אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז אדער נישט

די מויל און די נאז
65
66%
נאר די מויל
20
20%
נאר א האלבע מויל
13
13%
 
סך הכול שטימען: 98

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:53 pm

ווער סטראגט ברילן מוטשעט זיך זייער שטארק מיט די מאסקעס סאמעטוכע, ווען מאטעמט ווערט די גאנצע ברילן פארהויכט

לאמיר זעהן היכי נהגו עמא דבר
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 11:57 pm

געשטימט אויפן ערשטן, פשוט ווייל ווען ס'ליגט אויך אויפ'ן נאז נעמט עס לענגער ביז די פענסטערלעך ווערן פארויכערט
#נאר אזאלעכע צרות
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גילו, איך שעם מיך נאר מיט מיין ניק נאמען.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מאי 01, 2020 12:09 am

אז נישט אויף די נאז ווי זאל זיך עס האלטן?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מאי 01, 2020 12:13 am

פאליס האט אפגעשטעלט א מאטארסייקעליסט און אים פארגעהאלטן: היתכן דו דרייווסט אן א העלמעט? ווייזט ער אז ער האט א העלמעט, אנגעבינדן צו זיין אחור... אין געזעץ בוך איז תיכף צוגעשריבן געווארן אז די העלמעט מוז זיין דווקא אויפן קאפ.

וויזוי שטייט אינעם מאסקע געזעץ? אפשר קען מען יוצא זיין מיט א קאפל אויפן קאפ? ס'שטייט 'נאז'?
כ'גיי דאס יאר אנרייסן די ביינער פון ווער ס'זינגט "א גאנץ יאר פורים!" וואס וויל ער? כ'זאל גיין נאך א יאר מיטן מאסקע?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 01, 2020 4:53 am

געשטימט פארן צווייטען מטעם הנ''ל. אבער מוז נישט זיין איך גיי ברילן (ונפק''מ לענין גילוי, א''נ אם יפתחו יום אחד אשכול "וויזוי קוקט אויס סטיטשי.) מעגליך אז איך טראג זין ברילען.

אבער ערנסט גערעדט, איך קוק אהן די סיוטיאציע אזוי: אנהייב האבן זיי געשריגן אז מען זאל נישט גיין קיין מאסקעס, היינט טיילן זיי קנסות פאר ווער עס גייט נישט. נא האיך יתקיימו שניהם? איך וויל דאך נישט גלייבן אז די CDC זענען אימקומפטענטער בהימות, און זיכער נישט אז זיי האבן נגיעות, בלייבט נאר איבער צו זאגן אזוי. די מאסק העלפט נאר דו זאלסט נישט איבערגעבען, אבער גייט דיר נישט צוריקהאלטן פון באקומען. אין אנהייב ווען די טשאנסען אז די ביסט אינפעקטירט זענען געווען גאר נידריג, טא האסטו גארנישט פון גיין מיט איינס ווייל פון א צווייטער גייט עס דיך סייווי נישט ראטעווען. היינט אבער , ווען עס איז זייער מעגליך אז דו ביסט אינפעקטירט, נעוואדאי ברויכסטו גיין א מאסק, כדאי נישט איבערצוגעבען ווייטער.

יעצט אזוי, איך פערזענליך פיר מיך נישט מיטצוטיילן מיט אנדערע די אינהאלט פון מיין נאז. מיין מויל פראביר איך טאקע אויך, אבער שגיות מי יבין און אויב האב איך דיר אמאהל נאס געמאכט בעט איך דיר איבער און דאנק די באשעפער אז איך האב נישט געהאט די וויירוס. אבער מיין נאז? כ'דענק נישט די לעצטע מאהל איינער האט זוכה געווען צו די פנימיות שבו. (חוץ ווען מיין מלמד האט מיר דערלאנגט כמו שכתוב און עס האט גערינען בליט אויף זיין האנט. אבער אים בעט איך נישט איבער...) ממילא האט נישט קיין שום זין עס צו טראגן אויף די נאז און זיך אומבאקוועם מאכן פאר גארנישט.
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך פרנס היום » פרייטאג מאי 01, 2020 9:16 am

סתם לידיעה בעלמא פאר די וואס ווילן וויסן די מציאות
אז נעכטען האבן די פאליציי געטיילט טיקעטס אין וויליאמסבורג פאר די וואס האבן נישט געהאט די מאסק גוט אנגעטאן
יעך בין געווארן פארשריגן פון א אפיציר וועגן די מאסק איז געליגן הארט אינטערן נאז

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג מאי 01, 2020 9:31 am

מיר האט אויסגעקוקט זיך דרייענדיג אויפן גאס אז ס׳איז בעיקר א בארד פראטעקטער..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

עם הארץ
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע: נישט ביי זיך

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך עם הארץ » פרייטאג מאי 01, 2020 9:36 am

קרייסלער האט געשריבן:ווער סטראגט ברילן מוטשעט זיך זייער שטארק מיט די מאסקעס סאמעטוכע, ווען מאטעמט ווערט די גאנצע ברילן פארהויכט

לאמיר זעהן היכי נהגו עמא דבר


עצה טובה, נישט צו אטעמען.

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך א פיינע מענטש » פרייטאג מאי 01, 2020 9:38 am

פרנס היום האט געשריבן:סתם לידיעה בעלמא פאר די וואס ווילן וויסן די מציאות
אז נעכטען האבן די פאליציי געטיילט טיקעטס אין וויליאמסבורג פאר די וואס האבן נישט געהאט די מאסק גוט אנגעטאן
יעך בין געווארן פארשריגן פון א אפיציר וועגן די מאסק איז געליגן הארט אינטערן נאז

איז דאס אמת ? שווער צו גלייבן

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך דייקן » פרייטאג מאי 01, 2020 11:02 am

סטיטשינער האט געשריבן:געשטימט פארן צווייטען מטעם הנ''ל. אבער מוז נישט זיין איך גיי ברילן (ונפק''מ לענין גילוי, א''נ אם יפתחו יום אחד אשכול "וויזוי קוקט אויס סטיטשי.) מעגליך אז איך טראג זין ברילען.

אבער ערנסט גערעדט, איך קוק אהן די סיוטיאציע אזוי: אנהייב האבן זיי געשריגן אז מען זאל נישט גיין קיין מאסקעס, היינט טיילן זיי קנסות פאר ווער עס גייט נישט. נא האיך יתקיימו שניהם? איך וויל דאך נישט גלייבן אז די CDC זענען אימקומפטענטער בהימות, און זיכער נישט אז זיי האבן נגיעות, בלייבט נאר איבער צו זאגן אזוי. די מאסק העלפט נאר דו זאלסט נישט איבערגעבען, אבער גייט דיר נישט צוריקהאלטן פון באקומען. אין אנהייב ווען די טשאנסען אז די ביסט אינפעקטירט זענען געווען גאר נידריג, טא האסטו גארנישט פון גיין מיט איינס ווייל פון א צווייטער גייט עס דיך סייווי נישט ראטעווען. היינט אבער , ווען עס איז זייער מעגליך אז דו ביסט אינפעקטירט, נעוואדאי ברויכסטו גיין א מאסק, כדאי נישט איבערצוגעבען ווייטער.

יעצט אזוי, איך פערזענליך פיר מיך נישט מיטצוטיילן מיט אנדערע די אינהאלט פון מיין נאז. מיין מויל פראביר איך טאקע אויך, אבער שגיות מי יבין און אויב האב איך דיר אמאהל נאס געמאכט בעט איך דיר איבער און דאנק די באשעפער אז איך האב נישט געהאט די וויירוס. אבער מיין נאז? כ'דענק נישט די לעצטע מאהל איינער האט זוכה געווען צו די פנימיות שבו. (חוץ ווען מיין מלמד האט מיר דערלאנגט כמו שכתוב און עס האט גערינען בליט אויף זיין האנט. אבער אים בעט איך נישט איבער...) ממילא האט נישט קיין שום זין עס צו טראגן אויף די נאז און זיך אומבאקוועם מאכן פאר גארנישט.


:grin:
גראדע אויף דיין אוועטאר זעט אויס ווי דו גייסט עס ביז די אויגען.

אוועטאר
תנא בתרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך תנא בתרא » פרייטאג מאי 01, 2020 11:53 am

וואלט געשטימט פאר א פערדע אפציע: בלויז אפען טשין...

OIP.jpg
OIP.jpg (5.64 KiB) געזעהן 986 מאל
Affinity Suite Affinity Photo tutorials AffinityDesigner tutorials RTL Fixer
ביטע געבט אריין א פארלאנג פאר RTL Support, אסאך היימישע גראפיקער וועלן בענעפעטירן.

בעל מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך בעל מנוחה » פרייטאג מאי 01, 2020 2:09 pm

תנא בתרא האט געשריבן:וואלט געשטימט פאר א פערדע אפציע: בלויז אפען טשין...

צוגעלייגטע
0CCAAE2B7A22000057B0000E-attachment-1-24897.jpeg (1).jpg
0CCAAE2B7A22000057B0000E-attachment-1-24897.jpeg (1).jpg (141.8 KiB) געזעהן 932 מאל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
baalmenucha@gmail.com

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מאי 01, 2020 6:51 pm

דייקן האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:געשטימט פארן צווייטען מטעם הנ''ל. אבער מוז נישט זיין איך גיי ברילן (ונפק''מ לענין גילוי, א''נ אם יפתחו יום אחד אשכול "וויזוי קוקט אויס סטיטשי.) מעגליך אז איך טראג זין ברילען.

אבער ערנסט גערעדט, איך קוק אהן די סיוטיאציע אזוי: אנהייב האבן זיי געשריגן אז מען זאל נישט גיין קיין מאסקעס, היינט טיילן זיי קנסות פאר ווער עס גייט נישט. נא האיך יתקיימו שניהם? איך וויל דאך נישט גלייבן אז די CDC זענען אימקומפטענטער בהימות, און זיכער נישט אז זיי האבן נגיעות, בלייבט נאר איבער צו זאגן אזוי. די מאסק העלפט נאר דו זאלסט נישט איבערגעבען, אבער גייט דיר נישט צוריקהאלטן פון באקומען. אין אנהייב ווען די טשאנסען אז די ביסט אינפעקטירט זענען געווען גאר נידריג, טא האסטו גארנישט פון גיין מיט איינס ווייל פון א צווייטער גייט עס דיך סייווי נישט ראטעווען. היינט אבער , ווען עס איז זייער מעגליך אז דו ביסט אינפעקטירט, נעוואדאי ברויכסטו גיין א מאסק, כדאי נישט איבערצוגעבען ווייטער.

יעצט אזוי, איך פערזענליך פיר מיך נישט מיטצוטיילן מיט אנדערע די אינהאלט פון מיין נאז. מיין מויל פראביר איך טאקע אויך, אבער שגיות מי יבין און אויב האב איך דיר אמאהל נאס געמאכט בעט איך דיר איבער און דאנק די באשעפער אז איך האב נישט געהאט די וויירוס. אבער מיין נאז? כ'דענק נישט די לעצטע מאהל איינער האט זוכה געווען צו די פנימיות שבו. (חוץ ווען מיין מלמד האט מיר דערלאנגט כמו שכתוב און עס האט גערינען בליט אויף זיין האנט. אבער אים בעט איך נישט איבער...) ממילא האט נישט קיין שום זין עס צו טראגן אויף די נאז און זיך אומבאקוועם מאכן פאר גארנישט.


:grin:
גראדע אויף דיין אוועטאר זעט אויס ווי דו גייסט עס ביז די אויגען.

:grin: דארט גיי איך נישט קיין גלעזער איז נישט געפערליך...
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מאי 03, 2020 4:19 am

-הצורה-התקינה.jpg
-הצורה-התקינה.jpg (82.03 KiB) געזעהן 779 מאל
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
פאלם טרי
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 08, 2017 9:53 am

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך פאלם טרי » זונטאג מאי 03, 2020 11:47 pm

ווענד זיך ווען אין ווי

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מאי 03, 2020 11:57 pm

איך וועל זאגן דעהם אמת. איך גיי מיט מיין אינטערוועש. א חוץ אין מקוה אין בור.

וואספארא אנטקעטע איז דאס?

די עיקר פון די מאסק איז מען זאל עס נישט געבען פאר א צווייטען. נישט אויפן נאז, דאן העלפט עס נישט. ווייל ווען מען sneezed דאן פילען פארטיקלען איבעראל.

טראגט איהר אייער הוט אויפן קאפ?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:06 am

און איינער וואס סניזעד נישט???
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 04, 2020 12:07 am

סטיטשינער האט געשריבן:און איינער וואס סניזעד נישט???

און איינער וואס אטעמט נישט?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג מאי 04, 2020 12:11 am

לייגט מען ארויף א רעספרעיטער
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: גייט איר מיט די מאסק אויך אויף די נאז

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מאי 04, 2020 12:13 am

מומחה יוחס האט געשריבן:לייגט מען ארויף א רעספרעיטער

גיט, גיט... ;l;p-
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:32 am

ווערטלעך אין א זייט, חוץ איינער וואס איז פארקילט (איינער וואס ווייסט ער האט די וויירוס דארף סייווי זיין אינדערהיים), זעה איך נישט קיין סיבה צו גיין אויף די נאז.
דיו טו קאוויד קענען מיר קיין אינטערשריפט נישט ארויפלייגן. מיט פארשטענדעניש.


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט