פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

בס"ד

עטליכע טיפס פאר א ראש המשפחה/טאטע וואס פירט א סדר, בפרט פאר די וואס פירן א סדר דאס ערשטע מאל.

א סדר הייסט א 'סֵדֶר' ווייל אלעס דארף פארן מיט א מוסטערהאפטיגן 'סֵדֶר', אלעס דארף קלאַפן ווי א זייגער ווי ווייט מעגלאך, ס'איז דאך א סֵדֶר אויף א גאנץ יאר!

כדי אלעס זאל קלאַפן איז זייער זייער וויכטיג מ'זאל זיך צוגרייטן ווי מער פון פאראויס. ווי מער מ'גרייט זיך אלס מער טשאנס האט דער סדר צו זיין א סוקסעס, ווי חז"ל זאגן שוין, "מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת", ווי מער טרחא ס'איז דא איידער שבת, אלס מיר מער איז דער יאכל, מ'עסט דערנאך די פירות.

די ערשטע זאך פון זיך גרייטן איז, איר זאלט זיך גרייטן מיט די הגדה. נעמט אן הגדה, מיט א גרינגען פירוש, אפילו אן עברי טייטש הגדה, יא א טייטש הגדה שעמט אייך נישט, ס'איז קיין בושה, מ'דארף יעצט קוקן אויף וועלעכעס עס וועט ברענגן ריכטיגע, שנעלע און גרינגע רעזעלטאטן.

נעמט די הגדה און א פעדער (פען) מיט א שטיקל פאפיר און שפארט אייך איין אין א ציממער פאר עטליכע שעה. גייט אדורך די הגדה מרישא ועד גמירא, שרייבט אייך אראפ נאטיצן פון קליינע און שיינע בליציגע ווערטלעך, בעיקר שיינע און גרינגע מדרשים אין דעם ענין פון יציאת מצרים וואס פרויען און קינדער קענען פארשטיין. נישט זאגן קיין לאנגע תורת און אוודאי נישט קיין פלפולים, פסח ביינאכט איז נישט דער צייט דערפאר. די תורה האט געפאדערט "ולמען תספר באזני בנך ובן בנך" עס זאל זיין ווי א סיפור, גרינג און לייכט עס אריינגיין בְּאָזְנֵי בִנְךָ.

אונז יוצאי אונגארן, תלמידי החתם סופר ז"ל, דארפן נישט זיין קלוגער ווי דעם רבן של ישראל, דער גרויסער בעל דרשן און בעל מחדש, וואס האט פסח ביינאכט נישט געזאגט קיין שום תורת און פשעטליך נאר איבערגעטייטש די הגדה יעדעס איינציגסטע ווארט אויף אידיש ספעציעל אז פרויען אין קליינע קינדער זאלן פארשטיין. דאס איז דער עיקר מצוה פון סיפור יציאת מצרים!

הייבט שוין היינט אן רעדן אינדערהיים די וויכטיגקייט פון שלאפן ערב פסח. איך קען נישט גענוג ארויסברענגען ווי וויכטיג דאס איז צו שלאפן ערב פסח, די גרויסע און נאך אסאך וויכטיגער די קליינע, וכל המרבה הרי זה משובח, אז די קינדער זענען אויסגערוהט האט דער סדר אן אנדער פנים. היי יאר ליידער באקט מען נישט 'ערב פסח מצות' לאמיר עס אויסניצן צום גוטן און זיך אביסל אראפלייגן צו קענען זיין אויסגערוהט מקיים צו זיין דעם מצות עשה דאורייתא פון "והגדת לבנך ביום ההוא" מיט א גאצקייט, האבן דאס מערסטע געדולד צו די קינדער. באמת איז דאס נישט מיין חידוש, ס'איז א גמרא אין מסכת פסחים, "תניא אמרו עליו על ר' עקיבא מימיו לא אמר הגיע עת לעמוד בבהמ"ד חוץ מערבי פסחים וערב יום הכפורים בערב פסח בשביל תינוקות כדי שלא ישנו" רש"י שרייבט דארט אויפן פלאץ וז"ל: כדי שישנו התינוקות ביום ולא בלילה בשעת הגדה.

ערב פסח נאכמיטאג איז זייער וויכטיג צוגעבן צו עסן פאר די קינדער און מאכן זיכער אז זיי זענען זאט. אסאך כאפן נישט אז מ'עסט גאר שפעט און מ'ווערט הונגעריג בפרט די אינגווארג. די קליינע חברה ווען זיי זענען הונגעריג הייבן זיי אן צו שרייען און פאַפירן, שלומי טשעפעט מיך, מושי לאַנט זיך אן אויף מיר, כהנה וכהנה, פאר איינער וואס האט שוין א שטוב מיט קינדער, מיינעך דארף איך נישט מאריך זיין מיט נאך מְשָלים. פיל מאל איז עס נישט שלומי און נישט מושי נאר דאס קינד איז נישט רואיג ער/זי איז פשוט הונגעריג.

גייט אריין אין קיך ערב פסח [מ'מעג צולייגן א האנט אויך] און מאכט זיכער אז די זרוע איז אפגעבראטן. די ביצים זענען אפגעקאכט. די מרור באקוקט, אפגעוואשן און אראפגענומען פון דעם שטאם, צורייבן די מרור [חזרת-חריין]. צוגרייטן די חרוסת. כרפס און זאלץ וואסער.

זייט מסדר די פלעצער ווי יעדעס קינד, בחור, קליינע מיידל, גרויסע מיידל, חתונה געהאטע קינדער זיצן, זייט מסדר אלע דין תורה'ס יעצט צו פארמיידן עגמת נפש ווען איר קומט אהיים פון שוהל. ווען איר ווילט שוין אנהויבן דעם סדר.

סדר המקומות: ס'איז זייער ראטזאם צו זעצן אלע קליינע פארענט און די בחורים מער צו די אנדערע עק פונעם טיש, די בני בית און פארהייראטע קינדער אינדערמיט. די קליינע קינדער זענען פון די וויכטיגסטע שפילער ביים סדר נאכט ווי מיר הייבן אן מיט קדש "כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן" מיר איילען צו דעם גאנצן סדר נאר פאר די קליינע קינדער.

אויב די קליינע קינדער זיצן פארענט פארלירן זיי נישט אזוי שנעל זייער געדולד, זיי קענען בעסער מיטהאלטן זיי פילען מער ווי א יֶש און זיי האלטן אויטאמאטיש בעסער מיט, און מער ווי אלעם מ'קען מקיים זיין דעם "והגדת לבנך ביום ההוא לאמור בעבור זה וגו'" אן ווען געשטערט.

ס'קען זיין א גוטע עצה צו שטעלן א קינד בתורת כיבוד וואס זאל זיין מיוחד פאר יעדע כוס ער זאל זיין דער שר המשקין וואס גיסט אן פאר אלע מסיבין [ס'אויך מער אויסגעהאלטן להלכה], אזוי געבן פאר א צווייטע קינד וואס גיסט אויס די מכות - וויין.

אין שלחן ערוך (סי' תע"ב) ווערט שוין געברענגט אז מ'זאל צוגרייטן אלעס אלעס איידער מ'גייט אין שוהל. די טיש דארף זיין געדעקט, די בעכערס, מצה טאש ביי יעדענס פלאץ, אלע הגדה'ס אויפן באשטימטן פלאץ, די באקסעס פון מצות אין דייניג רום מיט אויפגעעפענטע שטריק, די היסב בעט גרייט מיט די קישענעס, זרוע כרפס (-תרתי משמע) מרור (-תרתי משמע) , חרוסת, חזרת נעבן דעם קערה, זאלץ וואסער, כוס של אלי' וכו' וכו'

ווען מ'קומט אהיים איז וויכטיג צו האלטן א רואיגע גיסטע א פרייליכע גיסטע לכבוד יו"ט איז דא א מצות עשה דאורייתא זיך צו פרייען. זיך ח"ו נישט בייזערן אפילו אויב מ'זעהט אז עפעס פעלט, אפילו אויב די ב"ב האט נישט עפעס צוגעגרייט וואס מ'האט זיי געהייסן, קיין ברעקעלע כעַס טאר נישט זיין בשעת קודשא בריך הוא און זיין פמליא געפונען זיך אין שטוב.

זייט מסביר פאר די קינדער אלעס וואס איר טוט, מאכט א לייכטע אבער ערענסטע מצב מיט די קינדער שפילט אייך ארום מיט זיי לדוגמא ווען איר צוברעכט דעם יחץ האלט געשפאנט די קינדער זיי זאלן זען אויב די יחץ וועט געלונגען, דערנאך פרעגט אלע קינדער וועלכע איז די גרעסערע, מאכט אן עסק פון די אפיקומן כדי צו מאכן די זאך אינטרעסאנט (לויט געוויסע אביסל איז אזוי משמע אין רמב"ם אז דאס איז פשט אין די גמרא חוטפין מצות בלילי פסחים בשביל תינוקות שלא ישנו). רעדט מער קינדער שפראך ס'וועט אביסל נערוועז מאכן די בחורים און אייערע אינגערע פארהייראטע פארפעלקער אבער ס'לוינט נאך אלס. שטייט אין ספרים אז דער אויבערשטער האט געגעבן א ספעציעלען כח פאר א טאטן אריינצוגעבן אמונה אין די קינדער, לאמיר נוצן אלע כלים אין אריין לייגן אין די קינדער ווי מער מיר קענען ווען זייער קאפ איז נאך אפען אין גרייט אריינצונעמען.

לאזט אייך אויף אביסל, לאזט אייערע געפילן אביסל ארויסקומען. דער הייליגער חתם סופר שרייבט א טעם פארוואס מ'טוט אָן א קיטל פסח ביינאכט , צו זאגן פארן מענטש וויסן זאלסטו, אז די וועסט נישט לעבן אלעמאל ס'וועט קומען אמאל א צייט וואס דו וועסט דארפן פארלאזן די וועלט, די איינציגסטע זאך וואס מ'לאזט איבער אויף די וועלט איז די קינדער. זאגט מען פארן מענטש האבן שכל, יעצט איז דער צייט געב איבער פאר די קינדער וואס דו האסט. ממילא זאל א איד נישט שוינען קיין ווערטער און זיך נישט שעמען און ארויסגעבן זיינע געפילן יעצט איז דער צייט, וויפל מענטשן וואס זענען אוועק די לעצטע צוויי וואכן, ווען זיי וואלטן געוויסט לעצטן פסח אז דאס איז דער לעצטער פסח וואלטן זיי זיך ארויסגעגעבן פאר די קינדער מיטן גאנצן קראפט.

רחצה, מוציא, מצה - פאַר איר גייט זיך וואשן גרייט צו שיעור כזית פאר אלע ב"ב וואס קענען נישט אליין. אלע זאלן זיך וואשן און ווען אלע זענען שוין גרייט ביים טיש דאן זאלט איר דער מלך זיך וואשן און דערנאך מאכן המוציא וכו' און דערנאך די זעלבע טוען פאר מרור און אויך פאר כורך.

שלחן עורך - נישט עסן קיין סאך און אוודאי נישט טרינקען קיין סאך ביי שלחן עורך ווייל נאכדעם איז זייער שווער צו עסן די אפיקומן, ס'קען זיין א שאלה פון אכלה גסה און נאך שווערער איז אריינצוריקן די לעצטע צוויי כוסות.

א כשר'ן און א פרייליכן יו"ט!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער קלאר!
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

Haklal האט געשריבן:זייער קלאר!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין און זייער קלאר
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
רואה חשבונות
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואה חשבונות »

א דאנק אייך פאר אייערע קאמפלימענטן!
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יישר כח
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יישר כח
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

ריזיגען שכוח, אפאר גיטע משלים אין מעשיות פאר די קינדער
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

געוואלדיג!!!
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

I’m looking for list everything u need for seider anyone ?
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

נעמט די הגדה און א פעדער (פען) מיט א שטיקל פאפיר און שפארט אייך איין אין א ציממער פאר עטליכע שעה. גייט אדורך די הגדה מרישא ועד גמירא, שרייבט אייך אראפ נאטיצן פון קליינע און שיינע בליציגע ווערטלעך, בעיקר שיינע און גרינגע מדרשים אין דעם ענין פון יציאת מצרים וואס פרויען און קינדער קענען פארשטיין. נישט זאגן קיין לאנגע תורת און אוודאי נישט קיין פלפולים, פסח ביינאכט איז נישט דער צייט דערפאר. די תורה האט געפאדערט "ולמען תספר באזני בנך ובן בנך" עס זאל זיין ווי א סיפור, גרינג און לייכט עס אריינגיין בְּאָזְנֵי בִנְךָ.




which hagudah is good zich furtsikiken?
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

למען תספר אידיש
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

צביירושלים האט געשריבן:למען תספר אידיש

thanks
קאפהאלטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:59 am

Re: פירן א סדר - א סדר אויף א גאנץ יאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפהאלטער »

צביירושלים האט געשריבן:למען תספר אידיש

ס'איז דא איטליכע
מיינסט אפשר דעס?
https://mekorjudaica.com/lemaan-tesaper.html?gclid=Cj0KCQjwi7yCBhDJARIsAMWFScPBAgRQlquY0ICMB2wamtafUVQgwfcl9EBfwzbEjceETVVWvOVInicaAh94EALw_wcB
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”