פרא-חסיד האט געשריבן:גענומען דעם וואקסין, סימפטאמען, איך בין זייער קאלט, ווי אויך קען איך נישט איינשלאפן, ווען שרייב איך תגובות 414am?
. זיכענדיג אנליין, זעה איך אז עס איז זייער אן אפטע ערשיינונג, לאמיר האפן אז מארגן וועט זיין בעסער.
עס איז גוט צי נעמען די ווייטעמינען פונקט ווי ביי קאראנע ווייל אז דער אימיון סיסטעם איז נישט גענוג שטארק קען זיין סייד עפעקטס וואס ענדעלט שטארק אין קאראנע סימפטאמען
ווייל מדארף פארשטיין אז דער וואקסין וויל דאך די סיסטעם זאל מיינען אז סדא קאראנע אזוי ארום זאל עס פראדעצירן א מלחמה מיט אנטי באדיס ועוד קעגן די וויירוס
איז אזוי ביי קאראנע זעלבסט איז דער עיקר פראבלעם אז די אימיון ווערט צעווילדעוועט און ווייסט נישט וועלכע זייט צי גיין און די אימיון סיסטעם גייט בטעות קעגן דעם באדי, דעריבער ווען עס ווערט שווער ניצט מען ע"פ רוב סטירוידס (בנוסף צי די אנטי ביאטיקס ועוד) בכדי צי אראפזעצן די אימיון סיסטעם
די זעלבע קען געשעהן (נישט אין קיין צי סאך פעלער ב"ה) נאכן וואקסין ביי טייל מענטשן (בעיקר ביי די וואס זייער אימיון איז שוואך) אז דער אימיון (נישט דער וואקסין זעלבסט לכאורה) קען זיך נעמען אטאקירן דעם מענטש
דעריבער אויב נעמט מען די ווייטעמינען (C און D און אמיון בוסטערס, מינערעל וכדומה) פארן וואקסין און אויך נאכדעם העלפט עס די אימיון זאל זיין שטארק וואס דאן וועט עס טאן די ריכטיגע פעולות וואס מען ערווארט עס זאל טוהן, נישט חלילה עס זאל אטאקירן דעם מענטש
(לדעתי העני' באופן כללי איז יעדע מענטש אנדערש איבערן ענין פון וואקסין און מדארף רעכענען די שכר נגד ההפסד לפי המצב צי מהאט שוין געהאט ועוד אבער אויב האט מען אפגעמאכט אז דאס איז די ריכטיגע מהלך דארף מען נאך אלס וויסן אז די ווייטעמינען זענען נישט קיין סתירה נאר אדרבה עס וועט העלפן די וואקסין זאל ארבעטן קעגן די וויירוס האפענטליך אנע זייטיגע ווירקונגען קעגן דעם מענטש)
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!