איך קען נישט די פאקטן פון מיימאנעדיס, ממילא נעם איך נישט קיין שטעלונג.נייע שטאט האט געשריבן:כ'האב געליינט ביידע אינטערוויוס שנעל און אויבערפלעכליך, אבער ער ברענגט ארויס אן אינטערעסאנטע פוינט, אז יעדער מיט גוטע אינשורענס, (א בעלבאטישער מענטש אן עושר וכו') וואס גייט מאכן א פראצעדור געפלאנט וכדו', ווער רעדט נאך פון א קעש דזשאב וועט אייביג זאל זיין וואס זאל זיין לויפן צום טייערסטן מאנהעטן האספיטעל. און דאס איז די פלאץ ווי די האספיטעלס מאכן די עיקר געלט, און אלע ארימע מעדיקעיד פאציענטן וכו' וואס זיי באקומען נאר באצאלט פון די רעגירונג ארום זעכציג צענט צו יעדן דאלער שאדן וועלן אלץ אנקומען מיט אי עם עס צום לאקעל האספיטעל, סא ס'שלעפט אראפ זייערע פינאנצן, און ס'וועט אלץ ברענגען שוואכע דאקטוירים וואס וועט נאך מער אוועק שיקן די עשירים, וואס וועט נאכמער אראפ שלעפן די פינאנצן וכו' וחוזר חלילה א ווישעס סייקל.
אויך פארשטיי איך אז די ענד אף לייף קעיר שלעפט אראפ די געלט פון די האספיטעל זייער שטארק און מיימאנידעס איז לויט ווי מ'זאגט די איינציגסטע וואס געבן דאס בשעת ווען אין מאנהעטן ווארפט מען ארויס אזעלכע פאציענטן.
בקיצור ס'זעט נישט אויס אז סאיז דא א גרינגע לעזונג
אבער וואס איר שרייבט איז נישט ריכטיג.
ווער עס איז אין העלטה קעיר, ווייסט אז אין די לעצטע 10 יאר איז מעדיקעיד די בעסטע צאלער, און מען זוכט דווקא יא מעדיקעיד פאציענטן.
מען דארף נישט קיין ריפערל בעפאר, און זיי צאלן זייער שנעל, און זיי דינייען כמעט נישט קיין קלעימס. אנדערשט ווי ווען מען דיעלט מיט פרייוואט אונשורענס, ווי למשל אקספארד וכו'.
אגב, מיין אייניקל איז געווען אין מיימאנעדיס אפאר חדשים צירוק און באקומען די בעסטע מעדיקעל סערוויס מיט א הארציגע פרומע נורס.