- Untitled.png (32.53 KiB) געזען 1152 מאל
ווי עס ווייזט זיך אויס זענען די נישט אידישע סקולס שוין אין רעוויא וואס דאס איז איין שלב פאר'ן ווערן אפפראווד, און די היימישע מוסדות האלטן נאך אין ערגעץ נישט.
שמועסענדיג מיט איינגעשטעלטע אין מוסדות, איז מיר פארגעקומען אזוי, די גאוורנמענט האט געשיקט אן עקסעל שיט שוין 2 חדשים צוריק מיט א ליסטע וואס עס דארף ווערן צוריק געשיקט, די גרעסערע פראבלעם איז די עטענדעסי פון די קינדער, וואס ביי אונזערע מוסדות איז דאס היבש שווער צו צושטעלן.
די מוסדות פון זייער זייט וויל נישט אינוועסטען קיין געלד אין די צייט וואס זיי זענען נישט נהנה דערפון.
וואס יא, מיט אביסעל עסקנות קען מען זיך ווענדען צו די גאוורנמענט אז די עטענדענסי איז א פראבלעם (ס'ליגט אויף פאפיר וכו') די מוסדות קענען געבען א רשימה פון טעג ווען די מוסדות זענען געווען אפען, און ווען ס'איז אפען איז דא לאמיר זאגן 90% עטענדענס זאל די סטעיט מחליט זיין בערך וויפיל.
אין אנדערע ווערטער, די עסקנים וואס האבען פראמואטעד אז מ'זאל גיין וואויטען אדער אויספילען די סענזאס, זיי קענען דיר ארויס העלפן צו באקומען די P-EBT, אויב זיי ווילען פארשטייט זיך.