זיך אויסצולערנען וואזוי צו שרייבן אזא ארטיקל? ווער א עכטע שרייבער
דער שרייבער פון דעם ארטיקל האט אויסטערלישע טאלאנט. דער עיקר כשרון איז, אין די אומצוריקהאלט פון אינפארמאציע וואס ליגט אין זיין מח. און דאס - לויט ווי איך וויל זאגן - א געבוירענער מעכאנאציע אין זיין מח. א פעדער אויף שרויפן.
איך וועל פרובירן ארויסצוברענגען וואס דער שרייבער האט, און לאמיר זעהן צו מ'קען דאס קונה זיין.
דער שרייבער ווערט זייער נתפעל פון קאנקריט דעטאלן וואס קומען פאר אין א מצב. נישט נפשיות'דיגע דעטאלן, נאר מער די קאנקריט. ער זעהט דאס, כאפט דאס אויף, און קען דאס נאכדעם אראפשרייבן אָן א אינערליכער קריטיק וואס זאל אים זאגן "ניין, שרייב עס נישט". אט דער קריטיק איז וואס האלט צוריק די שרייבערישע טאלאנט פון ארויסקומען ביי אסאך וואס וואלטן געקענט, זיי וואלטן געקענט ווייל זיי האבן עס אין זייער קאפ, אבער דער 'קריטיק' איז וואס האלט צוריק. דער שרייבער האט נישט דעם 'צוריקהאלט'. א פעדער אויף שרויפן.
ווי אויך האט דער שרייבער - לכאורה - קאנצענטראציע מאכט. דער שרייבער איז אנריעל. אויב ער גייט געווינען די פארמעסט, גייט ער נישט געווינען, ווייל נאך פאר די פארמעסט האט ער עס אין די הענט. ער איז פשוט מיט א פיס העכער, דערפאר גרייכט ער העכער. והשם הטוב יעזור. בלי עיין הרע.

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
שוין געהערט אין געליינט פין דעם
עכ''ז זייער שיין אראפגעלייגט
עכ''ז זייער שיין אראפגעלייגט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
זייער שיין געשריבן.
דאכט זיך אז דער קאפיטל איז באשריבן אין 'די צווייטע וועלט מלחמה' פון סענדער דייטש. אבער יענס איז נישט אזוי דראמאטיש אראפגעלייגט ווי דאס. ס'איז אויך פארהאן א דאקומענטאר פילם איבער דעם שלאכט.

- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 16822
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
אסדר לסעודתא האט געשריבן:זייער שיין געשריבן.
דאכט זיך אז דער קאפיטל איז באשריבן אין 'די צווייטע וועלט מלחמה' פון סענדער דייטש. אבער יענס איז נישט אזוי דראמאטיש אראפגעלייגט ווי דאס. ס'איז אויך פארהאן א דאקומענטאר איבער דעם שלאכט.
ליגט מיר אויך אזוי אין קאפ. געליינט סענדער'ס ביכל אלץ קינד. נישט די גרעסטער חידוש פאר מיר.
עס איז אבער גאר גאר רייך און שיין אראפגעלייגט.
שטארק הנאה געהאט.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
מורא'דיג 'פראפעסיאנאל' געשריבן, היבש דראמאטיש, ווי א ריכטיגער שרייבער!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 959
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
אהה!
ממש זיך פאסמאקעוועט מיט די ארטיקל!
זינט'ן ליינען ר' סענדער'ס ביכל ליגט מיר דער קשיא אויפן געוויסן, פ"וו טאקע האבן די דייטשן ימ"ש נישט אויפגעריסן דעם בריק באצייטנס,
זייער גוט אראפגעשריבן [עכט האב איך א נגיעה דערצו, זייט ליינען איבער די צווייטע וועלט מלחמה איז מיין פעיווארייט]
ייש"כ

!Vox Populi, Vox Dei
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
הערליך שיין, מיין טייערע פריינט הרוצה בעילום שמו אויף דערווייל.
זייער זייער אינטערעסאנט און גאר גוט אראפגעלייגט.

- יודיש בלעטל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 279
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
פיין שטיקל היסטוריה זייער שיין שפתיים ישק
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
צווייטע "3 מאל 5 שטערנס" ביי מיר
הערליך אפגעשריבן א שיין שטיקל היסטאריע
הערליך אפגעשריבן א שיין שטיקל היסטאריע
-
- שר האלף
- תגובות: 1858
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
זייער שטארק הנאה געהאט, הערליך באשריבן א אינטערעסאנטע שטיקל היסטאריע, שכח!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 341
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
זייער שיין!
איך וועל נאר צולייגן א נקודה, יעדע נושא וואס מ'שרייבט קומט מיט א באזונדערע סטיל, ווענט זיך וואס די באשרייבסט, אויב איז דאס א פיקציע דראמאטישע געשיכטע דאן קומט דאס צו באשריבען ווערן מיט דראמאטישע דעטאלן, געפילישע פונקטן, פערסאונאלעטי שטריכן און האריזאנט אפשפיגלונגען, אויב אבער מ'באשרייבט א אמת'ע היסטארישע געשעענישן דאן זענען די אלע אויבענדערמאנטע איבעריג, די געוויכט דארף בלויז זיין אויף אויפריכטיגע היסטארישע דעטאלן געשריבען און די ריכטיגע כראנאלאגישע סדר מיט א לעבעדיגן גייסט.

- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
מייסטער שטיקל!
א שטיקל היסטאריע, אבער נישט אפעמאלן טרוקן ווי א היסטארי-בוק, נאר רייך און זאפטיג.

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
זייער קלאר, שיין און רייך אראפגעלייגט!
ערשטקלאסיגער שרייבער!!
ערשטקלאסיגער שרייבער!!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2660
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
זאפטיג אראפגעלייגט א אינטערסאנטע שטיקל היסטאריע.
-
- שר מאה
- תגובות: 204
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
א פיין שטיקל היסטאריע, גאר גוט אראפגעלייגט.
די טאפיק איז א פיינער אפילו פאר אידן וואס גלייכן נישט דווקא היסטאריע, שפראך איז גאר פיין, און עס איז זייער גוט און דעטאלירט אראפגעלייגט.
זייער הנאה געהאט צו ליינען, שכח!

- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
שיין געשריבן מיט א קלארע שפראך
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
א גאר געשמאקע טאפיק,
אינפארמאטיוו און ציענד באשריבן
אסאך נייע ידיעות
שטארק מסודר
געוועהלט 5 5 5
אינפארמאטיוו און ציענד באשריבן
אסאך נייע ידיעות
שטארק מסודר
געוועהלט 5 5 5
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
געליינט שבת כ'מיטאג, פיין הנאה געהאט! זייער שפאנענד און אינטערסאנט, און נאך א עכטע מעשה אויך... דא איז א קונץ, נעמען א עכטע מעשה און אראפלייגן אזוי דראמאטיש, געוואלדיג! אזא ''דער שטערן'' סטייל ארטיקל, וואס איך גלייך זייער צו לייענען, פאר דעם קומט זיך טאקע וואס מער '''שטערן'ס''...
די בילדער געבן אויך אסאך צו, יישר כח!
(סתם נייגעריג ווי דאס איז געאגרפיש, אויב איינער קען צוצייכענען)

- ארחיקה נדד
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5912
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
- לאקאציע: מ'וואנדערט
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
וואאף!
זאפטיג אראפגעלייגט, גאר שפאנענד און ציענד.
יישר כח.

כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19809
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
שמארטיקל האט געשריבן:געליינט שבת כ'מיטאג, פיין הנאה געהאט! זייער שפאנענד און אינטערסאנט, און נאך א עכטע מעשה אויך... דא איז א קונץ, נעמען א עכטע מעשה און אראפלייגן אזוי דראמאטיש, געוואלדיג! אזא ''דער שטערן'' סטייל ארטיקל, וואס איך גלייך זייער צו לייענען, פאר דעם קומט זיך טאקע וואס מער '''שטערן'ס''...
די בילדער געבן אויך אסאך צו, יישר כח!
(סתם נייגעריג ווי דאס איז געאגרפיש, אויב איינער קען צוצייכענען)
Brücke von Remagen
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שמארטיקל האט געשריבן:געליינט שבת כ'מיטאג, פיין הנאה געהאט! זייער שפאנענד און אינטערסאנט, און נאך א עכטע מעשה אויך... דא איז א קונץ, נעמען א עכטע מעשה און אראפלייגן אזוי דראמאטיש, געוואלדיג! אזא ''דער שטערן'' סטייל ארטיקל, וואס איך גלייך זייער צו לייענען, פאר דעם קומט זיך טאקע וואס מער '''שטערן'ס''...
די בילדער געבן אויך אסאך צו, יישר כח!
(סתם נייגעריג ווי דאס איז געאגרפיש, אויב איינער קען צוצייכענען)
Brücke von Remagen
יישר כח!
Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #8 - די שלאַכט איבער די רעמאַגען
געוואלדיג!! ריזיג! דער האט מיר אריין געשלעפט טיף אינעם שלאכט, גאר רייך!
גאר א פיינער פעדער מיט ריכטיגע שפראך און אינפארמאטיוו.
די מערסטע האב איך הנאה געהאט אז דגעווען דראמאטיש און אינטעסאנט מיט א פולע תוכן וואס בלייבט אין קאפ.