סימנים אויף די גאולה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

יעדער איז פארנומען מיט די סמנים וואס שטייט אין די ספרים הקדושים וואס ווייזן וואס ס'וועט זיין קודם ביאת המשיח,

וועל מיר אנהייבן מיט די גמרא סוף מסכת סוטה דף מט:
אטעטשמענטס
IMG_0034.jpg
IMG_0034.jpg (135.82 KiB) געזען 5215 מאל
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לאור די אונטערנעשינעל יום תפילה
האב איך שוין געשריבן דא
שטייט שוין אין די גמרא אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייב, און די אנדערער זאגט שכולו זכאי,

אבער לכולי עלמא דארף דאס זיין א דור פון ״כולו״
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

עס קומט יעצט אריין די נייעס אז, די חדרים און שולן וכו', ווערן אלע פארשפארט, און מען וועט דארפן פאברענגן מיט די קינדער אינדערהיים!!

דאס שטייט שוין בפירוש אין פסוק!!
"הנה אנכי שלח לכם את אליה הנביא לפני בוא יום ה' הגדול והנורא, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם וגו'" (מלאכי ג, כג)

רבותי!! גרייט זיך אלע צו דערפאר!! עס קומט ליכטיגע צייטן!!
מען זעהט זיך שוין שטיין אין בית המקדש השלישי!!
פון דא
The Divided States Of America
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יש בו האט געשריבן:לאור די אונטערנעשינעל יום תפילה
האב איך שוין געשריבן דא
שטייט שוין אין די גמרא אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייב, און די אנדערער זאגט שכולו זכאי,

אבער לכולי עלמא דארף דאס זיין א דור פון ״כולו״

ווי שוין מבואר בספה"ק מיינט דאס אז עס וועט נישט זיין קיין בינונים, און כדי צו בלייבן ערליך וועט מען מוזן זיין כולו זכאי, די אלע בינונים וועלן רח"ל ווערן כולו חייב.

#לכו ונשובה אל ה'
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

טשאלענט האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:לאור די אונטערנעשינעל יום תפילה
האב איך שוין געשריבן דא
שטייט שוין אין די גמרא אין בן דוד בא אלא בדור שכולו חייב, און די אנדערער זאגט שכולו זכאי,

אבער לכולי עלמא דארף דאס זיין א דור פון ״כולו״

ווי שוין מבואר בספה"ק מיינט דאס אז עס וועט נישט זיין קיין בינונים, און כדי צו בלייבן ערליך וועט מען מוזן זיין כולו זכאי, די אלע בינונים וועלן רח"ל ווערן כולו חייב.

#לכו ונשובה אל ה'

מקור?
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

עפעס האב איך געהערט אז עז איז דא א רלב"ג וואס שטייט זייער א קלאר רמז אויף די פסוק ישעי'
לֵ֤ךְ עַמִּי֙ בֹּ֣א בַחֲדָרֶ֔יךָ וּֽסֲגֹ֥ר דְּלָתְיךָ֖ בַּעֲדֶ֑ךָ חֲבִ֥י כִמְעַט־רֶ֖גַע עַד־יַעֲבָור־זָֽעַם: (ישעיהו פרק כו פסוק כ)
אויב איינער ווייסט ביטע ברענגן
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישטא קין רלב״ג אויף ישעיה
אין די אנדערע מפרשים אויך נישט געזעהן, אדרבה רש״י שרייבט בוא חדריך אין בית מדרש
און די אנדערע טייטשן אויס מעשים טובים, חשבון הנפש וכדו׳

אבער פארוואס זיכסטו א מפרש קוק פשוט פשט אין פסוק
יחיו מתיך נבלתי יקומון הקיצו ורננו שכני עפר כי טל אורת טלך וארץ רפאים תפיל
לך עמי בא בחדריך וסגר דלתיך בעדך חבי כמעט רגע עד יעבור זעם כי הנה ה׳ יצא ממקומו לפקד עון ישב הארץ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איך האב זיך דערמאנט דעם באקאנטן קדושת לוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז חז"ל זאגן עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות להקבע בארץ ישראל
כל שכן אידישע שטובער ווי מ'דינט אגאנצן טאג דעם אויבערשטן
זעט אויס אז "אין מדרש יוצא מידי פשוטו" והאיך יתקיימו שניהם ?
האט מען אונז געצווינגען צו מאכן פון אלע אונזערע הייזער בתי כנסיות ובתי מדרשות
און מ'וועט אלעס מיטנעמען בקרוב קיין ארץ ישראל!

וואס זאגט איר צו דעם חברה?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יישר כח האט געשריבן:עפעס האב איך געהערט אז עז איז דא א רלב"ג וואס שטייט זייער א קלאר רמז אויף די פסוק ישעי'
לֵ֤ךְ עַמִּי֙ בֹּ֣א בַחֲדָרֶ֔יךָ וּֽסֲגֹ֥ר דְּלָתְיךָ֖ בַּעֲדֶ֑ךָ חֲבִ֥י כִמְעַט־רֶ֖גַע עַד־יַעֲבָור־זָֽעַם: (ישעיהו פרק כו פסוק כ)
אויב איינער ווייסט ביטע ברענגן

דאס איז אריגינעל געוועהן א נארישע ווערטל על שם א ראשון שלא היה ולא נברא בשם 'הרלב"ד', דוק ותשכח.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איך האב זיך דערמאנט דעם באקאנטן קדושת לוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

lebediger berel האט געשריבן:אז חז"ל זאגן עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות להקבע בארץ ישראל
כל שכן אידישע שטובער ווי מ'דינט אגאנצן טאג דעם אויבערשטן
זעט אויס אז "אין מדרש יוצא מידי פשוטו" והאיך יתקיימו שניהם ?
האט מען אונז געצווינגען צו מאכן פון אלע אונזערע הייזער בתי כנסיות ובתי מדרשות
און מ'וועט אלעס מיטנעמען בקרוב קיין ארץ ישראל!

וואס זאגט איר צו דעם חברה?

;l;p-
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

Screenshot_20200323-205736.png
Screenshot_20200323-205736.png (506.17 KiB) געזען 4555 מאל
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

די 5780'סטע (ה'תש"פ) פסוק אין די תורה
20200319_232147.jpg
20200319_232147.jpg (121.11 KiB) געזען 4494 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

covfefe האט געשריבן:די 5780'סטע (ה'תש"פ) פסוק אין די תורה
20200319_232147.jpg

WOW!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

שטותים און נארישקייטן.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח וועט קומען, ואע"פ שיתמהמה עם כל זה אחכה לו וכו'
משיח מוז נישט קומען וועגן די קורונה, ער אויך אויך קומען פאר סענדיגט זיך, ער אויך אויך קומען נאך, און אויך א חודש שפעטעטר
זאל דער אייבישטער העלפן אז ער זאל קומען און שנעלסטן אבער נישט יעדע זאך וואס געשעט און מגיט זיך נישט אןעצה דארף מעם אהערופן.

יודן דארפן וויסן אז אויך אויב די קורונה ענדיגט זיך און נמשיח איז נאכנישט דא, מיינט עס נישט אז עס וועט שוין קיינמאל נישט געשען ח"ו, נאר עכ"ז אני מאמין בכל יום.
[נאכנישט געהערט פון קיין שום גדול בישראל וואס האט אויסגנוצט די מצב אויף צו איינפלאנצן הבטחות שווא ודי, ביזדערווייל קומט אלעס פון וואטסאפ....]
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:זאל דער אייבישטער העלפן אז ער זאל קומען און שנעלסטן אבער נישט יעדע זאך וואס געשעט און מגיט זיך נישט אןעצה דארף מעם אהערופן.

יודן דארפן וויסן אז אויך אויב די קורונה ענדיגט זיך און נמשיח איז נאכנישט דא, מיינט עס נישט אז עס וועט שוין קיינמאל נישט געשען ח"ו, נאר עכ"ז אני מאמין בכל יום.
[נאכנישט געהערט פון קיין שום גדול בישראל וואס האט אויסגנוצט די מצב אויף צו איינפלאנצן הבטחות שווא ודי, ביזדערווייל קומט אלעס פון וואטסאפ....]


;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:שטותים און נארישקייטן.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח וועט קומען, ואע"פ שיתמהמה עם כל זה אחכה לו וכו'
משיח מוז נישט קומען וועגן די קורונה, ער אויך אויך קומען פאר סענדיגט זיך, ער אויך אויך קומען נאך, און אויך א חודש שפעטעטר
זאל דער אייבישטער העלפן אז ער זאל קומען און שנעלסטן אבער נישט יעדע זאך וואס געשעט און מגיט זיך נישט אןעצה דארף מעם אהערופן.

יודן דארפן וויסן אז אויך אויב די קורונה ענדיגט זיך און נמשיח איז נאכנישט דא, מיינט עס נישט אז עס וועט שוין קיינמאל נישט געשען ח"ו, נאר עכ"ז אני מאמין בכל יום.
[נאכנישט געהערט פון קיין שום גדול בישראל וואס האט אויסגנוצט די מצב אויף צו איינפלאנצן הבטחות שווא ודי, ביזדערווייל קומט אלעס פון וואטסאפ....]

איך אגרי מיט דיר הונדערט פראצענט און מען דארף דאס חזר'ן
ווי באקאנט די מעשה פון צאנזער רב זי"ע איבער תר"כ/ו יארן וואס עס איז געווען א מוראדיגע השתוקקות צו די גאולה אז משיח וועט קומען אין די יארן צוליב "כתר" אדער "כתרו" האט דער צאנזער רב געזאגט משיח וועט קומען אינגיכן אבער נישט יאר תר"כ
און ער האט געזאגט אז די סיבה איז ווייל אזוי עס איז געווען אזא טומל איבערדעם האט ער געזאגט, וואס וועט זיין אויב חס ושלום משיח קומט נישט היי יאר? וועלן אפשר מענטשן פארלירן זייער אמונה? דעריבער האט ער דאס געזאגט, און אזוי מען וועט אנלייגן די שולד אויף מיר צאנזער רב אז וועגן זיין זאגן איז משיח נישט געקומען

מען דארף אבער זייער אכטונג געבן ווען תמימות'דיגע אידן כאפן זיך ארויף אויף חלומות און דמיונות אז דאס איז א סימן אויף חבלי משיח און זיי אפשפעטן און אוועקמאכן, און יעצט איז דאס אזא זמן ווייל רוב אידן מיינען דאס מיט די גאנצע תמימות און דורכן אפשפעטן טוט מען הרגענען זייער אמונה סאך מער
ביודעי ומכירי קאמינא
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

כ'וויל ח"ו נישט אפקילן די ווארעמקייט פונעם אשכול. אבער פארוואס נעמען ענק נישט יעצט ארויס א גרויסן יום כיפור מחזיר און עטס הייבטס אן תשובה צו טון??? משיח איז דאך שוין אט אט דא???
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

רבותי !
היינט איז זיבן טעג צו ערב פסח לאמיר האפען א עס זאל זיין גענוג צייט זיך מטהר זיין מיט די אפר הפרה שלישי ושביעי
און אויב נישט וועט זיין טומאה הותרה בציבור...
גרינגער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

אלעמאל ווען עפעס גייט נישט ווי געהעריג קומט ווי נאטירליך די געפיל פון אמונה בביאת המשיח, מיר אידן גלייבן אז דעמאלטס וועט זיין די עולם התוקן און דאן וועט אלעס גיין ווי עס דארף צו זיין.

איך געדענק א חשובע איד פון פריעדיגע דור ווען איינער האט זיך אנגעריפן נאך א בשורה לא טובה "אוי, משיח דארף שוין צו קומען" פלעגט ער ענטפערן דאס האט אבער גארנישט מיט דעם בשורה, מיר ווארטן אויף משיח ווייל אויף דעם דארפן מיר ווארטן און נישט ווייל עס גייט אונז ניטש גיט.

נאך א נקידה, אמאל וויל אונז דער אייבערשטער בלויז ווייזן אז מיר פירן דער וועלט, מיר פירן נישט אפילו דעם אייגענעם לעבן, מיר דארפן אפלאזן די לייצעס און אים לאזן פירן, דער מענטש אבער קען זיך נישט זעהן א לעבן אן דעם וואס ער איז אין קאנטראל, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען עסט דאס, ער בעט דאס נאך אינטער מיט די טענה פון השתדלות, כאילו השתדלות מיינט נעמען קאנטראל, דא קומט דער טרייסט אז משיח וועט שוין קומען, דאן גלייבט ער דאך אויך אז עס גייט זיין גאר עפעס אנדער געשעפט, און דעמאלטס וועט זיכער גוט זיין.

אבער טייערע אידן מיר ווארטן טאקע אויף משיח בכל יום שיבא, אבער פארלירטס נישט די הזדמנות וואס מיר דארפן שוין איין קעשן, זעה מיט דיינע פליישגע אויגן ווי די גוים שרייען אצבע אלוקים הוא, זעה שוין איין אז ביז משיחן האבן מיר אויך נישט קיין שום קאנטראל אויף אונזער לעבן, און לאמיר לאזן דעם אייבערשטן עס פירן, איי השתדלות, השתדלות איז פונקט אזא מצוה ווי אכילת מצה און הנחת תפילון וכדומה, עס האט גארנישט מיט קיין פרעשער פון א געברויך, אדער א געברויך פון קאנטראל אוייפן לעבן.

השלך על ד' יהבך
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
גרינגער האט געשריבן:אלעמאל ווען עפעס גייט נישט ווי געהעריג קומט ווי נאטירליך די געפיל פון אמונה בביאת המשיח, מיר אידן גלייבן אז דעמאלטס וועט זיין די עולם התוקן און דאן וועט אלעס גיין ווי עס דארף צו זיין.

איך געדענק א חשובע איד פון פריעדיגע דור ווען איינער האט זיך אנגעריפן נאך א בשורה לא טובה "אוי, משיח דארף שוין צו קומען" פלעגט ער ענטפערן דאס האט אבער גארנישט מיט דעם בשורה, מיר ווארטן אויף משיח ווייל אויף דעם דארפן מיר ווארטן און נישט ווייל עס גייט אונז ניטש גיט.

נאך א נקידה, אמאל וויל אונז דער אייבערשטער בלויז ווייזן אז מיר פירן דער וועלט, מיר פירן נישט אפילו דעם אייגענעם לעבן, מיר דארפן אפלאזן די לייצעס און אים לאזן פירן, דער מענטש אבער קען זיך נישט זעהן א לעבן אן דעם וואס ער איז אין קאנטראל, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען עסט דאס, ער בעט דאס נאך אינטער מיט די טענה פון השתדלות, כאילו השתדלות מיינט נעמען קאנטראל, דא קומט דער טרייסט אז משיח וועט שוין קומען, דאן גלייבט ער דאך אויך אז עס גייט זיין גאר עפעס אנדער געשעפט, און דעמאלטס וועט זיכער גוט זיין.

אבער טייערע אידן מיר ווארטן טאקע אויף משיח בכל יום שיבא, אבער פארלירטס נישט די הזדמנות וואס מיר דארפן שוין איין קעשן, זעה מיט דיינע פליישגע אויגן ווי די גוים שרייען אצבע אלוקים הוא, זעה שוין איין אז ביז משיחן האבן מיר אויך נישט קיין שום קאנטראל אויף אונזער לעבן, און לאמיר לאזן דעם אייבערשטן עס פירן, איי השתדלות, השתדלות איז פונקט אזא מצוה ווי אכילת מצה און הנחת תפילון וכדומה, עס האט גארנישט מיט קיין פרעשער פון א געברויך, אדער א געברויך פון קאנטראל אוייפן לעבן.

השלך על ד' יהבך
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
נחלת יעקב
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2018 9:20 am

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחלת יעקב »

ווייסט איינער פרטים וואס הרה״ג ר׳ שמואל בינימין קרויס שליט״א האט געזאגט לאור המצב (גאולה)?
עפעס וועגן דעם דאנערשטיג?
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל. אמן כן יהי רצון.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

קאראונע גימטריא משיח!!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

nmi האט געשריבן:כ'וויל ח"ו נישט אפקילן די ווארעמקייט פונעם אשכול. אבער פארוואס נעמען ענק נישט יעצט ארויס א גרויסן יום כיפור מחזיר און עטס הייבטס אן תשובה צו טון??? משיח איז דאך שוין אט אט דא???

דאס פרובירט מען טאקע זיך מחזק זיין אין דעם אשכול.

איך האב יעצט אויפגעכאפט טאקע @טראק דרייווער'ס חתימה, זייער שטארקע חיזוק לענינינו.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: סימנים אויף די גאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

סימנים אויף די גאולה? ביאת המשיח איז פון די י״ג עקרי האמונה. מ׳קען גראדע מליץ זיין דערויף.

דער רמב״ם אין שמונה פרקים ברענגט אז דאס וואס שטייט פון חז״ל יחזיק באמונה יתירה, וואס ס׳טייטש יתירה? אנדערש פון די חכמים און חוקרים וועלכע זיכן צו ברענגן ראיות און הוכחות צו הנהגות הבורא.. איז דער ריכטיגער אמונה דייקא אהן ראיות. אונזערע קליינע מוחות זענען זייער מוגבל און עס קען ח״ו אויפקומען קשיות מיט דעם וואס מ׳זיכט הוכחות. מיר מיזן גלייבן מיט אמונה פשוטה.

האבעך אמאל געהערט פונעם פה מפיק מרגליות הרה״ג ר׳ יוסף חיים גרינוואלד שליט״א, ער האט עס נאכגעברענגט פון איינע פון די פריעדיגע צדיקים. ביי סתם מצוות איז יתירה נישט אויסגעהאלטן. אויב שפילט מען מיטן חיצוניות גרעסער ווי דאס פנימיות.. איז דער מצווה פאלטש. דער עיקר איז די פנימיות. וואס דען, ביי אמונה איז דער דין אנדערש. מ׳קען פראווען א ברייטע אמונה, אפילו דער חיצוניות איז גרעסער פונעם פנימיות. אפילו מ׳שפירט א שוואכקייט אינעם אמונה ח״ו, זאל מען אויסשרייען אני מאמין באמונה שלימה וכו׳.. און דאס וועט אים נאר העלפן צוקומען צו די ריכטיגע אמונה.

בעצם ווייזט דער קאראנע גארנישט. און מיר ברויכן נישט קיין סימנים צו די גאולה. אויב וואלט דער באשעפער געוויסט אז מ׳קען אויסשפילן דעם סיסטעם, און געוואויר ווערן פון א וויירוס ווען די גאולה שלימה גייט זיין, וואלט נישט אויסגעפעלט די שכינה זאל נסתלק ווערן פון יעקב אבינו ביים בענטשן די שבטים. מ׳וועט דאך סייווי אויסגעפונען. וואס דען, מ׳פראוועט אמונה יתירה.

מ׳שטייט דאך אבער יא אין חודש ניסן. בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל.. דאס יא, ס׳איז דאך א גמרא.
רשעות קאלטע סעלצער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”