מיגו האט געשריבן:ס'איז א פראבלעם אז מ'האט אזוי שטארק אפגעשלאגן אזא מעגליכקייט, אמת.
אבער אדער דען דעט, וואס א חילוק מאכט עס באמת? נניח אז דאס קומט פון א כינע לעב און לאמיר זאגן אונז זעמער יעצט ביים אנפאנג פונעם פאנדעמיק, וואס אין די וועלט וואלט מען געטון אנדערש?
עס מאכט א גרויסע חילוק צו וויסן ווער עס האט געהארגעט אונזערע ברודער און שוועסטער, טאטעס און מאמעס פעטערס און מומעס זיידעס און באבעס, א פאר טויזענט טויט אין איין יאר יאר.
עס מאכט אויך א חילוק צו עס איז געווען א טעות פון די כינעזער אדער נישט א טעות, און אויב א טעות, ווי זיי האבן נישט באצייטענס מודיע געווען דער וועלט אז מען זאל נאך קענען עפעס טוהן באצייטענס און ראטעווען וויפיל מען קען נאך. וואלט דער וועלט געוויסט אז עס האט געליעקט פון א לעב וואלט מען עס זיכער אנגענומען א סאך ערענסטער ווי מען האט.
מען רעדט דא פון א מערדערליכע מגיפה וואס איז געווען מען מעיד און געלעגן אין וואהאן לעב, דער שאלה איז נאר צו עס האט ארויס גערינען בטעות אדער בכוונה, און נניח אז עס בלייבט נאר א טעות און מען וועט קיינמאל נישט קענען אויף ווייזן און וויסן אויב עס איז געווען בכוונה, מוז כינע סאפערען די קאנסיקווענצעס פון נישט נעמען פאראנטפארליכקייט פאר זייער טעות באצייטענס און ראטעווען מענטשן.
Gross criminal neglect of the highest order is at stake, and the world has to make sure it doesn't happen again