זכרונות מיט מיין שבועות מחזור פון פאראיאר

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

זכרונות מיט מיין שבועות מחזור פון פאראיאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

א גוטן ערב יום טוב , מיין טייערע שבועות מחזור, אוי ווי כהאב געבענקט נאך דיין קורצע אבער הערליכע יום טוב, קום לאמיר זיך צויאגן , מגייט שוין אט אט דאווענען. ניין , נישט דא אויף די פארטש אזויווי דיין פסחדיגע שכן, מגייט טאקע אין שול אריין.
וואס פרעגסטו? פארוואס מיין פנים איז נאס? קודם כל, בין איך פריערט געווען אין א כשר'ע מקוה! יא יא , נישט קיין ט' קבין אדער אנדערע עצות, א געהעריגע ווארימע מקוה. אויכעט שפעטער ביים עלות גייט מען אי"ה זיך טובלען. שוין זייט מגילה ליינען, וואס די רב שליט"א האט עס געהייסן פארמאכן, אבער היינט קען מען שוין צוריקגיין.

אבער נישט דערפאר זענען מיינע אויגן נאס מיין ליבע מחזור, עס רינען טרערן פון בענקשאפט און התרגשות, מיר קערן זיך צוריק צו אונזערע בענקעדיגע זיצפלעצער אין די געהעריגע שול, שוין אפאר חדשים וואס איך בין פון דארט פארטריבן. איך דריי מיך ארום פארוואגלט און פארלוירן פון איין פראוואזארישע מנין צום צווייטן, כהאב נישט געקושט די הייליגע ספר תורה שוין דריי חדשים!

קום שנעל לאמיר זיך צויאגן, סאיז טאקע נאך דא צייט ביז מנחה , אבער די פיס יאגט מיר אריין, איך האב דיר אבער נאך אזויפיל צו פארציילן, איך קען נישט רעדן נאך ברכו ביז כתר. אייגנטליך , ווייסט וואס? איך מיין אז איך גיי מיך אונטערנעמען בכלל נישט צו רעדן ביים דאווענען, שבועות און אגאנץ יאר.
אה, אט קומען מיר אן, מיין הארץ שפרינגט . מגייט טאקע אריין אים די זייטיגע באהאלטענע טירל מאימת המלכות , אבער די פחד'דיגע שטימונג דא אין די טינקעלע פאליש איז פון א אנדערע סיבה. יעדער שפירט אזויווי קינדער וואס בעטן זיך איבער מיטן טאטן אין הימל, און אונז ווערן היינט צוריק ערלויבט אריין אינדערהיים.

לאמיר שנעל באגריסן מיינע חברים וואס כהאב שוין נישט געזען אזוי לאנג, און מיר גייען שוין אריין אין שול.
קוק ווי שיין אויסגעצירט איז די ארון קודש, אלעס האט א ספעצילע גלאנץ מער ווי יעדע יאר, ווי זיי שטרעקן אויס א האנט צו די געסט. עס פילט אביסל פרעמד די פלאץ און עס ציפט צו זעען אז א חלק עולם פעלט בפרט אויבנאן איז היפש שיטערער, אבער מיר זענען גליקלעך צוריקצוזיין אין שול.

לאמיר זיך שנעל אוועקזעצן און אפשטויבן די באנק. אלע מיינע גלידער ווארפן זיך פאר פרייד, אט נעמט שוין די רב שליט"א אראפ זיין מאסקע און טוט אן דעם טלית, מיט א עקסטערע פרישקייט אין זיין שטימע:
"אה אה אה אה אה, ברכווווו, את ה' הההההההמבווווווורך.."
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: זכרונות מיט מיין שבועות מחזור פון פאראיאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

יאפ, מיר האבן זיך אזוי געבענקט. געוויס א שטיקל משל ווי אונז בענקען זיך צום צוריק קער פון די שכינה הקדושה עם ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו.
זייער שיין געשריבן. יישר כחם
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: זכרונות מיט מיין שבועות מחזור פון פאראיאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

Memories..
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: זכרונות מיט מיין שבועות מחזור פון פאראיאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

עס ברענגט ארויף ציפעדיגע זכרונות!

אבער עס דערמאנט אז מען דארף האלטן און איין דאנקען!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: זכרונות מיט מיין שבועות מחזור פון פאראיאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

ארויף...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”