קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך זע נישט וואס ער איז מוסף,
די פוינט איז , עס איז נישטא קיין שום הלכה וואס איז מחייב זיך צו צוזאם נעמען מיט מער ווי 10 מענטשן, אויסער ביי מקרה מגילה איז דא א חיוב פון ברוב עם,

אויב אבער דו האלטס (איך האלט אזוי) אז מען קען מסביר זיין פאר א גוי אז צו האלטן אפען די בתי מדרשים געהעריג איז א רעליגיעזע צורך, קען מען אויך מסביר זיין אז צו אפהאלטן געהעריגע חתנות איז א רעליגיעזע צורך,

ואם חסר הסברה חסר הבנה, אויב איינער קען דאס נישט מסביר זיין פאר א גוי, איז דאס זעלבס א פראבלעם,
The Divided States Of America
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ער טענה'ט אז די לימיט פון 10 מענטשען האט נישט זיינס גלייכן ביי אומרעליגעזע צאמקומען, און דערפאר איז עס אומלעגאל. חתונות זענען געצוימט די זעלבע ביי די רעליגעזער ווי די נישט.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

Programming האט געשריבן:אלעס קען אריין גיין אין רעליגיע. עיין ערך פראהיבישאן - וויין שטיבלעך אין די בתי מדרשים.

וי באלד אונז אידן פירן זיך זייער שטארק רעליגיעז, וועט אטאמאטיש אויסקומען יעדע צווייטע ריר זיך צו אנשטויסן מיט רעליגיעזע צרכים

עו"ע ערך בכל דרכיך דעהו,

אויב איינער האט א קאמפלעקס אז די גוי גייט אים האלטן פאר א פאנאטישער, וואס יעדע רגע קומט ער מיט זיינע אזוי גערופענע רעליגיעזע תירוצים, זאל מעיין זיין אין מדרש אסתר ערך וואס המן האט חוזק געמאכט "שבת היום פסח היום"
The Divided States Of America
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יש בו האט געשריבן:זיי ווייסן וואס מ'זאגט זיי,

לשיטתך פארוואס זאל די קארט לאזן מער פון 10 מענטשן?

ס'וואלט געווען די גרעסטע טעות צו פרובירן אריינצושטופן יעדן מצב וואס קען נאר נוגע זיין פאר אידן, מיטן לעיבל פון "רעליגיעזע סערוויסעס".
אין א בחינה פון שרייען וואלף..
ס'דארף ווערן געלאזט נאר פאר די מערסטע ריכטיגע דעפיניציע דערפון, אז ס'זאל נישט ווערן אביוזד און זיין עלול צו ח"ו מאכן פארלירן אלעס נאכדעם.

איך רעד נישט דא, נאר בכלליות
---
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אויב נוצט מען עס נאר ווען מען מיינט עס ערענסט ארבעט עס,

עס איז נישט קיין פראבלעם זיך צו אויפבויען און עס מיינען ערענסט ביי פיל פלעצער, אזוי לאנג ווען מ'האלט דערביי עכט, ארבעט עס

אויב וועט מען עס אויסנוצן פאר נערישע זאכן, אלץ אן אויסרייד, וועט עס טאקע נישט העלפן,

אבער ווען איינער שרייט אמת'דיג, קען מען עס נישט אפפרעגן
The Divided States Of America
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יש בו האט געשריבן:אויב נוצט מען עס נאר ווען מען מיינט עס ערענסט ארבעט עס,

עס איז נישט קיין פראבלעם זיך צו אויפבויען און עס מיינען ערענסט ביי פיל פלעצער, אזוי לאנג ווען מ'האלט דערביי עכט, ארבעט עס

אויב וועט מען עס אויסנוצן פאר נערישע זאכן, אלץ אן אויסרייד, וועט עס טאקע נישט העלפן,

אבער ווען איינער שרייט אמת'דיג, קען מען עס נישט אפפרעגן

כ'הער..
---
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

סטיטשינער האט געשריבן:ער טענה'ט אז די לימיט פון 10 מענטשען האט נישט זיינס גלייכן ביי אומרעליגעזע צאמקומען, און דערפאר איז עס אומלעגאל. חתונות זענען געצוימט די זעלבע ביי די רעליגעזער ווי די נישט.

אגב, דער ספעציפישער געזעץ אז רעליגיעזע פרייהייט איז נישט פארהאן ווען ס'איז א געזעץ פאר די גאנצע שטאט, איז א לעצטערע זאך, וואס קומט פון די קאנסערוואטיוון. דאס האט בלומבורג גענוצט פאר זיין מציצה גזירה, ואכמ"ל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.

.

U.S. Supreme Court Grants Injunction,
Overturning NY Restrictions on Houses of Worship


By Reuvain Borchardt

https://hamodia.com/2020/11/26/supreme- ... s-worship/

Thursday, November 26, 2020 at 1:16 am
Updated Thursday, November 26, 2020 at 4:17 am
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך קוק עס אן פאר א קנאפע געווינס. דער נוקם ונוטר יר"ה קען אויסגעבן זיין כעס אויף גענוג אופנים. קודם כל מוז נאכאלץ זיין סאשול דיסטענס - 6 פיס אפגעריקט איינער פון צווייטן. צווייטענס וואס טיט מען טאמער הייבט ער אן צו אינפארסירן מאקסימום קאפעסיטי וואס איז דא אויף יעדע בנין. ער קען אנהייבן שיקן אינספעקטארס אין אלע שולן און פייניגן די מענטשהייט.
ולה' הישועה
לעצט פארראכטן דורך דריידל אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 9:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

דריידל האט געשריבן:איך קוק עס אן פאר א קנאפע געווינס. דער נוקם ונוטר יר"ה קען אויסגעבן זיין כעס אויף גענוג אופנים. קודם כל מוז נאכאלץ זיין סאשול דיסטענס - 6 פיס אפגעריקט איינער פון צווייטן. צווייטענס וואס טיט מען טאמער הייבט ער אן צו אינפארסירן מאקסימום קאפעסיטי וואס איז דא אויף יעדע בנין. ער קען אנהייבן שיקן אינספעקטארס אין אלע שולן און פייניגן די מענטשהייט.
ולה' הישועה

ער איז שוין עניוועי ארויפגעקראכן היבש הויך, איך ווייס נישט צי סיז נאך דא וואס חרוב צי מאכן, אויב עפעס וועט ער ענדערש אביסל אראפקריכן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
sky
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sky »

ישראל_הלוי האט געשריבן:דשאסטעס גארסידש איז מסביר קאומא'ן איבער מנין.. ער איז גוט.

yiddish pls
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

יש בו האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ווייל ער פארשטייט אז דאווענען איז א רעליגיעזע זאך און דעריבער איז נישט ערלויבט קיין שום צוימינגען דערויף. אבער גיי זיי מסביר וואס עסן און טאנצען האט מיט רעליגיע.

האקט

פארוואס איז קעגן רעליגיע נישט צו לאזן מער פון 10? ווי שטייט אין די גאנצע תורה?

איעדע גוי פארשטייט אז רעליגיעזע מענטשן מאכן ספעציעלע חתונות, אפילו האלב פרייע קריסטן האבן חתונה אין קלויסטער (להבדיל)

--
האקט, לאמיר זעהן וואס ער ברענגט

ביטע ליין איין תגובה פאר דיינס
ער איז מסביר אז 10 מענער דארף מען האבען פאר מנין,
נו איז וויאזוי זאל א פרוי קענען קומען אין ביהמ"ד?
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

אינטערעסאנט אנצומערקען אז קאומאו האט געוואונען איין קאורט קעיס נאכען צווייטען
מען וואלט געקענט חוזק מאכען 54-0
איז אבער געקומען איין רולינג אין אלעס אוועקגעווארפען...
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דריידל האט געשריבן:איך קוק עס אן פאר א קנאפע געווינס. דער נוקם ונוטר יר"ה קען אויסגעבן זיין כעס אויף גענוג אופנים. קודם כל מוז נאכאלץ זיין סאשול דיסטענס - 6 פיס אפגעריקט איינער פון צווייטן. צווייטענס וואס טיט מען טאמער הייבט ער אן צו אינפארסירן מאקסימום קאפעסיטי וואס איז דא אויף יעדע בנין. ער קען אנהייבן שיקן אינספעקטארס אין אלע שולן און פייניגן די מענטשהייט.
ולה' הישועה

איך קוק עס אהן ווי א גאר גרויסע געווינס. פאר א פאר סיבות. איך וויל נאר מאכן אן הקדמה אז איך האלט אז אלטע אידן זאלן נישט גיין אין גרויסע שולען און אז דער עולם זאל נוצן שכל. ב"ה, מען קען דאווענען אין שוהל מיט מנין. אבער דאס האט נישט אוועקגענומען אונזער חיוב מן התורה צו ווייטער מחמיר זיין "ביותר" אויף אלעס וואס גרעניצט זיך מיט ונשמרתם מאוד. למשל... נישט הוסן אינעם עולם אריין. עס איז זייער פשוט cover your cough. ממש נישט צום גלייבן, ווי אין מיטן פון א pandemic מיט אינגע און אלטע אידן אין איי סי יו, האבן (א גאר קליינער מיעוט) נאך נישט די אחריות אז מען היסט נישט אויף יענעם, מען לייגט נישט אויסגעבלאזענע טישוס אויפן טיש, וכו'. איך זאג דאס אלץ אן הקדמה, ווייל ווי אייביג האלט איך אז מען דארף טוהן ווי דער הייליגער רמב"ם וואס האט אונז געלערנט אז א מענשט זאל אהן נעמען די מיטל וועג. נישט עקסריעם ארויף אדער אראפ. ממילא וויל איך נישט מען זאל מיינען אז איך האלט אז די גאנצע קאוויד איז א וויץ.

צירוק צום נושא. סיי דער גאווערנער (מימות המן לא קם בעל גאווה כמותו - ער הא כלמרש'ט געראטעוועט טויזענטער ניו יארקער ווען ער איז למעשה שולדיג אינעם טויט פון טויזענטער סיניערס), סיי דער מעיאר (מימות ויזתא לא קם שוטה כמותו), האבן ביידע גאר שטארק מחמיר געווען און פארשפארט שולן, געשעפטן, וכו'. זיי האבן געהאלטן און איין שרייען אויף זייערע טעגליכע מידיע אויפטרעטען אז זיי טוען אלעס בלויז לשם שמים, צו ראטעווען לעבענס. אבער צוביסלעך האט מען געזעהן אז מען טוט דא אפען און גראב מאכן חילוקים. פארוואס האט Walmart און Costco געמעגט פארקויפען הויזענעס מיט פאסיקס און א קליינע Mom and Pop געשעפט אין בארא פארק נישט? וואס דער קליינער געשעפט האט געקענט אסאך בעסעך אכטונג געבען נאר צו האבן א געוויסע מאס מענטשען אין געשעפט?

און דאן דערנאך האט זיך אהנגעהויבן די פראטעסטען... דא האט מען שוין קלאר געזעהן וואס פאר א היפרקאט און שוטה דער מעיאר איז. ווען "ראווען" (ראובן) פון המודיע האט אים געפרעגט ביי א ניוס קאנפערענץ פארוואס די פראטעסטען מעג מען און גיין אין שוהל נישט, האט ער אים באוואשען ברבים פארוואס ער פרעגט אפילו אזא שאלה! ער האט אים געזאגט אז דאס איז דאך אזוי היסטאריש, די שווארצע זענען אונטערגעדריקט אין אמעריקא פאר 400 יאר און מען מוז דאס מתקן זיין. אמת. אבער וואס די רעגירונג האט געטהון איז אז זיי האבן אפגעמאכט ווען צו איינהאלטן די געזעץ און ווען נישט. דאס הייסט selective enforcement. זיי מוזן איינהאלטן די געזעץ איינוג. די רעגירונג קען נישט אפמאכן וואס זיי האלטן איז וויכטיג און וואס נישט. פאר אידן, גיין אין שוהל איז גאר וויכטיג. ממילא איז א גרויסע געווינסט וואס די סופרים קאורט האט געאורטיילט אז זיי האבן נישט געטארט דאס טוהן.

מען קען עס מסביר זיין מיט א משל. ביי די גזירה אויף ברית מילה האבן זיי פארפירט אז עס איז א סכנה פארן קינד. וויל איך פרעגן. איר ווייסט וואס פאר א סכנה עס איז צו שפילען ביעסבאל? וואס מען שפילט אין אלע סקולס מיט די קלענער ליטעל ליגס וכו'. כאפן א זעץ פון א באל מיטען בעט אין קאפ ברענגט גאר אסאך מח brain injuries and trauma איעדע יאר. פראביר דאס אפצושטעלן. Baseball is as American as Apple Pie. און דער לעבען קומט מיט ריזיקעס. קענסט נישט מסביר זיין פארן גוי אז מען טאר נישט שפילען בעיסבאל וועגען עס האט א קליינע פראצענט ראטע פון ערענסטע צומזיקטע קינדער. די זעלבע דארפן זיי פארשטיין אז מיר האבן אנדערע וויכטיגע זאכן.

ממילא האט די ruling געוויזן פאר די פוסטע בעלי גאווה אז אמעריקא איז נאך אלטץ נישט א פולקאמע dictatorship, און זיי קענען נאך נישט שטופן און קעוועטשען פרומע אידן אהן א מאס.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 12:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

פרוביר אויך האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצומערקען אז קאומאו האט געוואונען איין קאורט קעיס נאכען צווייטען
מען וואלט געקענט חוזק מאכען 54-0
איז אבער געקומען איין רולינג אין אלעס אוועקגעווארפען...

אפשר א שטיקל האפענונג פאר טראמפ...
אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אויב איינער קען אויסקלארן מען קען יעצט מאכן חתנות און כ"א כסלו און די גרויסע שילן ?
וואס האט זיך געטוישט יעצט?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

5-4
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

Kosher Travel האט געשריבן: (מימות ויזתא לא קם שוטה כמותו)


;l;p-

#לאזונג פון טאג
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

דריידל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

איך פארשטיי נישט ווי די זעהסט דא אז זיי נעמען זיך אן פאר רעליגיע. די זעלבע פסק (סטעי) וואלט געווען טאמער די גאווערנמענט לייגט מער צוימינגען אויף פיש געשעפטן ווי אויף פלייש געשעפטן.


איך דארף נישט, בעסער געזאגט איך ערווארט נישט אז רעליגיע זאל האבן ספעציעלע פריוועליגיעס, עס איז גענוג אז מען קוקט אונז נישט אהן ווי סעקענד קלעס, וואס בארעכטיגט אויטאטמאטיש סיי וועלכע גזירה וואס מען קען בארעכטיגען אלץ פאבליק העלט פאליסי וכו

די מציאות איז אז מיט א אנדערע סופרים קאורט צוזאמשטעל וואלט די פסק ווארשיינליך געווען אנדערש.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בר דעת האט געשריבן:עס איז גענוג אז מען קוקט אונז נישט אהן ווי סעקענד קלעס, וואס בארעכטיגט אויטאטמאטיש סיי וועלכע גזירה וואס מען קען בארעכטיגען אלץ פאבליק העלט פאליסי וכו

וואס מאכט אייך טראכטן אז עס האט שייכות?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מים חיים האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:פאר חרדישע אידן איז די סופרים קאורט רולינג אסאך מער ווי א געווינס אויף די ספעציפישע קעיס. עס וועט בס"ד אפהאלטן לאקאלע ליבעראלע רעגירונגען פון איינפירן צוימונגען אויף זאכן וואס קערן זיך אן מיט רעליגיע.

דאס האבן א 6-3 סופרים קאורט וואס איז גרייט צו דעפענדן רעליגיע איז עפעס אויף וואס פרעזידענט טראמפ וועט געדענקט ווערן לטובה פאר לאנגע יארן.

5-4


ס׳איז 6-3, די מעלה פון האבן 6-3 איז, אז אפילו א חכם ווי ראבערטס אדער קאווענאו מאכט איין טאג אפ צו שטימען קעגן רעליגיע, געווינט מען נאך אלץ 5-4, ס׳איז צום באמערקען, אז מען רעדט דא פון א סטעי, נישט קיין רולינג, די רולינג איז ערווארטעט ערגעץ נעקסטע חודש, די סיבה פארוואס ראבערטס האט נישט געוואלט געבן די סטעי, איז ווייל ס׳איז נישט נוגע, זינט די רויטע זאונס זענען נישט יעצט אין אפעקט, און ער איז נישט חושש אז ביז די רולינג וועט יא צוריקגעלייגט ווערען אין קראפט די רעד זאונס.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

פאר ווער עס וויל ליינען דעם אורטייל:
https://www.supremecourt.gov/opinions/2 ... 7_4g15.pdf
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: קאומא: שוהלן - נישט מער פון 10 מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

מענדי קומט אריין שטארק קלאר
אטעטשמענטס
PHOTO-2020-11-26-12-08-42.jpg
PHOTO-2020-11-26-12-08-42.jpg (17.2 KiB) געזען 2378 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”