"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:36 pm

דייטשלאנד האט געמאלדן אז זיי גייען שיקן הילף געצייג קיין אינדיע ווי אקסידזשען סופליי און נאך,
אויסערן מיניסטער הייקאו מאאס זאגט אז די צווייטע כוואליע וואס האט באטראפן אינדיע פארשפרייט זיך מיט א שנעלקייט און איז אומקאנטראלירבאר, און אונז האמיר געטון די ריכטיגע שריט נישט אריינצולאזן טרעוול פון אינדיע.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:38 pm

די שטאט פערט אין אוסטראליע וועלכע איז געווען אונטער א גאר שטרענגער לאקדאון די לעצטע 3 טעג נאך וואס א מאן אין די געגענט האט געטעסט פאזיטיוו צום וויירוס גייט היינט ארויס פון די לאקדאון נאך וואס קיין איין פאל פון קאראנע איז נישט באשטעטיגט געווארן.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:42 pm

אוטאריטעטן אין טערקיי באטראכטן א פלאן שטרענגער צו מאכן די ביז איצטיגע לאקדאון נאך וואס דאס לאנד פלאגט זיך מיט א שווערע כוואליע.
דאס לאנד ערווארט אויפן זוממער א רעדוקציע אין קעיסעס און וועט דערמיט קענען אריינלאזן טוריסטן, וועלכע מאכן אויס א גרויס חלק פון די ארטיגע עקאנאמיע.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:44 pm

פריימערי שולעס אין פראנקרייך האבן זיך היינט געעפענט צום ערשטען מאל נאך 3 וואכן מיט גאר שטרענגער סאושעל דיסטענס און מאסק רעגולאציעס.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:49 pm

קאזאקזסטאהן האט היינט אנגעהויבן געבן פאר אירע בירגער איר היימיש-געמאכטע וואקסין וואס רופט זיך קאז-וואק און די ארטיגע געזונטהייט מיניסטער האט זיך געלאזט פאטאגריפירן ביים עס נעמען.
די 2 דאזע וואקסין איז פרודיצירט געווארן אין קאזאקסטאהן און איז אין די דריטע שטאפל טרייעל.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג אפריל 26, 2021 1:53 pm

באאמטע אין נעפאל זענען באזארגט נאך וואס קעיסעס מיט די אינדיאנע וועריענט איז אויכגעכאפט געווארן אין די הימעלייען ראיאן.
נעפאל וועלכע גרעניצט זיך מיט אינדיע 1700 ק"מ האט רעקארדירט איבער 3 טויזענט קעיסעס אויף זונטאג און האט דעריבער אנגעהויבן א מאסן-טעסטינג פראגראם.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » דינסטאג אפריל 27, 2021 3:28 am

די פריים מיניסטער פון טיילאנד האט באקריגן א טיקעט נאך וואס ער איז נישט געגאנגען מיט א מאסקע.
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס טיילאנד פלאגט זיך מיט א פרישע כוואליע.
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:35 pm

ברעיקינג

נייע רעקאמענדאציעס פון די סי-די-סי איבער ווען עס איז ראטזאם צו טראגן מאסקעס און ווען עס פעלט נישט אויס.

ביים שפאצירן אינדרויסן מיט די פאמיליע רעקאמענדירן זיי מער נישט צו טראגן א מאסקע, דאס רעכנט אויך אריין אזעלכע מענטשן וועלכע האבן נישט באקומען א וואקסין.
צוגעלייגטע
Ez_m864XEAIlXwa.jpeg
Ez_m864XEAIlXwa.jpeg (115.42 KiB) געזעהן 785 מאל

אוועטאר
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אפריל 27, 2021 12:55 pm

בקיצור, זאגן אז מאיז וואקסינירט איז בפשטות מתיר צי גיין אן א מאסק.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג אפריל 27, 2021 1:59 pm

וויאזוי ווייסט מען אויב איינער האט זיך שוין וואקסינירט?

און וואס טוט זיך אויב איינער האט שוין אנטי באדיס ?

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אפריל 28, 2021 12:10 am

נישט באמערקט ביז יעצט, אונגארן איז געווארן דאס לאנד מיט די מערסטע טויטפעלער פער קעפיטע: 2,799 פער מיליאן.

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:25 am

יש ברירה האט געשריבן:נישט באמערקט ביז יעצט, אונגארן איז געווארן דאס לאנד מיט די מערסטע טויטפעלער פער קעפיטע: 2,799 פער מיליאן.


נעוואדע שמא גרם...
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:27 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:ווי @יש ברירה האט שוין באריכטעט האט אינדיע ווידעראמאל געבראכן רעקארד מיט אירע הויעכע ציפערן און 332,730 קעיסעס זענען באריכטעט געווארן און 2263 פאטאליטעטן.
מערערע שפיטעלער באריכטן א דזשארטעדש אין אקסידזשען סופליי און אנדערע מאשינען, פאלגענד איז א שילד ביי איינער פון די שפיטעלער:

92c71219-830a-4118-adca-191187cda02a.jpg



די אינדיאנע רעדן ענגליש?
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 1:34 am

קאנטרי מאוד האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:ווי @יש ברירה האט שוין באריכטעט האט אינדיע ווידעראמאל געבראכן רעקארד מיט אירע הויעכע ציפערן און 332,730 קעיסעס זענען באריכטעט געווארן און 2263 פאטאליטעטן.
מערערע שפיטעלער באריכטן א דזשארטעדש אין אקסידזשען סופליי און אנדערע מאשינען, פאלגענד איז א שילד ביי איינער פון די שפיטעלער:

92c71219-830a-4118-adca-191187cda02a.jpg



די אינדיאנע רעדן ענגליש?




אינדיע איז די צווייט מערסטע ענגליש ספיקינג פיפעל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אפריל 29, 2021 12:42 pm

אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט ארויסגעשטעלט א לעוועל 4 עדווייסארי איבער פארן קיין אינדיע.

די לעוועל 4 שטאפל באדייט אז אמעריקאנע בירגער זאלן נישט רייזן אהין, און אויך די וואס געפונען זיך שוין דארט שאלן ווי אמשנעלסטן פארלאזן דאס לאנד.

גדל
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך גדל » זונטאג מאי 02, 2021 11:36 pm

פון yiddish 24
מאכטפולע טיטשערס יוניאן גרופע האט באאיינפלוסט סי-די-סי נישט צו רעקאמענדירן צוריקעפענען סקולס שנעל‎

די רעדע איז פון די אַמעריקען פעדערעישאָן אָוו טיטשערס, וועלכע האָט געהאַט א שטאַרקע אינטערעסע צו האַלטן די שולעס אָפּגעשפּאַרט און נישט צוריקעפענען צו שנעל. מען זעהט פון פרישע דאָקומענטן אַז די פעדערעישאָן האָט געהאַט איינפלוס און דרוק אויף די סי-די-סי אין די לעצטערע חדשים, און די סי-די-סי האָט זיך געלאָזט איבעררעדן איבער נישט צוריקעפענען צו שנעל די שולעס.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג מאי 09, 2021 10:25 am

בריסל - אין א שטארק פריידיגע מעלדונג פאר אחינו תושבי ארץ הקודש, האט די אי. יו. קערפעארשאפט געמאלדן אז איינוואוינער פון ארץ ישראל וועלן קענען קומען באזוכן אין אייראפע אן דארפן אריבער גיין די 2 וואכן לאנגע קוואראנטין פראצעס. די ענדגילטיגע באשלוסן ווערן געמאכט דורך יעדע לאנד באזונדער אבער די אי יו האט אצינד אראפ גענומען זייער פארבאט אויף אויסלענדישע בירגער. דאס קומט אין שאטן וואס די אי יו האט אראפ גענומעןו נאך עטליכע געציילטע לענדער מיט הויכע וואקסינאציע ראטעס.

לויט די יעצטיגע פארלאנג וועט מען יא דארפן א נעגאטיווער קאוויד טעסט רעזוולטעט אין די 72 שעה בעפארן ארויספליען, און אזוי אויך אויפן וועג צוריק ביים לאנדן אין לופטפעלד וועט מען מוזן נעמען א קאראנע טעסט.
jd media
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זיך און 3 געסט