בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:רבותי
עס איז צייט צו מאכן עפעס א שאבטאן "חיזוק סאפארט גרופ"
געוואלדיגע איידיע...!!!
כ'מאך שוין רעזערוועישאן...!!!
זעה צו ברענגען אפאר גוטע בעלי דרשנים מחזק צו זיין דעם עולם.
גראדע האב איך מיר שוין ב"ה/ליידער צוגעוואונט צום ביטערן מציאות, כ'האלט שוין לאחר ייאוש...!!
געוויסע עסנווארג זענען ב"ה צוריקגעקומען צום טעם למחצה לשליש ולרביע...
געוויסע עסנווארג האב איך קאפליטלי רימאווד פון מיין היסטארי... א טייל דערפון וואס זענען געווען פון די שטארק באליבטע...
און צו די איבריגע האב איך זיך צוגעוואוינט...
דער עיקר נישט פארגעסן צו דאנקן און לויבן אונזער זיסער פאטער אין הימל וואס טוט דאס אלעס, און ב"ה מ'איז געזונט און שטארק...!!!
וכאן המקום להודות פאר'ן פותח האשכול און פאר אלע גוטע ידידים וואס האבן מיטגעטיילט זייערע ליידן און פריידן, עצות און פלייצעס, וויצן און טריצן.
ובפרט פאר דעם איבערגדרייטן בעקעלע, וואס זיצט שוין דא נאך פונפאנפאנג פון דעם שיקזאל, און העלפט כסדר ארויס מיט זיין הומאריסטישן פעדער...!!!
ס'האט זיכער פיהל פארגרינגערט דעם מצב ביי מיר און ביי פיהל אנדערע...!!!
יישר כחכם!!! ומצפים לישועה!!!