ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 8: אמעריקא אונטער אטאקע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 8: אמעריקא אונטער אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

בילד


גואנטאנאמאו בעי. יארע 1962
עס איז א קילע נאכט, שארפע ווינטן לאזן הערן זייער שניידנדע פייף צובלאזנדיג מאסיווע וואסער כוואליעס וואס דערהייבן זיך אין דער שטורמישע ים, די נאכט פארשפרייט איר טונקעלע שאטן איבער די גאנצע ארום איינהילנדיג גואנטענאמאו בעי אין א קאלט-טאפנדע אטמאספערע.

די אמעריקאנע באזע וואס אנקערט אויף די ברעגעס פונעם בעי שטייט גרייט מיט איר מאכטפולע ארסאנעל די פארגעשריטענסטע פון די אמעריקאנע ארמיי, שרעק אנווארפנדע עירקרעפטס און מיליטערישע שיפן וואס שטייען גרייט צו ווערן אקטיוויזירט צו יעדע מאמענט, א טויבענדע שטילקייט הערשט אויפן ארום ווען אויף איינמאל הערט זיך א מאכטפולע עקספלאזיציע, קנוילן פייער שיסן אויף באגלייט מיט א שרעק-אנווארפנדע גערויש אויפציטערנדיג די באזע וואס הערט זיך פאר לאנגע מיילן.

א גאר מאכטפולע באמבע וואס איז געווען מייסטערהאפטיג קאמפלוזשירט אין די קאמערן פון א נעיווי דעסטרויער האט אויפגעריסן מיט איר פולסטן קראפט פארניכטנדיג א גאנצע באטאליאן אין א אויגן בליק, פלאמען פייער הייבן זיך ארויס פארציקנדיג מיט אימפעט אלעס וואס שטייט זיי אין וועג, מיליאנען דאלארן אין וואפן און מוניציאן ווערט פארווישט און פארניכטעט צו בלויזע שטויב ברעקלעך אין געציילטע מילי סעקונדן.

עס האט נישט געדויערט לאנג געוואויר צו ווערן אז קובא איז געשטאנען אונטער די אטאקע.

פאברואר 20, 1962
א פייערליכע שטימונג הערשט אין אמעריקא, די פאטריאטישע שטאלץ פון די אמעריקאנע באפעלקערונג שטייט אויפן העכסטן שפיץ ערווארטנדיג די ספעיס שאטעל 'פריענדשיפ זיבן' ארויפשיס צו די הויכע ספערן, דזשאן גלען איז געווען דער אויסדערוועלטע אסטראנאט וואס איז אויסדעקליבן געווארן פאר די מיסיע צו זיין דער ערשטע אמעריקאנער ארומצורייזן די אין די ספערן ארום די וועלט.

מיליאנען מענטשן שטייען צוגעשמידט צו די סקרין מיטצוהאלטן די היסטארישע מאמענט ווען די ראקעט וועט ווערן ארויפגעשאסן הייבנדיג אמעריקא'ס פרעסטידזש און שטאלץ איבער די וועלט. עס הערט זיך א ראבאטישע קול וואס ציילט, פינף פיר דריי צוויי און איינס.... 'פריענשיפ זיבן' הייבט זיך מיט א מאכטפולוע אימפעט איבערלאזנדיג נאך זיך שווערע וואלקעינאו-רויעך און שפריצנדע פלאמען, אמעריקא איז שיכור פון פרייד.

אבער פלוצלינג געשעט דאס אומערווארטעטע, אמעריקא'ס ערגסטע קאשמאר האט זיך אפגעשפילט אין די ווירקליכקייט, די ספעיס שאטעל האט עקספלאדירט אין א רונדיגע העלישע פייער באל זיך צושפליטערנדיג אויף טויזענטער שטיקלעך.. די שאטעל האט געקראכט.

אמעריקא'ס שטאלץ איז צופאלן פאר די אויגן פון די מיליאנען וואס האבן דאס מיטגעהאלטן מיט די פליישיגע אויגן.

און ווידעראמאל קובא.

דעיטאן ביעטש, פלארידע.
די גאס איז ליידיג פון פארקער, דא און דארט זעט זיך אפאר היימלאזע קעצעלעך וואס לאקערן מיט שארפע אויגן אויפן דערנעבנדיגע מיסט קאסטן, קיין נברא דרייט זיך נישט אין גאס, די טרוקענע בלעטער לאזן הערן א ברעקלנדע גערויש וואס טוט הארמאנירן מיט די אפקלאנג פון א גרופע לאנגווייליגע היישעריקן.

א שווארצע קאר טוט שטערן די שטילקייט פון די נאכט זיך גליטשנדיג אויף די גאסן מיט אויסגעלאשענע לייטס, עס שטעלט זיך אפ און פון די הונטערשטע טירן שלייכן זיך ארויס צוויי פארמאסקירטע פארשוינען, דער ציל איז געווען די הויפט עלעקטריק גריד סיסטעם אין שטאט, נאכן זיך פארזוימען פאר צוויי קורצע מינוטן קערן זיי זיך צוריק צו די קאר און ווערן פארשוואונדן אין די שאטן פון די נאכט.

עס דויערט נישט קיין פינף מינוט ווען די שטילע געגנט ווערט אויפגעציטערט צו א מאכטפולע אויפרייס וואס דערהייבט זיך אין א מאסיווע רויך קנויל פארוואנדלענדיג פלארידעס עלעקטעריק סיסטעם צו א געמיש פון פלאכע אייזן און צומאלענע ציגל.

אמעריקא האט זיך דערוועקט דעם קומענדיגן פרימארגן צו א ווייטאגליכע רעאליטעט.

די טיימס פאדערשטע פעידזש האט געשריגן מיט רויטע בוכשטאבן: אמעריקא אונטער אטאקע – אין קריג מיט קובא.

פון אלע זייטן איבער די גאנצע לאנד האבן זיך געלאזט הערן די ברויזענדע נקמה רופן, עס האט נישט געדויערט לאנג און אמעריקא איז אריין א בלוטיגע מלחמה אקעגן פידעל קאסטראו דער דיקטאטור און זעלבס געקרוינטער פירער פון קובא מיטן ציל צו אראפווארפן דעם שלאנג פון שטול.

איז קובא טאקע געשטאנען אונטער די אטאקע?

ניין, זיי זענען נישט.

און די סיבה איז פשוט, די געשיכטע האט פאקטיש נישט פאסירט אין רעאליטעט, עס איז קיינמאל נישט פארגעקומען. אבער, עס איז נישט די פרוכטבארע פאנטאזיע פון א לאנגווייליגע שרייבער, דאס איז געווען א אמת׳ע פלאן פארגעשריבן און פלאנירט דורך די אמעריקאנע רעגירונג מיט א געהיימע ציל.

ליינט און שטוינט איבער די אומגלויבליכע געשיכטע וואס האט זיך געזאלט אפשפילן אונטער ״אפעראציע נארטוואדס״.
וואס וואלט פאסירט ווען מיר קענען ווען אהערשטעלן א אטאקע אויף די אמעריקאנע באפעלקערונג און עס אהערשטעלן אויף א וועג די וועלט זאל גלייבן אז עס קומט פון קובא?

אט דאס איז געווען די ווערטער וואס א אמעריקאנע גענעראל האט פארגעלייגט פאר די ׳דעפארטמענט אף דיפענס׳, באקאנט אלס די ״די או די (DOD).

צו פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען און וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט געוואלט אקאמפלישירן ברויך מען אנרירן אויפן שפיץ גאפל די היסטאריע פון די ׳קאלטע קריג׳, די יארן וואס די וועלט האט געהאלטן טריט בעפאר א נוקלעארע קריג, ווען די פלאם פאר א וועלטס-קריג איז געליגן אויפן שפיץ פון א שוועבל.

אין די יארן פון די קאלטע קריג איז אמעריקא געווען שטארק באזארגט איבער די אויפשטייג פון קאמוניזם, אמעריקא האט מורא געהאט אז קאמוניזם וועט זיך צושפרייטן איבער די וועלט און מיט דעם ארויסהייבן די מאכט פון רוסלאנד וואס איז געווען די מאמע פון קאמוניזם. אמעריקא האט געהאלטן א וואכזאם אויג אויף פילע לענדער צו דעשפירן פריע קערנדלעך וואס צייגט אן אויף א קאמוניסטישע ווינטל, פון די מערסט באזארגנדע לענדער האט זיך געציילט דאס לענדל 'קובא', קובא האט זיך דעמאגראפיש געפונען הארט נעבן די גרעניצן פון אמעריקא , בלויז געציילטע מייל אפגעריקט פון די שטאט פלארידע וואס געפונט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין קובא האט דאן געדינט אלס פירער א יונגער רעוואלוציאנער 'פידעל קאסטראו', קאסטראו איז געקומען צו די מאכט נאך א רעוואלוציענערע אויפשטייג וואס האט אומגעווארפן דער ביז דעמאלטסדיגער דיקטאטור 'פאלגענסיא באטיסטא', נאך א דערפאלגרייכע גארילע שלאכט האט קאסטראו באוויזן צו אומווארפן באטיסטא פון מאכט און איבערגענומען די לייצעס. קאסטראו האט פארשפראכן פארן פאלק צו איבערמישן א נייע בלעטל אין היסטאריע פארשפרעכנדיג א גאלדענע צוקונפט און א גלענצנדע עתיד.

קאסטראו האט געהאט ביי זיך קאמוניסטישע אנשויאונגען און א סאציאליסטישע אידעאלאגיע, עס האט נישט גענומען לאנג און קאסטראו איז געוואן באפריינדעט מיט רוסלאנד און אנגעקניפט געמיינזאמע באציאונגען. רוסלאנד האט זיך פארשטייט זיך צוגעכאפט צו קובא׳ס אויסגעשטרעקטע האנט און א פעסטע פריינדשאפט איז געווארן אנגעקניפט צווישן די צוויי לענדער.

אמעריקא איז געשטאנען פון דער זייט און געשוימט פאר צארן, זיי האבן נישט געקענט צולאזן אז דאס זאל פאסירן. זיי האבן פרובירט מיט אלע מיטלען צו אונטערגראבן און אונטערברעכן די קאסטראו רעזשים, פארשידענע שטיקלעך האט די אמעריקאנע רעגירונג אונטערגעשטעלט צו אונטערמינעווען און באגראבן קאסטראו, פון די מערסט באקאנטע אקציעס איז געווען די ׳בעי אוו פיגס׳ ווי באוואפנטע מיליציעס האבן פרובירט צו שטורעמען די קובאנע רעגירונג און אומווארפן קאסטראו פון בענקל, די געהיימע מיליציעס זענען געווען אונטערגעשטיצט פון די אמעריקאנע רעגירונג וואס האט זיי מושטירט און טרענירט מיט קאמאנדא טאקטיקן, אבער דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א וויסטע דורכפאל ברענגענדיג שרעקליכע בושות פאר אמעריקא.

אמעריקא האט געברויזט.

נאך לאנגע געהיימע זיצונגען אינערהאלב די אמעריקאנע גאווערמענט איז אויפן איניציאטיוו פון 'ראבערט קענעדי' די ברודער פון די דעמאלסדיגער פרעזידענט 'דזשאן עף קענעדי' געבוירן געווארן די 'קובא פראיעקט' אויך באקאנט אלס 'אפעראציע מאנגוס' , מאנגוס איז געווען א גאר געהיימע אפעראציע וואס האט פארקערפערט אין זיך אזויפיל ווי דריי און דרייסיג פלענער און אקציעס וואס האט געזאלט דורכגעפירט ווערן אונטערצוברענגען קאסטראו און זיין רעזשים.

די אפעראציע איז געפירט געווארן אונטער די לידערשאפט פון מעידזשאר גענעראל 'עדווארד לאנסדעיל' פון דעפארטמענט אוו דיפענס צוזאמען מיט 'וויליאם קינג הערווי' פון די סי איי עי, צווישן די אגענטורן וואס האבן זיך געציילט אין אפעראציע מאנגוס זענען געווען די סטעיט דעפארטמענט, די ארמיי, דעפארטמענט אוו דיפענס, די סי איי עי, יוסטיץ דעפארטמענט, דעפארטמענט אוו קאמערס און נאך.

צווישן די פלענער איז געווען א פלאן וואס איז געבויעט געווארן אויף קאסטראו אויסטעלישע רייץ צו ציגארס, די סי איי עי האט געהאט נאכגעמאכט טייערע אויסדערוועלטע קובאנע סיגארס וואס האט געזאלט עקספלאדירן ווי נאר מען קומט מיט זיי אין קאנטאקט, עס זענען געמאכט געווארן פלענער צו פארסמ'ען זיינע עסן, די סי איי עי האט אפילו פרובירט צו אריינלייגן שעדליכע כעמיקאלן אין קאסטראו'ס שיך און פארשידענע אנדערע פלענער וויאזוי אים צו אומברענגען.

פון די מערסט האר אויפשטעלנדע פלענער איז געווען א גאר געהיימע פלאן וואס איז גערופן געווארן 'אפעראציע נארטוואודס', די פלאן איז געווארן אריינגעגעבן צו די דעפארטמענט או דיפענס וואס האט געלויטעט צו אונטערשטעלן און אהערשטעלן טעראר אטאקעס אין אמעריקא און ווייזן דעם פינגער אויף קובא מיטן ציל צו לעגיטימיזירן א אפיציעלע מלחמה אקעגן קובא.

ווי אומגלויבליך און קאנספערירנד עס הערט זיך איז דאס געווען א פאקט.

די פלאן האט אנגעגעבן דעטאלן און ביישפילן וויאזוי און ווי צו דורכפירן די אטאקעס אויף פארשידענע סטראטעטעגישע ערטער, אין די פאפירן וואס איז געווארן דעקלאסיפיצירט יארן שפעטער זעט מען טייטלען אויף גואנטאנאמאו בעי ווי אמעריקא האט געהאט דארט א מיליטערישע באזע, די פלאן געבט אן צו אויפרייסן א שיף פון די אמעריקאנע ארמיי און עס מאכן אויסקוקן ווי כאילו עס איז דורכגעפירט דורך קובא.

ווי אויך איז געווען אנגעשריבן א דעטאלירטן פלאן וואס עס וואלט פאסירט אויב שאטעל 'פריענדשיפ זיבן' פאלט דורך, פארשטייט זיך אז קובא איז שולדיג דערין. ווער דען.

אפעראציע נארטוואדס איז קיינמאל אריין אין אפעקט וויבאלד עס האט נישט באקומען די צושטימונג פון פרעזידענט קענעדי וואס האט דאס אפגעווארפן און אראפגענומען די אפציע פון טיש.

די אפעראציע האט יארן לאנג קורסירט אלס לעגענדע און קאנספיראציע ביז אין יאר 1997 ווען די אויספארשונג קאמיטע וואס האט אריינגעקוקט אין די פארדעכטיגטע מארד פון קענעדי וואס איז געשאסן געווארן אין די צייט וואס נארוואודס האט געזאלט פארקומען, האט דעקלאסיפיצירט די געהיימע דאקומענטן אנבאלאנגט די אפעראציע.
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

העכסט אינפארמאטיוו.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

זייער אינטערעסאנט, קיינמאל נישט געהערט דערפון ביז יעצט.

אגב, איר האט אויסגעלאזט די טייל פון ראפאעל קרוז...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גאר אינטערסאנט. קיינמאל געהערטע פרטים.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, קיינמאל נישט געהערט דערפון ביז יעצט.

אגב, איר האט אויסגעלאזט די טייל פון ראפאעל קרוז...

:lol:
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער אינטערסאנט, שוין געהערט פון אזעלעכע געדאנקען וואס איז געווען אויפן טיש, אבער מיט קובא האב איך נישט געהערט.

א שיינעם דאנק פארן שרייבן.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גאר גאר אינטערסאנטע ידיעות אראפ געלייגט מיט א וואונדערבארע שריפט.

נישט געוואוסט מיר פארמאגן דא אזאנע שרייבער


--------
סתירת שלמה?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ממש א וואונדער וואס קובא האט מיט אונז געטון... כ'מיין, וואס אמעריקע וואלט געוואלט זיי זאלן טון...
מלא מלא חידושים!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

אנטשולדיגט, אבער איך גלייב נישט אין קיינע קאנספיראציעס...

גאר אינפארמאטיווע ארטיקל, שפאנענד אראפגעלייגט. עס קוקט אויס ווי אפגעשמועסט מיט'ן ארטיקל נומער 3. איינס איז משלים דעם צווייטן.

די טשויס ווערט שווערער און שווערער...
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א רייך שטיקל היסטאריע.
רייך אראפגעשריבן
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

גאר שיין און געשמאק צו ליינען, און זייער אימפארמאטיוו!

אמת'דיג אינטרעסאנט
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

געלעגער האט געשריבן:א רייך שטיקל היסטאריע.
רייך אראפגעשריבן
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

צו ס'איז אמת צו נישט ווייס איך נישט... אבער אינטערעסאנט איז עס ביז גאר.

שיין באשריבען מיט א רייכע שפראך און גאר שפאנענד.

ייש"כ
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

עס כאפט א טשיל, איז עס אמת?

איך הייב שוין אן גלייבן אין 9/11 קאנספיראציעס
אייביג צום פינטל...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דער איז א מעגא שרייבער.

שפאנענד און אינפארמאטיוו.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

הנאה געהאט צו ליינען

זייער שפאנענד.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

העכסט אינפארמאטיוו און גאר רייך און שיין אראפגעשריבן, כ'האב שיעור נישט געמיינט אז דאס האט גאר פאסירט אין די ווירקליכקייט!

------
פאר די אלע וואס וואונדערן זיך אויף די קראנטקייט פון דעם, איז מיר אינטערסאנט אויב האבן זיי דורכגעליינט דעם ארטיקל אויפן אייוועלט.פראו וועבזייטל, דארט איז פארהאן דאקומענטן וואס צייגן אויף דעם געפלאנטן אפעראציע, וואלט געווען א גלייכע זאך ארויפצושטעלן דא אויך די דאקומענטן.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

טריסקער האט געשריבן:פאר די אלע וואס וואונדערן זיך אויף די קראנטקייט פון דעם, איז מיר אינטערסאנט אויב האבן זיי דורכגעליינט דעם ארטיקל אויפן אייוועלט.פראו וועבזייטל, דארט איז פארהאן דאקומענטן וואס צייגן אויף דעם געפלאנטן אפעראציע, וואלט געווען א גלייכע זאך ארויפצושטעלן דא אויך די דאקומענטן.


שכוח, לאמיר זיך אריבער כאפן אהין
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

ענדע צדיק! האט געשריבן:גאר אינטערסאנט. קיינמאל געהערטע פרטים.


גא״מ, אינטערסאנט און גוט אראפגעשריבען.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

פאר די וואס האבן געפרעגט איבער די קראנטקייט דערפון, עס איז ממש האר-אויפשטעלד אבער די אפענע פאפירן קען מען טרעפן אויף די געוועב, עס איז נישט קיין קאנספיראציע אדער פאנטאזיע.

די אמעריקאנע גאווערמענט האט ווירקליך קאנספירירט צו פארטושן די מוחות פון די באפעלקערונג און זאגאר געווען גרייט צו אהערשטעלן אטאקעס אויפן אמעריקאנע באדן צו עררייכן זייער ציל.

איך האב עס איבערגעליינט מיט צועפנטע אויגן אפאר מויל און זיכער געמאכט צו איך ליין גוט, און דאס איז די סיבה פארוואס איך האב דאס אויסגעקליבן אלס פארמעסט טאפיק.

עס וואלט לכאורה געווען פיל מער אינטערעסאנט ווען איך שרייב עס אלס פאנטאזיע געשיכטע, אבער זיך האלטנדיג צום פאקט בין איך געווען געלימיט צום ווירקליכקייט.

ואתכם הסליחה.

נ.ב. איך נעם נישט קיין אחריות און פאראנווארטליכקייט איבער ׳קאנספיראציע טעאריקער׳ וואס וועלן ציען א פאראלעל צו זייערע פאנטאזיעס און מיסטישע געהיימע געשיכטעס, אבער א פאקט איז נישט עפעס וואס איר קענט אפווענדן... :wink:
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

לכאורה די מערסט אינערסאנטע חידושים'דיגע ארטיקל פונעם פארמעסט!!

פלטי, אין מיינע אויגן האסטו עס געמאכט

איך בין באמת איבעראשט געווארן ביים ליינען דעם ארטיקל פון די אינטערסאנטקייט, אמת'דיגקייט, און 'בעיקר' פון די וועג ווי אזוי עס איז אראפ געלייגט געווארן


לדעתי איז דאס די איינציגע ארטיקל פון די פארמעסט וואס איז ראוי אזוי ווי ס'שטיי און גייט צו אריין געשטעלט ווערן אין א שטערן/שפאקטיוו
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פלטי.
יעצט רעדט איך שוין ווי א אונזעריגער?

איז אזוי יעצט זעהט דאך שוין אויס ווי איך בין יא עפעס א שרייבער.

וועל איך דיר זאגן.
דיין ארטיקל איז געווען אין מיינע אויגן די געווינער (פארשטייט זיך נאך מיינ'ס)
סיי די אינהאלט און די מייסטערהאפטיגע שריפט און אויסגעהאלטנקייט אין שריייבעריי.

יעס איר קאנט
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יע יע, פלטי, געוואוסט אלס אז דו טויגסט! אויך ביי מיר איז דער ארטיקל געווען איינע פון מיינע 3 טשויסעס.

אויב איך מעג בעטן אז דו זאלסט ארויפשטעלן דא די דאקומענטן פונעם פרשה אזויווי ס'איז געווען אינעם אייוועלט.פראו סייט, ס'וועט אסאך צוגעבן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פלטי מעידזשער(דיגען).... א מייסטערהאפטיגע ארטיקל
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

אז יעדער לייגט בילדער קעניך נישט זיין אונטערשטעליג...

פידעל קאסטראו
בילד

דזשאן עף קענעדי
בילד
בילד

דזשאן גלען
בילד

ספעיס שאטעל
בילד

נעיווי דעסטרויער
בילד

אזוי וואלט אויסגעקוקט א מלחמה
בילד
בילד
בילד
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”