שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:01 pm

1
0%
★★
7
3%
★★★
5
2%
★★★★
14
6%
★★★★★
49
22%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★
3
1%
★★★
6
3%
★★★★
11
5%
★★★★★
56
25%
3
1%
★★
2
1%
★★★
4
2%
★★★★
16
7%
★★★★★
50
22%
 
סך הכל שטימען: 227

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

[align=center]בילד[/align]

מיינע בליקן האבן איהם געקוקט שטרענג אין די אויגן אריין, און ער האט צוריקגעקוקט צו מיר פונקט אזוי. איך האב איהם געוויזן א פייג מיט מיין לינקן האנט און ער האט ווי ערווארטעט צוריק געוויזן דעם זעלבן צייכן.

עס איז גארנישט קיין נייע זאך, שוין אלץ האב איך אזא געוואוינהייט זיך צו רייצן מיט איהם ווען איך טרעף מיך מיט איהם אונטער פיר אויגן. אבער נישט אייביג גייט עס צו דווקא מיט בייזן, פון צייט צו צייט וועל איך גאר שמייכלען צו איהם, און אויך דעמאלט, וועט ער צוריק שמייכלען צו מיר, כמים פנים אל פנים.

יעצט האב איך שוין אט געהאלטן ביים ארויסשטעקן מיין צונג צו איהם מיט שפאט, ווען איך האב אבער געשפירט ווי די עלעוועיטער ווערט שטייטער אין א צייכן אז עס גייט זיך יעצט אפשטעלן ביים דריטן שטאק. שנעל האב איך זיך אוועקגעדרייט פונעם שפיגל און זיך געשטעלט גראד ווי א שטעקן, ווי כאילו איך וואלט קיינמאל געהאט צוטוהן מיט מיין שפיגלבילד און אפגעווארט מיט נייגער צו זעהן ווער עס גייט אריינקומען און מיך באגלייטן ביז צו די ארויסגאנג פונעם געביידע.

איך האב געמיינט אז איך חלום ווען די עלעקטרישע טיר האט זיך געעפענט און נישט קיין צווייטע ווי דער יעניגער האט אריינשפאצירט. אויף זיין קליינעם באגריסונג שאקל מיטן קאפ איז געווען קענטיג אז ער זוכט יעצט דייקא נישט קיינע געשפרעכן, און איך האב שוין פונקט פארשטאנען אז היינט איז ער א ביזנעסמאן וואס מוז אנטוהן א ערנסטע געזוכט.

מיט די ווארט ״היינט״, מיין איך נישט ארויסצוברענגן ״היינטצוטאגס״, אדער אין די יעצטיגע תקופה... ניין, עס באדייט פשוטו כמשמעו היינט - היום יום. און צו פארשטיין אביסל מער, מוזט איר זיך באקענען מיטן באגריף פון ״פלעקסיבל פערסאנעליטי״.

אדער אפשר ווי מען וואלט עס איבערזעצט אויף יידיש, ״בייגעדיגע פערזענליכקייט״.

ניין, דאס איז נישט קיין סינדראם אדער פסיכישע באגרעניצונג, דאס איז פשוט די בעסטע צוויי ווערטער קאמבינאציע צו באשרייבן אזא איש האשכולות מיט אזוי פיל קאלירן, אזא דמות מיט אזויפיל פנימ'ער. אין חדר וואלט ער געווען די יונגל וואס תענית אסתר ווייסט ער נאכנישט אויף וואס ער גייט זיך פאַרשטעלן, אפילו ער האט שוין פון זאת חנוכה געהאט יעדן טאג א נייעם בייפאל.

לאמיר אייך נישט האלטן געשפאנט נאר טוטס ענק אנגארטלען און מיר וועלן זיך זאפארט ארויסלאזן און איהם באגלייטן אויף זיין וועג און זיך באקענען מיט זיינע פארשידענע געשטאלטן און קאמבינעציעס, א מולטי פערזענליכקייט.

לאזט נישט אויס קיין אויגענבליק, ווייל בלויז א קליין ווינט קען טוישן זיין פרצוף פון איין עק צום אנדערן גאר געשווינד אן קיין ווארנונג פון פאראויס.


[align=center]*** 1 ***[/align]
עס האט זיך טאקע אנגעהויבן מיט א ווינד וואס האט איהם געבלאזן אויפן געזיכט, זיינע פיאות זענען זיך צופלויגן און בשעת די רעכטע האט זיך געשטעלט צוריק אין פלאץ, האט די לינקע געלאנדעט גראד אויפן שטעקן פון זיינע אויגן גלעזער, אז די אונטערשטע שפיץ פונעם פאה האט דערגרייכט זיין אויג.

און אזוי, גאנץ איינפאך איז געבוירן געווארן א פרישע קאראקטער.

די גאנצע גוף שטעלט זיך גלייך צו צום נייעם פערסאנעליטי, עס איז פון די געשמאקע סארט פערזענליכקייטן. עס איז אזא סארט וואס גייט נישט אן אז מען קוקט אויס אביסל צופלויגן, עס איז א לעבעדיגע מין.

אין די געדאנקן זעהט ער פאר זיך דער יוד וואס שטייט אימער פורים אויפן טיש מיט א פלאש וויין, איהם וואלט אויך געפאסט צו גיין אזוי אויפן גאס מיט א פאה ארויף און א פאה אראפ. זיין ערנסטע פנים טראנספארמירט זיך פלוצלינג צו אזא האלב שמייכל וואס פייפט אויף די גאנצע וועלט.

אויך די שריט האט זיך אויף איינמאל געטוישט צו אביסל א שפרינגעדיגע גאנג, און יעצט ווערט יעדע פארבייגייער באגריסט מיט א זינגעדיגע ״גוט מארגן גוט יאר״.

[align=center]*** 2 ***[/align]
א קורצע מנחה אין א קליין שטובל קען אבער דרייען דאס גאנצע און פארוואנדלען א מענטש צו א מחשבה געשטאלט.

שולדיג איז דער פרעמדער יוד וואס איז געשטאנען נעבען איהם שוין פון "וידבר" און געקוקט אין זיין דירעקציע, און אויך די קונטרס ״דברי חלומות״ פון רבי צדוק וואס ער האט באמערקט ליגן נעבן זיין סידור ביי "ושחט אותו". זיין אינסטינקט האט געעפענט די ספר מיט איין מיש און די פינף פינגערס פון זיין לינקע האנט האבן ארומגענומען זיין בערדל און עס אנגעכאפט מיט קראפט זיך פארטיפענדיג אינעם ערשטן שטיקל וואס האט זיך פאר איהם אנטפלעקט.

דאס מאל איז די שטערן געווען א הויפט מחותן ביים צוזאמשטעלן די נייע קאראקטער, עס האט זיך גענומען קנייטשן מיטן פולסטן כח, ביז עס איז געלונגען צו באווייזן אפאר גאנץ שוואכע שטריכן וואס טוען אנדייטן אויף געדאנקן גראד ארויס פון די מוח צעלן טיפענישן, באגלייט מיט אמן און ברוך הוא וברוך שמו געשרייען וואס צייגן אז מען האט דא צוגאסט עפעס א דענקער פון די יאר הונדערט.

פון די עקן פון די אויגן געבט ער א בליק צו יענער אומבאקאנטער שכן קוקט נאך אויף איהם מיט באגייסטערונג, אבער עס ווערט איהם קלאר אז יענער איז שוין לאנג נישט דא, קען אפילו זיין אז ער זיצט שוין צוריק אין זיין אפיס און קליקט שוין אויפן מייזל.

[align=center]*** 3 ***[/align]
לאמיר זיך נישט נארן, אבער עס איז נייע שיך וואס קען אפווישן עמיצערס גאנצע היסטאריע און איהם געבן א נייע געלעגענהייט אין לעבן. עס גייט זיך אנדערש ווען עס קומט פריש ארויס פון שאכטל, זיין גלאנץ קען אויסגראדן די גאנצע חוט השדרה און אריינברענגן א שטאלץ אינעם טרעגער.

אפילו די רעקל זאל ווען האבן א קאווע פלעק ביי די אונטערשטע חלק, אדער זאל די ציצית האבן סימנים פון כריין פון אויבן, וועט קיינעמס אויג נישט פארפעלן אויפצוכאפן דעם בעסערע מענטש וואס שפאנט אדורך די גאסן מיט א קלאנג וואס ענדעלט צום גאלאפ פון א פערד. נישט אומזינסט גייט "שעשה לי כל צרכי" ארויף אויף שיך.

שטודירן סטאק מארקעט איז געמאכט פאר פשוטי עם מיט צוריסענע דזשינס, איינער וואס גייט מיט פיסטריט פון א באנק מענעדזשער, קען פינאנצן ארויס פונעם ארבל. ער מוז ניטאמאל געבן צו פארשטיין די סטעיטמענטס אנגעפילט מיט בוכשטאבן און ראשי תיבות וואס פליסן ארויס פון זיין מויל.

יעצט גריסט ער שוין נישט יעדעם וואס קומט אונטער די פיס, עס ווערט שטרענג קאנטראלירט ווער עס באקומט אויגן קאנטאקט און ווער עס איז זוכה צו מילדן שמייכל.

[align=center]*** 4 ***[/align]
זאכן קענען זיך אבער טוישן אויב איז מען צום ביישפיל פון די צוועלף איינגעלאדענטע ביי א ברית סעודה. און אויב זאגט דער פעטער א פשעטל, קען זיך אנטפלעקן א גאנץ נייע דמות.

ער האט נארוואס אריינגעלייגט א ריזיגע שטיקל חלה גע׳טובל׳ט אין טאמאטע דיפ צווישן זיינע ציין, ווען די פשעטל האט גענומען א נייע ווענדונג און לויט די טאן פונעם פעטער, איז יעצט פארענטפערט געווארן א אייזן שטארקע לעגענדארע קשיא. די קאפ בייגט זיך פון רעכטס צו לינקס, אהין און צוריק פון התפעלות, ער פראבירט אראפצושלינגן די גאנצע מעשה וואס ליגט איהם אין מויל צו קענען אונטערזאגן א ״פששששש״ אויספלאץ אָן זיך צו דערשטיקן.

פאר די אלע ארומיגע איז קלאר ווי די טאג אז דער אבי הבן׳ס חבר איז א יונגער גאון וואס קען לכאורה יעדע רבי עקיבא איגר אויסענווענדיג. דער בעל דרשן וואלט געדארפט ווערן זיין חברותא, זעה נאר ווי גוט זיי פארשטייען זיך, די גאנצע פשעטל האבן זיי נישט אראפגענומען קיין אויג איינער פון די אנדערע, אפילו ווען ער האט געוואלט אראפרייסן נאך א שטיקל חלה, האט ער עס געמאכט בלינדערהייט בשעת ער האט צוגעשאקעלט מיטן קאפ לויט די ניגון פונעם רעדנער.

[align=center]*** 5 ***[/align]
עס איז געווען די נייע לאנגע שירעם נאכפאלגענדיג פון איין ארטיקל אין א מאגאזין וואס האט איהם פארוואנדעלט אין א חינוך עקספערט. יעצט האבן זיינע פיס אדאפטירט א געלאסענע גאנג און די שירעם האט זיך געדרייט ווי א ווענטילאטאר.

עס האט נישט גענומען לאנג ביז זיין חברותא האט געמוזט הערן פון איהם א גאנצע אנאליז אויף יענע בחור וואס איז פריער געווען דא צו מאכן א קאווע, ער איז איבערצייגט אז ער וואלט איהם געקענט אויפרעכטן מיט א פינף מינוטיגע לעקציע.

א גאנצע נייע ווערטערבוך איז איהם אריין אין זיינע געהירן, זיין שטימע האט פלוצלינג אנגעהויבן ארויסקומען פון זיין נאז, און מיט די הילף פון זיינע פינגער שפיצן האט ער ערקלערט די מעלות און חסרונות פון יעדע סארט חינוך מעטאדע.

מענטשן און זייערע נאטורן איז געווארן די טעמע וואס האט איהם באשעפטיגט ארום די זייגער, און בשעת ער האט לאנגזאם אויסגעקעמט זיין בארד, האט געשפראצט פון איהם טעארעטישע לעזונגען צו אלע פראבלעמען.

[align=center]*** 6 ***[/align]
איך וועל קיינמאל פארגעסן ווען ער איז ערשינען צום חתונה פון אונזער יוגענט פריינד, עס איז נישט געווען גרינג פאר זיינע חבירים איהם איבערצורעדן אנצוטוהן א פורים׳דיגע הוט משמח צו זיין דעם חתן.

ער איז פונקט געווען דאן אנגעשטעלט אויף א באפוצטע מאוד, געמאסטן יעדע טריט, געזיצן איידל ביים טיש, געטאנצן אינעם דרויסענדיגן רינג און זיך אפגעפליקט יעדע מינדעסטע ברעקל פון זיין רעקל.

איינמאל ער האט זיך געבראכן און זיך אנגעשלאסן פרייליך צו מאכן מיט די משוגעת׳ן פון זיינע ידידים, האט ער זיך מחי׳ה געווען און גענאסן יעדע סעקונדע, ער האט זאגאר שפעטער אנגעטוהן זיין טלית קטן איבער זיינע בגדים.

איך דערמאן מיך נאך ווי אפילו ביים סוף מצוה טאנץ, ווען אלע חבירים זענען שוין לאנג נישט געווען אין זאַל, איז ער נאך געזיצן דארט מיט רויטע באקן און געגעסן דזשעלי בינס מיט די ציצית פון אויבן און א דריי-עקיגע הוט אויפן קאפ.

[align=center]*** 7 ***[/align]
אבער גארנישט קומט נישט צו צו דעמאלט ווען ער האט אמאל אריינגעבלאנדזשעט אין א כולל אין די אווענט שעות, און ער איז געווארן באגייסטערט פון די סצענע פון א געפאקט בית המדרש מיט א קול תורה וואס מאכט ווארם דאס הארץ.

ער האט שוין לאנג געוואלט אנהייבן ש״ס און דעריבער ארויסגענומען א ברכות גמרא פונעם פאליצע. די דעקל האט ער געהאלטן הויך און "מאימתי" האט ער געזאגט שטיל, קיינער מוז דאך נישט מיטהאלטן אז מען רעדט דא פון א פרישע התחלה… און א נייע כאראקטער.

עס האט טאקע נישט געדויערט לאנג ביז ער האט זיך גענומען זינגן די גמרא ניגון הויעך אויפן קול, איי איי איי איי איי... איי איי יאם… די ברען האט איהם געהויבן פון זיין זיץ א פארטראכטער, און זיך גענומען מארשירן אהין און צוריק צווישן די בענק פונעם היכל.

א בליץ געדאנק האט איהם דער אויבערשטער חונן דעת געווען אז אויב וועט ער אריינקראכן אינעם וואנט פון גרויס עיון און עמקות, וועט ער דאך מקדש זיין שמו ברבים.

זיינע טריט זענען געווארן שנעלער און די טאן איז ארויף, איי איי איי איי איי... איי איי יאם, אבער ווען ער איז שוין געווען ממש נאנט צום שטיינערנע וואנט האט ער באקומען קאלטע פיס און זיך אויסגעדרייט אויף צוריק, מען וועט מוזן פרובירן ביים נעקסטן רונדע נאכאמאל.

עטליכע פארזוכן שפעטער איז איהם געלונגען אנצוקלאפן זיין קאפ אין די קאלטע וואנט, ער האט רעאגירט געשאקט און פראבירט צו צייגן ווי ער איז איבעראשט, ווי ער כאילו ער איז יעצט צוריק געלאנדעט פון אן אנדער וועלט. ווען ער האט געריבן זיין מוח פאר ווייטאג האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן צו געבן א קליינע קוק און זעהן די רעאקציע פון די ארומיגע לומדים, אבער צו זיין בראך האט קיינער נישט באמערקט.

איך ווייס נישט וויפיל מאל ער האט נאך געהאקט די שטערן אינעם וואנט, אבער א קורצע צייט שפעטער האב איך איהם שוין געזעהן גיין אויפן גאס, דאסמאל מיט עפעס א וואונדערליכע שמירת עיניים. זיין קאפעליטש איז געווען אראפ ביז ממש איבער זיינע אויגן, און ער האט אריינגעהאקט רעכטס און לינקס אין וואס עס זאל נאר זיין.

[align=center]*** 8 ***[/align]
געב נאר א קוק דארט ביים געיט, וועם האבן מיר דארט, דאס איז נישט קיין צווייטע ווי ער, יא ער, אונזער חבר. ער דרייט זיך מיט א טאש און עס איז קענטיג אז ער איז שוין ווידער אויף א מיסיע.

דאס מאל איז ער פשוט א ביליאנער. און די הסבר איז זייער איינפאך, דא איז ער ווי א שה בין שבעים זאבים, ער האט נאך קיין יוד נישט געזעהן פאר זיינע אויגן אין דעם לופטפעלד.

ער פילט ווי יעדע קוקט אויף איהם, ער שפירט אז ער איז שולדיג אן ענטפער, ער מוז זיך געבן צו פארשטיין. זיי וועלן אלע פלאצן ווען זיי וועלן כאפן אז דא דרייט זיך איינער פון די ביל געיטס ליגא.

למשל אויב וועט ער זיך זעצן דארט צוויי פלעצער נעבן דעם באפיצטע גוי מיט די עפל טעבלעט, וועט דאס שוין זיין א אנדייטונג, זאל דער יעניגער וואס האט פריער געקוקט אויף איהם מיט א קרום נאז, פלאצן פאר קנאה, זאל ער זעהן אז יודן פארמאגן.

זיין טעלעפאון קומט איהם יעצט גאר שטארק צוניץ ווען ער נעמט עס ארויס צו דיילן זיין חבר און פרעגט איהם: ״זאג נאר, וואס זאגסטו צו די נעכטיגע קאמפיין? צוויי מיליען, נישט צום גלייבן...״

ער זאגט די זיבן דיזשיט נאמבער דווקא אויף ענגליש און גענוג הויך אז אלע ארומיגע זאלן הערן מיט וואס פאר א סכומים ער איז באפארעט. אבער דאס איז נישט גענוג, ער גייט איבער דיטעילס פון די אלע וואס האבן געגעבן הונדערט טויזנט און ארויף און פארשטייט זיך, נאמבערס ווערט יעצט געזאגט בלויז אויף א שפראך וואס איז פארשטענדליך פאר אלע. ליתר שאת, שפאצירט ער אביסל ארום, אז ווי מער ערלים זאלן הערן די ציפערן מיט וואס ער דיעלט.

"געדענקסט נאך די דריי און דרייסיג דאלער וואס איך האב פון דיר געבארגט?" זאגט ער פאר זיין ידיד אויפ׳ן טרייבל, אבער דאסמאל אין מאמע לשון. "שיק מיר דיינע בענק דיטעילס און איך וועל דיר מאכן א טרענספער." שרייט ער אריין אין זיין כלי אבער יעצט צוריק מיט די ענגלישע שפראכע.

גראדע נאך אזא שמועס איז ער שוין געווען אליינס איבערצייגט אז ער איז א נגיד המפואר, עס איז געווען די פלוגהאווען באאמטע וואס האט איהם דערמאנט מאין באת ולאן אתה הולך, ווען ער האט איהם צוריק געשיקט נאכן פרובירן ארויפצושטייגן מיט'ן פרייאריטי ליניע.

[align=center]*** 9 ***[/align]
אמאל קען מען זיך פארדינען א קאראקטער דורך פשוט צו זיין א שומר חנם פאר א צווייטן, עס קומט מיט א מתן שכרה בצידה. צום ביישפיל ווען א יוד האט איהם געבעטן זיך צו זעצן אויף זיין דרייווער סיט פון זיין קאר פאר פינף מינוט, עס שטייט נישט גוט געפארקט און יענער וויל נאר שנעל אריינלויפן עפעס ערלעדיגן.

ער עפענט די פענסטער און שטעקט ארויס א שפיציגע עלנבויגן, מיט די אנדערע האנט צינדט ער אן די רעידיו גענוג שטיל נישט צו ציען צופיל אויפמערקזאמקייט און גענוג הויך אז יעדע אדורכגייער זאל דרייען זיין קאפ צו זיין ריכטונג. די פנים בלייבט ערנסט און קאנצענטרירט זיך צום באריכט.

גלייכצייטיג שטיפט ער אריין אין די ליפן די חתן ציגארעטל וואס וואלגערט זיך שוין אין זיינע קעשענע זייט מוצאי שבת, און ער מאכט זיך ווי ער זוכט פייער אין אלע זיינע טאשן.

א ענליכע פערזענליכקייט וועט ער אויך באקומען אויב זאל ער געבעטן ווערן פאר א קורצע וויילע צו האלטן אן אויג אויף עמיצערס טעבלעט וואס איז איינגעשטעקט צו שעפן אביסל ענערגיע, בשעת דער אייגענטומער מוז ערגעץ וואו אהינגיין פאר עטליכע אויגנבליקן.

[align=center]***[/align]
עס איז נישט דא קיין ענדע צו ביישפילן פון דאס לעבן און שאפן פון א ״פלעקסיבעל פערסאנעליטי״ שטערן. זיינע אייגענשאפטן פארמאגן נישט קיין גרעניץ, יעדן טאג וואס די זון שיינט אויף, ברענגט עס מיט זיך וואונדערליכע חידושים.

צו איז ער פונקט פארבייגעגאנגען ווען א הצלה מעמבער האט איהם געבעטן א דירעקציע, צו האט ער נארוואס ערהאלטן א גלאטע זעקל מיט א לעדערנע זמירות דערינען ביי א גאלא דינער איינגאנג. צו געפינט ער זיך פונקט אין קאווע שטובל ווען א צוהיצטע דעבאטע האט אויסגעבראכן, אדער איז ער גאר אין א מוזעאום וואס באהאנדעלט די היסטאריע פון שווארצע קנעכט.

איבעראל שטעלט ער זיך צו מיט זיינע רמ״ח איברים און זעקס חושים, זיינע גרימאסן און הענט באוועגונגען טוען זיך אנפאסן צום סיטואציע און ער נעמט גלייך איבער די צענטראלע ראלע פונעם סצענע.

איך האף אז איר הייבט שוין אן אביסל צו פארשטיין די באגריף וואס איז געקרוינט געווארן מיט די צוויי ווערטער וואס טייטשן זיך ״בייגעדיגע פערזענליכקייט״ - און נאכאמאל: עס איז נישט קיין פסיכישע באגרעניצונג.

[align=center]***[/align]
אה, בעפאר מיר לייגן אראפ די פעדער, איר האט אפשר געוואלט וויסן פארוואס ער איז קיינמאל נישט קיין ״בעל קורא״? זייער פשוט - ווייל דאס ברויך מען קענען!

און געדענקט מיינע פריינד, א מענטש מוז טאקע זיין אביסל פלעקסיבל, אבער זיי וואס דו ביסט, זיי דיך אליינס!


[align=center]דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.[/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זיסע ארטיקל.
;l;p-


כ'האלט מיך איין פון אויסשרייען ווער איז דער בעל הארטיקל....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

דאס דערמאנט מיר וואס עס שטייט אין ספר נהרות אש אז הגה"ק ר' שמעו'לע זעליכאווער זצ"ל האט געזאגט אז א מענטש איז אזויווי אין א וואנע, אז אזויווי אין א וואנע יעדע ריר וואס מען געבט נאר רוקט מען וואסער, די זעלבע א מענטש (אויב ער ארבעט זיך נישט אויס) יעדע ריר וואס ער געבט נאר טראכט ער פון זיין כבוד און וויאזוי אנדערע קוקען עם אן (כאילו איינער קוקט עם אן בכלל...).
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום דינסטאג יוני 09, 2020 9:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער זייער גוט!!!

די אויספיר איז א קנאק פון א אויספיר!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

אקעי, דא ווער איך עמאושענעל. דאס איז עפעס נישט פלעין. פון די ערשטע פאר שורות, שפיר איך, אז דאס האט געשריבן איינער מיט עכטע טאלאנט.

דאס איז עפעס ספעציעל.

(דאס וואס איך האב ביז יעצט געשריבן איז נאר געווען ווייל איך האב אראפגעכאפט די שטיקל אליוו פונעם טוטפיק, און עס אריינגעשלינגען. יעצט גיי מיר צום עיקר)

מיינע בליקן האבן איהם געקוקט שטרענג אין די אויגן אריין, און ער האט צוריקגעקוקט צו מיר פונקט אזוי. איך האב איהם געוויזן א פייג מיט מיין לינקן האנט און ער האט ווי ערווארטעט צוריק געוויזן דעם זעלבן צייכן.

פארוואס ליגט אין דעם אויבנגעברענגטן שטיקל טאלאנט? וואס איז די סוד דערפון? די תירוץ איז: פאעזיע. און אז דו האסט ליב פאעזיע, וועסטו ליב האבן דעם ארטיקל.

און איך טראכט אז דער שרייבער איז א INFP, אדער ENFP פירער. פאר ווער ס'ווייסט וואס דאס איז. אה, ער רעדט פון כאראקטערס.

דער סארט שרייבעריי וואלט איך - פאר יעצט - גערופן 'פאעטיש'. דאס איז פונקט די פארקערטע ווי די חיות ארטיקל.

אזאנע שרייבערס זענען טיף. קענען נישט גענוג באשרייבן די טיפע וועלט וואס זיי זעען, האבן נישט גענוג ווערטער דאס צו באשרייבן. און ווילן אפילו נישט עס באשרייבן, ווייל באשרייבן מיט ווערטער וועט עס נאר פארקלענערן פון איר עכטע אינהאלט.

ס'איז אומווערטליכ'דיג, און עס בלייבט אומווערטליכדיג.

אזא ארטיקל האבן הנאה און תענוג דייקא וואס האבן זיך ליב צו פארטיפן. אזאנע ארטיקלן זענען ווי קונצליך געשניטענע בעכערס, מיט טיפע רעיונות, און נאר איינער וואס קוקט און פארטיפט זיך, האט הנאה דערפון.

אבער ס'דא וואס וועלן זיך אזוי פרייען צו א דיקן גלאטן גלאז, מיט א גראבן שטיק פאר א הענטל. און זיי כאפן נישט די רייכקייט פונעם בעכער.

איך וואלט אבער געזאגט, אז אויב ס'איז נישט א פאעזיע, נאר אן ארטיקל, דארף עס האבן גראונד.

דאס איז בערך אזוי ווי איך וואלט ערקלערט אז די שיינע טיפע קריצונגען אינעם בעכער, זאלן זיין ברייטער, אז מ'זאל דאס קענען זעהן אפילו אן א מייקראסקאפ. אבער נאר ווען ס'קומט צו 'ארטיקל' און נישט ווען ס'קומט צו שרייבן א פאום.

ליין עס ווי א פאעזיע און דו וועסט תענוג האבן.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

ווען גייט איינער שרייבן אן אנאליז איבער @נשמה'ס אנאליזן??


אזא טאלאנט פון פארשטייען א שטיקל שרייבעריי און דער שרייבער דערפון. ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר אלע 20 אנאליזן וואס דו האסט/גייעסט מאכן...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

זייער קריעטיוו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

הא... דעס איז א גוטץ... טאלאטפול און דיפרעד
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א שטיק טאלאנט! סיי די שפראך און סיי די רעיון דערפון. אזוי גוט ארויסצוברענגען דקות'דיגע הרגשים פון א מענטש ווי אזוי ער עקט אין פארשידענע סארט מצבים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי. איך האף איך פארשעם נישט די פארגייער פון דעם ארטיקל (איך ליין אין די רייע פון 1 ביז..), אבער דער ארטיקל האט באוויזן צו באקומען פון מיר די ערשטע "3 מאל 5 שטערנס"

אבער געוואלד, ווער האט דיר געגעבן רשות מיר אזוי גוט אפצומאלעווען לעיני כל הקהל?...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הערליך און געשמאק געשריבן. די גראמאטיק, די אויסלייג, די שריפט, די שעפערישקייט, אויסנאם!

אראפגעלייגט דעם נומער 'דריי' מיט אלע מפרשים...
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

וויאזוי שרייבט מען נאר wow אין אידיש??

איך האב נישט די ווערטער זיך צו מצמצם זיין. דער שרייבן סטיל איז עפעס אויסנאם, א ארטיקל וואס קומט אראפ איינמאל אין פופציג יאר, אזויפיל קריעטיוויטי, טאלאנט און הרגש.

פינף שטערנדלעך איז מיר נישט גענוג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

להודיע האט געשריבן:הערליך און געשמאק געשריבן. די גראמאטיק, די אויסלייג, די שריפט, די שעפערישקייט, אויסנאם!

אראפגעלייגט דעם נומער 'דריי' מיט אלע מפרשים...

איך וואלט געזאגט דריי פיר אויף אזא פערסאנאליטי מצד די געפיל וואס ליגט צווישן די שירות (אדער בלויז די שרייבער)
שוין, אריין אין אניגראם אשכול.
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

געשמייכלט, און שטארק הנאה געהאט.










און אויך אביסעלע געבלאשט...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הו-הא! דעיס איז עפעס ספעשל.
אזא סארט ארטיקל שלעפט זיך געווענליך נאר ארויס פון די אייוועלט ארכיוון. מ'מאכט שוין נישט היינט צופיל אזעלעכע.
צו די זייט האב איך מורא'דיג הנאה אז איך בין נישט ד'ריינציגסטער וואס האט זיך אהערגעטראפן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

נישט נארמאל תוכנדיג ! פון די בעסטע אין פארמעסט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וואו! איינס אין דער וועלט!

די שפראך דארף איך נישט זאגן, א פולע ווערטערבוך (איך קען די ווארט פון דא אינדעם ארטיקל, פארדעם פלעג איך נוצן אוצר מילים) און ספליסט רייכקייט און ברייטקייט אז יעדע מאל פילסטו ווי סאיז א פרישע ארטיקל.
5 און ווען סאיז דא א אפשן פון 6 געב איך דיר 6.

די אינהאלט איז אויך מלא מלא, נישט נאר אז דער לעצטע שורה [און געדענקט מיינע פריינד, א מענטש מוז טאקע זיין אביסל פלעקסיבל, אבער זיי וואס דו ביסט, זיי דיך אליינס!] שטומט אזוי גוט מיטן ארטיקל, און דער גאנצער ארטיקל ווערט טאקע קאנצעטרירט אינעם שורה.
נאר אפילו כששלעצמו אן דער מוסר השכל, אויב וואלט דער שרייבער געשריבן די ארטיקל אויך נאר צו סתם שרייבן ון אראפמאלן דעם פערזענליכקייט וואלט איך אויך געזאגט דער אינהאלט איז אייזן, פשוט אלטס דעם אז ער האלט זיך און ברענגט גוט ארויס דאס וואס ער וויל דא אראפשרייבן.

אווער אללל אויך א 5
איך פראביר כאפן, אוי מיר פערזענליך, וואס מאכט מיר רעיטן א ארטיקל, איך זעה אז ביי מיר איז דאס א ארטיקל וואס ווען סאיז אין א מאגאזין וואלט איך נעקסטע חודש די ערשטע געליינט די ארטיקל. און ביי מיר וואלט אזא געשרייבאכץ אריין אין די הגדרה.

אויך די פרישקייט פון ארטיקל אז דו ביסט די גאנצע צייט דא און דו פארסט מיט אן וווערן מיד, ווען איך ליין נאמבער 6 קען מיר נישט איינפאלן וואס קומט נאמבער 7 און אויך ווען איך בין שוין ביי 8 און איך פראביר געסן וואס וועט זיין ביי 9 איז דא אן ערפאלג, זיין שעפערישקייט איז געעואלדיג און ארבעט אויף טויזנט.

גייט ארויף אויף מיין ליסטע צו זיין דער געווינער.

נאר א קליינע הערה, די שטיקל:
למשל אויב וועט ער זיך זעצן דארט צוויי פלעצער נעבן דעם באפיצטע גוי מיט די עפל טעבלעט,

איך האב פארשטאנען אז דער גוי זיצט מיטן עפל, אבער ליינענדיג ווייטער האט מיר מער געשטומט אז דער גוי בייסט אריין אין א עפל און אונזער "חבר" איז גאר דער וואס זיצט אויפן קאמפיוטער.
איך וואלט געשריבן: אויב וועט ער זיך זעצן מיט די עפל טעבלעט דארט צוויי פלעצער נעבן דעם באפיצטע גוי.

און פארן שמייכל וואס דו האסט ארויף געברענגט קומט דיר א עקסטערע סטאר...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך יוני 10, 2020 1:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נישט פשוט'ע טאלאנט!

א פיקציע איינס אין דער וועלט, דורכגעפלאכטן מיט הומאר פון אויבן ביז אונטן. דער מעסעדזש פונעם ארטיקל וואלט נישט געקענט ווערן בעסער ארויסגעברענגט.

כ'גלייב אז בארימטע מאגאזינען וואלטן זיך פאסמאקעוועט מיט אזא פיקציע שרייבער!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דער שרייבער האט א טאלאנט אראפ צו לייגן א מעשה...

זייער גוט געשריבן
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

חחח... דער האט א גערעכטע טענה...

גוטער שרייבער, געוואלדאוונע בייפעלער, פיינע אויסדרוקן.

אביסל שפיר איך אז ער איז צו ווייט אוועקגעקראכן פון רעאליטעט. ער געט משלים וואס אפילו אויב ס'איז נישט קיין פסיכישע דיסארדער, טוען עס אבער די לייט מיט די דיסארדערס... איך גלייב אז אסאך מענטשן האבן זיך עטוואס געטראפן אין די צושאקלען צום דרשה כו'.. (חחח.. יע..), אבער צופיל ביישפילן פאסן ענדערש פאר א IQ באזיצער פון אונטער 70...

סך הכל, דער איז א גוטער שרייבער, אבער די בייפעלער דארפן זיין (לענ"ד) מער אריגינעל.

שטערנדלעך טיילט מען ווען די ערשטע אימפרעשן ענדיגט זיך, און מ'קען עס באטראכטן אויפריכטיג.
אוועטאר
קרעפלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלעך »

איך האב דורעכגעליינט און ממש מיטגעלעבט די גאנצע ארטיקעל דורעכגייענדיג אזויפיל סצענעס מיט אזויפיל קונסט און הומאר.
עס איז א מעסטער פיעס!!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

איך זעה נישט ווי פולע אנדערע ארטיקלן קענען בכלל קאמפיטן מיט אזא ארטיקל

קריעיטיוו, ארט, חידוש, טאלאנט, גוטע שריפט.

דריי 5'ערס !
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

מעסטער פיעס, גוט אראפ געשריבן, און א פיינע טאפיק... (איך האב זיך געטראפן אין עטליכע משלים)
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

שוין לאנג נישט געליינט אזא שעפעריש ארטיקל.

א פיינער טאפיק, גאר גוטער שפראך, און אויסנאם גוט און הומאראסטיש אראפגעלייגט!

און ווי פילע דא, כ'האב מיר געקענט דערזען אינעם שילדערונג...

באמת הנאה געהאט, שכח!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #6 - פלעקסיבל פערסאנעליטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

Wow wow wow

פארוואס האב איך עס נישט געליינט ביז יעצט, אוי איז דאס א גוט שטיקל, פון די בעסטע ארטיקלען דא!
א פיינעם טאפיק, און גאר גוט אראפגעמאלן, אזוי מיך אויסצופראקן אין פובליק...

געליינט מיט דארשט און פארגעניגען, אזא געשליפן פעדער, פשוט א געשמאק צו לײענען.

זאלסטו זיין געבענטש ליבע שרייבער, יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”