פארלירן חוש הריח אדער טעם

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליידט איר פון א מאדנעם גערוך אדער טעם ביים עסן?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג יולי 13, 2020 9:56 am

יא
54
42%
ניין
76
58%
 
סך הכל שטימען: 130

Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

derech eretz האט געשריבן:מאכט סענס אז חוש הטעם זאל מען 'ווידער' פארלירן עטליכע חדשים נאכן זיין פאזיטיוו?

איך האב נאר פארלוירן אפאר חדשים נאך זיין פאזיטיוו
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

איינער זאגט מיר היינט אז די ווייטאמין restore from company relief איז ווירקזאם צוריק צו ברענגן די חוש הריח והטעם, איינער מיט עקספיריענס איבער דעם?
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

געוואלטיג האט געשריבן:
פישל דער פישער האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:קומטס כאטש אריין וואס איר האט פרובירט און וואס האט "נישט" געארבעט וועל איך מעגליך העלפן מיט וואס נאך אדער וויאזוי איר זאלט דאס פרובירן בעזר השם

דערווייל גארנישט אדרבא זאג מיר וואס צו טון

דא האסטו

געוואלטיג האט געשריבן:עצות פאר צוריקבאקומען טעם וריח וואס האט געהאלפן פאר אסאך אידן נאך קאראנע:

1) נעמען פאר 5 ביז 7 טעג די A1 מינערעל דרינק צו באקומען אין אלע פארמאסיס

2) RESTORE א רעמעדי פון די פירמע RELIEF דורך מרס שווייד פון וו"ב (פאר טייל העלפט עס נאך אפאר טאג און פאר טייל נעמט עס לענגער)

3) נעמען CBD קעפסעלס מען שפירט א חילוק נאך אפאר טעג און בעסער ממשיך צי זיין פאר א חודש

4) אויסשווענקען טעגליך די מויל מיט עפעלסיידער וויניגער און/אדער בעקינג סאדע און/אדער זאלץ וואסער, און גארגלען מיט די אוינבדערמאנטע און בעסער אריינלייגן א משהו עפעלסיידער וויניגער אין א קאפ אין וואסער און אויסטרינקען

5) נעמען מאלטי ווייטעמין און/אדער אימיון בוסטער ווייטעמין טעגליך פאר א חודש צייט

ביטע קומט אריין מיט רעזאלטס אויב איר פרובירט איינע פון די אויבנדערמאנטע
יישר כח

שוין געפרעגט און נישט באקומען קיין ענטפער
אלע 5 צוזאם אדער יעדע פארזוך העלפט?

יעדע עקסטערע

אגב יעצט געהערט פון הרב לייפער אז נעמען 5 מולטי ווייטעמינען פאר 5 טעג אין א צי קען אויך העלפן (נישט ווי נומער 5 אז עס מוז זיין אויך מיט אימיון בוסטער נאר מולטי אליין)

איינער האט זיין נאמבער?
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

מיין רבי אין חדר (איינע פון זיי) פלעגט זאגן: ןןחלאנג כוועל האבן כח וועל איך עס איבערזאגן (הלואי וואלט עס מיין זוהן'ס רבי זאגן)
איך וועל אויך אזוי טוען - לעלוי נשמתו - אין איבערזאגן
איך זוך שוין נישט די אלע תורת פשעטליך רמזים - סגולות פון דומם צומח חי מדבר/מדברת
איך וויל שוין נישט קיין הבטחתי לפרסם עצות, איל וויל זעהן אדער רעדן מיט א "ונושעתי" מעמבער
נישט אז איך האב עפעס קעגן רמב"ם טיי (גלייבטס מיר איך האב זיי שוין לאנג מוחל געווען די 70 דולר) און גארנישט קעגן משפחת פרידמאן פון מעקסי-העלט, אדער משפחת זאלער'ס, אבער איך וויל רעדן אדער הערן מיט א סוקסעס סטארי - פאקטן

כתבתי בחפזון
מפני כבוד שבת
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

נישט געלייענט אלע בלעטער ביז אהער אפשר האט מען שוין גערעדט פון פארברענטע ארענזשעס...עס איז דא מענטשען וואס שווערן זיך אז עס האט זיי געהאלפן, האב קיין אנונג אויב עס איז אמת.
האט איינער שוין דא פראבירט?

https://www.prevention.com/health/a3517 ... ste-smell/
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

בעקעלע.הפוכה האט געשריבן:מיין רבי אין חדר (איינע פון זיי) פלעגט זאגן: ןןחלאנג כוועל האבן כח וועל איך עס איבערזאגן (הלואי וואלט עס מיין זוהן'ס רבי זאגן)
איך וועל אויך אזוי טוען - לעלוי נשמתו - אין איבערזאגן
איך זוך שוין נישט די אלע תורת פשעטליך רמזים - סגולות פון דומם צומח חי מדבר/מדברת
איך וויל שוין נישט קיין הבטחתי לפרסם עצות, איל וויל זעהן אדער רעדן מיט א "ונושעתי" מעמבער
נישט אז איך האב עפעס קעגן רמב"ם טיי (גלייבטס מיר איך האב זיי שוין לאנג מוחל געווען די 70 דולר) און גארנישט קעגן משפחת פרידמאן פון מעקסי-העלט, אדער משפחת זאלער'ס, אבער איך וויל רעדן אדער הערן מיט א סוקסעס סטארי - פאקטן

כתבתי בחפזון
מפני כבוד שבת

ר' איד, ס'נישטא אזא זאך ווי א סוקסעס סטארי ביי די נושא, אני הקטן האב געליינט דא אויפן וועלטל איבער די טרעיס-מינערעלס ווי שנעל און גוט דאס העלפט, כ'האב עס געקויפט און עס גענומען אפאר וואכן.....און גארנישט....

כ'האב עס בו בזמן געגעבן פאר א חבר, און ביי אים האט דאס נאך 3 טאג צוריק געברענגט די טעם וריח.

והיינו טעמא דזינק, והיינו טעמא דצוייבל, והיינו טעמא דקנאבל, והיינו טעמא דלבונה....
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך זעה נישט קיין אפעקטיווע עצה צו מיין פראבלעם:

שוין זינט בעפאר פסח וואס איך שמעק נישט. איך שפיר א טעם אין עסן אבער דער גערוך איז פארשוואונדן, חוץ א סארט פארשטינקענער אויליגער גערוך וואס איך קען טיילמאל שפירן קען איך נישט שמעקן גארנישט.

עפעס א עצה איז דא דערפאר?
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

שלום עליכם צו דיזע אשכול!!!
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

טישטוך האט געשריבן:איך זעה נישט קיין אפעקטיווע עצה צו מיין פראבלעם:

שוין זינט בעפאר פסח וואס איך שמעק נישט. איך שפיר א טעם אין עסן אבער דער גערוך איז פארשוואונדן, חוץ א סארט פארשטינקענער אויליגער גערוך וואס איך קען טיילמאל שפירן קען איך נישט שמעקן גארנישט.

עפעס א עצה איז דא דערפאר?

אפאר שטארקע בלוזעראציעס אריין אין צוויי דריי קלינעקס טישאס און וועסט זעהן ישועות
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

איך האב געהערט פון מענטשן אז נאכן נעמען די וואקסין איז זיי צירוקגעקומען די פולע חוש הריח אפ' נאך חדשים זיך מוטשענען, איך האב עס אבער נישט געהערט ערשט האנטיג קען איינער מיטטיילן איבער דעם?

דיסקלעימער: איך האב נישט דורגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, אויב שטייט עס שוין ביטע ציווייזען.

א דאנק פון פארנאויס.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

דאס איז אכיש מלך גת - דהיינו די גאס זאגט אזוי.
א קרובה משפחה מיינע וואוינט אין ירושלים עיה"ק (אי"ה ביי מיר בקרוב, מי יותן והיה), האט גענונען די שטעכערייען אין אדר, אויך געהאפט \געמיינט\ מתפלל געווען אז עס זאל צוריק קומען די חושים, אין לעת עתה כ"ח סיון, איז "סטיל נאו טשענדזעס,
איך האף צו הערן גוטע בשורות פון אונז אלע - ליידענדע שוין איבער א יאר \ פון נישט עסן רוב מאכלים ובפרט פלייש פיש אייער פלאס פלאס פלאס- אז נתחדש ימינו בקדם אכיה"ר
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

שוין כמעט איינס אהאלב יאר ואס איך קען נישט אריין נעמען פיש אייער פלייש אין מאל
פיש נאך די ערקסטע
די ......... זאל געזונט זיין
תושבי מאנסי זאלן פלאצן
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

שוין עטליכע חדשים וואס מיין ווייב קען מיר געבן סיי וואס, ווייל גארנישט טעיסט נישט גארנישט...
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
הייליגע
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 18, 2020 3:03 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע »

רבותי איך האב געהאט די וויירוס פאר חנוכה געהאט א געפערליכע טעיסט און שמעק לעצטע וואך איז עס געוווארען אסאך ערגער איך פיל כמעט גארנישט קיין טעם
היינט האב איך כמעט פאברענט די פיש פאר שבת ווייל איך האב נישט געשמעקט
איך האב גענעמען דער וואך די וואקסין און דערווייל איז עס גארנישט בעסער

הייליגע באשעפער איך לויב און דאנק דיר פאר אלעס און אויב איז מיר באשערט צו ליידען זאל עס אויסגיין מיט דעהם
אין עוד מלבדו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ב"ה די לעצטע פאר וואכן ארבעט מיין חוש הטעם צוריק [כמעט] 100% ווי אמאל, נאכן זיין טיילווייז אפוועזנד זינט ניסן תש"קאראנע. כ'האב שוין געהאט אזעלכע צייטן בעבר, אבער ס'האט געהאלטן אפאר טעג ביז מ'איז צוריק צום קאראונע טעם.
די אייער, פלייש וכו' זענען ב"ה געקומען צום טעם. אבער... מיטן אויסנאם פון וויין און גרעיפ דזשוס.
און אויך, אויסער ווען כ'בין זייער מיד. דעמאלט פאנפעט אלעס אונטער.

יש תקוה
ואין שום יאוש
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אוטש
יעצט אריינגעקומען דא און איך ווער געוואר אז סאיז דא אידן וואס ליידן נאכאלטס דערפון (איך האב פארלוירן די שמעק פאר א וואך ממש אנפאנג)

עצות האב איך נישט אבער א ברכה קען איך אייך געבן, זאל דער רבוש''ע ענק שיקן א גאנצע רפואה אויף אלע חושים בקרוב ממש
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
יש תקוה
ואין שום יאוש

יש מקוה! פאר מחר
יש תקוה!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך שמעק נאכאלס נישט... אין אמת'ן אריין שמעק איך יא, אבער נישט אלעס, און דאס ביסל וואס יא איז נישט די גערוך וואס עס דארף צו זיין, פיש און פלייש וועלכע זענען געפרעגלט האבן א טעם פון געפערליכס. איינער האט א עצה? נישט קיין דזשאוקס, פארדעם איז דא די פורים אפטיילונג.
בעקעלע.הפוכה
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע.הפוכה »

שלום וברכה
איך שרייב שוין דא איבער די נושא איבער א יאר מיט דריי חדשים
ב"ה וב"ש
עס איז זייער זייער נישט גרינג
האט איר שוין געטראכט א מינוט
עס איז דא אהן א שיעור ברודער אין שוועסטער וואס ליידן זיך צאם מיט די נושא
נאר צו אפדעיטן מיין סטעטוס
שבת ביי די סעודות נאר וויין נישט גרעיס דזוס אין נאר טריקענע וויין - סאיז נישט געהעריג אבער עט ליסט דארף איך עס נישט אויסשפייען - אזוי ווי קאווע
חלה איז ב"ה זייער גוט ב"ה - נאר אהן סעסמי סידס
פיש וכל מיני דגים כולל ווייט- סעלמען- הערינג- טונא אא"וו, אין נישט צו איבערטראגן לא הטעם ולא הריח
טשיקן זופ ב"ה גאנץ פיין ב"ה
אייער איז חלשות כולל ביצה מבושל שלוק צלוי וואט-עווער
פליישן כולל בהמה חיה ועוף איז לא יזכר ולא יפקד

אסאך פירות ב"ה גוט אסאך ב"ה נישט וכמו"כ ירקות
עני-טינג מיט צוויבל קנאבל איז ממש חלשות הטעם והריח
מילכיג איז ב"ה גוט
כל מיני מזונות איז גוט ב"ה

ב"ה
עס גייט מיר שוין אויף די נערוון נישט צו עסן עפעס מיט פראטין - יעצט זומער אליין צוויי טעג אין שטאט וואס עסט מען?
פיצא נישט, נאכטמאל ביי די קהילה נישט, א גוטע סענדוויטש נישט,
נאכאמאל א דעניש? א פעקל אייער קיכלעך? איך ...שוין דערפון
שוין ב"ה פאר דעם
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי

מזמור לתודה איך זעה, הער, רעדט, גיי, שטיי, עס, טרינק, איך פארשטיי, ב"ה No Camplain
השתדלות בפרנסה, מיט הכנסות, האבן נישט קיין שייכות - מדארף טוען ווייל מדארף טוהן לקיים גזירת המלך בזיעת אפך וכו', און דער בורא עולם האט שוין זיינע וועגן צו געבן - ב"ה וב"ש
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

ווי אלע וואס ליידן מיט די מאדנע קאראנע גערוכן ווייסן אז פון די שווערסטע איז צו שפירן שוויץ, יעצט קומט אבער די ניין טעג (די טרויערדיגע נישט די ספעשעל) און עס וועט זיין בשפע ווייס איך נישט וויאזוי איך וועל דאס אויסהאלטען.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טישטוך האט געשריבן:איך שמעק נאכאלס נישט...

ס׳סאונד געפערליך פאני, אבער דאס איז די מציאות - נאכן זיך לאזן איינרעדן פון די עזרת נשים - איך האב נישט קיין סייענטיפישע באווייז אז איינס האט עפעס מיט צוויי, אבער א טאג נאכן טוהן די פאלגנדע האב איך צוריק באקומען 90 פראצענט פון די שמעק, נאכן עס טוהן נאך א נאכט בינעך צוריק צום אלטן. ב״ה!

געשניטן דיקע רעפטלעך צוויבל, און געלייגט אויף די פיס פלאכן, ארומגענומען מיט סערען רעפ עס זאל נישט אראפפאלן, און געשלאפן אזוי איבער נאכט (וועק דיך נישט אויף אינמיטן... ווייל א רייזע צום בית הכבוד איז ווי געפארן אויף צוויבל...).
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אחת ואחת האט געשריבן:איך האב געהערט פון מענטשן אז נאכן נעמען די וואקסין איז זיי צירוקגעקומען די פולע חוש הריח אפ' נאך חדשים זיך מוטשענען, איך האב עס אבער נישט געהערט ערשט האנטיג קען איינער מיטטיילן איבער דעם?

געהאט ביי א נאנטן. נישט ממש אינגאנצן, אבער רוב זאכן קען ער שוין עסן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
newschest79
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newschest79 »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך שמעק נאכאלס נישט...

ס׳סאונד געפערליך פאני, אבער דאס איז די מציאות - נאכן זיך לאזן איינרעדן פון די עזרת נשים - איך האב נישט קיין סייענטיפישע באווייז אז איינס האט עפעס מיט צוויי, אבער א טאג נאכן טוהן די פאלגנדע האב איך צוריק באקומען 90 פראצענט פון די שמעק, נאכן עס טוהן נאך א נאכט בינעך צוריק צום אלטן. ב״ה!

געשניטן דיקע רעפטלעך צוויבל, און געלייגט אויף די פיס פלאכן, ארומגענומען מיט סערען רעפ עס זאל נישט אראפפאלן, און געשלאפן אזוי איבער נאכט (וועק דיך נישט אויף אינמיטן... ווייל א רייזע צום בית הכבוד איז ווי געפארן אויף צוויבל...).

גיימיר עס אי"ה פראבירן. שוין אדורך 10 חדשים ואין טעם וריח כלל.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

newschest79 האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך שמעק נאכאלס נישט...

ס׳סאונד געפערליך פאני, אבער דאס איז די מציאות - נאכן זיך לאזן איינרעדן פון די עזרת נשים - איך האב נישט קיין סייענטיפישע באווייז אז איינס האט עפעס מיט צוויי, אבער א טאג נאכן טוהן די פאלגנדע האב איך צוריק באקומען 90 פראצענט פון די שמעק, נאכן עס טוהן נאך א נאכט בינעך צוריק צום אלטן. ב״ה!

געשניטן דיקע רעפטלעך צוויבל, און געלייגט אויף די פיס פלאכן, ארומגענומען מיט סערען רעפ עס זאל נישט אראפפאלן, און געשלאפן אזוי איבער נאכט (וועק דיך נישט אויף אינמיטן... ווייל א רייזע צום בית הכבוד איז ווי געפארן אויף צוויבל...).

גיימיר עס אי"ה פראבירן. שוין אדורך 10 חדשים ואין טעם וריח כלל.

ביטע לאז מיר וויסן די רעזולטאטן, איך וויל קענען צוזאגן פאר מיין ווייב אז עס גייט העלפן....
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: פארלירן חוש הריח אדער טעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך שמעק נאכאלס נישט...

ס׳סאונד געפערליך פאני, אבער דאס איז די מציאות - נאכן זיך לאזן איינרעדן פון די עזרת נשים - איך האב נישט קיין סייענטיפישע באווייז אז איינס האט עפעס מיט צוויי, אבער א טאג נאכן טוהן די פאלגנדע האב איך צוריק באקומען 90 פראצענט פון די שמעק, נאכן עס טוהן נאך א נאכט בינעך צוריק צום אלטן. ב״ה!

געשניטן דיקע רעפטלעך צוויבל, און געלייגט אויף די פיס פלאכן, ארומגענומען מיט סערען רעפ עס זאל נישט אראפפאלן, און געשלאפן אזוי איבער נאכט (וועק דיך נישט אויף אינמיטן... ווייל א רייזע צום בית הכבוד איז ווי געפארן אויף צוויבל...).

א עלעקטריק שאק העט לכאורה אויך העלפן, און איז גרינגער און שנעלער ווי שלאפן מיט צוויבל...

איך האב נאך אויך א צומישטע טעם סיסטעם, שמעק קומט און גייט אומגעפרעגט, שוין איבער א יאר אזוי

בהמה פלייש פילט זיך געהעריג ווי טשיקן צו שטרוי, קיין שום טעם

נאך אזאך זאכענעס זענען פארדרייט אבער די פלייש שטערט מיך די מערסטע...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”