ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 3: פרידן דורך אנשרעק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 3: פרידן דורך אנשרעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

בילד


די טאג איז נישט עפעס ספעציעל, בלויז נאך א לאנגן טאג מיט נאכמער לאנגווייליגע ארבעט, די זייגער שפאצירט צושטאטליך אין איר גאנג און האקט איבער די נערווירענדע שטילקייט מיט יעדן טאק וואס זי גיבט ארויס, ביי זייערע באשטימטע פלעצער זיצן די צוויי מיליטערישע אפיצירן פארנעמענדיג זייערע מחשבות מיט וואס אימער אריבער צו שטיפן די לאנגע טאג וואס ערווארט זיי

זיי קענען זיך נישט רישן אויף פרישע קאלעגעס ווארום דאס ארט געפינט זיך אפגעצוימט פון די וועלט, אינמיטן וויסטענישן און ליידיגע שטחים פארצוימט און באשיצט מיט די שטערקסטע זיכערהייט מאסנאמען וואס זענען נאר פארהאן צו פארזיכערען איינע פון די העכסט קלאסיפעצירטע ערטער וואס די לאנד פארמאגט

ווען פלוצלונג ווערן זייערע מחשבות איבערגעהאקט דורך א גריצעלדיגע שטימע וועלכע קומט ארויס פון א הויעכהילכער וואס הענגט אין די הייעך, די אפיצירן געבן זיך א בליק איינער אויפן צווייטן מיט ווייס קאלעכיגע פנימער

עס איז נישט אז זיי זענען נישט צוגעגרייט צו דעם טאג, לאנגע חדשים פון מוטשירונגען האבן זיי צוגעגרייט פאר אט דעם מאמענט, אבער טיף אין הארץ האבן אלע געהאפט אז די שרעקעדיגע טאג זאל קיינמאל נישט אנקומען. און יעצט טועט זיי די ריאלעטעט אויפוועקן ווי פון א חלום און א שוידער גייט זיי פארביי אינעם גאנצן קערפער

אלפא.. 6… לימע… בראווא.. 2… די שטימע אויפן הויעכהילכער לאזט נישט נאך, זייערע חושים זענען אנגעשטרענגט, זייערע אויערן אנגעשפיצט, און מיט ציטערדיגע הענט שרייבן זיי אראפ אויף זייער צוגעגרייטע פאפיר יעדע בוכשטאב און נומער וואס טועט אפהילכן אין זייער פארמאכטע קאמער

זיי ווייסן פונקטליך וואס זייער אויפגאבע איז, אבער זייערע פלייצעס ווערן שווערער און שווערער מיט יעדע מינוט ווען אויף זיי ליגן יעצט די שיקזאל פון מיליאנען מענטשן אויב נישט די גאנצע וועלט, עס איז נישט מעגליך צו פולקאם צוגרייטן זייערע קומענדע שריט, די ערענסקייט און דרוק וואס נעמט איין דאס פלאץ איז נישט מעגליך צו נאכקאפירן אין טרענינג

אבער די אנגעצויגענקייט האלט זיי נישט צוריק פון אויספירן די פראטאקאלן מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט, נאכן אראפשרייבן ווארט פאר ווארט קומען זיי צו איינער צום צווייטן און פארגלייכן זייערע נאטיצן, צו קענען גיין צים נעקסטן שטאפל מיזן די צוויי פאפירן שטימען אויפן האר יעדע אות און יעדע נומער אין איר סדר

זיי שטימען! זיי ביידע האבן פארשריבן די זעלבע ווערטער און טוען באשטעטיגן די ענדע פונעם ערשטע פאזע. זייערע האסטיגע בליקן זענען יעצט געוואנדען צום עק שטוב, דארט ליגט א פייער קאסע געפארבט רויט ווי צו באצייכענען די האקעלע אינהאלט וואס זי האלט אין איר. מיט וואקעלדיגע טריט טרעט איין אפיציר צו צום סעיף און דרייט דעם רעדל אהין און אהער פארעפענט צו צוויי שלעסער ביי די ביידע זייטן און די טיר פארעפענט זיך

אינעם סעיף ליגן א קליינע הויפן פון קארטליך, אויף יעדע קארטל שטייען צוויי צייכענונגען, בוכשטאבן, נומערן אדער א קאמבענאציע פון זיי ביידע. צו באשטעטיגן די ווארהייט פון די באפעלישע קול אויפן הויעכהילכער, מיז די קאנבינאציע - וואס זיי האבן זיך פארשריבן - שטימען מיט כאטש איינער פון די קארטליך

זיי גייען זיי דורך איינס ביי איינס אויסליינענדיג הויעך די אינהאלט פון יעדע קארטל, און א פרישע טרייסל נעמט זיי אריבער ביים געפינען די קארטל וועלכע באשטעטיגט אט דאס. זייער קערפער זענען ווי איינגעשרימפן און דאס הארץ קלאפט ווילד אבער זייער מח ארבעט פיבערהאפטיג אויסצופירן זייער מיסיע מיט א פונקטליכקייט

זיי ווענדן זייערע טריט צו די מאשין באדעקטע וואנט אויף די רעכטע זייט, אינמיטן פון די אלע לעמפליך און קנעפליך געפינען זיך צוויי פלעצער אפגעריקט איינס פון צווייטן פונקט גענוג אז איינער זאל נישט קענען פונקציענירן ביידע פון זיי. זיי שטייען מיט זייערע הענט אויף 6 קלענערע רעדליך וועלכע פארמאגן אויף זיך די גאנצע אלפעבעט רונגס ארום איר

א קלארע באפעלישע שטימע לעכערט די לופט און זאגט קלאר ארויס איינס ביי איינס זעקס אלפעבעטן, און די צוויי אפיצירן דרייען די רעדליך צו יענע אלפעבעט צוזאמען אין די זעלבע רגע. עס איז דא בלויז איין ריכטיגע קאמבינאציע צווישן די 17,000 מעגליכקייטן און נאר די ריכטיגע וועט אקטיוועזירן די קומענדיגע שטאפל

מיט א שווערע אבער רעכטדענקיגע געמיט טרעטן די צוויי צו צום לעצטן פאזע, פון זייערע באשטימטע קעסטליך - וועלכע זענען סטאנציאנירט יעדע ביי זיין ארט - נעמען זיי ארויס צוויי ספעציעלע שליסליך און גרייטן זיך זיי אריין צו לייגן אין די באשטימטע שליסל לאך וועלכע געפינט זיך פארענט פון זיי

ווען די שטימע גיבט ארויס נאך איין באפעל, "בלייבט שטיין!" די אפיצירן אטעמען אפ מיט א אומבאשרייבליכע פארלייכטערונג ווען די שטימע הייסט פאר די צוויי אראפצולייגן די שליסליך אויפן טיש און ווארטן ביז א קומענדע מעלדונג ערשט יעצט נעמען די אפיצירן די געלעגענהייט אפצוווישן די טראפנס שווייס וועלכע דעקן צו זייערע פנימער.

די וועלט גייט ווייטער אן נישט וויסענדיג אז בלויז 5 סעקונדען האבן אפגעטיילט צווישן איר און טאטאלע פארניכטונג

די טייטען מיסל פראגראם
די ווארט וועלכע טרייסלט אויף יעדער מיליטערמאן וועלכע האט געדינט אין יענע שרעקעדיגע יארן, די וועלט איז ווי געשטאנען אויף די שפיץ פון א נאדעל און יעדע קלייינע שריט האט געדראעט איר אריין צו ווארפן אין א קריזעס. עס איז געוועהן אין די סאמע ברען פונעם "קאלטע קריג", צוויי וועלטמאכטן - און אירע אלעאירטע - האבן זיך פארמאסטן איבער וועלט סופעריטעט, און יעדע רואיגע מינוט וואס איז אריבער איז געוועהן א געווינס

אמעריקע האט אין יענע צייט אדאפטירט די אויסערן פאלעסי פון "פיעס טרו דיטערענס" (לייכטע איבערזעצונג: "פרידן דורך אנשרעק") וואס דאס האט געמיינט אין אנדערע ווערטער, אויפבויען די מיליטער אזוי מאכטפול און אנשרעקוק מיט וואפן וואס וועלן וויירשיינליך קיינמאל פארלאזן זייערע האלטערס, מיטן ציל אז די ארסענאל אליינס זאל אוועקנעמען די אפעטיט פון מאסקעווע - און אירע שותפים - פון שטעלן אמעריקע אויפן פארמעסט

איבער אלע מיליטערישע איינריכטונגען איז געשטאנען אין שפיץ די לעצטע רעזירוו, בלויז באניצט צו ווערן אין פאל ווען אלעס אנדערש שטייט מאכטלאז, און דאס איז געוועהן די נוקלערע וואפן ארסענעל וועלכע איז געשטאנען אנגעצילט און גרייט צו יעדע צייט אפצוענטפערן און קאנטערן א רוסישע אטאקע, אויב זאל אזאנס חלילה פאסירן

עטליכע אזאלכע פראגראמען זענען געבויעט געווארן איבער די יארן פונעם קאלטן קריג אבער זיי האבן פארמאגט רעלעטיוו שוואכע מעגליכקייטן און שוואכע באשיצונגען און דאס האט געטריבן די רעגירונג צו פארארדערן די אויפבוי פון די "טייטען (ריזן) מיסל פראגראם"

די ערשטע אין די סעריע איז אבער נישט געוועהן צופרידענשטעלנד צוליב די לאנגע צייט וואס עס האט גענומען איר צו אקטעוועזירן און צוליב וואס די מיסעלס זענען לויט יענע סיסטעם געליגן אנדרויסן, ווי אויך זענען געוועהן אויסגעשטעלט צו מער ריזיקעס מיט איר ברענשטאף פונקצינירונג

אין יאר 1963 האט די רעגירונג געגעבן די קאנטראקט פאר די פראדעצירער פון די ערשטע אויפלאגע - די מארטין פירמע - צו בויען א פרישע ווערסיע פון די מיסעלס מיט פילע אויסבעסערונגען און מעגליכקייטן

"טייטען 2"
די נייע אינטערקאנטינענטעל באליסטישע מיסעל גערופן "טייטען 2" איז געוועהן די גרעסטע און שטערקסטע מיסעל נאר אמאל געבויעט צו ווערן אין די וועלטס היסטאריע, א טיטל וואס זי טראגט נאך ביזן היינטיגען טאג! מעסטענדיג זיך 103 פיס הויעך (טראכט צעהן שטאק) און צעהן פיס ארום און ארום, די ריזן גרויסקייט פונעם מיסל האט איר אבער נישט פארשטאטערט און זי האט געקענט פליען ביז 10,000 מייל ווייט, צו א פונקטליכע ציל ווערענדיג געפירט דורך איר אריינגעבויעטע לעיזער גיידינג סיסטעם

אויסער די אבנארמאלע מאכט וואס די מיסעל האט פארמאגט, איז זי אויך געבויט געווארן גאר פארגעשריטן מיט פולע נייע טעכנעלאגיע, מיט די נייע סיסטעם און מאטארן האט די מיסל צובאקומען די ווערטפולע מעגליכקייט פון ווערן ארויסגעשאסן גראד אויף ארויף ארויס פון א שמאלע לאך אין דער ערד בלויז עטוואס גרעסער ווי איר זעלבסט

מער ווי 140 אזאלכע מיסעלס זענען געווארן אויסגעשפרייט איבערן לאנד אוועקגעשטעלט אויף 54 עקסטערע ערטער מיט א מינימום פון 7 מייל אפגעריקט איינס פון צווייטן. אויפן ערדפלאך האט זיך קיין סאך נישט אנגעזעהן בלויז א דעקל וועלכע האט צוגעדעקט דעם לאך, און פיהר שטאנגען ביי אירע פיהר עקן וועלכע האבן געשיינט א לעיזער צווישן זיך אז אויב איינער זאל פראבירן זיך צו דערנענטערן זאל דאס אלעמירן די וועכטער וועלכע האבן באשיצט דעם ארט פון אריינדריגער און א טאנק וועלכע האט געהאלטן איר פיועל

אבער אונטער דער ערד איז דאס פלאץ געוועהן ווי א קליינע באזע, אביסל ארויפציער פונעם מיסל לאך האבן שטיגען אראפגעפירט צו א אונטערערדישע בונקער וועלכע האט פארמאגט אייזערנע ריאינפארסט צעמענטענע ווענט אכט פיס דיק! איר אריינגאנג פארשטעלט מיט אייזערנע טירן אזוי דיק ווי דריי פיס צוזאמען האבן זיי געמאכט דאס ארט פאר א פאקטישע פעסטונג

די פלאץ איז געוועהן באמבע פראף ווי אויך אפגעזיגעלט פון די וועלט אזש אפי' א נוקלערע באמבע ביז איין מעגעטאן (מער ווי 75 מאל שטערקער ווי די נאגעסאקי באמבע!) וואלט באטראפן דעם ארט וואלט דאס פלאץ געבליבן גאנץ אין טאקט, אזוי לאנג ווי די טירן זענען פארמאכט ארויסהאלטענדיג די ראדיאציע פון אריינדרונגען. דאס פלאץ איז טאקע געוועהן אויסגערישט מיט אלע עסן און געברויכן צו קענען פארבלייבן פארזיגעלט פאר 30 טאג נאכאנאנד

אלץ א חלק פון אט די באמב פראוו מאסנאמען זענען אלע לעקטערס און מאשינען אינעם בונקער געווארן אנגעהאנגען אויף אייזערנע ספרינגס וועלכע וואלט אפגעהאלטן די מאשינען פון זיך צוברעכן אין רעזולטאט פון א שטארקע טרייסל וואס וואלט פאסירט אין פאל פון א דירעקטע אנגריף

נאכן אראפגיין די שטיגן 140 פיס אראפ אין דער ערד האט מען זיך געטראפן ביי א פרשת דרכים, זיך דרייענדיג רעכטס איז מען אריין אין די דריי שטאקיגע אונטערערדישע הויפטקוואטיר פונעם גאנצן אפאראט

די נערוו צענטער
די גלייכע שטאק האט פארמאגט איין פארהענמעסיגע קליינע שטוב די נערוו צענטער פונעם גאנצן אפאראט ווי עס האבן זיך געפינען אלע קאנטראלס פארן מיסל, די ווענט פונעם שטוב זענען פארדעקט פון די פילע מאשינען און קאמיוניקאציע אפאראטן און לעמפעליך וואס בליטשקן צו צייגן די סטאטוס פון די סיסטעם. אין דעם אפטיילונג האבן זיך צו יעדע צייט געפינען צוויי אפיצירן גרייט זאפארט אויסצופירן דעם באפעל וואס וואלט נאר געקענט קומען פונעם פרעזידענט אליינס

א שטאק שטיגן האבן ארויפגעפירט צום צווייטן שטאק ווי עס האט זיך געפינען א שלאף צימער און קווארטיר. דארט האבן געווענליך פארברענגט - אדער זיך אפגערועט - א צווייטע פּאר אפיצירן וועלכע האבן זיך געגרייט איבערצונעמען די שיפט און אויף זיי איז אויך געליגן די אויפגאבע דורכצופירן פארשידענע וויכטיגע מענטענינס ארבעט וואס איז אלץ אונטערגעקומען

די קראפט פון די נוקלעארע שפיצן זענען געוועהן אזוי מאכטפול אז אין פאל וואס מען האט עפעס געדארפט פארעכטן אויפן מיסעל זעלבסט האבן די אפיצירן געדארפט אנטוען ספעציעלע שוץ קליידער זיך צו באשיצן פון די שעדליכע כוואליעס וואס די אטאמישע שפיץ האט ארויסגעגעבן אפי' ווען זי איז נאך געזיצן גאנצערהייט אויפן מיסעל

די אפיצירן האבן שטענדיג געמיזט גיין אין פּארן פון צוויי, און האבן אויף קיין פאל נישט געמעגט איבערלאזן איינעם אליינס אינעם פעסילעטי אלץ נאך א פארזיכערונג קעגן איבערגעאיילטע שריט וואס די דרוק פון א מלחמה צושטאנד קען צוברענגען. און ווי פארשטענדליך האבן אלע אנטייל נעמער געדארפט פארמאגן די העכסטע סעקיורעטי קלערינס שטאפל וואס די מיליטער פארמאגט

נאך אין שטאק האט זיך געפינען אונטערן קאנטראל צימער דארט האבן זיך געפינען די מעכאנישע חלקים פונעם פעסילעטי ווי אויך רעזערוו עסן און געצייג אין פאל דאס ערגסטע פאסירט

די מיסעל אפטיילונג
גייענדיג לינקס נאכן אראפגיין די הויפט שטיגן האט זיך באוויזן א גאר לאנגע קארידאר, נאכן איר אריבערשפרייזן האט מען זיך באגעגענט מיט א פארמאכטע רינדעכיגע טורעם אין דערינען איז געשטאנען די שרעק אנווארפענדע מיסעל מיט איר גאנצע שטאלץ

די קארידאר איז ספעציעל געבויעט געווארן גאר לאנג אזוי אז די קראפט און פארטייבענדע קולות פון ארויסשיסן די מיסל זאל נישט שעדיגן די קאנטראל צימער און די וואס געפינען זיך אין איר

די מיסל פאר זיך איז ווי געשריבן געוועהן גאר מאכטפול אבער דוקה די קליינע שווארצע חלק וואס איז געליגן אויף איר שפיץ דאס איז געוועהן די אמת'ע כח וואס האט געווארפן א טויט שרעק פון איין עק וועלט צו די צווייטע

דארטן אויפן שפיץ האט זיך געפינען א נוקלעארע שפיץ וועלכע איז אין איר צייט געוועהן די מאכטפולסטע שפיץ נאר אמאל געבויעט צו ווערן. נאר צו באגרייפן איר האר אויפשטעלנדע שוידערליכע מאכט, ווען מען זאל דאפלען יעדע איינציגסטע באמבע וואס איז נאר פארניצט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, פון אלע זייטן אינעם קריג צוזאמגערעכנט - אריין גערעכנט די צוויי אטאמישע באמבעס וואס אמעריקע האט געווארפן אויף יאפאן - און מען וואלט זיי אריין געשטעלט אין איין באמבע דאן האט איר סוקסעספול צוזאם געשטעלט די קראפט וואס איז געליגן אין איין איינציגער "וואר העד" וואס איז געזיצן אויף אט די מיסילס!

די גאנצע מיסעל איז געשטאנען אין א אונטערערדישע טורעם ווי מען קען עס אנרופן, און די גאנצע טורעם איז געווארן איבערגעדעקט פין אינעווייניג מיט ספעציעלע "פענעלס" וועלכע זאפן איין קול כוואליעס, ווען נישט זיי וואלטן די כוואליעס אליינס צופיצעלט דעם מיסעל נאך פאר זי וואלט אפי' געקענט ארויספליען

אין יענעם טרויעריג בארימטן טאג מיטן עסעסינעישן פון פרעזידענט קענעדי, איז געוועהן די איינציגסטע מאל אין די היסטאריע פונעם פראגראם וואס די מיסעלס זענען געווארן "אַרמד" און גרייט צו ווערן ארויסגעשאסן צוליב די פארדאכט אז די קענעדי'ס טויט איז געוועהן די ארבעט פונעם קאמוניסטישן רוסלאנד

ווי געשריבן זענען אבער די אפיצירן אויפן באפעל געבליבן שטיין פאר די לעצטע פאזע צום ארויסשיס, נעמליך דאס אריין לייגן די צוויי שליסלעך אין די לעכער און זיי דרייען אינאיינעם אויף די זעלבע רגע און אראפהאלטן פאר פינף סעקונדן א זאך וועלכע וואלט געפירט דערצו אז די פיעל טאנקער אנדרויסן זאל אריינפליסן איר אינהאלט אינעם מיסל און סעקונדען שפעטער וואלט די מיסל ארויסגעפליען צו איר ציל רח"ל

די אלע מאשינען אינעם קאנטראל רום זענען אלע געוועהן הארד ווייערד מיינענדיג אז די אלע קנעפליך זענען נישט געווארן פראגרעמירט נאר זענען געווארן עקסטער געצויגן יעדע זאך פאר איר פונקציע

אויף די הויפט דעש בארד, ווי מען קען עס אנרופן, האבן זיך צווישן אנדערע זאכן געפינען דריי קנעפלעך וועלכע האבן זיך געליינט "טארגעט 1", "טארגעט 2" און "טארגעט 3" לויטן באפעל וואס זיי וואלטן ערהאלטן וואלטן זיי געדארפט אויסקלייבן איינע פון די צילן פאר די פארזיגעלטע דעסטינאציע פון די מיסעל. די פאקטישע ערטער פון די צילן זענען נאך קלאסיפעצירט ביזן היינטיגען טאג און ליגן פארשלייערט אין מיסטעריע

אין 1980 איז די פראגראם אריבער נאך איין גאר שרעקעדיגע טאג. פאסירט האט עס ווען אן ארבעטער ביי איין אזא איינריכטונג אין ארקענסאו האט בטעות אראפגעלאזט איינע פון זיינע געצייג אריין אינעם לאך לעכערענדיג דערביי די פיועל טאנק אינעם בויך פון א מיסעל, די ליעק האט עווענטואל געפירט צו די מאסיווע אויפרייס פון די מיסל אומברענגענדיג איינע פון די ארבעטער, אבער מיט ניסי ניסים איז די אטאמישע שפיץ אראפגעפלויגן פונעם אויפריס און געלאנדעט ווייט אוועק און נישט אויפגעריסן

עפילאג
די פראגראם איז אנגעגאנגען ביזן יאר 1982 ווען עס איז געקומען צו א שטאטע ענדע. אין לויף פין די נעקסטע עטליכע יאר זענען אלע אנשטאלטן איבערן לאנד פארזיגעלט געווארן מיט די אויסנאם פון איין ארט וועלכע איז היינט א לענדמארק און איז פארוואנדעלט געווארן אין א מוזיאם

נאך איין זאך וואס איז אינטערסאנט אנצומערקן איז אז די טייטען מיסל איז אויך געניצט געווארן דורך 'נאסא' מיט א שטארקע סוקסעס, אט די מיסעל וועלכע איז געניצט געווארן פאר די "דשימיני ספעיס פראגראם" - וועלכע האט ארויפגעפירט מענטשן אין "ארביט" ווי אויך אריין געשטעלט עטליכע סעטעלייטס אין די ספערן - איז געוועהן דאס וואס האט ענדליך געשטעלט אמעריקע פאראויס אינעם ספעיס רעיס מיט רוסלאנד, טא עפעס א פאקטישע סוקסעס האט זי זיכער געהאט אינעם קאלטן קריג.

[align=center]To be prepared for war is one of the most effective means of preserving peace
George Washington[/align]
לעצט פארראכטן דורך מה פתאום??? אום דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטארקע ארטיקל, אינפארמאטיוו און היסטאריש.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

גאר אינטערסאנט, מען שפירט די אנגעצויגנקייט אין די לופט, איך זע די מיסל פאר מיינע אויגן, דאס דארף מען קענען.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גאר שטארק!

איינע פון מיינע מאסט פעיוואריט ארטיקלען פונעם פארמעסט
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

ריטוויט די פריערדיגע מגיבים. דער שרייבער שלעפט אריין דעם ליינער אין שפאנונג און דראמא, און דערביי ווערט מען געוואויר אן אומבאקאנט שטיקל היסטאריע.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

נאך פאר'ן ליינען זאג איך אז 3 איז די געווינער ו'כשרונות' יוכיח.
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויסערגעווענליך גוט די ארטיקל.
זאל דער שרעק ווארפענדער מיסל, אייביג בלייבן אין איר שיסל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

די ארטיקל איז גאר א אינטערסאנטער, פוןל מיט חידושים וואס כ'האב נישט געוויסט ביז אהער. עס איז זיכער א העכסט-פראפעסינאלער ארטיקל וואס פאסט זיך רואיג אריין אין א שטערן אדער שפאקטיוו.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

רייך און שפאנענד!

מיין הענט ווארפט זיך מיר נאר פון ליינען איבער דעם "שרעק אנווארפענדער" מיסיל,

ייש"כ פארן שרייבער.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

הערליכע ווערק, פראפעסיאנאל אראפגעלייגט!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

געהאלטן געשפאנט...

א הערליך שפראך
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער דראמאטיש אראפגעלייגט.

אינפארמאטיוו.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זייער גוט געשריבן! פליסיג און רייך. זייער הנאה געהאט צו ליינען
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

מה פתאום??? האט געשריבן:הערליכע ווערק, פראפעסיאנאל אראפגעלייגט!
אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטל »

זייער שרעקעדיג און גאר גוט באשריבן
אייביג צום פינטל...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

א גוט פעדערל האט איר אין די האנט.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גאר רייך, אינפארמאטיוו און דראמאטיש אראפגעשריבן! אן עקסטרע געשמאק צו ליינען אזא ארטיקל!
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

געלעגער האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן! פליסיג און רייך. זייער הנאה געהאט צו ליינען


גא״מ, זייער אינפארמאטיוו, גוט אראפגעשריבען.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אזא געשמאקע ארטיקעל מיט אזא אנשרעק ! הערליך
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

געלעגער האט געשריבן:זייער זייער גוט געשריבן! פליסיג און רייך. זייער הנאה געהאט צו ליינען
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שכח פאר אלע וואס האבן הנאה געהאט און זיך באדאנקט, איטס וועל עפרישיעיטעד!

צו פארענדיגן די ארטיקל וועל איך אהערשטעלן א טוץ בילדער, קוקטס און האטס הנאה...

א בילד גענומען פין ד הייעך פון איינע פון די אומשולדיג אויסזעהנדע ארויסשיס ערטער, מערק די טאנקן וואס האבן געהאלטן די פיועל ליגן ביי די זייטן⬇
בילד

די איבער הונדערט פיסיגע מאנסטער שטייט מיט איר גאנצע פראכט, מערק די שווארצע שפיץ, יא, דארט ליגט עס... בררר...⬇
בילד

א צייכענונג ווי די מיסעל פליעט ארויס, גראד אויף ארויף מיט א קראפט⬇
בילד

טארגעט 1, טארגעט 2, טארגעט 3. פארשלייערט אין מיסטעריע⬇
בילד

די שליסל אינעם לאך, בילד גענומען שוין נאכן ארויסשטעלן די פראגראם פון דינסט⬇
בילד

די רויטע פייער קאסע מיט די שלעסער אױף ביידע זייטן⬇
בילד

די ספעציעלע שיץ קליידער וואס מען האט געדארפט אנטוען פארן קומען נאנט צום מיסעל זיך צו באשיצן פון די כוואליעס וואס איר שפיץ גיבט ארויס⬇
בילד

די מיסעל אונטען, מערק די טאוועל וועלכע פארבאט פון זיך דרייען אליינס אויפן ארט אן די שותף⬇
בילד

א בליק אויפן קאנטראל צימער, מערק די ריזיגע ספרינגס אויפן וואנט וועלכע וואלטן באשיצט די מאשינעריי אין פאל פון א דיירעקט היט וועלכע וואלט געטרייסעלט דאס ארט⬇
בילד

די קארידאר אריין צום קאנטראל צימער, מערק די דיקע באמבע פראף טיר⬇
בילד

די לאנגע קארידאר צום מיסעל האלטער⬇
בילד

א בילד פון דרויסן⬇
בילד

א צייכענונג פונעם גאנצען פעסילעטי⬇
בילד
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

WOW!

די בילדער גיבן גאר אסאך צו


א דאנק פאר דיין ארטיקל. מיר האבן געשטימט דערפאר!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

הלשון האט געשריבן:WOW!

די בילדער גיבן גאר אסאך צו


א דאנק פאר דיין ארטיקל. מיר האבן געשטימט דערפאר!

שכח פאר אייער שטימע..

איך בין געוועהן אין שאק ווען מען האט מיך איינגעמאלדן אז בלויז איין בילד קען ארויפגיין אבער איך האב נישט קיין טענות חלילה זיי האבן געהאט גענוג ארבעט ווי אזוי ס'איז...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

הערליך, ברירה!

די בילדער גיבן טאקע צו א שטיק חיות צום ארטיקל, ס'האט זיך מיר אנדערש איבערגעליינט מיט די בילדער!
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

אויסערגעווענליכער שיינער ארטיקעל! באלערענד און פול מיט אינפארמעישן! הערליך שיין געשריבן!

זעער הנאה געהאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”